בלאט 2 פון 3

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 4:01 pm
דורך קדש הילולים
לכתחילה אריבער האט געשריבן:און ווען עס איז אנגעקומען צו די שנעלקייט פון מאק 1 - און דורך געבראכען די שנלעקייט פון קול -, איז די קול געווען אזוי קאנצעטרירט, אז דאס דורכפארן האט זיך געהערט ווי א אויפרייס! עס האט געהאט אזא כח עס האט געקענט אויסשיסען פענסטער'ס אויב איז עס געווען צו נאנט דערצו! און טאקע וועגן דעם האט עס געקענט פארן נאר פון געוויסע עירפארטס, און אפי' אזוי פלעגען די "פענסטער" אין די געגענט "ווייברעטען" ציטערן פון די כח!
.
קודם א יישר כח פאר די הערליכע ארבעט.
די איין זאך שטימט לכאורה נישט, ווייל די קאנקארד פלעגט נישט פליען שנעליר ווי א געווענלעכע פליגער העכערן עירעפארט, נאר העכערן ים. במילא דעס וואס עס האט געקענט אויסשיסען גלאזענע פענסטער האט לכאורה נישט געהאט צוטון מיט דעם הסבר פון ״סאניק בוים״. נאר פשוט ווייל די מאטאר האט געמאכט זייער א הויכע גרידער.

און אז איך רעד שוין, וויל איך איבערפרעגן...
כ׳האב נישט אזוי גוט פארשטאנען וויאזוי דער נייער באן דארף זיך צי האלטן אין דער לופט, עס וועט דאך כמעט נישט זיין קיין לופט דארט אינעם טונעל, וויאזוי וועט זיך האלטן מיטן מהלך פון פרעשער פון לופט וואס די שרייבסט. ביטע מסבר זיין.
נאכאמאל א גרויסן ייש״כ.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2015 4:51 pm
דורך לכתחילה אריבער
עלען מאסק האט היינט ארויסגעשיקט א טוויט, אז מען גייט בויען א "טעסט" פאסילעטי פאר די הייפערלופ אין טעקסעס.

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:09 pm
דורך לכתחילה אריבער
א פרייוואטע קאמפאני - הייפערלופ טעסט טעקנאלעדזשיס" - האט געמאלדען אז זיי פלאנען צו בויען א 5 מייל טעסט טרעק אין קאלעפארניע, ו אויסצופראובירן די "הייפערלופ" איידיע.

#א טריט נענטער

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 10:26 pm
דורך לכתחילה אריבער
די מעגלעוו באן אין יאפאן - דערמאנט פריער אין ארטיקל - האט געבראכען א וועלטס רעקארד פאר באנען, מיט דערגרייכען א שנעלקייט פון 375 מייל א שעה!

געשריבן: דאנארשטאג מאי 04, 2017 7:51 pm
דורך ממה נפשך
די "הייפערלופ טעסט טרעק" אין קאליפארניע וועט זיין די ערשטע טרעק אויף וואס די הייפערלופ באן וועט פונקציאנירן.

לויטן פלאן וועט זיך עס צוען א שטרעקע פון ?? מייל פון לאס אנדזשעלעס ביז סאן פראנסיסקא.

די וואך איז באריכטעט געווארן אז די ערשטע בארער מאשין איז אנגעקומען קיין Hawthorne, California SpaceX HQ אנצוהויבן די פאקטישע גראב ארבעט.

(די קאמפעני וואס האט פאבריצירט די מאשין געהערט פארן זעלבן בעל הבית ווי SpaceX און Tesla וואס איז אויך די גאנצע קאפשטיק פון הייפערלופ...)

screen-shot-2017-04-27-at-7-13-10-pm.png
screen-shot-2017-04-27-at-7-13-10-pm.png (379.92 KiB) געזעהן 4663 מאל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 04, 2017 8:18 pm
דורך ממה נפשך
די גאנצע פלאן, די טעכנישע חלק, די פינאנציעלע חלק, און נאך, דעטאלירט

(צו גרויס צו אפלאודן)

http://www.spacex.com/sites/spacex/file ... 130812.pdf

געשריבן: דאנארשטאג מאי 04, 2017 9:00 pm
דורך פרא-חסיד
סיז מורא׳דיג. כ׳פארשטיי נישט אלעס, אבער כהאב ארויס די קאנצעפט. יישר כח. (ביי די וועי עלאן מאסק איז א גלויביגער? כהאף אז יא ווייל איך גיי נאטס פאר אים)

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 12:14 am
דורך זאכליך
איך גיי אויך נאטס פאר אים... זיין אמביציע און די וועג וויאזוי ער ערלעדיגט א זאך איז מורא'דיג.

וואס מענטשן זאגן ס'איז אוממעגלעך האט ער ליעב צו ווייזן אז ס'איז יא...

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:18 am
דורך פרא-חסיד
סאיז א פלא וואס ער שרייבט אינם דאקומענט אז מער ווייניגער גייט סאלער דעקן די עלעקטריק. סדארף אסאך פאוער אזא זאך. אזוי אויך אויב פארשטיי איך גוט ווילן זיי אוועקלייגן די איבריגע עלעקטריק וואס קומט פונם סאלער פאנעל סיסטעם דורכן עס נוצן צו קאמפרעסן לופט , אין ווען מען דארף עס וועט די קאמפרעסטע לופט פראדוצירן לעקטער. (ריכטיג,@זאכליך?) מורא׳דיג.

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:42 am
דורך לאלתר לחיים
כ'פארשטיי נישט, א יעדער קען טוהן וואס ער וויל?
אז מיר פאלט יעצט ביי צו בויען א טרעין 15 שטאק הויעך עקספּרעס פון איסט נוי יארק ביז'ן עמפייער סטעיט און ס'וועט זיין גענוג שטארק און נאך מעלות, וועל איך עס טאקע קענען טוהן?

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 3:48 pm
דורך ממה נפשך
לאלתר לחיים האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, א יעדער קען טוהן וואס ער וויל?
אז מיר פאלט יעצט ביי צו בויען א טרעין 15 שטאק הויעך עקספּרעס פון איסט נוי יארק ביז'ן עמפייער סטעיט און ס'וועט זיין גענוג שטארק און נאך מעלות, וועל איך עס טאקע קענען טוהן?


איך האב די זעלבע קשיא אויף זיינע אנדערע קאמפעניס ווי SpaceX וכו'. אבער איי געס אויב עקאנאמיש מאכט עס סענס און די רעגירונג שטיצט עס, צי מיט פערמיטס צי מיט געלט אד"ג קען ער אנגיין און אויספירן זיינע פלענער.

פאקטיש גייט די לאנד הנאה האבן דערפון מיר ווי אים פערזענליך.

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 6:15 pm
דורך יש ברירה
איך מיין אז מען מישט אויס

מאסק בויעט נישט קיין הייפערלופ. עס איז געוועהן זיין געדאנק, אבער ער האט עס ארויסגעגעבן פאר ווער עס וויל זיך עס אונטערנעמען

די באוערינג קאמפעני איז א באזונדערע זאך וואס איז אים אריין א משוגעת אין קאפ עטליכע חדשים צוריק ווען ער איז געוועהן סטאק אין טרעפיק. ער האט דאן אפגעמאכט אז ער גייט גראבן טאנעלן צו ענדיגן די טרעפיק...

אויב איינער קען צוריק גיין אויף טוויטער צו יענע צייט, ווען ער האט געטוויט איבער דעם געדאנק (זייענדיג סטאק אין טרעפיק!) עס איז היפש קאמישע טוויטס...

געשריבן: זונטאג מאי 07, 2017 2:09 am
דורך ממה נפשך
גערעכט יש ברירה כהאב עס פארזעהן, ער איז נאר די קאפ דערפון ער בויעט עס פאקטיש נישט.

אבער עפעס א שייכות האט עס יא אז די טאנעל וואס ער פלאנט צו בויען פאר טראפיק וועט אויך (קענען) אקאמאדירן הייפערלופ. בבחינת one size fits all

געשריבן: זונטאג מאי 07, 2017 10:59 am
דורך יש ברירה
גערעכט

---
אגב, איך האף אז די נערוון בראך - וואס מאסק גייט איין טאג כאפן - זאל קומען ווי שפעטער...

געשריבן: זונטאג מאי 07, 2017 11:53 am
דורך El Rushbo
די סטאק פון זיין קא. טעסלא איז היבש געפאלן לעצטענס, ס'קוקט אויס ווי היבש אווערוועליוד, ווארשיינליך צוליב מאסק'ס סעלעבריטי סטאטוס. ווי געניאל זיין געדאנק זאל נאר זיין, מוז עס נאכאלץ מאכן סענס פינאנציעל.

ימים ידברו

געשריבן: זונטאג מאי 07, 2017 12:20 pm
דורך shalsheles
האט איינער אפשר אויספרובירט דעם באן פון ווארשא אויף קראקא? (נישט קיין מאגנעט, אבער אויך א סופער שנעלער באן) זיי זאגן אז עס מאכט דעם וועג אין צוויי א האלב שעה, קען צוניץ קומען פאר אידן וואס פארן ל״ג בעומר אויף קראקא.
דארף מען האבן רעזערוועישאנס?

געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2017 1:00 pm
דורך זאכליך
עלאן האט ארויסגעשטעלט א קליפ פון די טונעל פלאן.

https://www.dropbox.com/s/4dz74et5kz3col8/

צושרייבענדיג:
elonmusk האט געשריבן:[Warning, this may cause motion sickness or seizures]
This is a test run of our electric sled that would transport cars at 125 mph (200 km/h) through the tunnels, automatically switching from one tunnel to the next. Would mean Westwood to LAX in 5 mins.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 13, 2017 9:12 am
דורך ממה נפשך
נעכטן איז ארויס געקומען די נייעס אז די ערשטע טעסט אויף די הייפערלופ פון די קאמפעני hyperloop one איז דורך מיט א סוקסעס.

די טעסט איז דורכגעפירט געווארן אום May 12 אויף א טעסט טרעק אין נעוואדע, און די לענג פון 500 קילאמעטער קלענער ווי די דעמאלטס באריכטעט טעסט טרעק פון א מייל. די קאמפעני זאגט אז זי האט סוקסעספול דערגרייכט די ערשטע פאזע טעסט גאול פון 70 מ.פ.ה. פאר 5.3 סעקונדעס אין א וועקיומד ענווייראמענט.

די נעקסטע טעסט גאול איז 250 מ.פ.ה. לויטן פלאן וועט די באן עווענטועל פונקציאנירן ביי א שנעלקייט פון 700 מ.פ.ה.

ווי אויך האט די קאמפעני היינט ארויסגעגעבן די אקטועלע אויסקוק פון די הייפערלופ קאבינע וואס מען וועט נוצן פאר די טעסטס.

h1-image-3.jpg
h1-image-3.jpg (35.72 KiB) געזעהן 3860 מאל


גענומען פון דא
https://electrek.co/2017/07/12/hyperloo ... t-pod/amp/

געשריבן: דאנארשטאג יולי 13, 2017 10:19 am
דורך זאכליך
500 מעטער, כצ"ל.

500 קילאמעטער איז איבער 200 מייל.

געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2017 11:27 am
דורך עין טובה
ווען גייט מען עס זעהן דאהי?

געשריבן: זונטאג יולי 16, 2017 4:36 pm
דורך איש האשכולות
א וועג צי קאנטרי בלויז 5-7 מינוט? בכלל נישט שלעכט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:01 pm
דורך חברותה
.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:18 pm
דורך אויסגערעכנט
זאכליך האט געשריבן:עלאן האט ארויסגעשטעלט א קליפ פון די טונעל פלאן.

https://www.dropbox.com/s/4dz74et5kz3col8/

צושרייבענדיג:
elonmusk האט געשריבן:[Warning, this may cause motion sickness or seizures]
This is a test run of our electric sled that would transport cars at 125 mph (200 km/h) through the tunnels, automatically switching from one tunnel to the next. Would mean Westwood to LAX in 5 mins.

Wow

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 7:24 pm
דורך ממה נפשך
אקעי די ערשטע עלעוועיטאר צום גרויסארטיגן טונעל ארבעט שוין, מאכטס ענק גרייט!

דעיס איז א טעסט טונעל אין SpaceX בעקיארד
https://www.dropbox.com/s/bombaidsqtqny ... 3.mp4?dl=0

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 7:44 pm
דורך הצדיק
Wow