קאמפיוטער סעקיוריטי נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

באנק אינפארמאציע געהעקט

תגובהדורך עין טובה » זונטאג פאברואר 12, 2017 9:10 am

דאס מאל איז עס נאכאמאל געווען 'קעספערסקי' וואס האט אנטדעקט די מעלווער.

איינע פון די וועגן וואס מען קען זעהן ווער ס'האט געמאכט די ספעציפישע מעלווער איז דורך לייענען די קאוד און עס פארגלייכן מיט פון פריער אנדעקטע מעלווער. דאס מאל איז דאס נישט מעגליך וויבאלד די העקערס האבן צוזאמענגעשטעלט שטיקלעך פון לעגיטימע קאוד פון לעגיטימע פראגראמען און אזוי ארום צוזאמענגעשטעלט מעלווער. דאס האט געמאכט שווערער פאר די אנטי מעלווער סופטווער עס צו אנדעקן.

די מעלווער האט אפעקטירט מעגליך ביז אזויפיל ווי 140 בענק אין 40 באזונדערע לענדער אריינגערעכנט די פאראייניגטע שטאטן, פראנקרייך און נאך.

די מעלווער האט געצילט צו אויפכאפן פריוואטע אינפארמאציע פון ATM'ס ווי אויך ארויסבאקומען אדמין פעסווארדס פון די פירער פון די פירמע.

צו ארויסבאקומען פעסווארדס מוז מען האבן א ווערטער ליסטע וואס זאל דיקאודען די ענקריפטעט העש, וואס דאס איז אויך איינע פון די וועגן וואס מ'קען וויסן ווער ס'שטייט אונטער אן אטאק. אבער דער אטאקע האט זיך באנוצט מיט ביכער אוועיליבל פאר יעדעם, פארשווערענדיג צו וויסן ווער ס'גייט אונטער די אטאקע.


קעספערסקי וועט ווייטער שטודירן די מעלווער ביז אפריל און וועט איבערגעבן די געפונסן ביי די global security analysis sumnit

אגב, רוסלאנד האט ארעסטירט די הויפט פון קעספערסקי, אויף קלאגעס וואס גייען צוריק נאך פאר זיינע צייטן אין קעספערסקי. (נישט אנגעבונדן מיט קעספערסקי)
...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

ארץ ישראלדיגע מעלווער קען אטאקירן קאמפיוטערס אפגעזונדערט פון די אינטערנעט

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג פאברואר 24, 2017 11:05 am

ארץ ישראלדיגע פארשער האבן געטראפן א וועג צו אטאקירן אינטערנעט-אפגעזונדערטע קאמפיוטערס דורכן נעמען קאנטראל פון די קליינטשיקע "על אי די" לעקטערלעך אויפן קאמפיוטער וואס ווערן געצווינגען צו בלינקן ביז 6000 מאל א סעקונדע בכדי צו שיקן דאטא סיגנאלן צו א קאמערע וואס געפינט זיך אויף א דראון נעבן די געצילטע קאמפיוטער.

דעם טעכניק צילט ספעציעל קאמפיוטערס וואס זענען אינגאנצן אפגעזונדערט פון די אינטערנעט, וואס איז די שווערסטע צו אויסשטיין גנבה אטאקעס, און האבן אויף זוך די מערסט סענסיטיווע אינפארמאציע.
די על אי די קאנרטאל מעטאד וואס מאכט משוגע גרינג דאס גנבענען געהיימע אינפארמאציע אויף די ווייניגסט פארדעכטיגטע וועג איז נולד געווארן נאך די שווערע ארבעט פון פארשער אין די בן גוריון אוניווערסיטעיט אין נגב.
די על אי די בלינקט אגאנצן טאג און א גאנצע נאכט, מאכנדיג אז ס'זאל בכלל נישט זיין פארדעכטיגט.
אין א ווידיאו וואס דארף צו ווייזן אזא אטאקע, זעהט מען די דראון קומען גענוג נאנט צו די קאמפיוטער אז די על אי די זאל זעהן די קעמערא אויפן דראון, און איינמאל ס'איז גענונג נאנט הייבט די לייט אן צו שיקן דאטא צו די דראון.

אוודאי מוז די קאמפיוטער זיין אינפעקטירט פון פארדעם אז ער זאל קאאפירירן מיט די דראון, אבער דאס קען קומען גרינגערהייט, דורך א יועסבי וכדומה.
ווי גרינג די אטאקע קוקט אויס צו דורכפירן, קען מען עס אפהאלטן דורך לייגן א שטיקל טעיפ אויף די על אי די....

עין טובה פאר קנ"א טעכנעלאגיע

ווידיאו אויף דראפבאקס
...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

ענדרויד עפפס אפעקטירט מיט.... ווינדאוס מעלווער...

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 3:06 pm

ריסערטשער האבן אנדעקט פילע ענדרויד עפפס וואס זענען אפעקטירט מיט מעלווער וואס קען נאר ארבעטן אויף א ווינדאוס קאמפיוטער...
די ריסערטשער ברעכן זיך קאפ צו פארשטיין וויאזוי די קאוד איז אנגעקומען אין 132 ענדרויד עפפס אין די צייט וואס אויף א טעלעפאן קען עס 'גארנישט' טוהן...

די עפפס זענען געמאכט געווארן דורך 7 באזונדערע דעוועלאפערס און האבן אין זיך אזאנא קאוד ווי וויזועל בעיסיק וואס קען נאר ארבעטן אויף ווינדאוס.

דאס ברענגט זיי צום אויספיר אז די קאוד איז נישט געווארן אריינגעשטעלט בדוקא, נאר די 7 חברה האבן זיך באנוצט מיט די זעלבע פלאטפארמע צו נעמען שטיקער פון זייער קאוד.

נאכמער אינטערעסאנט איז, אז די קאוד (ווען ס'איז ווען אויף א קאמפיוטער) וואלט עס געגאנגען צו צוויי וועבזייטלעך וואס די פוילישע רעגירונג האט שוין אראפגענומען פון די אינטערנעט אין 2013 צוליב די שלעכטע קאוד וואס איז דא אויף דעם...


אפשר קומט עס גאר אין די טשיקאווע נייעס אשכול...

עין טובה פאר קנ"א טעכנעלאגיע
...

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 11:14 pm

שכח עין

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 11:21 pm

ארום די זייגער האט געשריבן:שכח עין
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מארטש 03, 2017 12:49 am

עין טובה האט געשריבן:ארץ ישראלדיגע פארשער האבן געטראפן א וועג צו אטאקירן אינטערנעט-אפגעזונדערטע קאמפיוטערס דורכן נעמען קאנטראל פון די קליינטשיקע "על אי די" לעקטערלעך אויפן קאמפיוטער

פארוואס פארציילן זיי סודות פון חדר?

איז עס א פריוואטע קאמפאני וואס וויל מאכן געלט דערפון?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

וואצעפ און טעלעגראם געהעקט אדאנק ענקריפשן

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:31 pm

ווי באקאנט האט וויקי ליעקס ארויסגעגעבן דאקומענטן פון די סי איי עי און וואצעפ און טעלעגראם האבן זיך פארענטפערט אז נישט זיי זענען שולדיג, וויבאלד זיי זענען ענקריפטעט. די שולדיגע איז די מעלווער וואס די סי איי עי לייגט ארויף אויף דיין כלי און אזוי ארום באקומען זיי צוטריט צו דיינע אינפארמאציע.
די סי איי עי אין א זייט פאר אפאר מינוט. די פירמע טשעקפוינט האט באוויזן צו העקן וואצעפ און טעלעגראם טאקע אדאנק די ענקריפשן וואס זיי לייגן אריין.
די מהלך האט געארבט בערך אזוי;
די אטאקירער האט געשיקט אן אומשילדיג אויסזעהנדע בילד (פאר טעלעגראם איז עס געווען א ווידיאו) און ווען דו האסט געדרוקט אויפן בילד האבן זיי באקומען צוטריט צו דיין אקאונט און איבערגענומען דיין אקאונט פונקט וויאזוי דו סיינסט אריין אין דעם.
ס'איז טאקע נישט די בעסטע שפיצל ווייל וואצעפ ערלויבט נאר איין כלי אויף אמאל צו זיין מחובר צו דיין אקאונט, אבער ביז וואס ווען האט ער שוין פולע עקסעס צו אלע דיינע פיילס, בילדער און קאנטאקטן.

דאס קומט אדאנק די ענקריפשן וואס וואצעפ און טעלעגראם פארמאגן וואס זיי קוקן ניטאמאל אריין אין די פיילס וואס דו שיקסט.

נאכדעם וואס די פירמע האט אויפמערקזאם געמאכט פאר וואצעפ און טעלעגראם דערוועגן האבן זיי גאר שנעל איינגעשטעלט א קליינע טויש אין זייער סיסטעם וואס טוט דורכקוקן די פייל טייפ פאר ס'ווערט ענקריפטעט.

דאס איז נאך אן הזהרה אז מ'עפענט נישט קיין שום זאך וואס מ'באקומט פון פרעמדע קאנטאקטן

עין טובה פאר קנ"א טעכנעלאגיע
...

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

העקער גרופע זאגט אז זיי גייען אויסמעקען 200 מיליאן איי קלאוד אקאונטס

תגובהדורך טראבל מעיקער » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 1:23 pm

א גרופע וואס רופט זיך Turkish crime Family האט ארויס געגעבען א ווארנונג פאר Apple אז ביז אפריל 7 אויב זיי באקומען נישט זייער פארלאנגטע געלטער וועלען זיי רימאוטלי ווייפען 200 מיליאן איי קלאוד אקאונטס...

turkishh.png


קאוד: וועל אויס אלע

Hello Humans,
 
Apple has now announced that they were not breached which no one claimed they were other than some journalists who misunderstood the situation, they announced this for their user's comfort & to make them feel better about their selves as they're very insecure with their company.
 
They have basically announced what we have told them which is that there was no breach, this has nothing to do with a breach.
 
The whole "thing" not being a breach doesn't change any claims that were made by us, the entire DB was acquired and built from multiple DB's that we have been selling in the past 5 years as we decided to keep all our @icloud.com, @me.com & mac.com domains due to those domains not having a popular demand in the cracking community.
 
More and more people started getting involved after all the press release world wide, these people have been providing us even more databases which we did not already have, this is bumping up the total number of active iCloud accounts we have to reset.
 
We are still strengthening our infrastructure and acquiring more servers for the attack
 
- We're still in contact with Apple.
 
The total number of unhashed DB lines we currently hold with only Apple owned extensions are over 750 million, out of the 750 million we have 250 million that are checked and working live, there is still a big amount that we're still scanning.
 
How did we get such a high hit % ratio on the lists which some of them are pretty old?
Most of DB's that we've listed online have not included any of the extensions that we provided above due to not being enough demand.
 
We later on capitalized the first letter of the entire databases passwords and rescanned them which gave us a ton more than what we actually had from the first scan as Apple requires its users to do so when registering with Apple ID, so we then decided to do the same thing but with the last letter of the passwords. This gave us even more
 
A breach means nothing in 2017 when you can just pull the exact same user information in smaller scales through companies
that aren't as secure
 
We believe the number of active credentials we have will keep on growing until the day of attack which is 7 April 2017
 
Our calculations:
If everything goes to plan we'll have enough power to factory reset 150 accounts per minute per script, Our server strength can currently handle 17 scripts per server,
 
- 150 x 17 = 2550 accounts factory reset per minute per server
- 2550 x 250 servers = 637500 accounts per minute 
- 637500 x 60 minutes = 38250000 million accounts reset per hour
 
(Also this sum of "$75,000" is very inaccurate and was given to apple by one of our media team which offered $75,000 per person which was later upped to $100,000 per person. There are 7 members in the group. We also requested additional stuff from Apple which we would prefer to keep it private)
 
-
Turkish Crime Family
turkishcrimefamily.org
press@turkishcrimefamily.org

איך בין נאך נישט קיין שרייבער ואתכם הסליחה
איזי

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » פרייטאג מארטש 24, 2017 1:48 pm

העי סימענטעק די קענסט אויך נישט טוהן וואס די ווילסט..

גוגל זאגט אז עפעקטיוו אימידיעטלי, גייט קראום מער נישט רעקאגנייזן EV סערטיפיקעטס פון סימענטעק פאר ווייניגסטענס א יאר, אין משך פון די נעקסטע קראום ווערסיעס גייט ווערן ווייניגער די וועלידיטי פיריעד, דאס הייסט אפילו די קויפסט א סערטיפיקעט פאר א יאר וועט עס אין קראום 64 נאר זיין וועליד פאר 279 טעג.

דעס קומט נאכדעם וואס גוגל קלעימט אז סימענטעק האט ארויסגעגעבן 30,000 סערטיפיקעטס אן דורך גיין געהעריג די וועריפיקעשאן, גוגל האט פרוף פאר 127 מיסאישאד סערטיפיקעטס, גוגל'ס סערטיפיקעט טרענספערעסי סיסטעם האט אויף געכאפט א Google.com סערטיפיקעט וואס גוגל זאגט אז זיי האבן נישט געבעטן..

סימענטעק איז די גרעסטע סערטיפיקעט אויטאריטעט מיט מער ווי 30 פערצענט פון די מארקעט..

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מיטוואך אפריל 26, 2017 8:03 pm

עפעס איז געווען באריכטעט איבער א לאך אין מייקראסאפט ווארד וואס העקערס האבן אויסגענוצט צו אריינשיקן מאלוועיר און מייקראסאפט האט ארויסגעגעבן א אפדעיט דאס צו פאררעכטן, וויאזוי באקום איך דעם אפדעיט ?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

Keylogger in HP audio driver

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג מאי 11, 2017 3:50 pm

הפ מאכט יעצט העדליינס נאכן כאפן א מעגליכע גנבה פון דיינע קיבארד דרוקערייען.

א קי סטראוק גנבה איז פשט אז ס'איז דא א סאפטווער אויף דיין קאמפיוטער וואס כאפט אפ יעדע קנעפל וואס דו דרוקסט און שיקט עס דארט ווי ער דארף עס שיקן.
דאס איז א גרינגע וועג וויאזוי צו גנבענען דיינע פעסווארדס, קרעדיט קארטל אינפארמאציע, וכדומה.

דאס מאל קומט עס פון די בארימטע פירמע הפ, וואס ווערט באשולדיגט דורך מאנכע אז זיי גנבענען קי סטראוקס מיט א פראגראם גערופן מייק טרעי, וואס איז אין C:\Windows\System32\MicTray.exe (אנדערע האבן עס אין אנדערע פלעצער, זעה*)

אויף זייער אסאך מאדעלן פון די הפ לעפטאפס. די לאג ווערט געסעיווט אין C:\Users\Public\MicTray.log

די פראגראם איז אפיציעל געמאכט צו קאנטראלירן די וואליום פון די לעפטאפס אבער ווי נישט ווי כאפט ער אויף אלע דיינע קי סטראוקס.

היות דאס קומט פון א לעגיטימע פראמינענטע פירמע, לאזט זיך נישט גלייבן אז זיי זאלן פשוט גנבענען דיינע קי סטראוקס, און נאך אנדערע זאכן וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דאס זאל זיין דא בכדי צו גנבענען דיין אינפארמאציע.

מ'שפעקולירט אז די סיבה פארוואס די פראגראם כאפט אפ דיינע קי סטראוקס איז וויבאלד ער דארף רעאגירן צו געוויסע קנעפלעך בכדי צו קענען רוקן די וואליום, סיי ווי אזוי זאגן קאמענטארער אז דער וואס האט געמאכט די פראגראם קומט זיך קלעפ....

א פארשטייער פון הפ האט געשריבן פריער "מ'האט מיר געהייסן איבערגעבן אז א תירוץ איז אויפן וועג"...
אדער אין זיינע ווערטער
some encouraging news. I have received an update that a "response is in progress". Stay tuned.



*
c:\ Program Files\CONEXANT\Install\Audio\MicTray\MicTray
c:\program files\conexant\mictray



אייגעלע ריפארטינג עקסלוסיוולי פאר קנ"א טעכנאלאגיע
לעצט פאראכטן דורך עין טובה אום פרייטאג מאי 12, 2017 9:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג מאי 11, 2017 8:45 pm

א פארשטייער פון הפ האט געשריבן דאס פאלגענדע אין א פרואוו צו בארואיגן די געמיטער.
:Our consultant has been following this discussion closely and offers the following input


######
.It is of course a serious bug. But the attacker would need access to the affected device to obtain the file

Many drivers are using keyloggers. So I don't think it is an intentional bug but rather negligence or bad programming. It is not nearly as serious as the security issue that kept Microsoft very busy last weekend

######
לעצט פאראכטן דורך עין טובה אום פרייטאג מאי 12, 2017 9:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
...

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג מאי 11, 2017 8:48 pm

ייש"כ עין טובה פאר די באריכטן!

מיר האבן זייער הנאה דערפון!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9912
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מאי 14, 2017 10:24 pm

א גרויסע דאנק עין פאר די באריכטן!

למעשה שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט ממש אלע HP מאדעלס (זייער אסאך אירע האבן די Pavillion סעריעס וואס זענען נישט אפעקטירט). עס איז 28 מאדעלן פארקויפט פון אינמיטן 2015. אונטן איז א פולער ליסטע.

זיי האבן שוין אויך ארויסגעגעבן א דרייווער אפדעיט פאר די אלע כלים. עס דארף צו אנקומען דורך ווינדאוס אפדעיטס, אויב מען וויל מען עס האבן שוין קען מען עס דאונלאודן פון דא.

קאוד: וועל אויס אלע

HP EliteBook 820 G3, 828 G3, 840 G3, 848 G3, 850 G3
HP ProBook 640 G2, 650 G2, 645 G2, 655 G2, 450 G3, 430 G3, 440 G3, 446 G3, 470 G3, 455 G3
HP EliteBook 725 G3, 745 G3, G3, 1030 G1
HP ZBook 15u G3 Mobile Workstation
HP Elite x2 1012 G1
HP EliteBook Folio 1040 G3
HP ZBook 17 G3, 15 G3, HP ZBook Studio G3
HP EliteBook Folio G1
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג מאי 16, 2017 6:04 pm

איך דארף וויכטיג א קאמפעני/אינדעוויד'זל וואס זאל מיר עדווייזן וואו ס'איז דאס בעסטע פאר מיין געברויך צו האוסטן א וועבסייט און "מיט א שטארק סעקיוריטי".

וועלכע קאמפעני טויגט צו דעם?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9912
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מאי 16, 2017 8:39 pm

פאראויס האט געשריבן:איך דארף וויכטיג א קאמפעני/אינדעוויד'זל וואס זאל מיר עדווייזן וואו ס'איז דאס בעסטע פאר מיין געברויך צו האוסטן א וועבסייט און "מיט א שטארק סעקיוריטי".

וועלכע קאמפעני טויגט צו דעם?

איך בין נישט גוט צו עדווייזן אויף דעם. אבער אזויפיל יא, "א שטארקע סעקיורעטי" האט נישט מיט דער האוסטינג פראוויידער. פינטל. מען אטאקירט נישט (נישט זיכער וועלכע סארט אטאקעס דו מיינסט) קיין וועבזייטלעך דורך ברעכן דער האוסטינג קאמפאני. נאר אדער דער פלאטפארמע וואס מען נוצט פאר דער קאנטענט אדער פשוט דער יוזערנעים און פעסווארד פונעם אדמין.

צו פריווענטן אטאקעס וואס מאכן אז דער וועבזייטל זאל נישט זיין עוועליבעל (דורך עס באזוכן מיט טויזענטע קאמפיוטערס אויפאמאל, גערופן DDoS) קענסטו קויפן דער Cloud Flare DDoS Protection, אבער דאס האט ווידער נישט מיט וואו דו האוסט עס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9912
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 18, 2017 5:53 pm

צוויי העקערייען (אוודאי מער...אבער צוויי וואס האט באקומען העדליינס...) געווען די וואך.

קודם האט א אומבאקאנטע העקער (אדער העקער גרופע) זיך אריינבאקומען צו א געוויסע מארקעטינג סערווער פון DocuSign, א גאר פאפולערער דידזשיטעל סיגנעטשער סערוויס. די העקער האבן ארויסבאקומען א גרויסע דעטאבעיס פון אימעיל אדרעסן פון זייערע קאסטומערס (דערווייל הייסט עס אז נישט קיין אנדערע אינפארמאציע). און אויב דאס איז נישט גענוג...האבן די חברה געשיקט א מאסיווע מאס פון ספעם צו די אדרעסן אפעציעל ווי למשל עס איז פון DocuSign, מיט אטאטשירטע פיילס וואס פארמאגן א וויירוס אין זיך.

דער צווייטער העק איז געווען אינעם קאנאדישער סערוויס פראוויידער Bell. וואו העקער האבן ארויסגעריקט ארום צוויי מיליאן קאסטומער נעמען אימעיל אדרעסן און פאון נומערן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מאי 24, 2017 5:25 pm

דוד משה האט געשריבן:עפעס איז געווען באריכטעט איבער א לאך אין מייקראסאפט ווארד וואס העקערס האבן אויסגענוצט צו אריינשיקן מאלוועיר און מייקראסאפט האט ארויסגעגעבן א אפדעיט דאס צו פאררעכטן, וויאזוי באקום איך דעם אפדעיט ?

זעה דא דירעקטע לינקס צו אלע אפדעיטס, וואס מייקראסאפט האט ארויסגעגעבן אפילו פאר ווינדאוס XP! (אלע ווערסיעס פון ווינדאוס האבן באקומען דעם אפדעיט, אריינגערעכענט ווערסיעס וואס מייקראסאפט סופארט מער נישט אפיציעל)

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מיטוואך מאי 24, 2017 11:50 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:צוויי העקערייען (אוודאי מער...אבער צוויי וואס האט באקומען העדליינס...) געווען די וואך.

קודם האט א אומבאקאנטע העקער (אדער העקער גרופע) זיך אריינבאקומען צו א געוויסע מארקעטינג סערווער פון DocuSign, א גאר פאפולערער דידזשיטעל סיגנעטשער סערוויס. די העקער האבן ארויסבאקומען א גרויסע דעטאבעיס פון אימעיל אדרעסן פון זייערע קאסטומערס (דערווייל הייסט עס אז נישט קיין אנדערע אינפארמאציע). און אויב דאס איז נישט גענוג...האבן די חברה געשיקט א מאסיווע מאס פון ספעם צו די אדרעסן אפעציעל ווי למשל עס איז פון DocuSign, מיט אטאטשירטע פיילס וואס פארמאגן א וויירוס אין זיך.

דער צווייטער העק איז געווען אינעם קאנאדישער סערוויס פראוויידער Bell. וואו העקער האבן ארויסגעריקט ארום צוויי מיליאן קאסטומער נעמען אימעיל אדרעסן און פאון נומערן.


I got such an email this week. When I clicked on the pdf it took me to a website, thank god google chrome blocked it

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9912
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 25, 2017 12:03 am

Iphone האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:צוויי העקערייען (אוודאי מער...אבער צוויי וואס האט באקומען העדליינס...) געווען די וואך.

קודם האט א אומבאקאנטע העקער (אדער העקער גרופע) זיך אריינבאקומען צו א געוויסע מארקעטינג סערווער פון DocuSign, א גאר פאפולערער דידזשיטעל סיגנעטשער סערוויס. די העקער האבן ארויסבאקומען א גרויסע דעטאבעיס פון אימעיל אדרעסן פון זייערע קאסטומערס (דערווייל הייסט עס אז נישט קיין אנדערע אינפארמאציע). און אויב דאס איז נישט גענוג...האבן די חברה געשיקט א מאסיווע מאס פון ספעם צו די אדרעסן אפעציעל ווי למשל עס איז פון DocuSign, מיט אטאטשירטע פיילס וואס פארמאגן א וויירוס אין זיך.

דער צווייטער העק איז געווען אינעם קאנאדישער סערוויס פראוויידער Bell. וואו העקער האבן ארויסגעריקט ארום צוויי מיליאן קאסטומער נעמען אימעיל אדרעסן און פאון נומערן.


I got such an email this week. When I clicked on the pdf it took me to a website, thank god google chrome blocked it

פארן עתיד (און פאר אנדערע מענטשן), אויב מען זעט אן אימעיל מיט אן עטעשמענט וואס מען "ערווארט נישט" זאל מען עס נישט דריקן פארן וועריפייען מיט דער שיקער (אויב מען קען אים, און אויב נישט זאל מען עס פשוט נישט עפענען!)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

טעכנאלאגיע נייעס

תגובהדורך טראבל מעיקער » דינסטאג יוני 27, 2017 10:57 am

KolHaolam: UKRAINE: JUST IN: Massive Cyber Attack affecting european nations. Computer systems in Banks, Groceries, Gas stations and more not working.
איזי

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג יוני 27, 2017 12:10 pm

וואו!
לאו דוקא אוקריינע, דאס איז ווילד צושפרייט!
דאס זעהט אויס אז ס'האט גענומען די וואלנערביליטי פון מייקראסאפט וואס וויל וויינען האט גענוצט!

די אויסברוך קוקט אויס צו זיין אן אפדעיטע ווערסיע פון "פעטיע" Petya - לויט פארשער.
...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג יוני 27, 2017 12:26 pm

טיילווייזע ליסטע פון אפעקטירטע:
אוקריינע'ס גאווערמענט, בענק, שטאטישע פאוער סופליי, לופטפעלד אין קיעוו און די מעטרא סיסטעם. אדווערדטייזמענט ריז WPP, פראנצויזישע קאנסטראקשען מאטריאל פירמע סעינט-גאובעין און די רוסישע שטאל און אויל פירמעס עווריז און ראזנעפט.
די מידיא און שפאניע באריכטעט אויף גרעסערע ארגענעזאציעס אווי די עסן פירמע מאנדעלעז און די ליגעל פירם די על עי פייפער אז זיי האבן אויך געליטן פון די אטאקע. די ריזיגע שיפינג און טראנספארט פירמע מאערסק זאגט אז זי איז אויך געווארן אפעקטירט

--
די נייעס האלט זיך נאך אינמיטן אנטוויקלען, קנ"א פאלגט נאך מיט שפאנונג די אנדעקונגען און וועט אפדעיטן די ציבור מיט די קומענדיגע קראנטע אינפארמאציע
...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יוני 27, 2017 12:46 pm

DDVdXr6V0AA2D-Y.jpg
DDVdXr6V0AA2D-Y.jpg (64.32 KiB) געזעהן 4414 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » דינסטאג יוני 27, 2017 1:25 pm

איינער קען אריינקומען קלאר?
איז דעיס א המשכה פון וויל וויינען? ווער ס'האט אפדעיטעט איז סעקיורד?
איזי


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט