אינדעזיין! ווער ביזטו?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

אינדעזיין! ווער ביזטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

והנה! אונזער וועלטל איז ב"ה פול מיט פראפעסיאנאלן וועלכע שווימען אזוי געניט ארום אין די טיפע פראגראמען וואסערן, ממש אויף יעדע נוצבארע פראגראם איז דא אנגעפולטע אשכולות מיט אלע עצות טריקס טיפס טוטעריאלס אא"ו, ורוח הקודש אומרת מי כעמך ישראל!

אבער [באותיות רבתי] פאר אנשים פשוטים כערכי ברויך מען אנהייבן אסאך פריער. און כ'וועל זיך פראבירן מסביר זיין דורך א משל וואו עס מיר פערזענליך נוגע.

איך בין עוסק אין אויסשטעלן ספרים, כ'באנוץ זיך מיטן פראגראם "תג", וואס כידוע איז דאס אהערגעשטעלט ממש פאר דעם צוועק. דער פראבלעם איז אז עס איז טאקע נאר אויסגעשטעלט פאר דעם. און אויב וויל איך אריינשטעלן א בילד, דאקומענט, און ווער רעדט נאך פון א גראפיק, דארף מען זיך מוטשענען אויף כל מיני אופנים, וכולי האי ואולי.

הער איך שוין לאנג איבער א פראגראם פון אדאובי, "אינדעזיין" בקוראי שמו, וואס דאס איז פארדעם געמאכט געווארן. פארשטייט זיך אז כ'וויל עס אויסטשעקן, אבער דא קומט דער פראבלעם! דער איינציגער וועג וויאזוי כ'קען אויסגעפונען צו - און וויפיל - עס איז אינטערעסאנט פאר מיר, איז דורכן עס דורכלערנען. און פארשטייט זיך אז דאס איז נישט עפעס וואס איז זייער שכל'דיג צו טון, דהיינו דורכלערנען דעם גאנצן פראגראם נאר כדי צו געוואר ווערן אז איין קליינע פיטשער איז מיר נוצבאר, און אזוי דורכגיין איין פראגראם נאכן צווייטן, הלא יכלה הזמן והם לא יכלו.

אט האב איך אויסגעשמועסט וואס האט מיר געברענגט איינצוזען וואס עס פעלט נאך דא, און דאס איז אן אשכול וואו בקיאים אין א פראגראם קומען אריין און טוען אויפוויקלען פארן ציבור וואס טוט דער פראגראם, און נישט וויאזוי.

דער אויפטו פון דעם וועט זיין, אז פאראינטערעסירטע זאלן באקומען א בילד אויף דעם פראגראם און זען צו עס איז אינטערעסאנט פאר זיי.

פאר די הצלחה פונעם אשכול איז ראטזאם אז צום ערשט זאל א גוטער איד אריינקומען און זאגן וואס איז בדרך כלל דער תכלית פונעם פראגראם, און דערנאך זאלן גוטע אידן צולייגן אנדערע פרטים וואס עס קען אלץ אויפטון און וואו עס קען צונוצקומען.

הערה נחוצה: ווען איר ברענגט אויף וואס אימער איבערן פראגראם, זאלט איר נישט זאגן וויאזוי מ'טוט עס, ווייל דאס וועט אוועקפירן דעם אשכול פון די כוונה. לכל היותר קענט איר לייגן א לינק צו וואו עס ווערט מבואר וויאזוי דאס ווערט געטון. תודה מראש!

אלזא לאז מיר זיך אין וועג אריין!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אינדעזיין! ווער ביזטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אינדעזיין! ווער ביזטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

יישר כחכם הרב פעיק, כבודכם הרב במקומם מונחים, אבער איר האט נישט דורכגעליינט מיין לאנגע דרשה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אינדעזיין! ווער ביזטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גאט יו
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

Re: אינדעזיין! ווער ביזטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

אויב איך פארשטיי גוט וואס איר פרעגט.
אינדיזיין איז מער ווייניגער א פראגראם וואס ווערט אין אלגעמיין באנוצט אויסצושטעלן בראשורן, צייטונגען, ביכער אד"ג. די פראגראם בעצם איז א מים שאין להם סוף, אבער פאר אידישע ספרים, ספרי קודש, האט אינדיזיין אלס געהאט געוויסע לעכער, וואס צוליב דעם האבן מעמדים זיך ענדערשער באנוצט מיט די תג פראגרעם, וואס איז פראדוצירט געווארן ספעציעל פאר דעם צוועק.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט די לעצטע עטליכע יאר אז די היינטיגע ספרי קודש ווערן שענער און שענער, באצירט מיט גראפיקס אד"ג, וואס מ'קען דאס בעסער טון אין אינדיזיין. און אזוי אויך ווערט אינדיזיין מער און מער סאפיסטיקירט און אפדעיטעד, מיט פול מער מעגליכקייטן פאר ספרי קודש.
אלס איינער וואס קומט פון תג, וויל איך דיר זאגן, אז אויב דו קענסט גוט תג, און דו פארשטייסט אביסל צו א לעיאוט פון א ספר / בוך, דאן וועסטו זייער גרינג אריינקומען און זיך באקענען מיט אינדיזיין, וואס הגם די 2 פראגראמען ארבעטן אויף אנדערע סיסטעמען, אבער דער עיקר איז צו וויסן וואס דו ווילסט קענען טון און וויאזוי דו ווילסט אז דיין פעידזש זאל אויסקוקן, די וועג וויאזוי מ'טוט עס קענסטו אליין אויספיגערן פון ליינען און קוקן אביסל טוטאריאלס, (בלויז פון ליינען דא אין אלטע אשכולות קענסטו ווערן א מייסטער אין אינדיזיין, מבשרי אחזה...).
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

סקריפט forindiplus

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

תרנגול האט געשריבן:למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט די לעצטע עטליכע יאר אז די היינטיגע ספרי קודש ווערן שענער און שענער, באצירט מיט גראפיקס אד"ג, וואס מ'קען דאס בעסער טון אין אינדיזיין. און אזוי אויך ווערט אינדיזיין מער און מער סאפיסטיקירט און אפדעיטעד, מיט פול מער מעגליכקייטן פאר ספרי קודש.


איך באנוץ זיך מיטן סקריפט שילוב תג לאינדי
עס ארבעט אז לויט די קאודס אין תג לייגט ער אריין די גראפיקס אין אינדי.
https://tzamra.wixsite.com/scripts/forindiplus
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”