ספר עיקבתא דמשיחא פון ר' אלחנן וואסערמאן

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

ספר עיקבתא דמשיחא פון ר' אלחנן וואסערמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

איך ברענג דא אראפ דעם ספר עיקבתא דמשיחא פון ר' אלחנן וואסערמאן, וואס איך האב געשריבן פון דאס ניי אן קיין גרייזן און לויט די גראמאטישע כללים.
איך וויל דאס דרוקן בלא נדר דא אין ארץ ישראל, און דערווייל האט הנאה פון דעם ספר.
אין דעם אריגינעלן ספר איך האב אונטן הערות, מסביר צו זיין די הארבע ווערטער, אבער דא מסתמא אלעמען פארשטייען גוט אויכער ליטערארישער יידיש. און איך ווייס נישט אויך אויב מען קען אריינלייגן א טעקסט מיט הערות אונטן אין דער וועבזייט.

מאמר עיקבתא דמשיחא


א קורץ פאָרוואָרט


די צייט אין וועלכער מיר לעבן יעצט איז אן אומגעוויינטלעכע. איבערהויפט בנוגע צו דעם יידישן מצב, זעען מיר אזעלכע זאכן, וואס קיינער האט זיך נישט פאָרגעשטעלט.
די פּאַסירונגען קומען מיט אזא שנעלקייט, און זיינען אזוי אויסערגעווייטלעך און איבערראַשטע, דאס (= אז) מען בלייבט ווי צעטומעלט, נישט פאַשטייענדיק וואס איז דא געווארן פּלוצלינג. "והייתי משוגע ממראה עיניך" (פרשת תבא) דו וועסט ווערן ווי א משוגע, פון דעם וואס דיינע אויגן וועלן זען.
אבער אז מען זוכט אין דער תורה, ווערט אלץ קלאר און פאַרשטענדלעך. אלע פּאַסירונגען פון דער יידישער געשיכטע, אין פאַרגאַנגענהייט און אין קעגנוואַרט, זיינען פאָרגעקומען און קומען פאָר, אקוראט ווי זיי זיינען פאָראויסגעזאגט געווארן אין תורה שבכתב ושבעל פה.
יעדער ווארט פון דער תורה איז רעאל, דאס איז די גרעסטע רעאליטעט אין דער וועלט. מיט טויזנטער יארן צוריק האט מען אונז פאָראויסגעזאגט "והפיצך ה' בכל העמים מקצה הארץ ועד קצה הארץ" (פרשת תבא) דער אויבערשטער וועט דיר צעשטרײַען צווישן אלע פעלקער פון איין עק וועלט ביז צום אנדערן עק וועלט, איז דאס געווארן א פאַקט.
אויב עס זיינען ביז יעצט געווען פארווארפענע ווינקלען אין דער וועלט וואו עס זיינען קיין יידן נאך נישט געווען, ווערען זיי יעצט דארטן אהינגעטריבן, עס מוז נתקיים ווערן בוכשטעבלעך בכל העמים, צווישן אלע פעלקער.
"והיית עשוק ( = פּאָגראָמירט) ורצוץ (= רצוץ משפט = בארויבט פון רעכט), זעען מיר יעצט מדינות וואו מען פּאָגראָמירט יידן און נאכער ווערן יידן געמישפט אז זיי האבן געמאכט א פּאָגראָם אויף גויים.
כדי צו פאַרשטיין דעם זין פון די יעצטיגע יידישע פּאַסירונגען, זאל מען זוכן אין פסוקים או מאמרים וועגן עיקבתא דמשיחא, פאַרגלייכענדיק די לעבעדיקע פאַקטן מיט אלעס וואס איז דארטן פאָראויסגעזאגט געווארן, וועט מען זען אין דער תורה ווי אין א קלארן שפיגל די פּאַסירונגען אין זייערע סיבות, אלעס וואס איז דארט פאָראויסגעזאגט, איז געווארן א פאַקט, און אלע פאַקטן זיינען דארט פאָראויסגעזאגט געווארן.

לאמיר אָנפאַנגען צו לייענען אין דער תורה:
לעצט פארראכטן דורך israel אום מאנטאג מאי 11, 2009 10:24 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק א עיקבתא דמשיחא


א. די יידישע געשיכטע איז געטיילט אין פּעריאָדן – תקופות – תקופת התנאים, תקופת האמוראים, תקופת רבנן סבוראי, תקופת הרבנים, וכו. די לעצטע תקופה פון יידישער געשיכטע איז באוואוסט אין כתבי הקודש מיט דעם נאמען אחרית הימים. און אין גמרא ווערט די תקופה באצייכענט מיט די ווערטער עיקבתא דמשיחא אדער חבלי משיח. נאר אחרית הימים אַנטהאַלט סיי די צייט פאר דער גאולה, ווי אויך די צייט בשעת משיח וועט קומען. אבער עיקבתא דמשיחא אדער חבלי משיח באדייט נאר די לעצטע צייט פאר משיח וועט קומען.
וועגן די תקופה שרייבט דער רמב"ם אז כל דברי הנביאים מלאים מזה..., אלע רייד פון די נביאים זיינען אויסגעפילט מיט דעם. און ווירקלעך געפינט זיך אין חומש און דברי נביאים באשריבן ווי עס וועט זיין אין יענער צייט דער מצב פון יידן גייסטיק און מאטעריעל – ברוחניות ובגשמיות. אין דניאל י"ב שטייט דאס עס וועט זיין אזא עת צרה לישראל וועלכע יידן האבן נישט געהאט מיום היותה לגוי, ד. ה. אז זאָגאַר אין די צייטן פון חורבן בית המקדש זיינען די צרות נישט געווען אין אזא מאָסשטאַב. דאס זעלבע שטייט אין ירמיהו ל.
די חז"ל וועלכע האבן דאס אַלעס קלאָר פאָראויסגעזען האבן זיך אויסגעדריקט (פרק חלק, ושלהי מסכת סוטה) ייתי ולא אחמיניה זאל משיח קומען, מיר וואָלטן אבער דאס נישט וועלן זען, צוליב די שרעקליכקייט פון עיקבתא דמשיחא.
דער ווילנער גאון שרייבט: די גאולה ווערט גערופן לידה – געבורט – חלה וגם ילדה ציון (ישעיה סא) געבורט ווערן דורכגעמאַכט און אויך געבאָרן האט זי, ציון. דער עם ישראל וועט דאן ווי פון דאס ניי געבאָרן ווערן, און אזוי ווי פאר א גבורט גיבט עס ווייטיקן – חבלי לידה – און וואס נענטער צו דער לידה זיינען די יסורים אלץ שטאַרקער, אזוי איז אויך מיט דער גאולה. עס וועט זיין חבלי משיח, און וואס נענטער צו משיח וועלן די צרות זיין אלץ שרעקליכער.
אין גלות מצרים איז אויך אזוי געווען. גאָר די לעצטע צייט פאר דער גאולה, האט פרעה גוזר געווען: תכבד בעבודה, תבן אין ניתן ולבנים אומרים לנו עשו (פרשת שמות) מען זאָל זאָרגן אז די ארבעט זאל שווער ווערן, שטרוי – מאטעריאל – וועט נישט געגעבן ווערן, און ציגל הייסט מען מאַכן. יעצט איז אויך אזוי אין מאָנאַרכיסטישע מדינות. די פרנסות נעמט מען אפ ביי די יידן, און שטייערן הייסט מען צאָלן.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ב שירת האזינו


