פארוואס זאלסטו נישט קענען פאטאשאפ?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

וועגן מר פאטאשאפ'ס עצה האט מען שוין גערעדט אמאל דא.

אבער אויף דעם ספעציפישן פאל איז בעסער צו טון וואס קהת זאגט, מ'מאכט "קאפי לעיער סטייל" און מ'סעלעקט "אלע לעיערס" וואו מ'וויל פעיסטן, און מ'פעיסט אלע אויף איינמאל.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

א פרייליכן חנוכה! פון מר. פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

א פרייליכן חנוכה!

וואונטשט
מר. פאטאשאפ
אטעטשמענטס
A Freilichen Chanukah Small.jpg
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

וואויל, מר. פאטאשאפ,
די פאנקען זעהען נאר אויס מער עכט ווי דער ליכטעל.
אפשר ווייל כבין הינגעריג
אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סימקאוויטש »

פארוואס האסטו געלאזט אזוי פיל פלאץ צווישן די שורות פון: א - פרייליכן - חנוכה, עס וואלט געווען אסאך שענען ווען מען ריקט דאס צוזאם

אה! כמעט פארגעסן, עס איז הערליך שיין! ווערי נייס!
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

זייער שיין! און שלום עליכם הרב סמיקאוויטש! לאנג טיים נאו סי!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

באקומען אין אימעיל פון [email protected]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

לערנט אייך אויס פאטאשאפ
http://www.filesavr.com/9RD3EPF0BZ822GR
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

This webpage is not available.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

האניג האט געשריבן:This webpage is not available.


ביי מיר ארבייט עס יא
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

אפשר ווילסטו מיר עס שיקן אין אימעיל?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

סימקאוויטש האט געשריבן:פארוואס האסטו געלאזט אזוי פיל פלאץ צווישן די שורות פון: א - פרייליכן - חנוכה, עס וואלט געווען אסאך שענען ווען מען ריקט דאס צוזאם


א מעדער אוו טעיסט... איך גלייך עס גראדע יא אזוי צושפרייט.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

ווינקל האט געשריבן:
סימקאוויטש האט געשריבן:פארוואס האסטו געלאזט אזוי פיל פלאץ צווישן די שורות פון: א - פרייליכן - חנוכה, עס וואלט געווען אסאך שענען ווען מען ריקט דאס צוזאם


א מעדער אוו טעיסט... איך גלייך עס גראדע יא אזוי צושפרייט.

איך אויך
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך אויך....
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

ליינער האט געשריבן:לערנט אייך אויס פאטאשאפ
http://www.filesavr.com/9RD3EPF0BZ822GR


כבוד חבירי היקרים שיחיו

איך האב יעצט דאונלאודעד דעם פייל וואס ׳ליינער׳ האט געפאוסטעד מיט אפאר טאג צוריק, איך ווייס ׳נישט׳ ווער עס האט דאס צוזאמענגעשטעלט אבער דאס איז אויסדרוקליך ׳נישט׳ די אויסגאבע פון וואס איך האב גערעדט אז איך גיי צוזאמען נעמען די גאנצע אשכול און שיין מסדר זיין; דאס האט עמיצער געקאפיעט און זיך עס מסדר געוועזן כפי דעתו ורצונו, איז היות איך האב נישט ארויפגעלייגט קיין ׳copyright' אויף מיינע ארטיקלען איז דאס פריי פאר יעדן צו טאן דערמיט כל מה שלבו חפץ, אבער - מורי ורבותי! ס׳איז א שאד...! זייט מוחל און האט געדולד ביז איך וועל דאס אליינס צוזאמענשטעלן, עס וועט זיין אי"ה א סוקסעס פון א זאך, איך קום פשוט נישט אן דערצו לעת עתה אבער עוד חזון... איין זאך יא - ווער עס איז מיר גרייט צו העלפן דערמיט, אדרבה! איך וועל אים שטארק דאנקבאר זיין דערויף.

מיין אימעיל אדרעס איז [email protected]

זייט געזונט און האט א פרייליכן חנוכה
מר. פאטאשאפ
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

טייערער חבר מר. פאטאשאפ נ"י
אין המצוה נקראת אלא על שם גומרה
קודם אפשר וואלט געווען כדאי צו שרייבן וועגן נאך פיטשער'ס 3-D א.ד.ג. והשנית דער גאנצער עולם ווארט שוין בכליון עינים אויף דיין טרענינג ביכל.
דער עולם שעצט שטארק דיין ארבעט, קיפ אן קיפ אן
ווען וועלן מיר דיך שוין נאכאמאל זען (ניגון) (י' פעמים)

בקשה
איך האף אז קיינער וועט נישט זיין קיין משיג גבול ח"ו ארויסגעבן דעם בוק אן רשות פונעם שרייבער

בברכת ידידך ודו"ש
מחזור
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

יישר כח הרב מחזור ׳For your very kind words' - דער אמת איז אז איך וואלט ווען געקענט שרייבן נאך (ס׳איז נאך דא היבש זאכן פון וואס צו רעדן) נאר עס קומט מיר שוין נישט אויס אזוי אפט קיין צייט, נישט צו שרייבן און נישט צו ארבעטן אויף א ביכל, און דאס איז די סיבה פארוואס איך האב באשלאסן צו פרעגן ווער עס קען מיר זיין בייהילפיג... אזוי אז מ׳ארבעט מיט צוזאמען מיט נאך עמיצן איז ׳פארשטייצעך׳ גרינגער. דאס איז בנוגע שרייבן בכלל, יעצט וועגן די 3D פיטשערס איז אזוי - איך וועל זיין זייער אמת׳דיג - איך האב דאס נאכנישט גענוצט געהעריג מיט אלע מפרשים צו קענען וויסן אלע פיטשערס און עס איבערצוגעבן ווייטער, אמאל דא דארטן קומט מיר אויס ממש אויף א קורצע צייט איך זאל דאס נוצן אבער בדרך כלל בין איך נישט 'Into it'.

איך וויל אבער קלאר מאכן פאר ציבור איין זאך - איך קום טאקע נישט אן זיך אראפצוזעצן און שרייבן פרישע ארטיקלען אבער דאס מיינט נישט אז ווען עמיצער וועט פרעגן א ספעציפישע שאלה (נישט בדרך כלל) וועל איך עס נישט גיין מסביר זיין; אדרבה - פרעגט! איך בין זיכער אז דער אשכול קען נאך אסאך פארטראגן אין זיך (און איך האף אז עס וועט נאך).

זייט געזונט
מר. פאטאשאפ
נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר נייעס »

מר פאטאשאפ איך האב דיר געוואלט פרעגען א קליינע קשיא
עס קען זיין אז די האסט עס שוין געשריבען דא אבער איך האב געזיכט אין נישט געטראפען

ווי אזוי נעם איך אראפ א בעגראנט פון א פיקטשער
למשל איך האב א סימבאל אבער עס האט א ווייסע בעגראנט אין איך וויל עס אראפ מעמעם
ווי אזוי מאך איך עס


נאך א קשיא ווי אזוי ברענג איך צו זאם צוויי פיקטשערס אין איין פעטש
איך ווארט צי הערן
יישר כח פון פאראויס
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

דא האסטו די שיעור פון אויסשניידן א בילד!
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:מ׳האלטמער אינמיטן די נושא פון אויסשניידן אן אבדזשעקט אין פאטאשאפ, באמת - עס איז זייער א פארצווייגטע נושא, עס זענען פארהאן פארשידענע וועגן וויאזוי אויסצושניידן א בילד, א טייל זענען מער פשוט׳ע אין א טייל זענען קאמפלאצירט, אבער אזויווי איך ברויך זיך צו האלטן צום "שיעור בקיאות" זייט, וויל איך נישט קריכן צו ווייט.

עס איז דא נאך א וויכטיגע נקודה וואס איך האב געוואלט דערמאנען, אזויווי שוין נעכטן דיסקוסירט צווישן די חשוב׳ע מקשיבי השיעור, אז עס טוט כסדר פאסירן ביים שניידן אז מ׳פארפארט אינמיטן שניידן וכדומה, אלזא זאל מען וויסן אז יעדע סארט סעלעקשאן קען מען פאררעכטן שפעטער אויך, דהיינו, אויב ווען מ׳ענדיגט מאכן דעם סעלעקשאן און מ׳זעהט אז די סעלעקשאן איז נישט אזוי גוט געלונגען, זאל מען נישט ווערן פארלוירן און דיסעלעקטן (מבטל זיין דעם סעלעקשאן), נאר בשעת ווען דער נארוואס געמאכטער סעלעקשאן דרייט זיך און דרייט זיך (ס׳קוקט אויס ווי א טרעין פאָרט ארום) זאל מען דעמאלטס קעיר נעמען פון אלע וואונדן, עס זענען דא געוויסע וועגן וויאזוי צו פאררעכטן א סעלעקשאן, פאטאשאפ האט געגעבן די מעגליכקייט צו פאררעכטן א סעלעקשאן, למשל אראפנעמען אדער צולייגן א.ד.ג, איז ווען מ׳וויל למשל אויסקרויסן א ספאט ווי מ׳האט נישט געוואלט אוועקשניידן און ס׳איז בטעות יא געשעהן, זאל מען אנהאלטן דעם Alt/Opsion באטטען, וועט איר זעהן א מיינעס (-) נעבן דעם שניידער, דאס מיינט אז ער נעמט אוועק פונעם סעלעקשאן, אלזא הייבט אן צו פארן ארום דעם פלאץ ווי איר ווילט אויסקרויסן, (נאכדעם וואס איר האט שוין אנגעהויבן צו גיין קענט איר שוין אויסלאזן דעם Alt/Opsion באטטען) און גייט ארום און ארום דעם פלאץ וואס איר ווילט אויסקרויסן ביז איר קומט נאכאמאל צוריק צום מעין סעלעקשאן (איר ברויכט זיך אליינס שפילן, ס׳איז אביסל שווער מסביר צו זיין אויף פען און פעפער), אזוי אויך פארקערט ווען מ׳וויל צולייגן, האלט אן דעם Shift באטטען, וועט ווערן א פלאָס סיין (+) נעבן דעם שניידער, און טוט פונקט דאס פארקערטע וואו פריער, ודי בהערה זו.

נאך א גאר וויכטיגע נקודה לגבי סעלעקשאנ׳ס איז דא, אז פאטאשאפ האט געמאכט א עקסטערע פיטשער אז מען זאל קענען סעיווען (אוועקלייגן) א סעלעקשאן און מען קען עס שפעטער רילאוידן, ממילא אויב עס וועט זיין אמאל ווען איר האט זיך שוין ענדליך אנגעפלאגט צו מאכן א קאמפליצירטע סעלעקשאן און איר וועט זיך דערמאנען אז איר ברויכט נאך עפעס אנדערש טוהן דערויף וויכטיג נאך בעפאר איר שניידט דאס אוועק, און איר וועט דאך אבער נישט וועלן פארלירן די אנגעפלאגטע ארבעט, דאן וועט אייך די דאזיגע פיטשער שטארק בייהילפיג זיין, - די פיטשער געפונט זיך ביי די Select מעניו, די לעצטע אפשען איז Save Selection, איר קענט לאזן אלעס אנגעשטעלט אזויווי ס׳איז, נאר ס׳איז כדי א נאמען צו געבן פארן סעלעקשאן, אלזא שרייבט אריין ביי Name א נאמען וויאזוי דאס אנצורופן, אזוי אז אויב איר האט נאך אפאר סעלעקשאנס אוועקגעלייגט דארט וועט איר וויסן וועלכע ס׳איז וואס (ווייל אויב מען גיבט דאס נישט קיין נאמען גיבט ער זיך אליינס א נאמען ווי Alpha 1 וכו׳, און ווען עס זענען דא עטליכע, ווערט א צומישעניש), יעצט, ווען איר ווילט גיין רילאוידן (אויפפיקן) דעם סאלעקשאן דאן גייט צו די Select מעניו, דערנאך צו Load Selection, גייט אריין צו Channel אייער סעלעקשאן וועט זיך בעז"ה געפונען דארט.. עס איז דא נאך א וועג וויאזוי צו רילאוידן דעם סעלעקשאן, דורכ׳ן גיין צו די Channels פאלעט (געפונט זיך נעקסט צו די Layers - דארט וואו עס זענען דא די דריי-פיר מעין קאלארס אין אינדיווידואלע לעיערס, ס׳וועט אי"ה באהאנדלט ווערן שפעטער) דארטן ווערן די סעלעקשאנס לכתחילה אוועקגעלייגט, האלטס אן דעם Ctl/Cmd באטטען און קליקטס אויפן לעיער טומבנעיל (קעסטל ווי ס׳איז דא א בילד) וועט ער סעלעקטן איר אינהאלט.. - אגב - די כלל פון אנהאלטן די Ctl/Cmd באטטען און קליקן אויפן לעיער טומבנעיל איז אויך א כלליות׳דיגער וועג וויאזוי צו לאוידן א סעלעקשאן כידוע.

איין גאר אינטערעסאנטער כלל וועלכע איז וויכטיג צו וויסן, איז - אז די אלע זאכן וואס מיר האבן גערעדט איבער פאררעכטען סעלעקשאנס, קען מען טוהן מיט אלע סעלקשאן טאלס אינדעפענדענטל"י (אן זיין אנגעוואנדן איינס אינעם צווייטן), למשל אז איך האב געמאכט מיין אפעציעלן סעלעקשאן מיט די Polygonal Lasso Tool און איך וויל פאררעכטן דעם סעלעקשאן, קען איך דאס פאררעכטן מיט אלע אנדערע סעלעקשאן טאלס, אריינגערעכנט די Magic Want Tool א.א.וו.

נאך נישט פארטיג.. - פאטאשאפ האט צוגעשטעלט אן א שיעור באקוועמליכקייטן אינעם ענין פון סעלעקשאנס, א דוגמא ווי Refine Edge וועלכע טוט אנטהאלטן אין זיך אפאר פון די פיטשערס, און בכלל די גאנצע Select מעניו אין פאטאשאפ איז פיל מיט פארשידענע פיטשערס איבער סעלעקשאנס, איך גיי נישט יעצט גיין אויסרעכענען אלע איינס ביי איינס, כ׳וועל אבער בארירן עטליכע פון די.

איינס פון די וויכטיגסטע איז Feather עס געפונט זיך אינעם Select מעניו ביי Modify, דארט קען מען אנשטעלן ווי שארף דער סעלעקשאן זאל זיין, למשל אויב וויל איך אויסשניידן א זאך וועלכע איך וויל נישט ס׳זאל זיך דערקענען די עקן, עס זאל נישט זיין אזוי שארף וכו׳, טוט דער "Feather" אויף אז ער מאכט אביסל Blurry די עקן, דערנאך קען מען מאכן אז דער סעלעקשאן זאל ווערן פארגרעסערט/פארקלענערט א.א.וו. ועוד חזון למועד.


און דא האסטו די שיעור פון צוזאמברענגען צוויי בילדער אינאיינעם!
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:אויב איז דא עפעס אין פאטאשאפ וואס ווערט אנגערופען אלץ איר הויכפונקט איז דאס Layers, דאס איז א זאך וואס אן דעם קען מען נישט ארבעטן אין פאטאשאפ.. פארשטייצעך מ׳קען, אבער נישט קיין צענטל וואס מ׳קען באמת. יעצט - וואס איז דאס לעיערס, און וואס איז אזוי אינטערעסאנט דערמיט; אט הערט.

לעיערס ווערט אנגערופען אין אידיש שטאָקן, פאטאשאפ האט צוגעשטעלט לעיערס פאר יעדן אבדזשעקט וועלכע ס׳וועט זיך געפונען אין איר, ס׳טייטש אז יעדעס איינציגע זאך וועלכע איז א זאך פאר זיך, מוז זיין אין א באזונדערן לעיער כדי צו קענען טוהן דערמיט וואס ס׳פעלט זיך אויס, די לעיערס זענען געמאכט געווארן ווען מ׳וויל צוזאמען שטעלן זאכן, שטיקלען און מאכן קונצן וכדומה, יעצט, וואס עפעס דארף מען האבן לעיערס, פארוואס אין אילוסטרעיטאר און אינדעזיין און אין אלע אנדערע פראגרעמס דארף מען נישט ארבעטן מיט לעיערס? דאס אלעס וועט איר פארשטיין נאר נאכדעם וואס איר וועט דאס אויספרובירן, לאמיר אייך יעצט אריינפירן אינעם לעיערס וועלט, ליינט און האט הנאה..

איין הקדמה וואלט איך נאר געוואלט זאגן בעפאר איך הייב אן אריינצוגיין אין די זאך. דאס איז א זאך וואס מען ווערט שפעטער געוואויר, און אסאך מאל איז עס נישט אזוי איינגענעם ווען ס׳באדערט פארוואס מען האט דאס נישט געוואויסט פון פריער, איז וויל איך אייך זאגן אז לעיער מאכן דעם פייל אסאך שווערער, און אויב דער פייל האט אסאך לעיערס וועט די וואג פונעם פייל זיין גאר הויעך, און דאס קען שטייטער מאכן דעם פראגרעם און ס׳קען שטייטער מאכן דעם גאנצן קאמפיוטער, אלזא זאל מען זיין באווארענט אז אפילו מען וויל יא ארבעטן מיט אסאך לעיערס זאל מען האלטן און איין אויפקלינען און אוועקווארפן די אלע לעיערס וואס מ׳דארף שוין נישט, ווי אויך זאל מען פרובירן צוזאמען מערדזשען די לעיערס וועלכע דארפן שוין נישט אזוי ווייט פרייוועסי, און העכסטנס קען מען סעיוון אלע לעיערס און א עקסטערן פייל דזשאסט אין קעיס מען וויל עס נאך יא נוצן. נאך אלעם: דאס זאל אבער נישט זיין קיין שטער פון ארבעטן מיט באקוועמליכקייט אין פאטאשאפ, אדאויבי האט דירעקט געספענטדעט שעות אויף שעות צו מאכן באקוועמער פארן באנוצער די מערסטע וואס מעגליך, אלזא - מאך וויפיל לעיערס די ווילסט, נאר ווען דו ביזט שוין מער ווייניגער פארטיג מיטן פלאן דעמאלטס קענסטו אנהייבן איבערצוקוקן די אלע אויבן-דערמאנטע זאכן, ודי בהערה זו.

אויף די רעכטע זייט פון פאטאשאפ וועט איר זעהן צווישן די פענעלס א פענעל וואס הייסט לעיערס, אויב איר זעהט דאס נישט דאן דריקט דעם F7 באטען און עס וועט ערשיינען אויפן סקרין, יעצט, ווען איר עפנט אויף א בילד וועט איר זעהן דארט א לעיער מיטן נאמען Background, פאטאשאפ רופט דאס אן אזוי וויבאלד דאס וועט געווענליך זייו די בעקגראוינד פון אלע אנדערע זאכן וואס וועט שפעטער ארויפגעברענגט ווערן אויף איר. דער יעצטיגער לעיער וואס איר זעהט, איז נאך דערווייל א דומם, מ׳קען אים נישט רירן פון ארט, ווען מ׳וועט פרובירן עס צו רוקן מיטן מאוו טאל וועט ארויפקומען א אויסרוף באקסל אז איר קענט דאס נישט אוועקרוקן פון פלאץ וויבאלד די לעיער איז Locked-פארשפאַרט, אזויווי איר קענט טאקע זעהן איז דא אויפן לעיער א פיקטשערל פון א שלאס, איז וואס טוה איך ווען איך וויל ארומרוקן דעם בילד? און נישט נאר דעיס, מען קען זייער אנטוישט ווערן ווען מ׳פלאגט זיך אויסצושניידן א בילד, און ענדליך האט מען שוין געענדיגט מאכן דעם סעלעקשאן און דריקט דעם בעקספעיס באטען אז די דרויסענדיגע אינהאלט זאל זיך מצליח זיין פון דארט אבער מען ווערט טאקע פטור פונעם דרויסענדיגן אינהאלט, אבער דער בילד איז נישט יעצט אליין, עס איז נאך געבליבן א ווייסער בעקגראוינד, אפילו מען וועט פרובירן אויסמעקן דעם בעקגראונד וועט עס אלץ בלייבן ווייס, איז וויאזוי געט מען זיך אן עצה? - ווען מטוט דאבל-קליקן אויפן לעיער ווערט דער לעיער אויס בעקגראוינד לעיער, פאטאשאפ וועט אייך פרעגן, צו ווילט איר א נאמען געבן דעם לעיער, פאטאשאפ וועט עס געווענליך א נאמען געבן Layer 0, איר קענט אבער אריינטייפן וועלכע נאמען איר ווילט, דאן קליקט אקעי, וועט איר זעהן אז דער שלאס איז שוין נישט דא, יעצט פרובירט מיטן מאוו טאל צו ריקן דעם בילד, ס׳פארט? יא! איז דאך גוט.. און יעצט פרובירט אויסצומעקן דעם בעקגראונד, ער פאלגט ווי א טאטעלע, און דאס איז נאר צו פארדאנקען "לעיערס".

יעצט העמיר גיין א טריט ווייטער, וויאזוי מאך איך א צווייטע לעיער, קוקט אראפ גאנץ אונטן פונעם לעיערס פאלעט, וועט איר זעהן פארשידענע Icons-קליינע פיקטשערלעך. די ערשטע פון רעכטס איז א מיסט קאסטן וועלכע איז געמאכט געווארן ווען מ׳וויל אוועקווארפן א לעיער קליקט מען דערויף, נעבן דעם איז דא א פיקטשער פון א צעטעלע (Page Icon) קליקט דערויף, וועט געבוירן ווערן א נייע לעיער העכער דעם יעצטיגן עקזיסטירענדן לעיער (לאמיר אים רופן לעיער 0) אויב ווילט איר מאכן א קאפי פונעם ערשטן לעיער כדי עס צו האלטן אין קעיס עס ווערט פאר׳הרג׳עט זאל בלייבן איין לעיער גאנץ, דאן שלעפט אראפ דעם לעיער אונטן צום פעידזש אייקאן און ער וועט מאכן א קאפי פונעם לעיער

יעצט - וויאזוי ברענג איך אריין א צווייטע בילד אין דעם יעצטיגן בילד?
עפנט אויף א פרישן בילד, מאכט זיכער אז די בילד איז אויסגעשניטן און גרייט אריינגעברענגט צו ווערן אין אן אנדערן בילד אן דעם וואס דער בעקגראונד זאל מיטקומען, למשל מיין ערשטער בילד איז א פיקטשער פון א גרינער פעלד, און איך וויל אהין לייגן א מענטש זאל שטיין דארט, דארף איך דאך נעמען א פיקטשער פון א מענטש און אהין אריינשלעפן, וויל איך דאך אבער נישט אז דער בעקגראונד פונעם מענטש זאל מיטקומען, איז דארף מען לכתחילה קודם אויסשניידן דעם בילד, יעצט ווען איר האט שוין גרייט דעם מענטש, דאן ברענגט צוזאם ביידע פיקטשערס איינס נעבן צווייטן גרייט אריינצושלעפן, סעלעקט דעם מאוו טאל און הייב אן אריינצושלעפן דעם מענטש אריין צום בילד פונעם פעלד, איר וועט זעהן אז נעבן דעם עראוי וועט ארויפקמען א פלאס (+) [נאר אינעם פי סי] און דער מענטש וועט זיך שוין געפונען אינעם בילד. עס איז דא נאך א וועג וויאזוי אריינוברענגען אן אנדערער בילד, דורכן מאכן Select All ביים Edit מעניו, דערנאך Copy, מאכט זיכער אז דער לעיער איז נישט געלאקט-פארשלאסן, דאן גייט אריבער צום בילד ווי איר ווילט אים אריינלייגן און מאכטס Paste. איר קענט אנצינדן און אויסלעשן דעם לעיער דורכן קליקן אויפן אויג פונעם לעיער.


בכבוד רב
מר. פאטאשאפ
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

א גוט מארגן מר. נאר נייעס:
ביזט געהאלפן געווארן מיט די צוויי ארטיקלען וואס כ׳האב דיר אראפגעברענגט נעכטן?
נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר נייעס »

נישט אין גאנצען יך ווען שפעטער זאגען פארוואס
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

א גוטן טאג
איך האב היינט באקומען אין אימעיל פון IStockphoto.com א געוואלדיגע פאטאשאפ טיפ, קען זיין זייער נוצבאר. איך וועל עס דא אהער׳פעיסט׳ן, (ס׳איז אויף ענגליש אבער זייער קלאר און גרינג געשריבן, די קוואטעישאן מארקס און די קאמעס/פיריעדס קענען זיין צעפארן צוליב רייט-טו-לעפט סיבות).

During more than a few episodes of crime shows like CSI, you can observe "experts" take a grainy, low-res photo, press a few buttons and magically create a crisp blown-up version that clearly shows who the bad guy is
This is, of course, patently ridiculous
The magic "clean it up" button has no basis in reality. If you upscale an image you will always lose quality. This is because when you upscale an image, either you're increasing the size of each pixel or you're adding new pixels that your computer more or less has to guess at. If you need a larger image, your best bet is to buy an one that's already big enough. Unfortunately, that's not always an option, so let's take a look at how to minimize the damage when you have to upscale
In Photoshop, click on "Image > Image Size" in the menu. Under the "Document Size" section, you can modify the size of your image by inputting new values into the width and height boxes. For best results, increase by a percentage instead of using exact dimensions. Also, it's generally believed you can optimize the results by increasing the image size through multiple smaller increments instead of a single large one. If you need to boost the image to 150% of the original size, try doing it 10% at a time (or even 1% — create an Action in Photoshop to speed the process along). This way you can monitor the quality loss as the image grows, and determine exactly when enough is enough
istock_generic_144465.gif
istock_generic_144465.gif (18.1 KiB) געזען 3235 מאל

It's important to make sure your image resampling is set to "Bicubic Smoother," which is more clearly marked in the latest version of Photoshop as being "best for enlargement"
If you're planning on printing the image when you're done, the professional standard resolution is 300 ppi. However, you can usually get away with 240 ppi, and if your project doesn't need perfectly crisp images upon close inspection, you can get it down as far as 200 ppi. (If you're just printing personal photos to stick to your fridge, 140 ppi might even be enough for you.) This cheating can score you precious size for your upscale
You can try to hide problems that do arise in the boosted image through a combination or sharpening and blurring filters, though there's no hard and fast rules as to what works, so it will require some trial and error on your part
Finally, if you're enlarging the image for large-format printing, keep in mind that if the poster or banner is being viewed from a distance, a lot of the defects (especially blurriness) won't be readily visible. Basically, if there's some physical distance between the image and the viewer, the upscaling is a lot more forgiving
Hopefully this will help you get the most out of upscaling. Again, it'll never be perfect. It's just not possible. At least not until those CSI "clean it up" machines become a reality.


איך האף אז איר האט הנאה געהאט דערפון
כל טוב
מר. פאטאשאפ
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

;l;p- זייער אינטערעסאנט שכויעח פאר'ן אהער ברענגען.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

שכוח מר. פאטאשאפ! זייער אינפארמענטאל!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

מר. פאטאטאטשיפ די נייע בענער וואס לויפט דא פון אינטער מיינע פיס דאס ביסטו?
אטעטשמענטס
ssps.jpg
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

יא יא, האסט געמיינט אז איך קען נאר רעדן מיטן פעידער?
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”