חאלאוונע האט געשריבן:כ'וויל הערן דעם ציבור'ס מיינונג איבער די פרייז פון א גרויסע בילד פון צדיקים, וואס איז נאכנישט בנמצא, א נייע פראדוקט.
כ'מיין צו פרעגן איבער א בילד וואס איז נישט א ארגינעלע געמאלעוועטע בילד, נאר א קאלירטן קאפיע אויף דיקע פאפיר, וואס מ'פארקויפט היינט אין די געשעפטן, און יענס איז שוין מיט א פרעים, און סטאר פרייז.
- אבער וויפיל וואלט איר געצאלט בלויז פאר'ן קאפיע אנע פרעים, פאר א ספעציעלע בילד געמאלן אין גרויס, פונעם חפץ חיים, פונעם סאטמארע רב, צו דאס גלייכן.
כ'וואלט געמאכט א אנקעטע, אבער כ'ווייס נישט וויאזוי.
כ'האב צו דיר חאלאוונע אפאר שאלות
וואס מיינט נישט בנמצא א נייע פראדוקט, אבער פונעם אנדערע זייט נישט א ארגינעלע בילד? למשל אן אלטע בילד וואס דו האסט געטראפן?
כ'בין נייגעריג אויב ווען מענטשן קויפן א בילד וואס זיי ווילן אויפהענגען צו ס'איז נישט תלוי %85 אין די וועג וויאזוי ס'איז גערעפט און געפרעימט?
דריטנס, אויב רעדסטו פאר נוי סוכה, קען יא גיין אפי' אן א פרעים, און אין פאקט איז דא אסאך וועגן וויאזוי מ'קען דאס פרינטן, אדער לעמענעיטעד, אדער אויף פלאסטיג וכו' וגו'