א. ביי דער שירה געפינט זיך אין דער תורה א הקדמה – פאָרוואָרט – (דברים לא יט-כא) און א נאָכוואָרט (דברים לב מו). א זאך וואס מען געפינט זיך נישט ביי קיין שום פּרשה אין דער תורה. פון דעם איז צו זען די אויסערגעוויינלעכע וויכטיקייט פון דער פרשה.
וואס שטייט דארטן? דארט איז פאָראויסגעזאגט אלעס וואס וועט פּאַסירן מיט יידן ביז דער צייט פון משיח. וועגן דער לעצטער צייט פאר משיח גיט עס דארט איינציקע פסוקים וועלכע ווערען דא ציטירט לויט פירוש רש"י. כי ידין ה' עמו ועל עבדיו יתנחם בשעת הקב"ה וועט שוין האבן געמישפט זיין פאָלק, ד.ה. בשעת יידן וועלען האבן אפגענומען אלע פורעניות וועלכע זיי האבן פאַרדינט, דאן, ועל עבדיו יתנחם וועט קומען די גאולה.
ווען וועט עס זיין? כי יראה כי אזלת יד ואפס עצור ועזוב, בשעת הקב"ה וועט זען, עס ענדיקן זיך די כוחות פון כלל ישראל, און עס איז נישטא קיינער ווער עס זאל העלפן, דאן וועט קומען די גאולה.

דאס זעלבע איז האלט ווידער אין נביא: ואביט ואין עוזר ואשתומם ואין סומך ותושע לי זרועי (ישעיה סא), הקב"ה זאגט: איך האב זיך ארומגעזען, און עס איז נישטא קיינער וואס העלפט. איך האב מיך געוואונדערט נישט זעענדיק קיינעם וואס שטיצט, דאן איך האב גענומען מיין ארעם צו העלפן. אין א צווייטן ארט שטייט: וירא כי אין איש וגו, און ער האט געזען אז עס איז נישטא קיינער. דאס באדייט: אז עס איז נישטא ווער עס זאל פאר זיי מתפלל זיין.

ויאמר אי אלהימו צור חסיו בו, השי"ת וועט זאגן: וואו זיינען אייערע אפגעטער אויף וועמען איר האט געהאפט אז זיי וועלן אייך שיצן. אשר חלב זבחימו יאכלו, צו וועמען איר האט מקריב געווען קרבנות פון די בעסטע. יקומו ויעזרוכם, זאלן זיי אייך העלפן.
דא שטייט: דאס אין דער לעצטער צייט פאר דער גאולה וועלען די יידן דינען צו פארשיידענע עבודה זרהס, דענקענדיק וועגן יעדער עבודה זרה בשעתה אז זי וועט זיי העלפן.
וועלכע עבודה זרה האט מען געדינט? מען דארף פארשטיין וואס איז עבודה זרה, יעדע זאך וועלכער א מענטש דענקט אז דאס קען אין א טובה טאן, אדער א רעה אויסער השי"ת, איז עבודה זרה. כך מטיבה כך מריעה – סנהדרין. זי קען טאן גוטס, זי קען טאן שלעכטס.
יעצט זאל מען עראינערן צו וויפל עבודה זרה'ס מען האט געדינט אין די לעצטע הונדערט יאר? אנפאנגענדיק פון די אזוי גרופענע השכרת ברלין, '''ריכטיק געזאגט הסכלת ברלין''', אויף וועלכע מען האט געהאפט אז זי וועט ברענגען א ישועה.
בשעת עס האט אנגעפאנגען בלאזן א ווינט פון ליבעראליזם זיינען יידן געווען אין די פאדערשטע רייען פון די ליבעראלן. נאכער אז די ליבעראליזם האט אויסגעלעבט זיינע יארן, האבן יידן זיך געווארפן צו דעמאקראטיזם, סאציאליזם, קאמוניזם, און אלערליי איזמען, מיט וועלכע מיר זיינען געבענטש.
צו די אלע עבודה זרה'ס האט מען מקריב געווען קרבנות אין געלט און נפשות. אבער זיי האבן אלע פארפירט, קיינע פון זיי האט נישט דערפילט די האפענונג וועלכע מען האט דערווארט פון זיי.
נאך מער, די אלע איזמען זיינען געשטארבן מיט א מיתה חטופה, מיט אן אומנאטורלעך טויט. זיי זיינען פארשוואונדן פלוצלינג אומגעריכטערהייט.
מיט וואס דערקלערט זיך דאס? אין יחזקאל כט שטייט יען היותם משענת קנה לישראל, ווייל זיי זיינען געווען א פארפירערישע שטיצע פאר ישראל. ווייל די יידן אויף די מצריים געהאפט, וואס זיי זיינען שולדיק די מצריים? נאר דאס איז פון משפטי התורה אז עבודה זרה זאל בטל ווערן. ובכל אלהי מצרים אעשה שפטים, (פרשת בא) מיט די מיצרישע אפגעטער וועל איך אפרעכענען. והאלילים כליל יחלופון, אז יידן האבן געהאפט אויף מצרים האבן זיי געמאכט פון די מצריים עבודה זרה.
מיר האבן געזען א וואונדערבאַרן פאקט: אין א מדינה וואו עס זיינען געוואוינט זעכצן מיליאן סטציאליסטן זיינען זיי איבערנאכט פארשוואונדן אזוי אז עס פון זיי קיין זכר נישט געבליבן. דאס איז געווען עבודה זרה וועלכער יידן האבן זיך געבוקט און מקריב געווען די גרעסטע קרבנות.
מען האט געהאפט אויף קאמוניזם אז דאס וועט ברענגען גלייכהייט און פרייהייט, איז געקומען די רויטע ממשלה און האט געוויזן וואס דאס איז גלייכהייט און פרייהייט.
מיר זעען דאס די אלע עבודה זרה'ס, אויף וועלכע מיר האפן זיינען אלע צעבראכן און באשפּיגן, זאגט הקב"ה: יקומו ויעזרוכם, פארוואס העלפן זיי אייך נישט. ראו כי אני אני הוא, עס איז שוין צייט איר זאָלט פאַרשטיין דאס איך, נאר איך קאָן איין העלפן.
אבער מען וויל נישט פאַרשטיין, מען קלאַמערט זיך אָן די רעשטלעך פון גוסס'דיקן דעמאקראטיזם, דאס וועט אונז העלפן, אזוי ווי עס האבן אונז געהאלפן די פריערדיקע עבודה זרה'ס.

