בלאט 20 פון 22

געשריבן: זונטאג מאי 04, 2014 2:26 pm
דורך אַבּערוואַס
חבדניק האט געשריבן:Storongly disagree

How strong?

באמת, איך בין נישט געקומען דא סתם אויסצופייטן מיין פוינט אויף וויו, און איך בעט איבער דעם וואס וואס פילט אז ס'צו שארף אוועקגעשטעלט געווארן. הפנים ס'קען זיין א געוויסע דקות'דיגע נקודה ווי מ'קען מפלפל זיין.

אבער, דער יסוד איז אמת ויציב. די חן פון א מעהלעריי קען נאר קומען פון פנימיות הנפש. און אויב איינער וויל עס בעסער/אנדערש מסביר זיין, הארצן גערן, אבער ביטע נישט מחולק זיין אויף פאקטן מיט סברות/געפילן, שכח.

געשריבן: זונטאג מאי 04, 2014 2:43 pm
דורך זאל ער קומען
אַבּערוואַס האט געשריבן:ביטע נישט מחולק זיין אויף פאקטן מיט סברות/געפילן, שכח.

חוץ אויב די פאקטן זענען אויך נאר באזירט אויף סברות/געפילן, שכח….

געשריבן: זונטאג מאי 04, 2014 8:56 pm
דורך חבדניק
אַבּערוואַס האט געשריבן:
חבדניק האט געשריבן:Storongly disagree[/quote.

אבער, דער יסוד איז אמת ויציב. די חן פון א מעהלעריי קען נאר קומען פון פנימיות הנפש.

הוא אשר דברתי נאר די טעיסט אבער עס דארף זיין אויסגעהאלטן מיט די כללים וואס מען ווערט נישט געבוירען מיט דעם וכך שמעתי מרבותי מיר האבען געלערנט אזוי ביי איינעם פון די גרעסטע מעלער אין די וועלט ר מנשה גינזבורג (max ginsburg) נאך מער אז אפילו די וואס ווערן יא געבוירן מיט די חוש איז נאר אויף חלקים ווי למשל מיט א שטארקע חוש פאר קאליר אבער די אנדערע חלקים דארף ער שווער ארבייטן ווי למשל קאמפאזישן (ווי אזוי אויסצישטעלן דעם בילד)

געשריבן: זונטאג מאי 04, 2014 9:02 pm
דורך חבדניק
ר מנשה גינסבורג

געשריבן: זונטאג מאי 04, 2014 10:09 pm
דורך חבדניק
איסדאר קויפמאן

געשריבן: זונטאג מאי 04, 2014 10:11 pm
דורך חבדניק
נאך

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 12:55 am
דורך חנוך
חבדניק קענסט אפשר מציע זיין א ארט טיטשער אין די ניו יארק געגענט? איך זיך נישט די בעסטע און גרעסטע אויף יעצט, פשוט איינער וואס ווייסט בערך וואס טוט זיך.

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2014 5:43 pm
דורך חבדניק
J gluck

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 10:30 pm
דורך חבדניק
J gluck פארברענג מיט ר מענדל פוטערפאס

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 11:00 pm
דורך לכתחילה אריבער
מתוק מדבש!!

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 5:50 pm
דורך חנוך
מזל טוב, חבדניק אויפן דעקל פונעם עמי די וואך.

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 5:53 pm
דורך מאנ-יימער
photo (2).JPG

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 5:54 pm
דורך זאל ער קומען
חבדניק האט געשריבן:נאך

אריין אין שטריימל אשכול. ווי איז וויכי ווען מ'דארף אים...

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 6:06 pm
דורך מי יודע
מאנ-יימער האט געשריבן:
photo (2).JPG

ליין איך אזוי דעם קעפל

פראמ חסיד טו קאנוויקטעט אילסלאמיק טעראריסט עמי מאגאזין

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 6:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
מי יודע האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:
photo (2).JPG

ליין איך אזוי דעם קעפל

פראמ חסיד טו קאנוויקטעט אילסלאמיק טעראריסט עמי מאגאזין

:lol:

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:16 am
דורך חנוך
"בצלאל" ארט גאלערי שטעלט פאר די "Joel Gluck art show". דעם זונטאג נאכט, 7:30 אין קראון הייטס.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:58 am
דורך green
חנוך האט געשריבן:"בצלאל" ארט גאלערי שטעלט פאר די "Joel Gluck art show". דעם זונטאג נאכט, 7:30 אין קראון הייטס.

בילד



קומטס און די מאסן!

א חבר דא אויפן וועלטל

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:26 pm
דורך ניק ניק
באמבאסטיש האט געשריבן:אויך איז דא לעצטענס אין קרית יואל א ניי אויפקומענדע שטערן, ה"ה האברך ר' יואל בר"א גליק, וואס איז א ריעל ארטיסט, און איז לעצטענס אריין אין גרעפיקס.(דאכט זיך אז ער רופט זיך גאלדען בראש).

ר' יואל בן?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
שיינער אינטערוויו אויף קולמע מיט יואל גליק.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 1:28 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ר' יואל בן?

ר' אלי'
חתן ר' דוד לייב זיכערמאן

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:05 pm
דורך סמארט גאי
Can some one please explain the alef bais of art,???

My brain doesn't contain even 1 drop of art info.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:06 pm
דורך לכתחילה אריבער
סמארט גאי האט געשריבן:Can some one please explain the alef bais of art,???

My brain doesn't contain even 1 drop of art info.

פארשטייסט אז עס איז א קונץ צו מאלן שיין?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:57 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

חבדניק, א קשיא'לע.

ווען איך גיי אדורך א פעינטינג (און איך האב אביסל צייט) קען איך בלייבן שטיין און באטראכט א לאנגע צייט, ווייל איך האב א געפיל צו "ליינען ארט."

אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין פינטעלע געפיל, צו פארשטיין אדער פילן וואס דער ארטיסט האט געטראכט-געפילט בשעת'ן מאלן. נישט ביי נאטור, נישט ביי עבסטרעקט. לא מיני' ולא מקצתי'. אבער עם כל זה, איך כשלעצמי קען שטיין אויף א מאלעריי א 10-15 מינוט און זיך דערגרונטעווען דערין און צומאל פילן וואס מען פילט ביים הערן שיינע מוזיק.

סאו איז דאס א סתירה?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm
דורך לכתחילה אריבער
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

חבדניק, א קשיא'לע.

ווען איך גיי אדורך א פעינטינג (און איך האב אביסל צייט) קען איך בלייבן שטיין און באטראכט א לאנגע צייט, ווייל איך האב א געפיל צו "ליינען ארט."

אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין פינטעלע געפיל, צו פארשטיין אדער פילן וואס דער ארטיסט האט געטראכט-געפילט בשעת'ן מאלן. נישט ביי נאטור, נישט ביי עבסטרעקט. לא מיני' ולא מקצתי'. אבער עם כל זה, איך כשלעצמי קען שטיין אויף א מאלעריי א 10-15 מינוט און זיך דערגרונטעווען דערין און צומאל פילן וואס מען פילט ביים הערן שיינע מוזיק.

סאו איז דאס א סתירה?

דו באציסט זיך אויפן אינטערוויו?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 5:17 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

ניין, נישט בנוגע די אינטערוויו דוקא. איך רעד פון ארט אין גענעראל.