אלעס ארום אונזערע היימישע ארטיסטן און גראפיקר

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אפוויש טוך
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 18, 2011 4:30 pm

אלעס ארום אונזערע היימישע ארטיסטן און גראפיקר

תגובהדורך אפוויש טוך » מאנטאג ינואר 24, 2011 6:16 pm

דא קען מען רעדן פון אלע היימישע ארטיסטן און היימישע גראפיקר מיט זייערע טאלאנטן ווער זיי זענען און מיט וואס "יעדער" פון זיי צייכענט זיך אויס און אויך זייערע מעלעריי און ארט קונצט ווערק סיי מיט די האנט און סיי מיטן טעכנעגלאגיע
אבער ביטע נאר פריוואטע זאכען נישט קיין ביכלעך מיט זאכען וואס יעדער קען און עס דרייט זיך אויפן גאס
ווייל דאן איז אין לדבר סוף

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג ינואר 24, 2011 6:22 pm

ווער קען צאמשטעלן א ליסטע פון אלע היימישע גראפיקער בדורינו?

קאצקע צוקער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 2:00 pm

תגובהדורך קאצקע צוקער » מאנטאג ינואר 24, 2011 6:22 pm

שלום צום נייעם אשכול כאף פאר אינטערעסאנטע שמוסן און אפהאנדלונגען

קאצקע צוקער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 2:00 pm

תגובהדורך קאצקע צוקער » מאנטאג ינואר 24, 2011 6:25 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:ווער קען צאמשטעלן א ליסטע פון אלע היימישע גראפיקער בדורינו?

הייב אן פון די עי בי סי און אזוי ווייטער
די ערשטע מיט א עי איז ארטיסטיק ר' בערי ווייס פון די גאנץ ערשטע און די היימישע ליין און גייט נאך אן מיט א שוואונג

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » מאנטאג ינואר 24, 2011 6:26 pm

די מנהלים גבאים ראשי קהלה (ווער ס'האט די שליסלעך) ווערן געבעטן צו שמעלצן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג ינואר 24, 2011 6:30 pm

קאצקע צוקער האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:ווער קען צאמשטעלן א ליסטע פון אלע היימישע גראפיקער בדורינו?

הייב אן פון די עי בי סי און אזוי ווייטער
די ערשטע מיט א עי איז ארטיסטיק ר' בערי ווייס פון די גאנץ ערשטע און די היימישע ליין און גייט נאך אן מיט א שוואונג

ר' אנשיל ג"ב פון ראיעל אימעדזש איז א A ....

דאכט זיך אז יארן צוריק פאר די קאמפיוטער צייטן האט זיין קאמפאני געהייסן טריפל A עפעס אזוי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אפוויש טוך
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 18, 2011 4:30 pm

תגובהדורך אפוויש טוך » מאנטאג ינואר 24, 2011 6:31 pm

ווער עס האט און באזיץ די עדס וואס איז גערעד געווארען פון ר' אנשיל גאלדברגר דער ערשטער גראפיק ארטיסט ביים אונזער געמיינדע פון G&G זאל עס ביטע ברענגען פארן עולם ליהנות בהם און אביסל אויפפרישן זיסע זכרונות פון אונזער פארצייטישן אמאל (אביסל אינטערסאנט 20 יאר רופט זיך שוין אמאל.....? אבער יא מיט די טכנעלאגיע האט זיך דאס א ריק געטון מער ווי א וועלט...!)
אדער אנדערע וואס ער האט געמאכט
לעצט פאראכטן דורך אפוויש טוך אום מאנטאג ינואר 24, 2011 6:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קאצקע צוקער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 2:00 pm

תגובהדורך קאצקע צוקער » מאנטאג ינואר 24, 2011 6:33 pm

מי יודע האט געשריבן:
קאצקע צוקער האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:ווער קען צאמשטעלן א ליסטע פון אלע היימישע גראפיקער בדורינו?

הייב אן פון די עי בי סי און אזוי ווייטער
די ערשטע מיט א עי איז ארטיסטיק ר' בערי ווייס פון די גאנץ ערשטע און די היימישע ליין און גייט נאך אן מיט א שוואונג

ר' אנשיל ג"ב פון ראיעל אימעדזש איז א A ....

דאכט זיך אז יארן צוריק פאר די קאמפיוטער צייטן האט זיין קאמפאני געהייסן טריפל A עפעס אזוי

יא אבער היינט רופט זיך דאס ROYAL IMAGE

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג ינואר 24, 2011 6:37 pm

האסט נישט געכאפט, ר' אנשיל איז א A

עניוועי, אין אנדערן אשכול זע איך אונזערע ראשי קהלה גייען תשר"ק, מען האט אנגעהויבן ביי ש

נישט קיין נפק"מ ווער, הייבט אן מיט איינעם, ווער ס'ווערט די ערשטע מרוצה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אפוויש טוך
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 18, 2011 4:30 pm

תגובהדורך אפוויש טוך » מאנטאג ינואר 24, 2011 6:42 pm

נא אויב אזוי ברענג די עדס פונעם אמאל

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג ינואר 24, 2011 7:21 pm

צוויי מעלער וועלכע לעבן שוין נישט, הרבני ר' פישל באב"ד און הרה"ח ר' שלמה מאנדעל זכרונם לברכה,
די זענען ליידער אוועק אינגערהייט דער ערשטער נאך זעך מוטשען ומזוכך ביסורים און דער צווייטער פלוצלינג.

ויבלחט"א, אפשר נישט קיין מעלער אבער דאך מיט א ארטיסטישע טאלאנט, פלעגט זיין צענדליגער צעטלעך און פלאקאטן געשריבן דורך ש.מ.ח.ה.
ועמך כולם צדיקים

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג ינואר 24, 2011 7:48 pm

ביקסאד האט געשריבן:צוויי מעלער וועלכע לעבן שוין נישט, הרבני ר' פישל באב"ד און הרה"ח ר' שלמה מאנדעל זכרונם לברכה,
די זענען ליידער אוועק אינגערהייט דער ערשטער נאך זעך מוטשען ומזוכך ביסורים און דער צווייטער פלוצלינג.

ויבלחט"א, אפשר נישט קיין מעלער אבער דאך מיט א ארטיסטישע טאלאנט, פלעגט זיין צענדליגער צעטלעך און פלאקאטן געשריבן דורך ש.מ.ח.ה.

יא, געדענק מיר נאך גוט ר' ש.מ.ח.ה.

אפשר אינטערוויוט מען אים אויך....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אפוויש טוך
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 18, 2011 4:30 pm

תגובהדורך אפוויש טוך » דינסטאג ינואר 25, 2011 10:30 am

יא דענקען מיר די גרויסע פיר קאנטיגע אותיות מיט אלע מיני קאלירן ספרעי און מאזדשיק מארקערן, פאר ריכטיגע אויפרייס האט מען גענוצט דירעקט די היילייט קאלירן, אז מען האט דאס געזעין א בלאק ווייט,
אינטערסאנט איז.. נישט לאנג צוריק האב איך געזעין די מוסדות פון מונטריאל האט נאך געהאנגען דעם פלאקאט פאר זייער אן "אפיל" דא און נוא יארק
און יענע יארן איז געווען און סטייל מאכען אפילס פאר לכו נרננה נישט קיין פענסי דינערס מיט די גרויסע פארזאמלונגען ווי מע רופט דאס היינט "מעמד"
איך מיין אז אויך די ארגענטינער מוסדות ווילן אויך נאך נישט אויפגעבן מסורות אבות און לייגען אויך נאך אוועק די סחורה מידי שנה בשנה

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » דינסטאג ינואר 25, 2011 3:28 pm

אַ קאלערינג בוך וואס ר' שלמה מאַנדל פלעגט צו אַרויסגעבן אין די לעצטע יארן
צוגעלייגטע
Untitled.jpg

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג ינואר 25, 2011 3:53 pm

אינטערעסאנט אז קיינער האט נאך נישט דערמאנט ר' נתנאל אלטמאן פון קרית יואל

אויך א ארטיסט איך מיין נאך היינט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אפוויש טוך
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 18, 2011 4:30 pm

תגובהדורך אפוויש טוך » דינסטאג ינואר 25, 2011 4:04 pm

ohrchodosh האט געשריבן:אַ קאלערינג בוך וואס ר' שלמה מאַנדל פלעגט צו אַרויסגעבן אין די לעצטע יארן

מען האט געבעטן נישט קיין ביכלעך ביטע און יישר כח

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » דינסטאג ינואר 25, 2011 4:08 pm

כאב געטראפן און מיינע ארכיון דעם סיין פון יסוד איתן
כמיין אז ר' אנשיל גאלדבערגער האט געמאכט דעם לאגא (נישט זיכער) און ר' שמואל שפיצער די סיין ווען ער האט נאך געארבייט ביי רילייעבל ר' חיים אלעזר הערשקאוויטש נ"י
אויב איינער האט א קלארערע ביטע ארויפלייגען מזעיט אז עס שטייט א נאמען אבער מקען עס נישט ליינען
צוגעלייגטע
Untitled-1.jpg

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דינסטאג ינואר 25, 2011 4:15 pm

כ׳געדענק אז דער עולם האט באוואונדערט דעמאלטס דעם סיין

קאצקע צוקער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 2:00 pm

תגובהדורך קאצקע צוקער » דינסטאג ינואר 25, 2011 5:04 pm

עס איז געווען פון די ערשטע לארדזש פארמאט סיינס, דארט בערך האט זיך אנגעהויבן די היינטיגע עפאכע פון די לארדזש פארמאט בעננערס וואס איז אויסגעשפרייט איבעראל
ווער האט דאס טאקע געמאכט??

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג ינואר 25, 2011 5:17 pm

זארג_נישט האט געשריבן:כאב געטראפן און מיינע ארכיון דעם סיין פון יסוד איתן
כמיין אז ר' אנשיל גאלדבערגער האט געמאכט דעם לאגא (נישט זיכער) און ר' שמואל שפיצער די סיין ווען ער האט נאך געארבייט ביי רילייעבל ר' חיים אלעזר הערשקאוויטש נ"י
אויב איינער האט א קלארערע ביטע ארויפלייגען מזעיט אז עס שטייט א נאמען אבער מקען עס נישט ליינען

איך געדענק איך אזוי, ר' אנשיל האט געמאכט די לאגא און ר' שמואל די סיין, כ'מיין אבער אז ר' שמואל איז שוין דעמאלטס געווען אליין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג ינואר 25, 2011 5:18 pm

מי יודע האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נאך נישט דערמאנט ר' נתנאל אלטמאן פון קרית יואל

ר' דוד דערשאוויץ אויך נישט.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דינסטאג ינואר 25, 2011 5:27 pm

ביקסאד האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נאך נישט דערמאנט ר' נתנאל אלטמאן פון קרית יואל

ר' דוד דערשאוויץ אויך נישט.

ר׳ דוד האט די פאך בירושה פון זיין טאטן ר׳ יוסף וועלכער איז געווען א ריזיגער מעהלער (מ׳קען זעהן ר׳ יוסף׳ס ארבעט אין די באר יהודה אויסגאבעס פון פורים און שבועות, ממש פלאי פלאים).
ר׳ דוד פאר זיך איז אויך א געוואלדיגער מומחה, ער טוט אויך אין אויל פעינטינג, ער האט ביי זיך אינדערהיים א הערליכע קאלעקשאן.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג ינואר 25, 2011 5:28 pm

אויך איז דא לעצטענס אין קרית יואל א ניי אויפקומענדע שטערן, ה"ה האברך ר' יואל בר"א גליק, וואס איז א ריעל ארטיסט, און איז לעצטענס אריין אין גרעפיקס.(דאכט זיך אז ער רופט זיך גאלדען בראש).

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג ינואר 25, 2011 5:50 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:ר׳ דוד פאר זיך איז אויך א געוואלדיגער מומחה, ער טוט אויך אין אויל פעינטינג, ער האט ביי זיך אינדערהיים א הערליכע קאלעקשאן.

יאך האב פון איהם געזעהן א מאל שטוינענדע מאלערייען אויף אייער.
ועמך כולם צדיקים

אפוויש טוך
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 18, 2011 4:30 pm

תגובהדורך אפוויש טוך » דינסטאג ינואר 25, 2011 6:34 pm

יא גערעכט ר' דוד דערשאוויץ נ"י איז אויך א גאר א גוטער מעלער איך האב און מיין באזיץ מערערע בילדער (פעינטינגס) פון אים וואס ער האט געמאלוועט
זיין פאטער ר' יוסף ע"ה איז געווען גאר גרויס און פענסיל מעלערייע ער איז געווען גאר באקאנט מיט זיין אינטערעסאנטע גאנג וואס איז געווען גאר קונצליץ געקאטשקעט אבער עפעס גאר אויסנאם שיין
עס איז פארבליבען גאר איטערסאנטע מעלערייען פון אים,
איך בין נאך געווען ביי אים ווען ער איז שוין נישט געווען אזוי ביי די כוחות די לעצטערע יארן, קוים וואס ער האט זיך נאך גערורט ניטאמאל גערעדט.... אבער א בליי האט ער נאך פיין געהאלטען סאיז מיר געווען זייער אינטערסאנט


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט