בלאט 1 פון 1

לאגא 'חברה לעידוד לימוד עשר שעות רצופות'.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 9:35 am
דורך אברומי
דעם לאגא האט באשטעלט א גראפ ווייסע זאקן, פון חצה"ק נדבורנה בני ברק.
זיי האבן געוואלט אז מען זאל אויך זעהן און די לאגא די געשטאַלט פון זייערע בניין המוסדות...

דאס איז די ערשטע סקעטש וואס זיי האבן דיסמיסט
וויל "ס'זעהט אויס וי א' רביש'ן לינקולן וואס האט אריינגעקראכאט אין די היכל הטישים"...

1.jpg



דערנאך, איז דאס ארויס בס"ד.

2.jpg


דאס איז די בניין המוסדות:
חיצוני copy.jpg

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 10:26 am
דורך יאפין
ווייס איך אבער נישט וויאזוי זעהט אויס די געשטאלט פון בנין המוסדות, דארפט דאס אויך צולייגען.

ביידע זענען שיין, אבער דער צווייטער איז דאך רייכער.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 12:52 pm
דורך אברומי
יאפין האט געשריבן:ווייס איך אבער נישט וויאזוי זעהט אויס די געשטאלט פון בנין המוסדות,
דארפט דאס אויך צולייגען.



גערעכט.
כ'האב יעצט צוגעלייגט די פיקצ'ר.

BTW, יאפין, האסט געמאכט א'גוטע אנימיישן וורק און דיין אוועטער. ;l;p-

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 2:33 pm
דורך הלשון
גאר גאר הערליך!!!!


מעיקרא מאי קסבר, די ערשטע האט אויך געדארפט רעפלעקטירן די בנין המוסדות?

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 2:37 pm
דורך פר בן בקר
די 2'טע לאגא איז הערליך.אבער אז מ'רעדט שוין, וואס איז די געדאנק פון מאכן אזא בנין? איך זעה נישט די שיינקייט. סתם געפאטשקעט.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 3:24 pm
דורך לכתחילה אריבער
געוואלדיג אוורעמל!!!

כ'פארשטיי וואס דו האסט געוואלט מיטן ערשטן, מער ארטיסטיש אזוי ברמז, ווי די בפירוש'ע צווייטע, אבער די צייטטע איז זייער שיין און רייך אויסגעקומען!

אגב, אפשר קענסטו געוואר ווערן ווער עס איז געווען די ארכיטעקט פון די בנין? וואלט מיר געווען אינטערעסאנט. קוקט אויס ענדליך צו די "סידני אפרא הויז" סטיל.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 4:22 pm
דורך חושב מחשבות...
הערליך שיין!!! איך מיין די לאגא ברענגט ארויס די שיינקייט פון די בנין!

אגב אין וועלכע פראגרעם האסטו דעיס קריעיטוט? [און וויאזוי ארבעט מאלן אויף א פאפיר און דערנאך אריינברענגן אין א פראגרעם? מ'סקענט עס אין מ'טרעסט עס אין איליסטרעטער, אדער מיט א סעפעציעלע פען ווי מ'מאלט אריין אין קאמפיוטער? אדער??

געשריבן: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:00 am
דורך אברומי
הוא מותיב:
הלשון האט געשריבן:מעיקרא מאי קסבר, די ערשטע האט אויך געדארפט רעפלעקטירן די בנין המוסדות?



והוא מפרק:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'פארשטיי וואס דו האסט געוואלט מיטן ערשטן, מער ארטיסטיש אזוי ברמז, ווי די בפירוש'ע צווייטע, אבער די צייטטע איז זייער שיין און רייך אויסגעקומען!



ולשאלתך:
פר בן בקר האט געשריבן: אז מ'רעדט שוין, וואס איז די געדאנק פון מאכן אזא בנין? איך זעה נישט די שיינקייט. סתם געפאטשקעט.

תיקו...

און אפשר קען מען ענטפערן בדוחק אז רוב מנין ובנין פון די חסידישע לאגאס זענען געפטשקעט.
כמרגלא בפומייהו דיודעי חן בלשון קצרה: 'פאטשקע סטייל'.



א'דאנק אייך אלע.

געשריבן: מאנטאג מארטש 28, 2016 9:13 am
דורך ענדע צדיק!
די ערשטע האט מער ארבעט, די צווייטע איז מער מסודר אין בנין. זייער שיין אברמל!