די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:02 pm

זייט Elun Musk האט ארויסגעגעבן די בלופרינט פון די הייפערלופ מיט די רשות עס צו נאכמאכן, האבן זיך אפאר קאמפאניס - אריינגערעכנט
Hyperloop One,
Hyperloop Transportation Technologies,
Transpod,
Arrivo
גענומען צו די ארבעט עס פאקטיש צו בויען.
די ענטוזיאזם און מידיע קאווערעדזש איז געקומען פון Musk אליינס אזוי ווי למשל ער האט ארויפגעברענגט די "הייפערלופ קאמפעטישן" פראיעקט פאר ווער עס א קען דעליווערן הייפערלופ די בעסטע און די שנעלסטע. אבער ער האט נישט געהאט קיין ספעציפישע שייכות דערמיט.

די וואך איז אבער ארויסגעקומען די נייעס אז ער אליינס פלאנט אויך צו בויען א הייפערלופ.

געווען איז עס ווען ער געטוויט אז ער האט באקומען א געוויסע גאווערמענט אפראוועל צו בויען א טונעל וואס וועט לויפן פון נוי יארק ביז וואשינגטאן מיט אפאר סטאפס אינצווישן, ווי שוין באריכטעט. ווען א רעפארטער האט אים געפרעגט (אויך אין א טוויט) ווער ס'גייט בויען די הייפערלופ וואס דארף אנפילן די טונעל, האט ער געענטפערט "the Boring company"... וואס ווי באוואוסט איז אויך זיין קאמפעני.

פארשטייט זיך אז די אלע וואס האבן זיך אריינגעווארפן דערין פון אנפאנג האבן ענדערש עקספעקטעד ער זאל ארויסקומען פרעגן ווער ס'דארף הילף און זאגן "איך בין גרייט צו העלפן" ווי צי זאגן איך וועל זיין ענקער קאמפעטיטאר...

בלייבט איבער צו זעהן צי די זעלבע קאמפעני קען בויען א טונעל פאר טרעפיק, א טונעל פאר הייפערלופ און די הייפערלופ אליינס
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 9:10 am

די וויקענד איז פארגעקומען די צווייטע הייפערלופ קאמפעטישן ווי די גרופעס וואס בויען עס האבן פארגעשטעלט וואס זיי האבן געמאכט מיטן ארויפלייגן די פאד אויף די טעסט טרעק אין זעהן ווי שנעל ס'קען פארן.

די טעסט טרעק ווי געשריבן איז 0.8 מייל לאנג, און סטאנציאנירט אין ספעיס עקס HQ. עלען מאסק האט נעכטן געטוויט - זייער אינטערעסאנט - אז אפילו די טונעל איז אזוי קליין קען עס מעגליך גיין סופערסאניק, וואס מיינט שנעלער ווי די ספיד אף סאונד.

@elonmusk: Might be possible to go supersonic in our test Hyperloop tube, even though it's only 0.8 miles long. Very high accel/decel needed

די WARR גרופע האט געוואונען מיט די העכסטע ספיד פון 234km/hr וואס איז אביסל מער ווי 200 מפה
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מוצ"ש אוקטובער 28, 2017 9:15 pm


אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7632
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש אוקטובער 28, 2017 9:57 pm

יישר כוח.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 6:24 pm

טעסלא הייבט אן פראבעס פאר רעוואלוציאנערישע טונעל ערפינדונג

דער גרינדער און פירער פון טעסלא און ספעיס-עקס, דער ערפינדער אילאָן מאסק האט היינט צום ערשטן מאל פארעפנטליכט בילדער פון די פראבע טונעל וואס ער האט געבויט אין לאס אנדשעלעס, אין וועלכע ער וועט אנהייבן פראבעס מיט זיין שעפערישע ערפינדונג פון בויען א טונעל וועלכע זאל פירן די קארס, אנשטאט דעם וואס קאר׳ס זאלן איר דורכפארן. די געדאנק איז אז די קארס זאלן אויסלעשן זייערע מאטארן ביים אריינפארן אינעם טונעל און די ספעציעלע סקעיטס זאלן אריבערפירן די קאר׳ס מיט א שנעלקייט צו די אנדערע זייט פונעם טונעל, ענליך צו די טעכנאלאגיע פון עסקעלעיטרעס.

די טונעל וואס ער האט געבויט נעבן די לאס אנדשעלעס לופטפעלד איז יעצט ארום 500 פוס און איז אויסגעשטאט מיט די טעסלא טענאלאגיע, און איבער די קומענדיגע מאנאטן וועט עס אנקומען צו א לענג פון צוויי מייל, און אויב די פראבעס גייען ווי געפלאנט וועט די טונעל פארלענגערט ווערן צו 17 מייל, און די פירמע האפט אז דאס וועט דינען אלס מאדעל און עווענטועל וועלן זיי קענען בויען הונדערטער אזעלכע טונעלן איבער גאנץ אמעריקע.

די טעכנאלאגיע פארמאגט א צווייפאכיגע אויפטוה, סיי עס פארמינערט טרעפיק וואס קען זיך מאכן אין טונעלן צוליב עקסידענטן, און אזוי אויך וועט עס דראמאטישע רעדוצירן די לופט-פארפעסטיגונג פון טויזנטער קארס. אויסער דעם ארבייט די פירמע העפטיג אויף זייער ״הייפער-לופ״ פראיעקט, א סיסטעם פון עקספרעס באנען וועלכע קענען פארן הונדערטער מייל א שטונדע א דאנק דעם וואס עס פארט אין א רער וואס נעמט אוועק די ווידערשטאנד פון די לופט

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:13 pm

יישר כח הצדיק פארן ברענגען.

(קרעדיט פיינע נייעס)
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:31 pm

די נישט פונקטליכקייט פון די פריערדיגע באריכט נערווירט מיר געפערליך.

די טונעל האט גארנישט מיט טעסלא, (און עס האט אגב גארנישט מיט הייפערלופ אדער באנען...)

איך פארמאג עטליכע שערס און טעסלא, ולענד"ת איז נישט יושר דאס וואס אילאן מאסק עפענט יעדן טאג נייע ביזנעסער, און אויסער די פאקט אז זיין צייט וואלט ער געדארפט אויסניצען פאר זיננע ערשטע 2 קאמפאניס (SPACE X - TESLA) באדערט מיר נאך מער די BORING קאמפאני וואס איז א טראנספארטעישאן ביזנעס און לענד"ת דארף עס זיין א חלק פון טעסלא.

ויש לדון בכל הנ"ל, אבער ווען איך זע א באריכט אז טעסלא בויעט די טונעל, און אז דער טונעל האט גאר טעסלא טעכנעלאגיע נעמט עס מיר ארויס פון די כלים
זקן מלא רחמים.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:51 pm

ממה נפשך האט געשריבן:יישר כח הצדיק פארן ברענגען.

(קרעדיט פיינע נייעס)



Right

אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » זונטאג ינואר 28, 2018 10:33 pm

If he started 2014 they are still not finished??
For the deals go to check out



ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר % בחינם

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג ינואר 29, 2018 12:16 am

ער האט עס גלייך געמאכט פאר א אפען סארס איידיע, דאס הייסט אז ווער עס וויל קען עס מאכן, נישט אלץ א זאך וואס נאר ער אליין גייט פרודאצירן.

למעשה איז דא עטליכע קאמפאניס און עטליכע לענדער וואס טוען און דעם, און פארשפרעכן עס צו האבן פארטיג ביז א יאר צוויי, איינס דערפון האט שוין די נאמען ווערדשין אויף זיך, (כ'מיין אז דאס איז מיט די ארידשינאל טיעם פון אילאן) נאכדעם וואס ריטשארד ברענסן האט אינוועסטעד דערין, האפענדיג צו זיין דער וואס גייט אהערשטעלן די נייע וועלטליכע טראנספארטאציע מיטל.

און נאכאלץ איז דא אסאך וואס ווייזן איבער אז עס קען נישט ארבעטן במציאות, און ווייזן דאס איבער מיט ראי' ברורות, און די פרא הייפארלופ טענה'ן אז די באן, פליגער, קאר'ס, און ראקעטן, האבן אויך אסאך אומפארענטפערטע קשיות וויאזוי דאס קען ארבעטן, אבער ס'ארבעט פיין, און דאס גייט אויך זיין.

אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך Dim » דינסטאג ינואר 30, 2018 12:21 pm

מען האלט אינאיין אויסמישען צווישן די הייפערלופ 'באנען' און די הייפערלופ 'טעלערלעך' וואס וועלן קענען טראגן קארס.

קען איינער מאכן דא א קורצע סך הכל ווי האלט די באנען און ווי האלט די טעלער/עליוועיטאר/קאר טראנספארטציע? וואס בויעט מען אין קאליפארניע? און וואס טוט די בארינג קאמפעני, ביידע?

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך כל טוב » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:55 pm

היינט געווען גרויסע פארשריט מיט די הייפערלופ,
ס'איז געטעסט געווארן צום ערשטן מאל מיט צוויי מענטשן אינעווייניג
לעצט פאראכטן דורך כל טוב אום דינסטאג נובעמבער 10, 2020 12:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך כל טוב » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:57 pm

וואס איך פארשטיי נישט דעם עלען מאסק פארן אוועקגעבן אומזיסט אזא גרויסע איידיע

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך כל טוב » דינסטאג נובעמבער 10, 2020 9:26 am

אפאר בילדער פון די נעכטיגע טעסט
צוגעלייגטע
20201110_092047.jpg
20201110_092047.jpg (83.96 KiB) געזעהן 995 מאל
20201110_092034.jpg
20201110_092034.jpg (79.71 KiB) געזעהן 995 מאל
20201110_092118.jpg
20201110_092118.jpg (72.28 KiB) געזעהן 995 מאל

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך כל טוב » דינסטאג נובעמבער 10, 2020 9:27 am

נאך
צוגעלייגטע
20201110_091949.jpg
20201110_091949.jpg (75.32 KiB) געזעהן 992 מאל
20201110_092020.jpg
20201110_092020.jpg (70.06 KiB) געזעהן 992 מאל
20201110_092005.jpg
20201110_092005.jpg (80.01 KiB) געזעהן 992 מאל

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך כל טוב » דינסטאג נובעמבער 10, 2020 9:28 am

.
צוגעלייגטע
20201110_091927.jpg
20201110_091927.jpg (128.11 KiB) געזעהן 988 מאל
20201110_092005.jpg
20201110_092005.jpg (80.01 KiB) געזעהן 988 מאל

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך כל טוב » דינסטאג נובעמבער 10, 2020 9:28 am

.
צוגעלייגטע
20201110_092005.jpg
20201110_092005.jpg (80.01 KiB) געזעהן 986 מאל

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג נובעמבער 10, 2020 10:42 am

כל טוב האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט דעם עלען מאסק פארן אוועקגעבן אומזיסט אזא גרויסע איידיע

ס'איז טיפיש פאר אזאנע מענטשן, וואס האבן גענוג געלט, אבער ווילן מאכן די וועלט פאר א בעסערע פלאץ, צו לאזן פריי סיי ווער עס וויל פרובירן נעמען צו א קומענדיגער שטאפל, און זיך שפארן אליין צו האבן די קאפוויי דערפאר אדער ווארטן איינער זאל זיין גרייט צו באצאלן פאר א חלום.
איך ווייס נישט אויב דאס איז זיין סיבה אבער אזאנע זאכן האבן שוין פאסירט

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך כל טוב » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:27 pm

נאך בילדער
צוגעלייגטע
merlin_150558432_0ed5abda-45ff-49b6-bea4-6bf53bad54b0-superJumbo.jpg
merlin_150558432_0ed5abda-45ff-49b6-bea4-6bf53bad54b0-superJumbo.jpg (211.9 KiB) געזעהן 913 מאל
Screenshot_20201111-204806_Chrome.jpg
Screenshot_20201111-204806_Chrome.jpg (369.48 KiB) געזעהן 913 מאל
Screenshot_20201111-204924_Chrome.jpg
Screenshot_20201111-204924_Chrome.jpg (642.72 KiB) געזעהן 913 מאל

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך כל טוב » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:28 pm

נאך
צוגעלייגטע
08hypolink5-jumbo.jpg
08hypolink5-jumbo.jpg (92.85 KiB) געזעהן 912 מאל
merlin_150558435_00c222bc-b60c-4458-8dba-17f3ca076a55-superJumbo.jpg
merlin_150558435_00c222bc-b60c-4458-8dba-17f3ca076a55-superJumbo.jpg (441.66 KiB) געזעהן 912 מאל
merlin_150558495_8104ade0-3a9c-4151-9b0a-e396c5e3692c-superJumbo.jpg
merlin_150558495_8104ade0-3a9c-4151-9b0a-e396c5e3692c-superJumbo.jpg (491.32 KiB) געזעהן 912 מאל

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך כל טוב » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:29 pm

נאך
צוגעלייגטע
08hyperloop2-jumbo.jpg
08hyperloop2-jumbo.jpg (101.46 KiB) געזעהן 911 מאל
08hypoloop6-superJumbo.jpg
08hypoloop6-superJumbo.jpg (347.35 KiB) געזעהן 911 מאל
merlin_179789346_3df8c78a-3b84-4973-a42f-6f4790c2e209-superJumbo.jpg
merlin_179789346_3df8c78a-3b84-4973-a42f-6f4790c2e209-superJumbo.jpg (338.71 KiB) געזעהן 911 מאל

נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך נעה » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 1:51 am

געווען א חלום צו עס מאכן פון נוא יארק צו מאנטריאל
סזאל נעמען א האלבע שעה די וועג
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך כל טוב » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 8:06 pm

ווען טאהשער רבי האט נאך געלעבט, נישט היינט..

א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך א נייע מעשה » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 8:13 pm

כל טוב האט געשריבן:ווען טאהשער רבי האט נאך געלעבט, נישט היינט..

:smile: :smile: :smile:

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: די "הייפערלופ" שנעל-צוג. און בכלל נייע שנעלע מאגנעט באנען.

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 9:12 pm

וועלטניק האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט דעם עלען מאסק פארן אוועקגעבן אומזיסט אזא גרויסע איידיע

ס'איז טיפיש פאר אזאנע מענטשן, וואס האבן גענוג געלט, אבער ווילן מאכן די וועלט פאר א בעסערע פלאץ, צו לאזן פריי סיי ווער עס וויל פרובירן נעמען צו א קומענדיגער שטאפל, און זיך שפארן אליין צו האבן די קאפוויי דערפאר אדער ווארטן איינער זאל זיין גרייט צו באצאלן פאר א חלום.
איך ווייס נישט אויב דאס איז זיין סיבה אבער אזאנע זאכן האבן שוין פאסירט

עס האט גארנישט מיט אילאן מאסק, אויסער אז זיי נוצן אפשר געדאנקען וואס מאסק האט פארגעשלגן מיט יארן צוריק.

עס האט יא א סאך צו טאן מיט א צווייטע ביליאנער הנקרא ריטשארד ברענסען וואס האט א סאך ביזנעסער ובתוכם א ספעיס קאמפאני, דער האט דא אינוועסטירט א סאך געלט, ער האט נישט געעפנט די קאמפאני און ער פירט עס נישט אבער ער האט דא אינוועסטירט א סאך און לכבודו האט מען צוגעלייגט דעם 'ווירזשין' לאגא. ווירזשין איז די נאמען פון אלע ביזנעסער וואס דער ברענסאן האט.
זקן מלא רחמים.


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט