אלעס ארום אונזערע היימישע ארטיסטן און גראפיקר

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 5:25 pm

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד

ניין, נישט בנוגע די אינטערוויו דוקא. איך רעד פון ארט אין גענעראל.

כ'האב געמיינט צו פרעגן, צו די שטעלסט זיך אויף דעם וואס ער האט איבערגעשמעסט אינעם אינטערוויו די "געפילן" פון אן ארטיסט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 4:37 pm

בס"ד,

שקויעך, ערשט יעצט געזען...

דאס אז מ'קען בשעת קוקן אויפ'ן בילד זעהן-פילן די געפילן פונעם מעלער איז נישט קיין חידוש פון ר' יואל גליק. אלע זאגן עס.

אבער מיין קשיא איז, ווען איך באטראכט (שטארק) א מאלעריי, קען איך שפירן א טעם, א באדייט, א שטיקל הנאה ווי ביים הערן שיינע מוזיק, אבער קיין האר קומט נישט אריין פון וואס דער מעלער האט געשפירט בשעת'ן מאלן. סאו איז עס א סתירה?

אדער בעסער געזאגט, איז מעגליך אז דאס וואס איך שפיר ביי מיר אליינס פונעם זעהן דעם בילד, אט דאס האט דער מעלער געשפירט בשעת'ן פירן די בערשטלעך אויפ'ן קאנוואס? איך טראכט אז נישט.

למשל, עס איז דא א בילד וויאזוי כ"ק מרן האדמו"ר מבאבוב זי"ע, מהר"ש השני, זיצט במלוא הודו וכבודו, אויף א באנק אין א פארק און גיט צו עסן פאר א פייגל. עס איז איינע פון די שענסטע בילדער פונעם באבובער רב וואס עקזיסטירן. עפעס פלאי פלאים, מתוק מדבש, לבוש במלכותו והדרו, כרחם אב על בנים, וכו' וכו'.

ווען די בילד איז ערשינען אין "עמי" מאגאזין אפאר יאר צוריק, האב איך עס באטראכט פאר זייער, זייער, זייער, א לאנגע צייט, און זיך נישט געקענט אפרייסן די אויגן. אפשר פופצן מינוט געקוקט און געקוקט און געקוקט. און אז איך וועל עס נאכאמאל זעהן, וועל איך אויך קענען קוקן דערויף א לאנגע צייט. און די גאנצע צייט פון עס אבזערווירן, שפירט זיך ווי מען טרונקט א פיין גלעזל וויין, דו האסט א "שמועס" מיט'ן בילד, עס רעדט צו דיר "לעבעדיג." נאך א לעיער, און נאך א לעיער, וכו'.

יעצט, איך אלס אבזערווירער קען זעהן אין דעם בילד זייער אסאך, אבער דאס האט גארנישט מיט'ן פאטאגראפיסט וואס ער האט געשפירט בשעת'ן כאפן דעם בילד. ריכטיג? דאס איז מיין פאינט, און די פראגע צי עפעס שטימט נישט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 5:07 pm

א פאטאגראפיסט, נעמט עס דאך איין סעקונדע צו כאפן, א מעלער לייגט אריין שעות אויף שעות.

בכלל א בילד פון א געשעניש, איז נישט קיין צושטעל צו א אלגעמיינע מעלעריי, ווייל די בילד פון די געשעניש, מוז קודם כל "פארציילען" די געשעניש, און דאס טוט "פארבלענדען" די ארגינעלע געפילן פון די מעלער. דאך קען מען "שפירן" וואס די מעלער האט געשפירט אביסל, ווי כ'וועל שוין צוריק קומען.

אבער ווען מען רעדט סתם אין "שפירן" די מעלער, מיינט מען ווען ער מאלט א סצענע, לענדסקעיפ וכדו'. אבער בעצם אויך דעמאלס, טוט ער דאך מאלען "וואס ער זעהט" וואס איז אויך בעצם א "געשעניש". סא איז עס נישט צו ווייט פון די פריערדיגע ענין.

אבער ריכטיג שפירן וואס די מעלער האט געשפירט - אין פארגלייך צו די געפיל פון די קאמפעזיטער פון א ניגון - איז ווען ער מאלט "פון קאפ". למשל ער מאלט א טיש מיט פירות אין א פאלאץ.

דעמאלס קענסטו זעהן לויט די קאלירן וואס ער האט גענוצט, צו ער איז געווען "גוט אויפגעלייגט", צו ער האט גענוצט "טונקעלע" קאלירן. כאפ א בליק "ארויס פון פענסטער" פון די פאלאץ, איז אינדרויסען א שיינע זון? איז עס ביינאכט? זעהט מען א "זון אונטערגאנג"? וכדו', געווענדליך וועט פארן מעללער "איינפאלן" וואס צו לייגען אינעם בילד, לויט וועלעכע גיסטע ער איז.

די עיקר בילד איז דאך די פירות אויפן טיש, נא, וואס מאכט אים מאכען א "אלט מאדישע טיש" אדער א "מאדערענע טיש"? וואס מאכט אים מאלן א זון אינדרויסען, אדער א לבנה?

אז ער לייגט א באטל וויין אויפן טיש נעבן די פירות, אין א לבנה אינדרויסן פון פענסטער, האט ער בשעת מעשה געטראכט פון א "היימליכע" געפיל, ביינאכט אין פאלאץ, מיט א באטל וויין, זייער "רואיג" "פרייוואט" וכו'. אויב איז עס בייטאג, איז עס מען א סעודת רבים, ווי די איינוואינער מיט די געסט "פארברענגען" אינאיינעם וכדו'.

יעצט, אויפן פענטינג איז נישטא קיין מענשט, ביי ביידע נישט, נאר די "אטמאספערע" ברענגט ארויס, ווי עס פאסט אזא סצענע.

אויב איז די מעללער אין גאר א לעבעדיגע גיסטע, ער גייט היינט נאכט גיין צו א וואכטנאכט פון זיין נאנטע חבר, און ער גייט דארט זיך אונטערהאלטן מיט חבירים, פון ישיבה.... גייט ער פאר קיין געלט נישט קענען מאלן די סצענע פון ביינאכט! און די זעלבע פארקערט.

סוף סוף, מאלט ער דאך נישט פון קיין "סקעטש", נאר מאלט ארויס פון זיין מח, פון זיין געפיל, און צו מאכען א בילד "לעבעדיג", "עכט", דארף מען דאך אריינווארפן "צאללאזע" קליינע דעטאלן, און עס וועט אים נישט "בייפאלן" די אלע קלייניקייטן, אויב איז זיין גיסטע יעצט אינגאנצען פארקערט.

יעצט צוריק א סעקונדע ביים מאלן די סצענע, אדער די בילד פון רב ז"ל - אגב, מיין מיינונג אויף די בילד איז אוקוראט ווי דיינס, נאך אפשר שטערקער!! - קען מען אויך אביסעל "באמערקען" א גיסטע.

אויב וועט די מאלער פון א סצענע, מאלן בעיקר די הימל, די הערליכע זון, און ווי די ווארפט די שאטענס אויף די בערג, וועל ער ארויסברענגען די זון, און איר השפעה אויף די בריאה. אויב מאלט ער בעיקר די בערג, און אויבן אויף די מעלעריי זעהט מען "אויך" די זון שיינען, וויל ער בעיקר ארויסברענגען די בארג, און אגב, די השפעה וואס די זון האט אויף איר.

און ווען איינער זאל נאכמאלן די בילד פון רב ז"ל, און גאר גאר שיין ארויסברענגען די צורה, איז זיין "פאוקעס" די רב, זיין פערזענדליכקייט און שיינקייט, און אויב וועט ער בעיקר ארויסברענגען די "סצענע" און די רב "אין דעם", איז זיין עיקר געדאנק אויף די "איידיע" פון "זיך אראפלאזען", און די חשיבות פון די בריאה, אין זיינע אויגן, אא"וו, "די שיינקייט פון די בריאה אין די אויגן פונעם רב" אדער "די שיינקייט פונעם רב, וואס איז ארויסגעקומען "דורך" די בריאה.

(ישר כח פארן ארויסשלעפען די תגובה פון מיין געפיל.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 5:13 pm

בס"ד,

פיין פיין, אסאך מחשבה לחומר... און ס'איז גוט צו הערן אז דו לערנסט אויך אפ דעם בילד מיט ענליכע הרגשות. עס איז עפעס א יחיד במינו.

(יישר כוח פאר געבן נאך א לעיער, נאך אסאך, ביים באטראכטן ארט.)

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 7:33 pm

לכתחילה איז פיין מסביר.
אבער ער גייט שוין א סטעפ ווייטער, אריינטראכטן טיפער און צונעמען ארט, וואס דאס זאגט דאך יוםטובערליך אז ער האט נישט קיין געפיל דערצו.

לגבי געפיל; מ׳קען נישט שפירן וואס יענער האט געשפירט, און מ׳קען נישט מאכן א מענטש האבן די זעלבע געפילן וואס איך האב.

וואס יא?
ווען אן ארטיסט לייגט אריין זיין גאנצע הארץ אין א מאלעריי אדער ניגון, איז לא ימלט אז אנדערע מענטשן וועלן אויך שפירן - אויף זייער דרגא און מיט זייער אייגענע געפילן. זייער געפיל וועט מעגליך זיין ענליך - נאסטאלגיע, רחמנות, וכדו׳, אבער נאר ענליך. ער וועט האבן געפילן וואס ׳רילעיטן׳ צו די וואס דער ארטיסט האט מעגליך געהאט.

ווידעראום ווען איינער איז נישט געפיליש, אדער אז עמיצער מאכט איינעם נאך, איז עס נישט דברים היוצאים מן הלב, ממילא איז עס נישט נכנסים אל הלב.

און אז איינער וועט איבערציען דאס שטריקל און וועט אריינלייגן צו סאך געפיל, אדער וועט ער אריינלייגן די עיקר כוחות אין איבערגעבן די געפילן דווקא דארט וואו ״ס׳קומט״ און ״ס׳באלאנגט״ ווייל אזוי האט יענער-און-יענער חזן/מעלער געטון 100 יאר צוריק, וועט עס, אין בעסטן פאל, קיינעם נישט כאפן. אין ערגסטן פאל וועט דער עולם שטארק נערווירט ווערן.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

אידישע ארט...

תגובהדורך שערי-תירוצים » מוצ"ש ינואר 03, 2015 2:51 pm

שלום עליכם צו די עולם דא אויף דעם וועלט...

די אשכול ביז אהער האט מיך ממש מחייה געווען. איך בין נישט א גרויסע שרייבער, הריני מזמן את עיטי צוצולייגן אביסל אויף וואס איז שוין דיסקוטירט געווארן ביז אהער.

קודם כל, איך בין נישט אזא גרויסע מבין, אבער די ארט וועלט איז עפעס גאר מאדנע. מען זעט כסדר אין די (נישט אידישע) נייעס פון פעינטינגס וואס פארקויפן זיך פאר מיליאנען, איך פארשטיי אז עס האט א ווערט, אבער עד כדי כך? זענען די מענטשן משוגע? דאס וואלט איך געוואלט פארשטיין.

צווייטנס, איך ווייס אז דאס איז שוין אנ'אלטן אשכול, אבער איבער די ארטיסטן וואס מען האט באשריבן, איך מיין אז יצחק הולץ אדער האלץ האט זייער שיינע בילדער, איך האב פונקט גערעדט מיט אפאר חברים וועגן אים, האט איינער אויפגעברענגט א נקודה, אז למעשה זעט עס נישט אויס ווי א בילד, דאס הייסט די בארד למשל אדער שיך זעט נישט אויס פון דער נאנט מער ווי א שטיקל פעינט. זאגט דער אנדערער מר בר רב אשי אז דאס איז א גרעסערע קונץ ווייל דאס הייסט "אימפרעשאניזם" און דאס איז ריכטיג ארט, אויב איינער קען אביסל מרחיב זיין דעם דיבור איבער דעם וואלט איך זייער הנאה געהאט...

ר' יואל גליק מאכט הערליכע זאכן, איך בין נייגעריג וויפיל ער בעט, ווייל דער האלץ בעט ארום $50,000- $75,000 פאר זיינס א פעינטינג, איך ווייס נישט אויב איך וואלט ווען געהאהאט די געלט וואלט איך מיך געקענט ברענגען צו קויפן אזאנס. אבער האלץ ניצט די שענסטע קאלירן ווי אויך לייגט ער מורא'דיג אראפ דעם מצב.

ובזה אשים קץ למילי... חזק ואמץ אלע אידן!

דא האט איר איין האלץ, דערקוויקט אייך...
צוגעלייגטע
images (21).jpg
images (21).jpg (13.1 KiB) געזעהן 2932 מאל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש ינואר 03, 2015 8:04 pm

שלום עליכם!! אנגעהויבן מיטן רעכטען פוס!!

זייער אסאך פון די טייערע גוי'שע פענטינגס זענען א מערקעט, יענקל צאלט 10, ווייל משה צאלט צוואנציג. אויב איז דא א פענטינג וואס יאז עפעס ווערט, ווייל דער מעללער איז שטארק באוויסט, וועלן זיין קאלעקטערס וואס ווילען עס האבן.

לויפט איינער ארום קויפן, ווייל ער ויייסט אז פלוני קאלעקטער וועט צאלן, בעיט שוין דער ואוס האט עס אסאך געלט, ווייל ער ווייסט אז איינער לויםט עס נאך, פאר יענע קאלעקטער, און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער. להבדיל א סלאוויטא ספר, איז טייער קודם ווייל עס איז אנטיק, און עס זענען געווען די דריקערס גרויסע מענטשען, אבער בעיקר ווייל סקווירא זיכן די ספרים. און זשיטאמיר, ווייל עס איז די זעלבע דריקער ווי סלאוויטא - די דריקעריי האט שיך שפעטער אהין געצויגען - און איינער - כ'ווייסט נישט ווער, כ'מיין אפשר הערשי דזשעקאבס פון די לאוער איסט סייד - האט באשלאסען אז אויב אזוי איז דאך די צוויי די זעלבע, זענען היינט זשיטאמיר ספארים אויך טייער, ווייל איינער וועט עס ווילן קויפן.

דערנאך איז דא מעללער שפוקעלאנטען, וואס האלטן א געוויסע מעללער וועט אמאל ווערט זיין, און צאלן דערפאר אלס אינוועסטמענט. א צווייטער ווערט געוואר אז פלוני ארט אינוועסטער קאלעקט די זאך, אדער קויפט ער אנצוטראגען פאר יענעם, אדער קויפט ער אויך "אוועקצולייגען".

בקיצור עס איז א שפוקעלאציע מארקעט פונקט ווי אנדערע שפוקעלאנטען. גראדע איז דא נאך איין נקודה, אז אסאך "ארט געלעריס" זענען אויך קאסטעמערס פאר ארט, און דארט איז דא געלט ווי מיסט, ווייל זיי האבן פאנדעשאנס עד לרקיע, אטאמאטיש איז דא אין די מארקעט פאר ארט, אסאך געלט, טרייבט עס ארויף די פרייז.

איבער דאס וואס דו שמועסט פון די נישט פונקטליכקייט. אמאל צו פונקטליך נעמט אוועק פון די חן, ווען מען קוקט פון די ווייטענס. די "אומקלארע" ארט, לאזט פלאץ פאר די מח צו "אנפילן" די לעכער וואס איז נישט פונקטליך, און א מענטש קען אנפילן ווישיין ער וויל אין זיין דמיון. איז דא אינגאנצען אבסטרעקט אדער מאדערען ארט, און נאך דעם איז דא אביסעל אומקלאר, אלעס צו לאזן די מח "ערפילען" די חלל.

בכלל ארט איז דאך דאס די אויפטו, ווייל אין ריעלעטי, איז נישט אלעס אזוי פערפעקט, אז מען כאפט א בילד, קען מען נישט אזוי גרינג כאפן "פונקט ווי שיין מען וויל", אבער ווען מען מאלט, קען מען דאך דרייען אביסעלע אויסצוהיילן די פראבלעמען. און דאס ביסעל וואס מען לאזט אומקלאר, דאס מאכט, אז נישט נאר די מעללער, "פארעכט" וואס ער האלט עס פעלט, נאר אויך דער קוקער, קען אויך "פארעכטען" אין זיין דמיון.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5417
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מוצ"ש ינואר 03, 2015 8:14 pm

אז דו ביסט שוין יא מסביר, וואו שטעקט די חן אין 'מאדערן ארט'?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש ינואר 03, 2015 8:22 pm

ווישוואש האט געשריבן:אז דו ביסט שוין יא מסביר, וואו שטעקט די חן אין 'מאדערן ארט'?

אסאך פלאץ פאר דמיון. די חכמה איז, פונקט ווי דו קענסט נישט טראכטען פון די ניגון "מישע,מישע,מישענעסנעס אדער" .... אין בית הקברות... איז געוויסע שעיפס און קאלירן קענען אדער שטערן אדער העלפן די דמיון פון די מענטש חלומ'ן פון געוויסע זאכען. איז אז איינרע קען אוועק שטעלן א שטיקל מאדערן ארט, זאל צופאסען די מחשבות צו די מצב - למשל א גוטע פענטינג פאר די גוים צו הענגען אין פיונערל האום, פארשטייסטעמעך, איז ער או גוטער מארדן ארט קינסלער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מוצ"ש ינואר 03, 2015 8:50 pm

שכועך
אז דו ביסט שוין יא מסביר, וואו שטעקט די חן אין 'אבסטרעקט ארט'?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש ינואר 03, 2015 9:25 pm

גערעכטער האט געשריבן:שכועך
אז דו ביסט שוין יא מסביר, וואו שטעקט די חן אין 'אבסטרעקט ארט'?

ואוס איך האב פריער געשריבן איז אבסטרעקט ארט. מאדערן ארט איז מער ווייניגער "וואס איינער האט אפגעמאכט אז עס איז ארט" און אין א געוויסע זין, ווי ווייטער עס איז פון עכטע ארט, אלס חשובער איזעס......

אגב, אבסטרעקט ארט, איז נישט עפעס וואס איס געבוירן פון איין טאג צום צווייטן, צוביסלאך איז מען אוועק פון "פונקטליך", צו "אביסעל בלורי", צו "עכטע בילדער" נאר מיט "ווילדע" שעיפס, קאלירן וכדו' צו עכטע זאכן צוזאם געשטעלט אינגאנצען פון געוויסע סעיפס ווי "דרייענגעלס" "סווירס" וכו', דארט איז שוין די "עכטע" חלק, געווען זייער "באהאלטן", און פון דארט האט מען איבערגעלאזט די "עכט" חלק, און געבליבן מיט די "ווילדע קאלירן", אינטערעסאנטע שעיפס" וכדו'.

דאס איז מער ווייניגער וואס מען רופט "אבסרעקט ארט". עס מוז נישט זיין גארנישט, נאר אזוי ווי ארט פלעגט באשטיין פון "די בילד" און די ציגעהערן - קאליר, שעיפ, שאטן וכו', האט מען אלעס געלאזט דארט, חוץ.......... די בילד!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מוצ"ש ינואר 03, 2015 9:33 pm

אה, איך האב אלץ געוויסט אז 'אבסטרעקט' איז עפעס א מין יצירה וואס מקען נישט זאגן וואס דאס איז... אבער 'מאדרן' ארט איז א בילד וואס מ'קען נאר זעהן פונדערווייטנס, ניין?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש ינואר 03, 2015 9:40 pm

גערעכטער האט געשריבן:אה, איך האב אלץ געוויסט אז 'אבסטרעקט' איז עפעס א מין יצירה וואס מקען נישט זאגן וואס דאס איז... אבער 'מאדרן' ארט איז א בילד וואס מ'קען נאר זעהן פונדערווייטנס, ניין?

א בילד וואס מען קען נאר "זעהן פונדערווייטענס" איז "אימפרעשעניזעם". נישט אזוי ווייט "מען קען נאר זעהן פון דער ווייטענס", נאר די עיקר אז די נקודה איז די געשעניש, די "פילינג", נישט אזוי ווייט די פונקטליכקייט. ווילסט "פונקטליך" מאך א בילד מיט א קעמרע!!

אויב מיינסטו עפעס א "קונץ שטיק" וואס מען קען נאר זעהן פון די ווייטענס, איז עס ענדערשט "מאדערן ארט" וואס קען אריין נעמען יעדע זאך וואס איז "נישט געהעריגע ארט".

אבסטרעקט איז אויך זייער א "ברייטע" ווארט, עס נעמט אריין אסאך, אבער דארט איז די נקודה ווי כ'האב געשריבן, נאר ארבייטען מיט די "ארון און ארום" אנשטאט מיט די בילד אליין. אויב מאכט מען "אבסטרעקט ארט" מיט "געהעריגע ארט אין קאפ" וועס עס זיין "שאטענס, שעיפס, קאלירן, מיט "נארמאלע" גבולים. אויב מאכט מען "אבסטרעקט ארט" מיט "פאוויזעם" אין קאפ - פאוויזעם איז מער ווייניגער עכטע זאכען פרעזענטירט "ווילד" - וועט עס זיין ""שאטענס, שעיפס, קאלירן, מיט "אפ-נארמאלע" גבולים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5417
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מוצ"ש ינואר 03, 2015 10:06 pm

זע נאר ווי אונזער ענציקלאפעדיע האט ברייטע וויסנשאפט אין ארט אויך.. שכח פאר'ן באשיינען דאס פלאץ!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מוצ"ש ינואר 03, 2015 11:00 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן: איז, פונקט ווי דו קענסט נישט טראכטען פון די ניגון "מישע,מישע,מישענעסנעס אדער" .... אין בית הקברות... איז געוויסע שעיפס און קאלירן קענען אדער שטערן אדער העלפן די דמיון פון די מענטש חלומ'ן פון געוויסע זאכען.

אזוי גוט ארויסצוברענגן א זאך? פויפויפוי (מיט א פינטל) ברוך שחלק מחכמתו...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2015 6:55 pm

תגובהדורך שערי-תירוצים » זונטאג ינואר 04, 2015 10:56 am

א דאנק אייך לכתחילה, איך בין בייאיינדרוקט פון אייער וויסנשאפט...

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג ינואר 04, 2015 10:58 am

איך אויך פון אלע אספעקטן און אנגלען בליעה"ר
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
חבדניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 12:25 pm
לאקאציע: בבית חיינו 770
פארבינד זיך:

ארט קלאסען

תגובהדורך חבדניק » מאנטאג פאברואר 02, 2015 9:54 pm

ערשטע מאל אין היסטאריע! ארט לעסאנס אויף אידיש פאר אינגעלייט, געגעבן דורך ר׳ יואל גליק איעדע וואך דאנערשטאג אין באראפארק פאר מער דעטאלן רופט. 8452480048 אדער joelgluckartist@gmail.com
איך וויל זע גארניט איך וויל ניט דיין גן עדן איך וויל ניט דיין עולם הבא איך וויל מער ניט אז דיר אליין!

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re:

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג יולי 06, 2020 5:41 pm

שמעלקא האט געשריבן:די חילוק ווי אזוי מענער און פרויען זעהן קאלירן

פיינע נייעס!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: אלעס ארום אונזערע היימישע ארטיסטן און גראפיקר

תגובהדורך הלשון » מאנטאג יולי 06, 2020 5:53 pm

נישט קיין קריטיק חלילה - איך וויל סתם פארשטיין:

וואס איז די ציל מיט'ן געבן יעצט א שרייב "פיינע נייעס", אויף א תגובה וואס איז געשריבן געווארן איבער א שמיטה יארן צוריק, אין א אשכול וואס שלאפט שוין טיף פאר איבער 5 יארע.

די זעלבע קשיא האב איך לעצטענס אויף פארשידענע אשכולות
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: אלעס ארום אונזערע היימישע ארטיסטן און גראפיקר

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג יולי 06, 2020 5:55 pm

הלשון האט געשריבן:נישט קיין קריטיק חלילה - איך וויל סתם פארשטיין:

וואס איז די ציל מיט'ן געבן יעצט א שרייב "פיינע נייעס", אויף א תגובה וואס איז געשריבן געווארן איבער א שמיטה יארן צוריק, אין א אשכול וואס שלאפט שוין טיף פאר איבער 5 יארע.

די זעלבע קשיא האב איך לעצטענס אויף פארשידענע אשכולות

דאס קומט אין רעזולטאט פון דעם וואס פאר א געוויסע ניק איז געפאלן דעם אשכול און ער וויל עס אויפלעבן, אדער וויל ער סתם אזוי עס ארויפברענגען און מזכה זיין אנדערע מיט דעם אוצר,

דאס איז דער תירץ אין דעם אשכול און אין פארשידענע אנדערע אשכולות...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: אלעס ארום אונזערע היימישע ארטיסטן און גראפיקר

תגובהדורך הלשון » מאנטאג יולי 06, 2020 5:59 pm

אטא דאס איז מיין קשיא.

ממילא האסט עפעס א הוספה, אדער ס'איז מענינא דיומא וכדומה...

מען קען דאך יעדן טאג ארויפברענגן צענדליגע אשכולות אן קיין סיבה, און צושרייבן "פיין"!

#דעת יחיד
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אלעס ארום אונזערע היימישע ארטיסטן און גראפיקר

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג יולי 06, 2020 8:09 pm

פופציגער האט געשריבן:דאס קומט אין רעזולטאט פון דעם וואס פאר א געוויסע ניק איז געפאלן דעם אשכול און ער וויל עס אויפלעבן, אדער וויל ער סתם אזוי עס ארויפברענגען און מזכה זיין אנדערע מיט דעם אוצר,

דאס איז דער תירץ אין דעם אשכול און אין פארשידענע אנדערע אשכולות...
הלשון האט געשריבן:אטא דאס איז מיין קשיא.

ממילא האסט עפעס א הוספה, אדער ס'איז מענינא דיומא וכדומה...

מען קען דאך יעדן טאג ארויפברענגן צענדליגע אשכולות אן קיין סיבה, און צושרייבן "פיין"!

#דעת יחיד

פופציגער האט זייער גוט געזאגט!

אטא וואס איז דיין קשיא?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: אלעס ארום אונזערע היימישע ארטיסטן און גראפיקר

תגובהדורך הלשון » מאנטאג יולי 06, 2020 8:11 pm

געשריבן זייער קלאר מיין מיינונג/קשיא...


מעגסט האלטן און טוהן אנדערש...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: אלעס ארום אונזערע היימישע ארטיסטן און גראפיקר

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג יולי 07, 2020 2:39 pm

נו שוין, האט דער אשכול אויפברענגעריי יא געהאט א תועלת...

איך האב שוין אויך אמאל געטון אזא זאך, פשוט ווייל איך האב געוואלט דער עולם זאל זעהן דעם אשכול און דער שמועס דארט זאל ציען ווייטער דעם פאדים, מעגליך דאס איז געווען דער כוונה פונעם שרייבער
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MCITP, נקודהלע און 5 געסט