IFTTT - איפטטט

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

ifttt.com ווי אזוי נוצט מען עס?

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 11:39 am

די וועב סייט ifttt.com איז א הילף פאר אינטערנעט באנוצער. זייער סלויגאן איז Put the internet
to work for you.

קען איינער עס אביסעל מסביר זיין וויאזוי א פשוטע אינטערנעט באנוצער וואס האט נישט קיין שום אנונג פון RSS א.ד.ג. קען האבן נוצען דערפון.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:00 pm

מפי השמועה אז עס איז זייער גוט

(איך ווייס אבער אויך נישט וואס דאס איז)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 7:49 pm

דא האסטו א גייד

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 8:00 pm

בקיצור נמרץ שבנמרץ, ער אטאמאטירט גאר אסאך זאכן, פאר א משל: דו סעיווסט א **** *** ווידיאו אויף דיין וואטש איט לעיטער, און ער מאכט א רשימה פון די לינקס אין דיין דראפבאקס אקאונט אויף א דאקומענט, אדער למשל ער סעייוט אלע דיינע אינסטעגרעם בילדער צו דיין דראפבאקס..., און נאך פולע פולע פולע טויזענטער אזאנע רעצעפטן [זוי רופן זיי א פעולה].
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

IFTTT - איפטטט

תגובהדורך יאפין » מיטוואך יולי 02, 2014 6:48 pm

איך האב מיר לעצטענס אנגעטראפען מיט אן אפליקעישען וואס הייסט "איפטטט" וואס איז די ר"ת פון א'יף ט'היס ט'הען ט'העט (IFTTT - IF This Than That), איך האב זעהר הנאה געהאט פון דעם, וויל איך דאס מיט טיילען מיט'ן עולם אז יעדער זאל קענען הנאה האבן.

בילד

באמת ווייס איך נישט וויאזוי דאס צו באשרייבן, ווייל פון איין זייט איז עס טאקע אן אפליקעשען, אבער פון די אנדערע זייט איז עס א סערוויס, אדער אפשר הייסט עס א שדכן?

איז אזוי, דער פראדוקט נעמט צאם פארשידענע טעכנאלאגיע'ס, און מאכט קאנעקשענס איינס מיט די אנדערע.
מיט א פשוט'ע זאץ: אויב דאס דעמאלטס יענץ!

עס זענען דא 'רעצעפטן' וואס שטעלט צאם און מאכט קאנעקשענס צווישען 'טשענעלס'.
א 'רעצעפט' איז צאמגעשטעלט פון א 'טריגער טשענעל' און א 'עקשען טשענעל'. "אויב (טריגער טשענעל) דעמאלטס (עקשען טשענעל)".
למשל 'אויב (איך קום אן בית מדרש) דעמאלטס (מאך מיין טעלעפון אויף סיילענט)'.
בילד
זיי האבען שוין איבער הונדערט טשענעלס, פון פשוט'ע עפפ'ס וואו צב"ש דזשימעיל, גוגעל דרייוו, פאקעט, דראפבאקס, אינסטאגראם און נאך וכו'. נאכדעם איז דא טעכנישע טעלעפון טשענעלס וואו צב"ש טעלעפון וויי פיי. דזשי פי עס, טעקסט ועוד.
און די מערסטע אינטרעסאנסטע חלק איז מעכאנישע כלים (הארד-וועיר). צב"ש לעמפ, סאקעטס, גוגעל'ס נעסט טערמאסטאט און פייער ענד סמאוק אלארעם און נאך.
זיי האלטן זיך פריש און לייגען כסדר צו פרישע טשענעלס.

יעצט, יעדע זאך קענסטו קאנעקטן אלף צו בית, וואס דאס ברענגט א משונה'דיגע צאמ-קום פון כל מיני זאכן צו כל מיני זאכן. וואו געשריבען אויבן אין די משל.
און דאס איז א שריט נענטער צום חלום פון א קאנעקטעד האום.

אפאר פון די טויזענטע זאכן וואס מען קעהן אלץ טוהן;
• ווען איך מאך א בילד מיטן טעלעפון, לייג עס אריין אין מיין דראפבאקס.
• ווען איך קום אן אהיים, שיק א טוויט אז איך בין אנגעקומען אהיים.
• אויב די קאנעקטעד פייער אלארעם צופייפט זיך אין ביהמ"ד, שיק א טעקסט צום גבאי.
• יעדער מאל ווען איך קום אן/גיי אוועק פון מיין ארבעט, לייג עס אריין אין גוגעל דרייוו.

איך האב געמאכט אז יעדער מאל וואס איך באקום אן אימעיל זאל איך באקומען א טעקסט מעסידזש, א מורא'דיגע מעלה אין אידישקייט! כ'דארף נישט האבן קיין סמארט פאון צו ווארטן אז איינער זאל מיר שיקען אן אימעיל...

יעצט לאמיר זעהן וואס דער עולם קען צאם שטעלען....
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך יולי 02, 2014 7:08 pm

מ'קען זיך איינשרייבן ביי זיי און באקומען טעגליך אין אימעיל גוטע רעסעפיס פון מענטשן איבער די גאנצע וועלט.
דאס איז אויך א רעסעפי…
If IFTTT then Email
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך יולי 02, 2014 7:30 pm

דאס איז א עפפ?
מען קען דאס דאולאודען פונעם עפפ סטאר?
איינער האט אפשר א לינק

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך יולי 02, 2014 7:36 pm

משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך יולי 02, 2014 7:51 pm

מ'קען אויך בויען גג על גג, למשל:
ווען איך כאפ א פיקטשער אויף מיין פאון, זאל עס ווערן געטרענפערט צו דראפבאקס
ווען א בילד קומט אן צו דראפבאקס, זאל איך באקומען אן אימעל פון דעם
ווען א אימעיל קומט אריין אין די אינבאקס, זאל עס געשיקט ווערן צו פרינטער
און אזוי ווייטער.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

תגובהדורך פרישער » מיטוואך יולי 02, 2014 9:04 pm

איך וויל אז אויב מיין גבאי איז בודק מיין טעל זאל די אינטערנעט בראהזער ווערן אינוויזעבל, און משומר סימבאל זאל זיך באווייזן אויף אלע עקען פון דעים טעלעפאן
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך יולי 02, 2014 9:11 pm

ייש"כ פארן ברענגען, זייער פיינע זאכן דארט.
גיימער טרייען דאס Text my wife when I leave work

אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

ל'עמעזאניען'ס

תגובהדורך פרישער » מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

איך וויל אז איך זאל באקומען א אימעיל און פידיעף פון די פעקינג סליף ווען איך באקום א עמעזאן ארדער
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מיטוואך יולי 02, 2014 9:21 pm

איך האב שוין געפענט א אשכול, דא

יאפין, שכח פארן אזוי שיין ציברייטערן.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 02, 2014 10:53 pm

יאפ, זייער פיינע זאכן.

[דער אימעיל קענסטו מאכן גראד ארויס פון דזשימעיל אין די דזשימעיל סעטטינגס].
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג יולי 03, 2014 5:04 am

פלעכטער האט געשריבן:איך האב שוין געפענט א אשכול, דא

יאפין, שכח פארן אזוי שיין ציברייטערן.

ברויך מען טאקע צאמשמעלצן.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג יולי 03, 2014 8:08 am

WOW שיגע צו ווערן.....

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » דאנארשטאג יולי 03, 2014 10:11 am

געוואלדיג
שקויעך

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג יולי 08, 2014 11:06 pm

איז דא א רעסעפי אז ווען כ'באקום א אימעיל מיט א געוויסע קיווארד דערין, זאל עס ארויפגיין אויף א סארט טעסק פראגראם וכדו', כ'זאל שפעטער קענען זען א ליסט פון אימעילס וואס דארפן א ריפליי?

וויזוי קען ווערן אנגערופן אזא מין רעסעפי כ'זאל קענען סערטשן דערפאר?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 09, 2014 6:41 am

קענסט דאך עס מאכן מיט א פילטער אין דזשימעיל אז אלע אימעילס מיט דער קיווארד זאלן באקומען א געוויסע לעיבל.

אויב ווילסטו עס אין אן עקסטערע טו-דא-פראגראם קענסטו נאכדעם נוצן איינער פון די פאלגענדע רעצעפטן:
https://ifttt.com/recipes/168710-create ... l-in-gmail https://ifttt.com/recipes/143414-gmail-to-toodledo-task
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מיטוואך יולי 09, 2014 8:45 am

יאפין האט געשריבן:
פלעכטער האט געשריבן:איך האב שוין געפענט א אשכול, דא

יאפין, שכח פארן אזוי שיין ציברייטערן.

ברויך מען טאקע צאמשמעלצן.

געשמאלצן

שכוח פאר די קלארע הסבר.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 09, 2014 9:34 am

derech eretz האט געשריבן:איז דא א רעסעפי אז ווען כ'באקום א אימעיל מיט א געוויסע קיווארד דערין, זאל עס ארויפגיין אויף א סארט טעסק פראגראם וכדו', כ'זאל שפעטער קענען זען א ליסט פון אימעילס וואס דארפן א ריפליי?
וויזוי קען ווערן אנגערופן אזא מין רעסעפי כ'זאל קענען סערטשן דערפאר?

אדער קענסטו נוצן דאס:
https://ifttt.com/recipes/188257-gmail- ... dledo-task
וואס וועט פון א קיווארד ריזאלט אין דיין אינבאקס מאכן א נייע טעסט ביי Toodledo.

אדער קענסטו מאכן א רעסעפי וואס זאל צולייגן א שורה אין א גוגל ספרעדשיט פאר יעדע אימעיל וואס קומט נאך דער סערטש.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך יולי 09, 2014 10:12 pm

א מורדיגע איידיע, מ'קען משוגע ווערן וואס מענטשן קומען אלץ אויף.

ווען איינער מאכט א רעסעפי קענען מענטשן לייקען און ווימער לייקס די האסט אלץ העכער פארט עס ארויף.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מיטוואך יולי 09, 2014 11:18 pm

איך שיק מיינע אימעיל'ס פון אפאר פלעצער (אפיס קאמפיוטער, פאון) און איך מיטשע מיר אייביג צו טרעפען אימעיל'ס וואס זענען געשיקט געווארן (איך ניץ נישט Gmail).
איז דא א רעסעפי וואס קאלעקט אלע מיינע אימעילס (פון אפאר פלעצער)?
אפשר למשל שיקען אלע אימעילס צו א צופעסיפישע דשימעיל אקאונט?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג אוקטובער 26, 2014 6:53 pm

שייך דערמיט אנצושטעלן מיין וועב אויפן ענדרויד זאל ווערן אויסגעלאשן אין געוויסע צייטן? אדער דזשימעיל זאל זיך נישט סינקען דעמאלטס?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג אפריל 27, 2015 3:46 pm

האמיר דא א IFTTT מומחה?

ביי די דזשימעיל טריגערס, אויב סעלעקט מען Any new attachment in inbox כאפט עס אלע עטעטשמענטס פון א אימעיל (צו שיקן צו דראפבאקס למשל), (ביי די Action Fields ביי פייל URL איז דא א אפשען {{AttachmentPrivateURL}}),
אויב אבער סעלעקט מען New email in inbox labeled אדער New email in inbox from כאפט עס נאר די ערשטע עטעטשמענט פונעם אימעיל, נישט אלע, (ביי די Action Fields ביי פייל URL שטייט דארט {{FirstAttachmentPrivateURL}}),

פארוואס איז אזוי, און איז שייך עס צו טוישן, אז ביים לעיבל אדער פראם טריגער זאל עס אויך אויפכאפן אלע עטעטשמענטס?


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט