קלאָצקאָפּ האט געשריבן:גאנץ פאפולער רעלאטיוו, נעמענדיג אין באטראכט אז זי איז פיל יונגער ווי אדאובי.
--
סתם פאר נייגעריגקייט, וואספארא אינטערעס האבן די צוויי היימישע ניקס דא עס צו שטופן? (דערצו ווען ס'איז דערווייל נישט פאסיג פאר'ן היימישן עולם)
די סיבה פארוואס איך האב בכלל אונגעהויבען צו שרייבען וועגען Affinity איז געווען ווייל איך האב געזען א אשכל פארוואס זאלסטו נישט קענען פאוטאשאפ און קיינער האט נאכנישט ארומגערעדט פון Affinity photo און זייערע אנדערע פראגראמס , און די סיבה פארוואס איך האב אונגעהויבען צו ניטצען Affinity photo איז געווען ווייל איך האב דעמאלטץ געהאט א שטייטערע קאמפיוטער און (היינט האב איך א שנעלערע
קאמפיוטער) פאוטאשאפ האט געארבעט צו שטייט און אויך צו אפגרעיטען צו א נייערע version האט געקאסט געלט האב איך אנגעהויבען צו זוכען פאר א פראופעשענעל פאוטאשאפ אלטורנאטיוו צו עדיטען בילדער אין איך האב געטראפען Affinity photo און סהאט געארבעט בעסער ווי געראכטען פאר א שטייטערע קאמפיוטער ווי אויך די שיינע פיטשערס און די live review
פאר בראשעס - פילטערס - בלענד מאודס - גרעידיענטס און נאך וואס פאוטאשאפ האט נישט
און אויך די אריינגעבויטע raw develop persona אן צו דארפען דעוועלעפען אין adobe raw
האט צוגעברענגט אז איך זאל בלייבען מיט Affinity photo ,
און דעדיינער מיט פאבלישער בין איך נישט אזא גרויסע מבין דרך אגב האב איך זיך לעצטענס אביסעל ארומגעשפילט מיט זיי אבער סקומט מיר כמעט נישט אויס
אז איך זאל עס דארפן ניצען טאג טעגלעך איך בין נישט קיין גרעפיקער/אילוסטרערער אדער א /שרייבער ,(אפשר פאר א photo book/digital album וכדו' קען איך ניצען affinity publisher) ,
און פארוואס איך פראביר עס יעצט צו שטופן איז ווייל זיי האבען יעצט א 90 טאג טרייעל
און אויך די 50% סעיל וואס נארמאל קאסט עס בערך 50 דאלער
און יעצט קאסט עס נאר 25 דאלער די סעיל גייט אן ביז june 20 , און ווי אויך האב איך געוואלט אז די היימישע חברה זאלען זיך מער באקענען מיט די אפיניטי סאפטווער און זען צו סאיז בכלל אינטרעסאנט פארן היימישען עולם . אפילו לאמיר זאגען אז מארגען סעפארטען זיי יא RLT (און Affinity photo זע איך כמעט נישט
קיין פראבלעם מיט RTL איך נוצט עס שוין אפאר יאר אין איך בין העכטס צופרידען פון דעם) און זיכער דארף מען זיי שטופן זיי זאלען זאלען ווי שנעלער סעפארטען RTL און די affinity forums :