טעכנאלאגיע סעקיוריטי נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מאי 11, 2014 10:17 am

דער פאפולערער URL פארקורצערונג סערוויס Bitly האט ארויסגעלייגט א מעלדונג אויפן קעפל פון זייער וועבזייטל, ווי פאלגענד:
Bitly users: we suspect account credentials have been compromised. We need you take action to secure your account. Details at bit.ly/SecurityDetails

און דער CEO פון דער פירמע שרייבט אין א בלאג פאוסט אז זיי זענען חושד אז יוזערנעימס און פעסווארדס זענען געהעקט געווארן פון זייער דאטאסבעיס, כאטש דערווייל האבן זיי נאכנישט געהערט אז עס זאל למעשה עפעס געטון ווערן דערמיט, ראטן זיי אז יעדער זאל טוישן דער פעסווארד, ווי אויכעט ריסעטן אלע אריינגעסיינטע עפפס.
דער דעטאבעיס פון פארקורצערטע לינקס איז גארנישט אפעקטירט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מאי 21, 2014 10:03 am

היינט אינדערפרי האט פעיפאל געשריבן אויף זייער וועבזייטל אז איבעי (פעיפאל באלאנגט פאר איבעי) וועט פארלאנגען זייערע יוזערס צו טוישן פעסווארד, א קורצע וויילע שפעטער נאך וואס די ארטיקל איז געגאנגען וויירעל אויף סאושעל מידיא מיט שפעקולאציעס אז איבעי איז געווארן געהעקט האבן זיי אראפגענומען דעם ארטיקל, למעשה האבן זיי שפעטער קאנפוירמד אז זיי זענען א קרבן פון א סייבער אטאקע וואס האט דורכגעבראן די נעטווארד ווי ס'ליגט די פעסווארדס, די אטאקע איז שוין פארגעקומען צוריק אין פעבואר אבער זיי האבן עס געכאפט הערשט צוויי וואכן צוריק און זיי האלטן אינמיטן אויספארשן וואו און וואס ס'איז געווארן אטאקירט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך מאי 21, 2014 11:19 am

פעיפאל פעסווארד דארף מען נישט טוישן? (דערווייל..)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מאי 25, 2014 9:07 am

וויאזוי זאגט דער וועלט: אז עס רעגענט גיסט שוין....

נאכדעם וואס איבעי האט - ווי מאנ-יימער האט געמאלדן דא - דעם פארגאנגענעם מיטוואך מודה געווען אז זיי האבן געהאט א מאסיווע דעטא ארויסברעכונג ערגעצוואו און פעברואר אדער אנהויב מארטש, אין וועלכע עס זענען ארויסגערינען ביז-אזויפיל ווי די אינפארמאציע פון אלע זייערע 145 מיליאן אינטערנאצינאלע אקטיווע יוזערס, אריינגערעכענט יוזערנעימס - פעסווארדס - אימעיל אדרעסן - אדרעסן - פאון נאמבערס - און דעיט אוו בורט, און יעדער וואס סיינט זיך אריין זינט דאן ווערט באפוילן צו טוישן דער פעסווארד, און ווי אויכעט עצה'ענען זיי צו טוישן דער פעסווארד פון סיי וועלכע אקאונט וואס האט דער זעלבער פעסווארד.

איבעי איז שארף אראפגעריסן געווארן פאר זייער שפעטע רעספאנס, קודם כל אז עס האט זיי געדויערט באלד דריי חדשים צו אנדעקן דער העקעריי, און אפילו ווען זיי האבן שוין געוואוסט דערפון האט נאך גענומען צוויי וואכן ביז זיי האבן עס געמאלדן פאר פובליקום, און אפילו יעצט איז עס דערווייל נאר געמאלדן אויף זייער זייטל אבער קיינע ווארענונג אימעילס צו די יוזערס זענען נאכנישט ארויסגעשיקט געווארן.

און אום פרייטאג ארויסגעקומען א באריכט וואס רייסט שארף אראפ איבעי פאר זייער סעקיורעטי פארנאכטלעסיגקייט, דער באריכט גיבט אן דריי מעידזשאר לעכער אויפן איבעי וועבזייטל וואס קען זייער גרינג אויסגענוצט ווערן דורך א העקער צו ווידעראמאל גנב'ענען די אלע אינפארמאציע ווי אויכעט צו פארשפרייטן וויירוסן וכדו', אלע דריי זענען געטראפן געווארן דורך סעקיורעטי ריסערטשער וועלכע האבן עס שוין א וויילע צוריק געמאלדן דערוועגן פאר דער איבעי סעקיורעטי טיעם אבער דערווייל איז עס וואונערבעל כדבעי.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג מאי 27, 2014 11:45 pm

הערשט יעצט באקומען א אימעיל פון איבעי אז איך זאל טוישן פעסווארד.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מאי 28, 2014 9:41 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:הערשט יעצט באקומען א אימעיל פון איבעי אז איך זאל טוישן פעסווארד.

איך האב עס ערשט היינט באקומען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 28, 2014 9:46 pm

איך האב עס געקריגן צוויי טאג צוריק

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מאי 28, 2014 9:55 pm

Spotify דער באקאנטער מוזיק סטרימינג סערוויס - וועלכע שטעלן צו מוזיק אויפן קאמפיוטער און סמארט-פאונס, און פארמאגט איבער 40 מיליאן סובסקרייבערס - זאגט היינט אז א העקער האט זיך באוויזן אריינצוברעכן אין זייער סיסטעם.

לויט ווי זיי זאגן האט ער נישט געהאט קיין צוטריט צו די פעסווארדס אדער סיי וועלכע פיינענשעל אינפארמעישאן. איין אקאונט וואס זיי איז געווארן עפעס געבראברעט [אבער זיי זאגן נישט פונקטליך מיט וואס].

זיי זאגן אז געוויסע יוזערס גייען זיך טרעפן אויסגעשפארט און זיך דארפן ווידעראמאל איינסיינען. ווי אויכעט איז זייער וויכטיג צו אפדעיטן דער עפפ ווי נאר זיי געבן ארויס אן אפדעיט אין די קומענדיגע טעג.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג מאי 29, 2014 3:37 am

אייפעד, אייפאון און מעק באנוצער אין אסטראליע, וואס האבן געהאט זייערע דעווייזעס קאנעקטעד צו אייקלאוד, האבן באריכטעט אז א העקער האט באוויזען
צו אפשליסען זייערע דעווייסעס רימאטלי.

פעלער פון 'איי-דזשעקינג' איז באריכטעט געווארען אין גאנץ אסטראליע. באטראפענע האבען זיך אויף געוועקט צו א מעסעדזש וואס האט אויס גערופען הויעך אז די טעלעפאן איז געהעקט געווארען, אופרטיבית וויל מען עס עפענען, זאל מען אריין שיקען צווישען $50 און $100 צו א פעי-פאל אקאונט, און מען וועט צוריק באקומען די דעווייס.

די וואס האבען געהאט 'צוויי פאקטאר אוטענטיקעישן' האט דער העקער נישט באוויזען זיך אריין צובאקומען.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג מאי 30, 2014 5:24 pm


כ'האב היינט געוואלט אריינגיין צו די עוועסט פארום'ס, האב'ך מיך באגעגענט מיט דער פאלגענדער מעלדונג:
The AVAST forum is currently offline and will remain so for a brief period. It was hacked over this past weekend and user nicknames, user names, email addresses and hashed (one-way encrypted) passwords were compromised. Even though the passwords were hashed, it could be possible for a sophisticated thief to derive many of the passwords. If you use the same password and user names to log into any other sites, please change those passwords immediately. Once our forum is back online, all users will be required to set new passwords as the compromised passwords will no longer work.

This issue only affects our community-support forum. No payment, license, or financial systems or other data were compromised.

We are now rebuilding the forum and moving it to a different software platform. When it returns, it will be faster and more secure. This forum for many years has been hosted on a third-party software platform and how the attacker breached the forum is not yet known. However, we do believe that the attack just occurred and we detected it essentially immediately.

We realize that it is serious to have these usernames stolen and regret the concern and inconvenience it causes you. However, this is an isolated third-party system and your sensitive data remains secure.

All the best,
Ondrej Vlcek
COO AVAST Software

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג יוני 01, 2014 12:00 am

וואס דא גייט פאר לעצטענס, יעדען טאג א צווייטער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

null
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2014 4:33 pm
לאקאציע: dev/null/

תגובהדורך null » זונטאג יוני 01, 2014 12:40 am

א בושה פאר א סעקיורטי פירמע,
בכלל ווייזט אויס אז זיי האבן נישט אזוי גוט געהעשט די פעסווארדס, מעגליך אן א salt

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 10:48 am

לויט באריכטן האט דער באקאנטער 'אנאנאמעס' העק-טעוויסט גרופע באוויזן אראפצוברענגען דער מד"י מוסד שפיאנאז אגענטור'ס וועבזייטל, אלץ א נקמה אויף זייער אקציעס אין עזה אין וועלכע אריבער טויזענט זענען שוין גע'הרג'עט געווארן.

עס קוקט אויס ווי גאר א שווערע DDoS [ד'יסטריביוטעד ד'ענייעל א'וו ס'ערוויס, א סארט אטאקע וואס מען ברענגט אראפ א וועבזייטל דורך שיקן אויפאמאל מער פון וויפיל טרעפיק ער קען פארנעמען], דער גרופע האט עס געמאלדן אויפן איינער פון זייערע טוויטער אקאונטס שוין מיטוואך אווענט און עס איז דערווייל נאכאלץ דאון.

דער אטאקע איז א חלק פון זייער ברייטע קאמפיין מיטן נאמען 'אפערעישאן סעיוו גאזא',אין וועלכע א גרויסע צאל וועבזייטלעך פון איזראעלישע פירמעס און ארגאנאזאציעס זענען אטאקירט געווארן, און געוויסע זענען געהעקט געווארן און ארויפגעלייגט מעסעדזשעס און בילדער אנקעגן דער מד"י אפעראציע אין עזה.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:58 pm

לויט ווי עס ווערט באריכטעט, הייסט עס אז בערך 1.2 ביליאן יוזערנעימס און פעסווארדס זענען געגנבעט געווארן דורך רוסישע העקערס, און דאס אפעקטירט איבער 420,000 וועבזייטלעך.

אויב איר ווייסט נישט וואס צו טון ערשט, דאן ליינט דורך די פאלגענדע ארטיקל


(אכטונג צייטונגען און מאגאזינען, עס איז נישט ערלויבט צו נעמען אינהאלט פון דא אן רשות)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 10:05 am

לויט באריכטן איז פארגעקומען א מאסיווע העקעריי אויפן וועבזייטל Viator - וועלכער איז דער וועלטס גרעסטער טרעוועל בוקינג סייט און באלאנגט היינט פאר TripAdvisor - אין וועלכע א געשאצטע 1.4 מיליאן קרעדיט קארד אינפארמאציע איז ארויסגערינען צו די העקערס.

אין א פרעס רעליס זאגט Viator אז זיי האבן אויפגענומען עקספערטן אפצושאצן דער גרויסקייט פון דער אריינברעכעריי, און זיי גייען אינפארמירן אלע אפעקטירטע קאסטומערס, אבער זיי ראטן איעדער וואס האט אן אקאונט דארט צו טוישן דער פעסווארד, און אזוי אויכעט אלע פעסווארדס וואס זענען די זעלבע פון יענע.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 6:42 pm

טשעיס האט געליטען פון אן אטאקע.
אזויפיל ווי זעקס און זיבעציג מיליאן פריוואטע אקוינטס, און זיבען מיליאן ביזנעס אקוינטס זענען געהעקט געווארן.

זיי זאגן אז נאר קאנטעקט אינפארמאציע איז געהעקט געווארן, נישט פעסווארדס און אקוינט נאמבערס.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 7:33 pm

וואס פשט אז א חלק יא און א חלק נישט. גייט נישט אלעס פונעם סייט דורך די זעלבע ענקריפשען?

--

מזל טטוב צו דיין טויזענסטע תגובה

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 9:42 pm

געלעגער האט געשריבן:וואס פשט אז א חלק יא און א חלק נישט. גייט נישט אלעס פונעם סייט דורך די זעלבע ענקריפשען?

עס מוז נישט ליגן אויפן זעלביגער סערווער.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 10:05 pm

איך טאקע באקומען פון זיי א אימעיל אז זיי שיקן א נייע קארטל אלס א חשד אז סאיז געווארן געהעקט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 10:23 pm

נישט האט געשריבן:איך טאקע באקומען פון זיי א אימעיל אז זיי שיקן א נייע קארטל אלס א חשד אז סאיז געווארן געהעקט

כ'גלויב נישט אז עס האט מיט דעם זינט זיי שרייען דא אז קארטל אינפארמאציע איז נישט ארויסגערינען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 2:05 pm


א צווייטע גניבה אויף האום דיפא קוסטעמער אינפארמאציע איז פארגעקומען.

איינס איז געווען סעפטעמבער, ווי די קאמפאני האט געזאגט אז 56 מיליאן שטיקלעך אינפא איז געגנב'ט געווארן, אצינד זאגן זיי אז סעס איז געווען נאך א "בריטש" און נאך 53 מיליאון נעמען זענען אינדרויסן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 9:26 am

די יונייטעד סטעיטס פאוסטעל סערוויס קאמפיוטער סיסטעם איז געווארן געהעקט, די העקערס האבן ארויסדערווישט די אינפארמאציע פון 750,000 ארבעטער און 2.9 מיליאן קאסטומערס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 1:17 pm

פון די 750,000 האבן זיי ממש אלע אינפא, און די פאסט אפיס גייט טאקע געבן פאר זיי פרי מענעטערינג. אבער די אנדערע 2.9 איז עס בעיקר נאר נעמען, אימעיל אדרעסן וכדו', נישט עכפ פרייוואטע זאכען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 1:21 pm

האט איינער אנגעמערקט אז די פאסט אפיס האט א ארבעטער פאר יעדע דריי אדער פיר קאסטומערס...

דאס איז נישט אינגאנצן אמת, ווייל זיי האבן נישט די נעמען און אדרעסן פון אלע וואס שיקן בריוולעך, נאר בעיקר פון קאמערציאלע קאסטומערס
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 1:32 pm

שנאפס האט געשריבן:האט איינער אנגעמערקט אז די פאסט אפיס האט א ארבעטער פאר יעדע דריי אדער פיר קאסטומערס...

דאס איז נישט אינגאנצן אמת, ווייל זיי האבן נישט די נעמען און אדרעסן פון אלע וואס שיקן בריוולעך, נאר בעיקר פון קאמערציאלע קאסטומערס

מען רעדט פון אלע פענסיונערן ארבייטער אויך. זיי האבן אזויפיל פענסיונערן, אזש דאס ברענגט זיי אונטער פאנאציעל, אבער ווער גייט טשעפענען מיט די שמייליגע יוניענס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט