גראפיק מאכט צומאל ביליג אונזער תורה?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

גראפיק מאכט צומאל ביליג אונזער תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

אסאך מענטשען האבן טענות אז גראפיק טוט צומאל אראפברענגן די ניווא פון רחניות'דיגע משמעות'ער

ליגט עפעס דעראין?
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

צי סאיז אלעמאל אזוי? ניין, צי מקען טרעפן אזא זאך? אין מיין מיינונג יא.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

למשל דאס
אטעטשמענטס
Devash-.JPG
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

אויב דו וועסט אוועקנעמען די הנאה פון די קריטיקירער וועלן זיי פילן ממש דערדרוקט. ממש ווי מ'לאזט זיי נישט לעבן, געהעריג קאמוניסטיש...

זאלן זיי אייננעמען א מויל מיט וואסער. קוק צוריק צו די עלטסטע אידישע עדס, אייביג האט מען געטון אזוי.
מעגליך איינער האט אמאל איבערגעצויגן דאס שטריקל, אבער רובא דרובא גייט אין שפאן.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די משלים וואס לכאורה ברענגט.
דבש מילך האט נישט פארדרייט קיין פסוקים צו פראמאוטן זייער אייטעם. ווי אויך געט זיין פסוק נישט קיין הוראות, "קויף מצות" וכדו' וואס ער קען אויסדרייען צו מילך.
זיין פסוק זאגט פשוט די ווערטער וואס ער וויל שרייבן.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

למשל וועלכע אלטע אידישע עדס?
און אפילו יא
ווער זאגט אז זיי האבן גוט געטוהן?
עס איז זיכער דא צומאל וואס עס נישט אויסגעהאלטן

איך האלט אויך אז לכאורה האט געברענגט א משל וואס איז נישט דומה לנמשל
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

מויל מיט וואסער? פארוואס? מען האט שטארק איבערגעצויגן דאס שטריקל, און מען האט קיינמאל נישט אזוי געטון!!!
עס האט מיט מחאות און קנאות גארנישט, עס איז א בלויזער געפיל. מען נעמט נישט קיין אתרוג און מ'מאכט דערפון א עד פאר עפעס א זאלב פון די דריטע רייך.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

עטליכע יאר צוריק איז געוועהן א עד וועגן שטריימליך, איז געוועהן א בילד פון אן אלטן שטריימל אין דערנעבן איז געוועהן אויפגעשריבן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "מצה זו שאנו אוכלים על שום מה?????
איך געדענט ווי דער עד האט מיר בשעת מעשה געגעבן א ציפ אין הארץ, איז קען נישט אנטייטלן פונקטליך וואס עס האט מיך געשטערט, אבער מיין אינסטינקטיווער ריספאנדס האט מיר געזאגט אז נישט איינער מיט יראת שמים איז איינגעפאלן די איידיע
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

און למשל ווען די פארציילסט פאר דיינע קינדער
אז "זיידי האט געהאט א מצה שטריימל"
וואס פילסטו?
קען זיין אז ווען מען לייגט אויף א פסוק איז הארבער, קען זיין אז א בילד איז ערגער.
מעגליך
אני בא ללמוד
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

.. ויהי בחצי הלילה דודי סעיל
לי פאטא פלעגט אויך האבן עפעס א גע'פסוק
אוועטאר
שהחיינו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 04, 2011 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שהחיינו »

פארוואס ווען א גראמער אדער שרייבער ניצט א פסוק און פארדרייט עס פאר א מליצה פארפירט מען נישט אזוי?
מ'קען אפשר טענה'ן אז ווייל ביי גרעפיקס זעהט מען די זאך מער לעבעדיגת אבער לענ"ד איז נישט קיין שום פראבלעם ווילאנג ס'מאכט נישט קיין ליצנות פון תורה ומצוות.

לדוגמה די עד הנ"ל פון חלב ודבש איז זייער זיס און ברענגט שיין ארויס דעם קריאת ים סוף אינאיינעם מיטן געדאנק פון ארץ זבת חלב ודבש (און אין מדרש שטייט גראדע אז בשעתן קרית ים סוף האט מען געקענט ארויסנעמען פון די פארגליווערטע וואסער פרישע פרוכטן און געטראנקן).
גוגל טאלק: [email protected]
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

צום פינטעל, איך פארשטיי נישט, וואס מאכט די עד ביליג די משמעות הכתובים, אדרבה ואדרבה, עס ברענגט ארויס במוחש וואס דער אויבערשטער האט מבטיח געווען וואס ארץ ישראל גייט זיין, אפשר איז דיין מיינונג אז די ווערטער פון די תורה זענען נישט כפשוטם אז עס גייט זייך אסאך מילך אין האניג?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך געדענק א גאנצע אשכול מיט אזא סארט שמועס, צו לאנג צוריק איך זאל געדענקן עפעס שליסל-ווערטער צו זוכן.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

Sorry fpr my english typing (so I can do it fast enough...)

The reason graphic is worse is because now when you say the haguda "matsah zu shanu oichlim" yu can't help but think of that ad...this was not the case when you said Matsah Shtreimel...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

עדס קענען צומאל אויסקוקן אביסל צו סטופיד, קינדיש אדער אינ-עפראופריעיט
די זאך איז אבער אז די אדווערטייזער אליינס ווייסן אויך דערפון און די סיבה פארוואס זיי מאכן עס מיט-דעם-אלעם איז ווייל זיי ווילן זייער עד זאל זיין דיפערענט כדי ס'זאל כאפן אן אויג
און באמת - איך פארשטיי זיי, וואס גייט זיי אן אויב עמיצער וועצעך אויפרעגן אז די עד איז קינדעריש, למעשה האט ער געזעהן מיין קאמפאני נאמען, דעט'ס אלל איי ניד..
אוועטאר
אלס פארשטייער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2011 10:17 pm
לאקאציע: Waiting for GPS signal...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלס פארשטייער »

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:עדס קענען צומאל אויסקוקן אביסל צו סטופיד, קינדיש אדער אינ-עפראופריעיט
די זאך איז אבער אז די אדווערטייזער אליינס ווייסן אויך דערפון און די סיבה פארוואס זיי מאכן עס מיט-דעם-אלעם איז ווייל זיי ווילן זייער עד זאל זיין דיפערענט כדי ס'זאל כאפן אן אויג
און באמת - איך פארשטיי זיי, וואס גייט זיי אן אויב עמיצער וועצעך אויפרעגן אז די עד איז קינדעריש, למעשה האט ער געזעהן מיין קאמפאני נאמען, דעט'ס אלל איי ניד..

דא קומט שוין אריין די ענין פון ברענדינג, געדענקן די נאמען מאכט נאך נישט קויפן ביי דיר...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ר' ישראל זופניק ז"ל איז געווען א גרויסער עושר און א געזונטער ביזנעס מאן, געהאט א אויל פעקטארי וואס האט געהייסן "נאט אויל"

איז געקומען א אינגערמאנטשיגל אים זאגען, אז נעכטן אין ביהמ"ד האט מען עפעס זייער בארעדט זיין פירמע מיט עפעס א פראבלעם.

פרעגט ער דעם אינגערמאן, וויפיל אינגעלייט זענען אזוי געשטאנען דארט ביי דעם שמוס?
זאגט ער אים בערך 40
אזוי? פרעגט אים ר' ישראל
הייסט אז 40 מענטשען האבן געהערט דעם נאמען "נאט אויל" יישר כח פאר דעם, און זעי מען זאל מיך בארדען נאך אביסל דארט אין ביהמ"ד.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

אלס פארשטייער האט געשריבן:געדענקן די נאמען מאכט נאך נישט קויפן ביי דיר...

איך האלט אויסדרוקליך אז יא
פרוביר זיך פארצושטעלן ווען עס קומט דיר אויפן געדאנק צו קויפן א סוט צו דער נאמען G&G קומט דיר נישט ארויף נומער איינס אויפן ליסטע אפילו אויב זיי זענען נישט דיין פעיוואריט קלאודינג סטאר,
דער תירוץ וועט 99% זיין אז יא, פארוואס? ווייל דו זעהסט דעם נאמען G&G כסדר, זיי זענען עדווערטייזט אלל אווער די פלעיס, און דאס איז וואס עדווערטייזינג איז אלל אבאוט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' ישראל זופניק פלעגט פרינטן אויפן לעבל: "שמן זופניק זך" בעיני ראיתי אזא פלעשל אפירגעקומען אין די חורבנות פון די פעטשן עוו. בנין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

farshlufen האט געשריבן:ר' ישראל זופניק פלעגט פרינטן אויפן לעבל: "שמן זופניק זך" בעיני ראיתי אזא פלעשל אפירגעקומען אין די חורבנות פון די פעטשן עוו. בנין.


איר האט אין באזיץ דעם לעבל? אויב יא ארויף! זאלן די גראפיקאנטן זעין אמאליגע בחנטע פראדוקטן.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:עדס קענען צומאל אויסקוקן אביסל צו סטופיד, קינדיש אדער אינ-עפראופריעיט
די זאך איז אבער אז די אדווערטייזער אליינס ווייסן אויך דערפון און די סיבה פארוואס זיי מאכן עס מיט-דעם-אלעם איז ווייל זיי ווילן זייער עד זאל זיין דיפערענט כדי ס'זאל כאפן אן אויג
און באמת - איך פארשטיי זיי, וואס גייט זיי אן אויב עמיצער וועצעך אויפרעגן אז די עד איז קינדעריש, למעשה האט ער געזעהן מיין קאמפאני נאמען, דעט'ס אלל איי ניד..


ס'טייטש, אין אנדערע ווערטער
ער נוצט די תורה, און פארשמירט עס, כדי מען זאל רעדן פון זיין קאמפאני, שיינע מעשה..., זאל ער מיינעך ארויף לייגן א ריזיגן שתי וערב, מיט א פיקטשער ווי א חסיד'ישער איד איז עס מנשק, וועט מען מער רעדן פון זיין קאמפאני
ס'טו געהערט א מעשה

כ'געדענק דעם עד פןו א שטריימל קאמפאני פאריאר, א בילד פון א ציגעלע ציגעבינדן צום בעט, מיט א שטריימל אויפן קאפ, די בלוט איז מיר געקומען אין קאפ זעהנדיג אזא עד, און וואס מיינסטע? כ'אב טאקע געקויפט א נייע שטריימל אבער ביי יענעם'ס קאמפאטישן, אלס פראטעסט פאר זיין עקלד'יגע עד....
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

פאטאשאפ, די הנחה אז סתם געדענקען א נאמען מאכט יא קויפן איז נאר אויב די סתם געדענקען איז א פאזיטיווע געדענקען.

---
אביסל שלא מן הענין.

צו האבן א געלונגענע עד ברויכסטו 3 (מעין) זאכן אויספירן.

1. וויסן וואס דער קליענט וויל ארויסברענגען, און קלאר מאכן אויב ס'שטימט מיט וואס זיינע קאסטומערס ווילן.

2. ברעינסטארמען. מאכן א גוטע איידיע.

3. אויספירן למעשה על צד היותר טוב [execution]. עס זאל שטימען מיט אלע כללים און אויך מיט די ברענד מעססעדש.

אויב פארפאסטו איינס פון די דריי, ביסטו גלייך מיט אלע אפגעפליקטע עדס וואס דו שעלטסט יעדעס מאל דו מישסט די וועכנטליכע ביכלעך. אפי' יעצט אין די שארט ראן זעט עס יא אויס גלאנציג. דו האסט פשוט בא'גנב'עט דיין קליענט, און דיין אייגענע ביזנעס געגעבן נאך א זעץ.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

יהיה כן האט געשריבן:כ'אב טאקע געקויפט א נייע שטריימל אבער ביי יענעם'ס קאמפאטישן, אלס פראטעסט פאר זיין עקלד'יגע עד....

דאסי דאך ממש געפערלעך דאס..

עניוועי - כ'ביניש געקומען זאגן אז מען מעג טוהן וואס מ'וויל, איך האב בלויז געזאגט אז איך פארשטיי פארוואס זיי טוען עס אפילו זיי ווייסן ביי זוך אז עס איז נאריש
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

יהיה כן האט געשריבן:
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:עדס קענען צומאל אויסקוקן אביסל צו סטופיד, קינדיש אדער אינ-עפראופריעיט
די זאך איז אבער אז די אדווערטייזער אליינס ווייסן אויך דערפון און די סיבה פארוואס זיי מאכן עס מיט-דעם-אלעם איז ווייל זיי ווילן זייער עד זאל זיין דיפערענט כדי ס'זאל כאפן אן אויג
און באמת - איך פארשטיי זיי, וואס גייט זיי אן אויב עמיצער וועצעך אויפרעגן אז די עד איז קינדעריש, למעשה האט ער געזעהן מיין קאמפאני נאמען, דעט'ס אלל איי ניד..


ס'טייטש, אין אנדערע ווערטער
ער נוצט די תורה, און פארשמירט עס, כדי מען זאל רעדן פון זיין קאמפאני, שיינע מעשה..., זאל ער מיינעך ארויף לייגן א ריזיגן שתי וערב, מיט א פיקטשער ווי א חסיד'ישער איד איז עס מנשק, וועט מען מער רעדן פון זיין קאמפאני
ס'טו געהערט א מעשה

כ'געדענק דעם עד פןו א שטריימל קאמפאני פאריאר, א בילד פון א ציגעלע ציגעבינדן צום בעט, מיט א שטריימל אויפן קאפ, די בלוט איז מיר געקומען אין קאפ זעהנדיג אזא עד, און וואס מיינסטע? כ'אב טאקע געקויפט א נייע שטריימל אבער ביי יענעם'ס קאמפאטישן, אלס פראטעסט פאר זיין עקלד'יגע עד....

יו מאכסטו מיר לאכן, נאדער א קניפ אין בעקל, פיין געזאגט.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
דרוריקרא
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרוריקרא »

יהיה כן האט געשריבן:[quote="
כ'געדענק דעם עד פןו א שטריימל קאמפאני פאריאר, א בילד פון א ציגעלע ציגעבינדן צום בעט, מיט א שטריימל אויפן קאפ, די בלוט איז מיר געקומען אין קאפ זעהנדיג אזא עד, און וואס מיינסטע? כ'אב טאקע געקויפט א נייע שטריימל אבער ביי יענעם'ס קאמפאטישן, אלס פראטעסט פאר זיין עקלד'יגע עד....


למעשה האט דער יעניגער שטריימעל סוחר נישט דערלייגט, ווייל איך האב דווקא יא געקויפט ביי איהם, ווייל איך האב זיך מער גע'עקל'ט פון זיין קאמפעטישאן'ס עד...
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”