צוקונפטיגע טעכנאלאגישע כלים

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

צוקונפטיגע טעכנאלאגישע כלים

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:59 am

כ'ווייס נישט ווי דאס קומט און אויב עס איז שוין דא אויסגעשמועסט געווארן, וויפיל איך האב געקלעטערט האב איך נישט געפונען, אויב יא ביטע אנווייזן, ייש"כ.

איך האב פאריגע וואך געקויפט א נייע ענדרויד פאון, און עס קומט מיט אן אנדערע מין טשארדזער ווי דאס צו וואס איך בין געווען געוואונט, די טשארדזער הייסט "USB TYPE C",

איז מיין שאלה איז דאס די פיוטשער פון די טשארדזער'ס, אזוי ווי עפל האט עטליכע יאר צוריק געטוישט זייער טשארדזער?

וואס איז די מעלה פון די טשארדזער?

נאך א זאך קלעטערענדיג אויפן אינטערנעץ צו זוכן אינפארמאציע, זעה איך דארטן אז בקרוב גייט די פאון דזעק ווערן אוועקגענומען פון אלע דעווייסעס,
וויל איך פארשטיין פארוואס? און וויאזוי גייט מען קענען הערן אוידיא?

א יישר כוח פון פאראויס
צוגעלייגטע
usb-type-guide1-2f2c946a956fad4718c58ef0c29f8a502.jpg
usb-type-guide1-2f2c946a956fad4718c58ef0c29f8a502.jpg (17.27 KiB) געזעהן 3545 מאל
usb_lightning.jpg
usb_lightning.jpg (25.7 KiB) געזעהן 3545 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:04 pm

אזוי איז עס, די וועלט גייט פאראויס און צוריק גייט א קאזע.

פרעגסט פארוואס זיי נעמען ארויס די אודיא דזשעק? ווייל אזוי קען מען פארקויפן גאר טייערע און פילע סארטן ווייערלעס ספיקערס. די קאמפעניס מוזן ווייזן וואוקס יעדע קווארטאל און אויב הינקעט מען אונטער פארלירט מען די אינוועסטירער, מוזן זיי אויפקומען מיט וועגן צו הייבן סעילס און וואוקס אפילו עס איז קעגן נארמאלקייט און די קאסטומערס ברויזן.

מ'וועט הערן אודיא מיט אן עדעפטער.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 3:34 pm

מומחה עצום האט געשריבן:מ'וועט הערן אודיא מיט אן עדעפטער.

און מ'העט נישט קענען טשארדזען און הערן אודיא אין די זעלבע צייט?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 3:46 pm

מומחה עצום האט געשריבן:פרעגסט פארוואס זיי נעמען ארויס די אודיא דזשעק? ווייל אזוי קען מען פארקויפן גאר טייערע און פילע סארטן ווייערלעס ספיקערס.

איך האב ערגעץ געליינט אז אזוי קען מען מאכען די דעווייסעס דינער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 3:50 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:מ'וועט הערן אודיא מיט אן עדעפטער.

און מ'העט נישט קענען טשארדזען און הערן אודיא אין די זעלבע צייט?

די וועלט וועט ווערען מער ווייערלעס מען וועט נוצען ווייערלעס העדפאונס
נאר אויב וועל איך הערען מיילעך קאהן אינמיטן די נאכט און די בלוטוט העדפאונס וועט זיך דיסאקאנעקעטן וועט עס פליצלינג אנהייבען דינערן אין צימער אז יעדער וועט זיך אויפוועקען???

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 3:52 pm

מומחה עצום האט געשריבן:פרעגסט פארוואס זיי נעמען ארויס די אודיא דזשעק?


ווייל אזוי וועלן זיי 5 יאר ארום ארויס קומען מיט א קנאקעדיגע חידוש אז עס וועט יא האבן אוידיא דזשעק

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 11:04 am

פרידן האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:פרעגסט פארוואס זיי נעמען ארויס די אודיא דזשעק?


ווייל אזוי וועלן זיי 5 יאר ארום ארויס קומען מיט א קנאקעדיגע חידוש אז עס וועט יא האבן אוידיא דזשעק

;l;p- :lol:
איזי


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט