טעכנאלאגיע סעקיוריטי נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 7:32 pm

סאוני פיקטשערס (זיי מאכן פילמס)
א גרופע וואס רופן זיך די "גארדיענס אוו פיעס" האט אריינגעהעקט צו סאוני און גענומען פון דארט איבער 12 טערעבייט פון אינפארמאציע! זיי האבן עס געליעקט אנליין, און ווי עקספערטן זאגן איז כמעט נישטא קיין אינפארמאציע וואס זיי האבן נישט גענומען.

אי-ציגערעטלעך
אויב איר האט עלעקטראנישע ציגארעטלעך פון טשיינע, קענט איר באקומען א וויירוס ווען איר שטעקט זיי אריין אן קאמפיוטער צו טשארדזשן.
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום מיטוואך דעצמבער 24, 2014 5:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 7:40 pm

מומחי איז דא אין פולען קראפט...

יישר כוח!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 8:10 pm

אויסטערליש אינטערסאנט וואס ס'טוצעך נישט היינט מיט די העקעריי! שכח פאר די גאר אינטערסאנטע אפדעיטס.

ס'כאפט ממש א פחד! אנליין סטארעדזש וכדו' וועל איך שוין קיינמאל נישט נוצן לכאורה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 8:13 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אויסטערליש אינטערסאנט וואס ס'טוצעך נישט היינט מיט די העקעריי! שכח פאר די גאר אינטערסאנטע אפדעיטס.

ס'כאפט ממש א פחד! אנליין סטארעדזש וכדו' וועל איך שוין קיינמאל נישט נוצן לכאורה.


נישטא קיין סיבה נישט צו נוצן אנליין סטארעזש. העקערס קענען אריינהעקן לאקעל אויך... סייווי איז אסאך פון אייער אינפא שוין אנליין
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 8:22 pm

מילכיגער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אויסטערליש אינטערסאנט וואס ס'טוצעך נישט היינט מיט די העקעריי! שכח פאר די גאר אינטערסאנטע אפדעיטס.
ס'כאפט ממש א פחד! אנליין סטארעדזש וכדו' וועל איך שוין קיינמאל נישט נוצן לכאורה.

נישטא קיין סיבה נישט צו נוצן אנליין סטארעזש. העקערס קענען אריינהעקן לאקעל אויך... סייווי איז אסאך פון אייער אינפא שוין אנליין

אויכעט אמת, און אחוץ דעם, מיינסט אז די העקערס זענען אינטערסירט אין דיינע נארישע זאכן, און וואס וועט געשען אויב זיי וועלן עס יא האבן? אויסער אויב דו ביסט א קאמפאני מיט געהיימע ביזנעס סודות.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 8:24 pm

נישט אז איך באהאלט מיליאנען אין די שוויצער בענק.. אבער די געפיל איז זייער נישט קיין געשמאק אז עס איז שוין נישטא קיין סעקיור מקום.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 8:29 pm

אויב די דאטא איז ענקריפטעד פאר ס'גייט ארויס פון דיין מאשין ביסטו סעקיור. דא האבן זיי אריינגעהעקט צו סאוני'ס נעטווארק וואס דאס איז א גאנץ אנדערע מעשה

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 11:13 pm

מומחה עצום האט געשריבן:סאוני פיקטשערס (זיי מאכן פילמס)
א גרופע וואס רופן זיך די "גארדיענס אוו פיעס" האט אריינגעהעקט צו סאוני און גענומען פון דארט איבער 12 טערעבייט פון אינפארמאציע! זיי האבן עס געליעקט אנליין, און ווי עקספערטן זאגן איז כמעט נישטא קיין אינפארמאציע וואס זיי האבן נישט גענומען.

א גרויסע חשד איז אז די העקער זענען פון - אדער געדינגען דורך - דער נארט קאריע'ער רעזשים, און עס קומט אלץ נקמה צו א מאווי וואס דארף ארויסקומען אין די נאנטע צייט מיטן נאמען 'דער אינטערוויאו' וואו עס ווערט אויסגעשפילט בתוך הדברים אן אנטעטאט פלאן אויפן נארט קאריע הערשער קים דזשאנג און.

עס איז אנגעקומען אימעילס - פון איינער וועלכער זאגט צו זיין דער העקער - צו אסאך פון די ארבעטער דארט מיט סטראשענונגען אז זיי זאלן זיך דערווייטערן פון סאני, ווייל אויב נישט זענען זיי און זייער פאמיליע אין א סכנה. שפעטער איז געקומען א סטראשע פון א צווייטער וועלכער זאגט אז ער איז דער העקער און ווארענט אראפצונעמען דער אויבענדערמאנטער מאווי, אבער ער האט געזאגט אז די ערשטע אימעילס זענען נישט פון אים.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 14, 2014 12:53 pm

טוט זיך לעבעדיגע מיט די סאני העקעריי. זיי האבן ארויס געגעבן פריוואטע אימעילס פון די סאני עקזעקעטיוו ווי זי מאכט חוזק פון אבאמא.

שארפטאן האט זיך אריין געלייגט אין די לענג און ברייט און ער גייט מעגליך רופן פאר איר רעזיגנאציע

ס'גייט אים גאר גוט לעצטענס.. מיט די אלע שיסערייען און יעצט מיט דעם, ער איז מורא'דיג פארנומען

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג דעצמבער 14, 2014 1:59 pm

געלעגער האט געשריבן:טוט זיך לעבעדיגע מיט די סאני העקעריי. זיי האבן ארויס געגעבן פריוואטע אימעילס פון די סאני עקזעקעטיוו ווי זי מאכט חוזק פון אבאמא.

שארפטאן האט זיך אריין געלייגט אין די לענג און ברייט און ער גייט מעגליך רופן פאר איר רעזיגנאציע

ס'גייט אים גאר גוט לעצטענס.. מיט די אלע שיסערייען און יעצט מיט דעם, ער איז מורא'דיג פארנומען

ס'אביסל שרעקעדיג ,ווייל דאס מיינט אז אפי' אין פאבליק זינגט מען ווי שיין, אז מען האט אזוי ליב שי אפריקאנער אמעריקאנער, און באהאלטענערהייט שימפט מען און מען שעלט, וואס טוט זיך שוין מיט די שמועס אויף אידן......

צווייטענס, האליוואוד איז דאך מער ווייניגער אידן, און די כעס וועט נאר אויף אידן אויסגיין חלילה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 11:32 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:סאוני פיקטשערס (זיי מאכן פילמס)
א גרופע וואס רופן זיך די "גארדיענס אוו פיעס" האט אריינגעהעקט צו סאוני און גענומען פון דארט איבער 12 טערעבייט פון אינפארמאציע! זיי האבן עס געליעקט אנליין, און ווי עקספערטן זאגן איז כמעט נישטא קיין אינפארמאציע וואס זיי האבן נישט גענומען.

א גרויסע חשד איז אז די העקער זענען פון - אדער געדינגען דורך - דער נארט קאריע'ער רעזשים, און עס קומט אלץ נקמה צו א מאווי וואס דארף ארויסקומען אין די נאנטע צייט מיטן נאמען 'דער אינטערוויאו' וואו עס ווערט אויסגעשפילט בתוך הדברים אן אנטעטאט פלאן אויפן נארט קאריע הערשער קים דזשאנג און.

עס איז אנגעקומען אימעילס - פון איינער וועלכער זאגט צו זיין דער העקער - צו אסאך פון די ארבעטער דארט מיט סטראשענונגען אז זיי זאלן זיך דערווייטערן פון סאני, ווייל אויב נישט זענען זיי און זייער פאמיליע אין א סכנה. שפעטער איז געקומען א סטראשע פון א צווייטער וועלכער זאגט אז ער איז דער העקער און ווארענט אראפצונעמען דער אויבענדערמאנטער מאווי, אבער ער האט געזאגט אז די ערשטע אימעילס זענען נישט פון אים.

האבן זיי שוין געקענסעלט די פילם!
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מיטוואך דעצמבער 24, 2014 5:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 12:24 am

wow! נאכן זיך אזוי לאנג עקשן'ען
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 9:36 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:wow! נאכן זיך אזוי לאנג עקשן'ען

למעשה האט סאני יא ארויסגעגעבן דער מאווי, און ווי אסאך האבן רעאגירט "פרידאם אוו ספיטש איז געוואונען!", אבער די גרויסע מאווי טיאטערס טשעינס האבן מורא געהאט עס צו סקרינען צוליב די "9/11 סטייל טעראר אטאקעס" וואס דער העקער גרופע האט געסראשעט, עס איז אבער יא געוויזן געווארן אין קלענערע טיאטערס און אויכעט געווען עוועליבעל צו רענטען דורך יו-טוב.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 9:47 pm

אום קראצמעך זענען די צוויי גרויסע געימינג קאמפאני'ס נעטווארקס געווען אראפ, סאני'ס פלעי-סטעישאן און מייקראסאפט'ס עקס-באקס, נאכן ווערן אטאקירט מיט א דיסטריביטעד-דענייעל-אוו-סערוויס אטאקע דורך א גרופע וואס רופט זיך די ליזערט סקוואד, א גרופע אן קיין עכטע ציל אחוץ פייניגן ווי מער מענטשן!

זיי האבן אויפגעגעבן דער דענייעל אוו סערוויס נאכן באקומען אן אפפער פון א באקאנטע אקטיוויסט און ביזנעסמאן וואס רופט זיך קים דאט-קאם, ער איז דער גרינדער פון מעגא-אפלויד און מעגא, וואס האט זיי געגעבן א ריזיגע סכום בחינם'דיגע סטארידזש לייפטיים אזוי לאנג ווי זיי שטייען אוועק פון די געימינג נעטווארקס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 9:55 pm

נאכן זען אז עס גייט זיי גוט... האט דער גרופע דער ליזערט סקוואד געזאגט אז זיי האבן אינפילטערירט דער אנאנימער נעטווארק TOR, דורך'ן צולייגן אסאך אסאך ראוטערס, זאגענדיג אז זיי קאנטראלירן שוין האלב פון דער TOR נעטווארק ראוטערס, אבער צוליב דער סעקיורטי פיטשער אז נייע ראוטערס צוגעלייגט צום נעטווארק קענען נישט גלייך באקומען קאנטראל אויף אסאך טרעפיק האבן זיי נישט באוויזן צו באקומען אויף זייערע אלע ראוטערס צופיל טרעפיק.

דער טאר פראדזשעקט האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז זיי האבן קוים באוויזן אנצוקומען צו איין פערצענט פון דער טאר נעטווארק, און זענען בכלל נישט קיין געפאר, ווי אויכעט אז מען האט דעטעקטעד זייערע ראוטערס און עס שוין אראפגעווארפן פונעם סיסטעם.

מיט דעם אטאקע האט דער ליזערט סקוואד אריינגעביסן אין א הארטע עפל, צוענדיג צו זיך די שטרענגע בליקן פון דער באקאנטער אנאנעמעס העקער גרופע, וועמענס מיסיע איז בעיקר צו פראטעקטן פרידאם, און דער טאר נעטווארק איז דאך א גרויסע ביישטייערער צו פרידאם אוו ספיטש. אזוי ווייט אז אנאנעמעס האט זיך גענומען פאר א ציל זיי אפצושטעלן און אטאקירן, זיי האבן שוין אפילו אויפגעדעקט דער אינדענטעט פון איינער פון דער גרופע, ווי אויכעט געהעקט די אימעילס פון אנדערע.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 10:08 pm

פיין. זאלן זיי זיך אויפעסן איינער דעם צווייטן

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4897
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 10:17 pm

private האט געשריבן:פיין. זאלן זיי זיך אויפעסן איינער דעם צווייטן

דאהי און אינטערנאציאנאל, סיריע וכדו', בין בגוף בין בממון בין בכל אופן
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 11:20 pm

אנאנימעס האט ארויסגעלייגט בערך 13,000 פעסווארדס און אקאונט דיטעילס... אבער דערווייל איז נישט דא וואס זיך צו זארגן.

ס'זעהט אויס צו זיין פון אלטע אקאנטס נאך פון 2011

חלאבי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:56 am

תגובהדורך חלאבי » מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 11:35 pm

מומחה עצום האט געשריבן:אנאנימעס האט ארויסגעלייגט בערך 13,000 פעסווארדס און אקאונט דיטעילס... אבער דערווייל איז נישט דא וואס זיך צו זארגן.

ס'זעהט אויס צו זיין פון אלטע אקאנטס נאך פון 2011

http://pastebin.com/HUmZp6NG

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג דעצמבער 28, 2014 1:14 am

מומחה עצום האט געשריבן:אנאנימעס האט ארויסגעלייגט בערך 13,000 פעסווארדס און אקאונט דיטעילס... אבער דערווייל איז נישט דא וואס זיך צו זארגן.

ס'זעהט אויס צו זיין פון אלטע אקאנטס נאך פון 2011

אקאונטס פין וועלכע סייטס?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג דעצמבער 28, 2014 8:36 am

משנה מקום האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:אנאנימעס האט ארויסגעלייגט בערך 13,000 פעסווארדס און אקאונט דיטעילס... אבער דערווייל איז נישט דא וואס זיך צו זארגן.

ס'זעהט אויס צו זיין פון אלטע אקאנטס נאך פון 2011

אקאונטס פין וועלכע סייטס?

אחוץ פון די דרייצן טויזענט פעסווארדס, איז אויך דא דארט אסאך קרעדיט קארד אינפארמאציע.

עס קומט פון קרוב צו פערציג סייטס, צווישן זיי עמעזאן - וואלמארט - האלא - פלעי-סטעישאן און נאך אסאך.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 4:52 pm

קעמרעס זענען געווארן אזוי גוט אין די לעצטע יארן, אז א פירמע האט באוויזען נאכצומאכען פינגערפרינטס - גענוצט פאר אומצאליגע סעקיורעטי געברויכען - פשוט פון בילדער וואס מענשטען לייגן ארויס פון זיך, וואו מען קען זעהן די פינגער!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 8:27 pm

איראנער העקערס האבן אריינגעהעקט אין שעלדאן עדעלסען'ס קאסינא סיסטעמס און שאדן געמאכט איבער 40 מיליאן דאלער.

די העק האט פאסירט אין פעברואר אבער מ'האט עס נאר באריכטעט לעצטענס, עס איז אנגענומען אז דאס איז געקומען אלס נקמה צו שארפע ווערטער וואס ער האט געלאזט פאלן קעגן איראן.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 9:00 pm

א בראך אויף נתניהו

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 12:59 am

די העקערס וואס האבן געהעקט סאני פיקטשערס האבן היינט געסטראשעט cnn נייעס אגענטור.


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט