קאמפיוטער סעקיוריטי נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

קאמפיוטער סעקיוריטי נייעס

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 9:20 pm

(עהה, ווען וועלט איז וועלט, וואלט די אשכול געפענט מומחה עצום.....)

עס איז דא א באריכט, אז אסאך פון די פרייע "פלעש-לייט" עפפס, זענען שפיאנאזש עפפס, און זיי נעמען אראפ אסאך אינפא פון די פאון, ווי לאקאציע און נאך פרייוואטע אינפא, געוויסע פארקויפן עס פאר מארקעטערס, און אנדערע אפי' פאר אדענטעטי טעפט.

(אפשר קען מען מאכן די אשכול פאר א אלגעמיינע אשכול ווי אזעלעכע זאכען ווערן געשריבן)
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג אוקטובער 27, 2014 9:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 9:49 pm

דא האט איר א ליסטע, מיט "פערמישענס" וואס איר געט פארן פלעשלייט, ווען איר לייגט עס אויפן פאון, לויט די פאפיולערע קאמפאניס.

(דריקט צו פארגרעסערן.)
צוגעלייגטע
table1.png
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

זיס ווי האניג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

תגובהדורך זיס ווי האניג » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 10:44 pm

דארף מען פון דעם מורא האבן?

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 12:58 am

אינטערעסאנט ווי קיינער איז נישט מוותר אויף take pictures and videos, זיי נעמען פיקטשערס\ווידעאוס פון מיר באהאלטענערהייט?????
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 1:39 am

אוודאי ווען די שלאפסט שטעלט ער זיך אויף און נעמט פיקשטורס און קליפס פון וואס אימער...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 2:23 am

סקען זיין אז זיי אקטיוויזירן די קאמערא אין די בעקגראונד ווען איך נוץ די טעלעפאן דורכן טאג, נישט אזא דבר רחוק
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 2:26 am

קען זיין אז ס'מיינט סה''כ אז זיי מעגן האבן עקסעס צו די קאמערא, וואס יתכן אז זיי קענען נישט אנצונדן די פלעש אן דעם
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 8:33 am

פונקט געזען א ווידיאו דערפון. זיי זאגן אז יעדע פלעשלייט עפפ וואס איז שווערער פון א מעגע בייט גרויס איז פארדעכטיגט, לויט די עקספערטן דארף אזא עפפ נישט טראגן קיין שווערע געוויכט

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 9:08 am

יישר כוח

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 9:42 am

די פלעש לייט אויף די בב 10 אויך?

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 11:04 am

green האט געשריבן:די פלעש לייט אויף די בב 10 אויך?

,Don't think so, it comes with the phone, its not an app that you downloaded

מטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 15, 2014 12:10 pm

תגובהדורך מטל » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 11:09 am

געלעגער האט געשריבן:פונקט געזען א ווידיאו דערפון. זיי זאגן אז יעדע פלעשלייט עפפ וואס איז שווערער פון א מעגע בייט גרויס איז פארדעכטיגט, לויט די עקספערטן דארף אזא עפפ נישט טראגן קיין שווערע געוויכט

https://dl.dropboxusercontent.com/u/180 ... WA0084.mp4

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 1:07 pm

עפל האט די וואך ארויסגעגעבן אן אפדעיט צו די מעק אפערעיטינג סיסטעם, וואס פארעכט די NTP סעקיוריטי אישו, און די חידוש איז אז די אפדעיט האט זיך אינסטאלד אויטאמאטיש און ס'דארף נישט א ריסטארט.

דאס איז די ערשטע מאל וואס עפל גיט ארויס אן אפדעיט וואס אינסטאלד זיך אויטאמאטיש, עפל האט שוין געהאט די טעכנאלאגיע דאס צו טון זייט צוויי יאר צוריק, אן דאס איז די ערשטע מאל וואס זיי נוצן עס.

עס איז צום האפן אז ענליכע סעקיוריטי אישוס וועלן אויך פאראכטן ווערן שנעל און אויטאמאטיש.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך ינואר 14, 2015 8:28 pm

אויב איר האט א מייקראסאפט ווייערלעס קיעבארד, דאן איז וויכטיג איר זאלט וויסן אז פאר א נישטיגע פאר טאלער קען יעדער זיך מאכן א אונטערהער אפאראט וואס וועט אויפכאפן און רעקארדירן אלעס וואס איר טייפט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 14, 2015 8:51 pm

מומחה עצום האט געשריבן:אויב איר האט א מייקראסאפט ווייערלעס קיעבארד, דאן איז וויכטיג איר זאלט וויסן אז פאר א נישטיגע פאר טאלער קען יעדער זיך מאכן א אונטערהער אפאראט וואס וועט אויפכאפן און רעקארדירן אלעס וואס איר טייפט.

WOW!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך ינואר 14, 2015 11:41 pm

משוגענע וועלט!

נאר א מייקראסאפט?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5779
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 1:02 pm

אוי וויי?!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 8:10 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אוי וויי?!

דאנט ווארי, חוץ פאליציי לויערס און וויכטיגע לייט וכו' דארף א פשוטע מענטש זיך נישט זארגן.

אבער אז דו זעהסט א פארדעכטיגטע טשארדזשער צוברעך עס אויף פיצלעך...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5779
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 8:21 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אוי וויי?!

אבער אז דו זעהסט א פארדעכטיגטע טשארדזשער צוברעך עס אויף פיצלעך...

:lol:
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 10:14 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אוי וויי?!

אבער אז דו זעהסט א פארדעכטיגטע טשארדזשער צוברעך עס אויף פיצלעך...

:lol:

דו לאכסט??? איך בין שוין צוקריגט מיט א האלבע אפיס דא..... כ'האב היינט צושמעטערט טשארדזשעס לינקס און רעכטס....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 11:03 pm

פון לכתחלה'ס קיבארד:
דו לאכסט??? איך בין שוין צוקריגט מיט א האלבע אפיס דא..... כ'האב היינט צושמעטערט טשארדזשעס לינקס און רעכטס....
<שיק עס>
End
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג ינואר 16, 2015 12:41 am

פלוני האט געשריבן:פון לכתחלה'ס קיבארד:
דו לאכסט??? איך בין שוין צוקריגט מיט א האלבע אפיס דא..... כ'האב היינט צושמעטערט טשארדזשעס לינקס און רעכטס....
<שיק עס>
End

פלצתי פלצות
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » פרייטאג ינואר 16, 2015 10:10 am

פלצות ורעדה אחזתני
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מוצ"ש ינואר 17, 2015 7:02 pm

עס טוט זיך א מצב... גוגל מיט מייקראסאפט [נד"נ] שלאגן זיך ארום ברבים, און די וואס ליידן זענען צום סוף די אומשולדיגע באנוצער....

אינעם פארגאנגענעם יולי דער פופצענטער האט גוגל אנאנסירט דאס גרינדונג פון א ספעציעלע גרופע פון סעקיורעטי ריסערטשערס, אונטערן נאמען 'פראדזשעקט זיראו', וועמענס ציל וועט זיין צו זוכן אלע סארטן 'זיראו דעי' וואלנערעבילעטיס [zero-day איז דער טערמין גענוצט אויף לעכער אין פראגראמען אדער אפערעיטינג-סיסטעמען וועלכע די דעוועלאפערס ווייסן נישט פון, און עס קען גענוצט ווערן אין אטאקעס וועלכע עס איז זייער שווער צו אפהאלטן נישט וואוסענדיג וואס די אטאקירער נוצן אויס צו קענען אטאקירן].

אין דער גרופע'ס פאלעסי איז דא א שטרענגע דעדליין פון 90 טאג פון ווען זיי ווארענען דער באטרעפענדער דעוועלאפער/פירמע, ביז ווען זיי געבן ארויס צום פובליק דער לאך אין פולער דעטאל. דאס איז געמאכט אזוי צו געבן פרעשער פאר די פירמע'ס שנעל צו פעטשען זייערע לעכער און עס נישט פארנאכלעסיגן מיט פוילע תירוצים.

יעצט האט עס געפלאצט... היינט האט גוגל ארויסגעגעבן דער דריטער ווינדאוס לאך אין איין חודש, און אלע דריי זענען נאכנישט געווען געפעטשט ביים ארויסגעבן די דעטאלן פאר פאבליק, דאס איז געקומען טראץ מייקראסאפטס געבעטן צוצואווארטן אביסל לענגער ביז זיי קענען עס פאררעכטן. די ערשטע צוויי זענען געווען [און זענען שוין ביידע געפיקסט געווארן אין פעטשעס דעם פארגאנגענעם דינסטאג] נאר אויף ווינדאוס 8.1, און דער היינטיגער איז שוין אויכעט אויף ווינדאוס 7 [יעצט הייסט עס אז עס וועט ווערן געפעטשט אין דער נעקסטער פעטש-דינסטאג פון מייקראסאפט וועלכער געפאלט אום פעברואר 10].
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מוצ"ש ינואר 17, 2015 7:41 pm

ווינדאוס שיקט ארויס די אפדעיטס יעדער דינסטאג, און מייקראסאפט זאגט אז זיי האבן געבעטען פאר גוגעל צו ווארטען ביז דינסטאג.
משנכנס אדר מרבים בשמחה


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט