גיי דא, האב איך געהייסן!!! (GPS פאר פיסגייער אן א סקרין)

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אנאנימער

גיי דא, האב איך געהייסן!!! (GPS פאר פיסגייער אן א סקרין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנאנימער »

א דשי פי עס פאר פיסגייער. נאר אנשטאט דארפן קוקן אויפן סקרין וועט ער דורכן אויער דיקטירן ווי מען זאל וואקן.

א טעכנעלאגיע פירמע אין יאפאן איז אויפגעקומען מיט א טאקטיק, וואס ביי אונז יודען איז עס שוין אנגענומען פאר דורי דורות, (נאך א אייטעם פארן 'צייטשריפט' וואס די גוים האבן געגנבט פונעם חכמת עם ישראל).

זיי זענען אויפגעקומען אז ווען די ווילסט מאכן א מענטש קומען נענטער צו סיי ווי............ שלעפ אים ביי די...... אויער...

די פירמע האט ביי א שוי אין ניו ארליענס, פארגעשטעלט דעם נייעם pull-navi נעוויגאציע סיסטעם (ווארשיינליך נאר פאר פיס גייער), וואס מען טוט אן א העלמעט אויפן קאפ, און עס שטעקט זיך ארויס 6 פיסלעך......... צו שלעפן די אויער (נאך אלץ נישט ווי מיין רבי...... ער פלעגט עס טון מיט איינס). די פירמע זאגט אז די נאטור פון א מענטש איז ווי מען שלעפט די אויער דארט גייט ער: אויף פאראויס, מאכט עס אים גיין שנעלער. אויף צוריק, שטייטער. ארויף, גייט ער ארויף טרעפ. אראפ, גייט ער... אראפ. אא"וו.

(ווי עס קוקט אויס וועט די נעקסטע ווערסיע דערפון האבן א קאלענדער, וואס וועט אויטאמאטיש ציען די אויער אויפן געבארטסטאג. [ביי די 95 יאר וועט ער ארויף וואקן פינף און ניינציג טרעפ] אפשר גאר וועט מען שוין קענען פון אמעריקע ציען די אויער פאר איינעם אין יאפאן).

בילד
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך כאפ נאכנישט פונקטליך דעם עסק, אבער דער שרייבער איז א גוטער.
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

פשיהא וואט אן איידיע, איך האף עס וועט נישט אראפברענגען מיין באליבטע בלוטוט פונעם אויער, דאס באשרייבן קענישט זיין בעסער.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

קרעמער נאך איין שלעפ אויפן אויער העסטו שוין אלעס כאפן...

יאך כאפ אויך נישט אינגאנצן, אבער די שורות פאר זיך איז ווערד צו ליינען.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פארשטיי איך נישט, פארוואס זאלעך מיך אנטון עפעס וואס גייט מיך מאכן טון עפעס וואס איך וויל נישט?
אנאנימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנאנימער »

א דשי פי עס פאר פיסגייער. נאר אנשטאט דארפן קוקן אויפן סקרין וועט ער דורכן אויער דיקטירן ווי מען זאל וואקן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אה, דאס איז שוין א חידוש.
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”