ב. אויסער די אלגעמיינע איזמען, זיינען מיר געבענטש מיט א ספעציעלן יידישן איזם. דער מאדערנער נאציאנאליזם וועלכער האט זיך פארמאסטן ברענגען א גאולה דעם כלל ישראל אין גשמיות, און איבערהויפט אין רוחניות; אויפשטעלן א ניי פאלק ישראל, וועלכער זאל אראפווארפן פון זיך דעם שטויב פון די פריערדיקע דורות. א דור וועלכער פּריידיקט: הס מלהזכיר בשם השם, שא! נאר נישט דערמאנען דעם נאמען פון גאט.
די אויפגאבע פון אזא דור איז א באשיידענע: ארויסטרייבן דעם רבונו של עולם פון אלע יידישע הייזער, און פון אלע יידישע הערצער. ווער וועט אונז העלפן? מיר וועלן זיך העלפן. כוחי ועוצם ידי, ווער איז דאס מיר? דאס שיינען אונזער "נאציאנאלע" יוגענד, די העלדן וועלכע האבן אריינגעפירט יידן אין קריגס-צושטאנד מיט מלכות שמים. זיי וועלן ברענגען די גאולה? זיי האבן זיך פארגעשטעלט אז דאס איז א גאנץ לייכטע זאך. ווי עס ווייזט זיך אבער יעצט ארויס, איז טרייבן דעם רבונו של עולם, גאר נישט קיין לייכטע זאך, ער איז שטארקער ווי אלע אונזערע פירערס צוזאמען. און מיר בלייבן יעצט ווי אפּגעשמיסענע טפשים... און נישט נאר טפשים זיינען מיר, נאר "טפשאי דטפשאי דמגמרי להו ולא גמרי", טפשים אין פארגלייך מיט טפשים, מען לערענט מיט זיי, און זיי לערנען גארנישט אויס. (יומא נז) מען לערענט מיט אונז און מען קלאפט אונז אין די קעפ, און מיר מאכן זיך נישט הערענדיק.
עס שטייט: ובא לציון גואל ולשבי פשע ביעקב (פשע זו המרד, וכן הוא אומר אז תפשע לבנה) עס וועט קומען א דערלייזונג פאר ציון, און צו די פון יעקבן וואס קערן צוריק פון זייערע ווידערשפּעניקייט. שטייט דא א באדינגונג צו דער ישועה, אז מורדים ווערן שבים, און ווי לאנג עס וועלן זיין אונזערע פירערס מורדים, וועלעכע פּריידיקן רעוואלט געגן מלכות שמים, קאן קיין ישועה נישט קומען.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ג מעשה אבות


א. וואס איז די אייגנטלעכע באדייטונג פון ווארט תורה? תורה באדייט לערע. יעדעס ווארט פון דער תורה אנטהאלט אין זיך א לערע. אויב נישט דארף עס נישט שטיין אין דער תורה. פרעגט זיך, וועלכע לערע אנטהאלט אין זיך די דערציילונגען פון עבר און זייערע איינצלהייטן ?
דערצו האט מען אונז געגבן א שליסל: מעשה אבות סימן לבנים. אין די ספורים איז איינגעוויקלט די גאנצע יידישע געשיכטע פון אנפאנג ביז אחרית הימים. די פרשיות פון וישלח וואו עס דערציילט זיך וועגן יעקב מיט עשיו, דייטן אן אויף דעם מצב פון ישראל בין העמים.
די ערשטע פרשה איז פרשת הגלות (רמב"ן שם). דארט איז אנגעדייט ווי עס זאל זיין דער אומגאנג פון יידן אין גלות ביי בני עשיו. וועגן דער צווייטער פרשה שרייבט דער ווילנער גאון אז דאס איז די פרשה פון עיקבתא דמשיחא, ווי יעקב איז געגאנגען צוריק פון זיין גלות קיין ארץ ישראל. דארטן שטייט: וישם את השפחות וילדיהן ראשונה די דינסטן און זייערע קינדער האט ער געלאזט גיין פארויס. זאגט דער גאון: דאס ווייזט אז אין עיקבתא דמשיחא וועלן זיין ביי יידן די פירערס פון ערב רב.
דער רמב"ם שרייבט אין זיינע בריוו: עס איז דא ההבטחה: וגם בך יאמינו לעולם. ד.ה. אז יידן וועלן שטענדיק זיין מאמינים אין דער תורה. אבער מיר זעען דאך אז עס זיינען דא ביי אונז כופרים, איז בידוע שלא עמדו רגלי אבותיו על הר סיני. אז זיינע עלטערן זיינען נישט אנוועזענדיק געווען אויפן הר סיני אין מתן תורה. זיי זיינען פון ערב רב, נישט פון זרע ישראל.
אז מיר זעען יעצט אז כופרים זיינען ביי אונז די פירערס באשטעטיקט דאס די רייד פון גאון אז זיי זיינען פון ערב רב. ואת לאה וילדיה אחרונים. לאה און אירע קינדער נאכער. דאס ווייזט אז דער המון בית ישראל הכשרים וועלן זיין אונטער דעם ערב רב, ד.ה. דער ערב רב וועט אויף זיי געוועלטיקן. דאס זעען מיר יעצט אין דער רויטער מדינה און נאך אן ארט, וואו די ערב רב האבן א שליטה ווי זיי דריקן אונטער ערלעכע יידן.
ואת רחל ולדיה אחרונים, צולעצט רחל און אירע קינדער. אלו תלמידי חכמים השפלים מכל. דאס זעט מען איבעראל וואו עס איז נאך געבליבן א שארית הפליטה פון תלמידי חכמים, ווי זיי ווערן דערנידעריקט און געטראטן.

ב. וייטער שטייט דארט: ויאבק איש עמו וגו', א איש האט זיך געראנגלט מיט אים – מיט יעקב. יעקב איז דער עמוד התורה. איש זה סמאל. דאס באדייט אז אין עיקבתא דמשיחא וועט די טומאה פירן מלחמה געגן לימוד התורה. (עס נעבעך די עמי הארצות). ותקע כך ירך יעקב, ירך יעקב באדייט די קליינע קינדער, תינוקות של בית רבן. דאס איז געווען דער יסוד פון קיום האומה אין פארלויף פון טויזענטער יאר. וועט עס אין עיקבתא דמשיחא ווערן געבראכן, דורך אלערליי שליחים פון אינעווייניק און פון אויסווייניק. דאס איז יעצט נתקיים געווארן בכל תפוצות ישראל. דער גרעסער טייל פון יידישע קינדער ווערן דערצויגן אלס פולשטענדיקע גויים.

ג. א צווייטע באדייטונג פון ירך יעקב איז: תמכין דאורייתא. דאס איז החזקת התורה, שטיצן די לומדי תורה, און געבן זיי א מעגליכקייט זיי זאלן קענען תורה לערנען במנוחה. דאס איז א זאך וועלכע איז געווען ביי יידן "מיום היותם לגוי" (יששכר וזבולון). דאס ווערט געבראכן אין עיקבתא דמשיחא. מען זעט עס יעצט אומעטום, אפילו אין די מדינות וואס זיינען נאך פארלויפיק – לפי שעה – אימשטאנד צו געבן געלט, און געבן אויך אויף אלצדינג, נאר אויף תורה בלייבן פרוטות. אין דעם בעסטן פאל איז מען צו תורה גלייכגילטיק .
און דאס איז גאנץ נאטורלעך, דען דער נייער דור וועלכער איז אבסאלוט אפגעפרעמדעט פון דער תורה, פארשטייט עס איבער הויפּט נישט צו וואס מען דארף תורה. עס קומט ארויס אז די ביידע זאכן, ביטול תינוקות של בית רבן און ביטול החזקת התורה ברענגען איינע די צווייטע.
מיט וואס ענפערט מען פון הימל דערויף ? בעוון ביטול תורה חרב וביזה בא, שנאמר והבאתי עליכם חרב נוקמת נקם ברית. ואין ברית אלא תורה, שנאמר אם לא בריתי יומם ולילה חוקות שמים וארץ לא שמתי וכו'. בעוון ביטול תורה ווערט באשטראפט מיט שווערד מיט רעב און מיט רויב, דען אזוי שטייט: איך וועל ברענגען אויף אייך א שווערד פון נקמה, נקמה פאר מיין ברית – בונד –, ברית הייסט די תורה, דען אזוי שטייט, ווען נישט מיין ברית, טאג און נאכט נאטור געזעצן פון הימל און ערד וואלט איך נישט געמאכט. (פרק במה מדליקים).
אין איינציקע שטאט – ווין – האט מען בארויבט יידן קרוב פון 40 מיליאן דאלאר. אוי להם לבריות מעלבונה של תורה.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ד נהיה כגויים


אין יחזקאל (כ) איז פאָרויסגעזאגט דאס אין עיקבתא דמשיחא וועט געווארפן ווערן ביי יידן א לאָזונג : נהיה כגויים. די פאַרווירקליכונג פון דער נבואה האט זיך אָנגעפאַנגען דורך די הסכלת בערלין קרוב פון 150 יאר צוריק.
זיי האבן עס פאַרמאַסקירט מיט די ווערטער היה יהודי באהלך ואדם בצאתך, זיי א ייד אין דער היים, און א מענטש אין גאַס. די פרוכט פון דער שיטה איז גיך רייף געווארן. זייערע קינדער האבן זיך צוגעשמדט.
די לאָזונג איז געווען אן אונטערגראָבונג אונטער די יסודות פון דער תורה. די תורה האט געוואָרנט, יידן זאלן זיין אָפּגעזונדערט פון די גויים אין זייער גאַנצן לעבנסשטייגער. "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי", איך האב אייך אָפּגעטיילט פון אלע פעלקער, איר זאָלט זיין מיינע. (פרשת קדושים, רמב"ם פרק יא מהלכות ע"ז) זיינען געקומען די מסכילים און האבן געזאָגט אקוראט פאַרקערט: נאר ככל הגויים. האָט השי"ת דערויף געזאָגט: אשר אתם אומרים נהיה ככל הגויים היו לא תהיה, אם לא, א. ביד חזקה, ב. ובזרוע נטויה, ג. ובחמה שפוכה, אמלוך עליכם, דאס וואָס איר זאָגט מיר וועלן זיין ווי אלע פעלקער, וועט קיינמאל נישט צושטאנד קומען, ווען נישט, מיט א מעכטיקע האַנט און מיט אן אויסגעשטרעקטען אָרעם און אַן אויסגוס פון צאָרן, וועל איך רעגירן איבער אייך.
עס וועט זיך אָנפאַנגען ביד חזקה, אויב דאָס וועט נישט העלפן וועט קומען זרוע נטויה. אויב דאָס וועט נישט העלפן וועט זיין חמה שפוכה.
ביי וועלכע פון די דריי פּארצעסן האלטן מיר יעצט? קען מען נישט וויסן. דאָס וועט ווייזן די גאָר נאָענטע צוקונפט. יעדנפאלס איז קלאָר, דאָס עס ווערט פאַרווירקלעכט די נבואה פון והיו לא תהיה. די גויים טרייבן אונז מערדערלעך פון זיך.
מען זאָגט: עס איז שווער צו זיין א ייד. האט פּאַסירט א וואונדער אין דער לעצטער צייט, עס איז נאָך שווערער צו זיין א גוי, די גויים טרייבן צוריק.

מען זאָגט בשם גאון בעל הבית הלוי ז"ל: עס שטייט המבדיל בין אור לחושך בין ישראל לעמים. בין אור לחושך איז דאָ א געוויסער מרחק איינער פון דעם צווייטן (בין השמשות). קיינער קען עס נישט איבערמאכן אויף מער אָדער ווייניקער. דאָס זעלבע בין ישראל לעמים, איז דא א באַשטימטע גרענעץ ווי ווייט זיי זאָלן זיין איינער פון צווייטן.
אויב די יידן דערנענטערן זיך צופיל, גיבן די גויים א שטויס צוריק. פון דעם איז צו פאַרשטיין אז וואָס מער יידן האבן זיך דערנענטערט צו די גויים, איז דער שטויס צוריק אלץ שטאַרקער.
דאָס זעען מיר יעצט אין די מדינות וואו יידן האבן זיך אינגאנצן פאַרגויאישט, ווי שרעקלעך עס איז דער שטויס צוריק מצד די גויים. אזוי איז אויך געווען אין מצרים, בשעת עס איז געוואָרן שווער דעם שעבוד, האבן יידן אָנגעפאַנגען זיך מקרב צו זיין צו די מצריים, דענקענדיק, אז דורך דעם וועט מען זיי לייכטער מאכן. מה עשה הקב"ה הפך לבם לשנוא עמו (תהלים קה). וואָס מער זיי האָבן געוואָלט מקרב זיין צו די מצריים, איז אלץ געוואָרן שטאַרקער די שנאה פון די גויים צו זיי. ביז וואַנען יידן האָבן זיך ארומגעזען זייער טעות, דאַן איז געקומען די גאולה.
דאָס זעלבע וועט זיין מיט אונז. "אם אתם מובדלין מן העמים הרי אתם שלי, ואם לאו הרי אתם של נבוכדנאצר וחבריו".
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ה די רועים חלק א


א. אין יחזקאל (לד) איז דא א קלאָר בילד פון דעם דור פון עיקבתא דמשיחא, און פון זיינע רועים. דער דור איז איינגעטיילט אויף 5 קלאַסן, (אין רוחניות): א) שוואכע, ב) קראנקע, ג) צעבראכענע אברים, ד) נדחים, און ה) אובדים. דאָס איז אַלץ אין באַציאונג צו יידישקייט.
די לעצטע דריי מדריגות זיינען דריי פאַרשיידענע סאָרטן פון מומרים – אזעלכע וואס שיידן זיך אָפּ פון כלל ישראל, מיט דעם וואָס זיי אונטערוואַרפן זיך נישט דער דיסציפּילן פון איינע אָדער מערערע מצוות פון דער תורה, – דער ווילנער גאון זאָגט: א מומר לדבר אחד איז א מחוסר אבר אין נפש. דער וואָס אונטערוואַרפט זיך נישט צו הערן א באַשטימטע מצוה פון דער תורה, ווערט אָנגערופן א בעל מום – פאַרקריפּעלטער – עס פעלט אים א גליד אין זיין נפש.
מומרים לכל התורה גיבט עס צווייערליי. א כופר איז די זעלבע ווי א משומד, אָבער ער איז נאָך מיט יידן צוזאַמען, דאס זיינען נדחים, פאַרשטויסענע. נאַך אַן אופן איז, אז ער האָט זיך צוגעמישט מיט די גויים, דאָס זיינען די אובדים, פאַרלוירענע. קיינער ווייסט שוין נישט אז זיי זיינען מזרע ישראל. די רועים וועלכע מאַכן א לעבן פון די צאן – החלב תאכלו והצמר תלבשו, (טייטש: דאָס פעסט עסט איר, און מיט דער וואל קליידט איר אייך) – דאַרפן אויפפּאַסן אויף די שעפסן, אבער זיי טוען עס נישט. די צאן בלאָנדזשען ארום אויף די אלע בערג און בערגלעך, און ווערן אויפגעגעסן פון אלערליי חיות, און קיינער קימערט זיך נישט וועגן זיי, אין דורש ואין מבקש.
לכן זאָגט הקב"ה וועל איך מאַכן די רועים אויס רועים, און איך וועל אליין ווערן דעם רועה פון מיינע צאן. וואָס וועל איך טאָן? א) את האובדות אבקש, ב) ואת הנדחת אשיב, ג) ולנשברת אחבוש וכו', (טייטש: די פאַרלוירענע וועל איך אויפזוכן, די פאַרבלאָנדזשעטע וועל איך צוריק ברענגען, די געבראָכענע וועל איך באַהאַנדלען א. א. וו.) דא דאַרף מען באַמערקן דעם סדר פון די דריי פונקטן.
גאר צו ערשט, דער ערשטער פונקט: את האובדות אבקש, די וועלכע זייערע עלטער זיידעס און באבעס האָבן זיך געשמדט מיט 120-130 יאָר צוריק, וועט מען אויסזוכן און אויסגעפינען דאָס (= אַז) זיי זיינען נישט קיין אריער. מען וועט זיי קלאַפן אין קאָפ: זאָלט וויסן, דאָס (= אַז) איר זייט יידן און דאָס (= אזוי) מוז איר בלייבן. אין א מדינה וואו עס זיינען דאָ טויזענטער גויים אויף איין ייד, וועט מען די פאַרלוירענע יידן זוכן און געפינען. אין דעם פונקט האַלטן מיר אין יעצטיקן מאָמענט. דער פּראָצעס איז נאָך נישט צו ענדע, ער איז נאָך אין מיטן אָבער ער שפרייט זיך שנעל פון איין לאַנד צו די איבעריקע מדינות.
בשעת דאָס וועט זיין צו ענדע, אַלע אובדים וועלן געפונען ווערן, דאַן וועט קומען דער צווייטער פונקט: ואת הנדחת אשיב, דען דאַן וועלן שוין די געוועזענע אובדים אויך אריין אין כלל פון די נדחים. נאַכער וועט זיין דער דריטער פונקט: ולנשברת אחבוש וכו'.

ב. עס איז נאָך דא צו באַמערקן אין דער נבואה, דער אויסדרוק ישגו צאני. דאָס באווייזט אז דער דור בכלל – אויסער די רועים – ווערט אין הימל באַטראַכט ווי שוגגים, כי לכל העם בשגגה. עס קומט ארויס אז עס וואָלט געווען נישט שווער צוריק צו ברענגען יידן צו דער תורה ווען נישט די רועים וועלכע זיינען א מחיצה בין ישראל לאביהם שבשמים. אַן אייזערנע וואַנט צווישן יידן און זייער פאָטער אין הימל.
די מורים, די מדריכים, די שרייבערס, די פּאַרטיי פירערס, זיי לאָזן נישט אריינדרינגען קיין ליכט שטראַל פון דער תורה ביי יידן. זיי האָבן זייער תורה, זייערע חכמי התורה, זייערע גדולי הדור. זיי פאַרפינצטערן יידישע מוחות און הערצער מיט א נייע תורה און נייע מצוות.
עס איז צו באַמערקן דאָס (= אז) בשעת צו די יידן קומט ארויס יע צו הערן – זעלטן ווען, אמת תורה געדאַנקען – שלינגען זיי עס ווי דאָרשטיקע. אָבער די רועים גיבן זיי שטיינער אַנשטאָט דימאַנטן. אַנשטאָט תורה געדאַנקען גיט מען די לעזערס און די הערערס כפירה געדאַנקען. אין בעסטן אופן לעזט מען און הערט מען בדחנות און ליצנות מיט א פּאָרציע ניבול פה. דאס זיינען די רועים וועגן וועלכע דער נביא האָט פאָראויסגעזאגט אויף אונזער צייט.
ג. אין דער נבואה וועט דערמאָנט א קאַטעגאָריע פון די צאן זעלבסט, השמינה והבריאה, די פעטע או די שטאַרקע. דאָס זיינען אַסאַך פון אונזערע מאָדערנע גבירים, וועלכע טרעפן אויסצוגעבן געלט אויף אַלץ וואו מען דאַרף נישט געבן. נאָר וואו מען דאַרף געבן, דאָרט וואו די תורה הייסט געבן, זיינען זיי נישטאָ. זיי זיינען ארומגעשטעלט מיט שומרים וועלכע לאָזן נישט צו, גיין צו זיי.
אין דער נבואה ווערט געשילדערט: וואָס עס בלייבט איבער פון אייער עסן, צוטרעט איר מיט די פיס, און דאַן באַקומען עס די אָרעמע און די שוואַכע. בשעת מען קוקט זיך צו, צו דער באציאונג פון אונזערע מאָדערנע גברים צו בני תורה, וועלכע זיינען די שוואַכסטע פון די שוואַכע, און די עלענעסטע פון די עלענדע, קען מען פאַרשטיין ווי קלאָר עס איז דאָס בילד פון דער נבואה.
וואָס וועט ווערן פון די גבירים? דאס זעלבע ווי פון די רועים, עס ווערט נתקיים די נבואה "והשארתי בקרבך עם עני ודל", עס וועט בלייבן פון דיר אַן אויסגעאָרעמט און געפייניקט פאָלק.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ה חלק ב


ד. אין דער לעצטער צייט איז צו באַמערקן: וואו מען קומט צווישן די יידן טרעפט מען דאָס (= אז) זיי זיינען צוזאַמענגעקומען אדער צוזאַמענגעלאָפן פון די פאַרשיידענע געגענטן. אַמאָל איז נישט אזוי געווען, יעדע געגענט האט געהאַט זיינע יידן, עס האָט נישט פּאַסירט דאס אין איין שטאָט זאָל זיין א גרויסע צאָל יידן פון ווייטע געגענטן.
מה נשתנה? איז דערויף געווען א באַזונדערע נבואה וועגן אונזערער צייט: והניעותי בכל הגויים את בית ישראל כאשר ינוע בכברה, (עמוס ט) יידן וועלן צוגעוואָרפן ווערן אזוי ווי קערנער בשעת מען זיפט זיי. פלעגט זאגן דער חפץ חיים ז"ל: אין דער זיפ פאַלט איין קערן נענטער און איינער ווייטער אָבער בלייבן אויף זיין אָרט, בלייבט קיינער נישט. אזוי וועט זיין מיט יידן אין עיקבתא דמשיחא.
ער האט געזאָגט בשם הראב"ד (שלהי עדיות), דאָס (= אז) פאר משיח וועט קומען וועלן זיין יידישע פאַמיליעס צעטיילט, די עלטערן וועלן זיין אין איין מדינה און די קינדער, יעדערער אין אַן אַנדער מדינה. און מען קען נישט צוזאַמענקומען ביז אליהו וועט קומען והשיב לב אבות על בנים, ולב בנים על אבותם, צוריקברענגען די עלטערנס הערצער צו זייערע קינדער, און די קינדער הערצער צו זייערע עלטערן. (סוף מלאכי).

ה. נאָך א דערשיינונג איז צו באַמערקן: די גאַנצע וועלט איז יעצט אין אן אויפגערייצטן צושטאַנד. מען געפינט זיך ווי אין א וואַלד צווישן אויפגערייצטע חיות. איין מדינה אויף דער צווייטער, און אין דער זעלבער מדינה איין נאציאן אויף דער צווייטער, און אין זעלבן פאָלק איין פּאַרטיי אויף דער אנדערער וכו'. א דערשיינונג וואס איז קיינמאָל נישט געווען אין אַזאַ אַלוועלטלעכן מאָסשטאַב . דאָס איז געווארן פאָרויס געזאָגט וועגן עקבתא דמשיחא אין דער נבואה ואשלח את כל האדם איז ברעהו, איך וועל אָנרייצן איין מענטש אויף דער צווייטן (זכריה).

ו. דור שבן דוד בא פני הדור כפני הכלב, די פָּנימער פון דעם דור וועלן זיין א פָּנים פון א כלב (סוטה, ופרק חלק). דער מנהג פון א כלב איז דאס ער לויפט פאָרויס פאַר דעם בעל הבית, עס זעט אויס דאָס דער כלב גייט וואו ער וויל און דער בעלים, אייגנטימער, קוקט אויף זיין כלב און גייט נאָך, אָבער מיר ווייסן אז אין דער ווירקלעקייט איז עס גאָר פאַרקערט. דער בעל הבית גייט וואו ער האט נויטיק, און דער כלב לויפט פאָראויס וואו דער בעל הבית וויל גיין. אויב דער בעל הבית קערט זיך אום צוריק, לויפט דער כלב אויך צוריק און פאָרויס.
בשעת עס פירט זיך ביי יידן לויט דער תורה זיינען די פני הדור, די וועגווייזערס. זיי באטראכטן וואו מען דאַרף גיין, און דער דור גייט נאָך די פני הדור. אין עיקבתא דמשיחא וועט זיין געבראָכן דער אויטאָריטעט פון תורה, וועט דער דור גיין וואו ער פאַרשטייט, און די פני הדור וועלן זען וואו דער דור וויל גיין, און דאָרטן זיי פאַראויסלויפן ווי דער כלב. (בשם הגאון רבי ישראל סאלאנטער).
מיר זעען יעצט ווי רבנים לויפן מיט דער גאַס צו ווייזן זייער דעמאקראטיזם און מען לויפט באַרג אראָפ ביז צום אָפגרונד.

א צווייטע באדייטונג פון פני הכלב פלעגט זאָגן דער חפץ חיים ז"ל (בשם הגרי"צ בנו של בעל נפש החיים ז"ל): די נאַטור פון א כלב אז מען וואַרפט אויף אים א שטיין, לויפט ער בייסן דעם שטיין. בשעת עס שטייט אויף א המן אויף די יידן דאַרף מען וויסן, אז דאס איז נאָר א שטעקן מיט וועלכן מען שלאָגט יידן פון הימל.
אוי אשור שבט אפי, אשור איז די רוט פון מיין צאָרן. עס האָט נישט קיין זין, דאס מיר זאָלן האַלטן מלחמה מיט דעם שטעקן, דען אין הימל פעלט נישט קיין שטעקנס. הרבה שלוחים למקום, מען דאַרף אָנווענדן מיטלען דאָס (= אז) מען זאָל פון הימל נישט וואַרפן דעם שטעקן. אָבער אין עיקבתא דמשיחא וועט נישט קיין דעת זיין, וועט מען לויפן בייסן דעם שטעקן ווי דער כלב.
דא זעט מען יעצט ווי אונזערע מאָדערנע פירערס האבן דערקלערט קריג אויף די מעכטיקסטע מלוכות אין דער וועלט. מה כוחינו ומה גבורותינו. מיר וועלן שיסן מיט אַרטיקלען אין יידישע צייטונגען. וואס איז דער רעזולטאט פון דעם? אויפרייצן די שלאַנגען וואס מער אויף יידן. די פירערס זעען נאָר דעם שטעקן, און ווילן נישט וויסן ווער עס שלאָגט מיט דעם שטעקן. והעם לא שב עד מכהו, און דאָס פאלק קערט נישט צו דעם וועלכן מאַכט אים שלאָגן. (ישעיה).

ז. בעיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי, עס וועט זיך מערן חוצפה. נאָך א באַדייטונג פון יסגי, איז גדולה. צו זיין מגדולי הדור אין די פריערדיקע צייטן האט מען זיך געפאָדערט תורה ויראה און חכמה, אין עיקבתא דמשיחא וועט זיין א גדול דער וועלכער בזיצט חוצפה, און וואס מער חוצפה ער האָט, אלץ מער גדול איז ער.
מיר זעען יעצט ביי די פּאַרטיי פירערס וואס זייער איינציקע קוואַליפיקאַציע צו זיין פירער איז נאך זייער חוצפה.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ה חלק ג


ח. ואין תוכחה. עס זיינען שטענדיק ביי יידן געווען מוכיחים, וועלכע פלעגן פאָרן מעיר לעיר, זאָגן תוכחה, אויסער וואָס אין יעדער שטאט פלעגט פון צייט צו צייט זאָגן תוכחה דער אָרטיקער רב. מיט הונדערט יאָר צוריק איז געווען מפורסם דער דובנער מגיד, נאָך וועמען דער ווילנער גאון האָט געשיקט רופן ער זאָל זאָגן אים – דעם גאון – תוכחה. אין דער לעצטער צייט איז געווען דער קעלמער מגיד, וועלכער האָט מיט זיינע פייערדיקע דרשות מחזיר בתשובה געווען פילע מענטשן.
אין די תשובות פון ראשונים (רשב"א, ריב"ש) זעט מען דאָס אין זייערע צייטן זיינען געווען אין יעדער שטאָט ברורי עבירות וואָס זייער אויפגאַבע איז געווען מבער צו זיין די עוברי עבירה. יעצט איז מער נישטא קיין מוכיחים, רעדנער זיינען דא איבערגענוג , אבער זיי זאָגן נישט קיין תוכחה, זיי דערמאָנען איבערהויפט נישט קיין דבר תורה. ווער זיינען די רעדנער? געדונגענע פּאַרטיי אַגיטאַטאָרן וועלכע האָבן די אויפגאַבע צו פאַרשלעפן דעם עולם מיט זיסע חלומות וועגן די גאולה, וואס זייער פּאַרטיי וועט ברענגען פאַר יידן- די נאַציאָנאַלע, – אָדער פאַר דער גאַנצער וועלט – די אינטערנאַציאָנאַלע.
הגם אלע זעען דאס די חלומות ווערן צערונען , אלע עבודות זרות'ס אויף וועלכע מען האָט געהאָפט, ווערן אומ'ברחמנות'דיק צעבראָכן און צעטרעטן , אבער די נביאי השקר ווערן נישט דערשוויגן. די מרגלים בשעת זיי האָבן געזאָגט שקר, האָבן זיי אריינגעוואָרפן א מקצת אמת אויך, ווייל כולו שקר איז נישט מתקיים (רש"י). אבער די היינטיקע שקרנים האָבן די דאגה גאָרנישט, זייער שקר זאָל האָבן א קיום, דען אויס עס וועט בטל ווערן איין שקר, זיי שוין צוגעגרייט דרייסיק אַנדערע שקרים מיט פאַרשיידענע נעמען, און די גאַס וועלכע איז פרעמד פון דעת תורה, איז נישט אימשטאַנד מבחין צו זיין בין קלא אילן לתכלת.

שקר אין לו רגליים, ער קען נישט אליין גייט און נישט שטיין, ער מוז האָבן ווער עס זאָל אים טראָגן. ווער טראָגט די היינטיקע נביאי השקר? די שכחת התורה, די עם הארצות. דער חפץ חיים פלעגט זאָגן: די תורה איז מאירת עיניים, זי גיט אריין א ליכטיקייט אין די אויגן. אָבער אָן דער תורה האָט מען נישט די ליכטיקע סטאַר . רואות ואינן יודעות מה הן רואות, עס איז א פינצטערניש, און אין חושך קריכן ארויס אלערליי חיות: "בו תרמוש כל חיתו יער". אם אין דעת הבדלה מנין, ווען עס איז נישטאָ קיין פאַרשטאַנד, ווייס מען אויך נישט אונטערצושיידן.
כי רבים חללים הפילה ועצומים כל הרוגיה, זה תלמיד שלא הגיע להוראה ומורה, "פילע קרבנות האָט זי פאַרלאַנגט – די אומוויסנדיקייט. – און מעכטיק איז די צאָל פון אירע הרוגים". – זאָגט די גמרא – "דאָס זיינען די רעזולטאַטן פון דעם וואָס תלמידים וועלכע זיינען נאָך נישט רייף, הויבן אן צו זיין פירערס". דאָס רעדט זיך אפילו נאָר וועגן איינצעלענע שאלות פון כשר און טריפה. ווי איז שוין וועגן שאלות וועלכע זיינען נוגע דעם גאַנצן כלל ישראל? ווער היינט אונזערע וועגווייזערס אין די שאלות? ריקים ופוחזים וועלכע באַזיצן נישט דעם מינדסטן טייל פון דעת תורה, שפלים וועלכע זיינען די טאָן געבער און די מנהיגי הדור. עס ווערט נתקיים די נבואה ותעלולים ימשלו בה, "און די דערוואָקסענע זיינען זייערע מושלים".

ט. קטיגוריא באה בתלמידי חכמים די פאַרצייטיקע אפיקורסים האָבן געזאָגט: מאי אהנו לן רבנן לדידהו קרו לדידהו תנו, (פ' חלק) "וואָס טוען די תלמידי חכמים פאַר אונז, זיי לערנען פאַר זיך אליין". וואָס האָבן מיר פון די לומדי תורה, אז זיי לערנען איז זיי גוט. האָבן זיי פאַרשטאַנען אז דער וועלכער לערנט תורה איז פאַר אים גוט. אָבער די יעצטיקע אפיקורסים זאָגן אנדערש: אז די לומדי תורה מאַכן זיך אומגליקלעך, און די וועלט איז אומגליקלעך.
נאָך א באַדייטונג איז: אז די קטיגוריא איז אריין אין די תלמידי חכמים זעלבסט, זיי זיינען מקטרג איינער אויף דעם צווייטן.

י. בחרב ימותו כל חטאי עמי, "דורך דעם שווער וועלן שטאַרבן אלע זינדיקע פון מיין פאָלק". האָט דער חפץ געזאָגט בשם הזוהר, דאָס די גזירה פון חרב איז געוואָרן איבערגעביטן אויף עניות. פאַר דער גאולה וועלן יידן אָרעם ווערן. עם עני ודל אושיע, "איך וועל העלפן א געפייניקט און אַן אָרעם פאָלק". (עמוס) פלעגט ער זאָגן: די וועלכע האָבן נאָך געלט זאָלן נישט מיינען דאָס געלט וועט בלייבן ביי זיי, מען וועט אָפנעמען ביי יידן וואָס זיי האָבן. אז זיי וואָלטן האָבן שכל דאָס צו פאַרשטיין, וואָלטן זיי געוואוסט וואָס אויפצוטאן מיט דעם געלט, כל זמן עס איז נאָך ביי זיי אין האַנט.
זייט דער חפץ חיים האָט דאָס געזאָגט איז שוין מער ווי צוואנציק יאר, זייט דאן זיינען זיינע רייד שוין מקוים געווארן ביי גרעסטן טייל פון יידן. דאָס איז פאָראויסגעזאָגט אין גמרא: אין בין דוד בא עד שתכלה פרוטה מן הכיס, "משיח וועט קומען ווען עס וועט אויסגיין די לעצטע פרוטה פון קעשענע".
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ה חלק ד


יא. נאָך א זאַך האָט דער חפץ חיים דאַן געזאָגט: עס ווערן יעצט אין א קורצער צייט אַזעלכע ענדערונגען אין דער וועלט וואָס אַ מאָל פלעגט עס דויערן הונדערט יאָר. מען זעט, דאָס דער גלגל הזמן דרייט זיך מיט אן אויסגעוויינליכער שנעלקייט.
מה זה עשה לנו ה'? "וואס האט דאס אונז גאט געטאן"? וואָס איז דאָס יעצט אנדערש אַלס שטענדיק? האָט ער געזאָגט: עס האָבן זיך אין הימל אנגעקליבן חשבונות פון בריאת העולם ביז היינט. די אַלע חשבונות מוזן אויסרעגולירט ווערן פאַר משיח קומט, דען דאַן וועט בטל ווערן דער יצר הרע. קומט ארויס, דאָס עס וועט זיך שליסן דער גאַנצער וועלט-געשעפט וועלכער איז באַשטאנען אין מלחמת היצר, מוז יעדער נפש באַצאָלן וואָס זי איז געבליבן א בעל חוב צום הימל, און אזוי ווי די צייט איז קורץ ביז משיח, מוז דאָס שנעל ווערן.
זייט דער חפץ חיים ז"ל האָט דאָס געזאָגט – מיט צוואַנציק יאָר צוריק – ביז היינט, האָט זיך דער לויף פון דער צייט, נאָך מער פאַרשנעלערט. עס פּאַסירן יעצט זאַכן ממש איבערנאַכט , וואָס אַמאָל פלעגט עס דרייען פילע דורות. מען זעט אז די צייט לויפט אזוי ווי איינער שטייט און יאָגט איר: לויפט וואָס שנעלער!
יעדער דענקענדער מענטש קען פון דעם אליין פאַרשטיין דאָס מיר לעבן יעצט אין אַן אויסגעוויינליכער צייט, וועלכע וועט ברענעגען געוואַלדיקע ענדערונגען אין דעם מצב פון דער גאַנצער וועלט, און דאָס וועט נישט לאַנג – לפי הערך – לאָזן אויף זיך וואַרטן. דען מיט יעדן טאָג פאַרשנעלערט זיך אַלץ מער דער געוואַלדיקער לויף פון דער צייט, אזוי אז אין איין יאר לויפט יעצט אָפ די צייט, פילע יאָר-הונדערטער.

יב. ושננתם לבניך, לערנען תורה מיט קינדער איז געווען דער פונדאַמענט אויף וועלכן עס האָט זיך געהאלטן יידישקייט אין פאַרלויף פון טויזנטער יאָר. דער אידעאל פון יידישע עלטערן איז געווען: זייערע קינדער זאָלן זיין גדולי תורה ויראה. וואָס וועט זיין וועגן פרנסה? האָט מען געוואוסט: מאן דיהיב חיי יהיב מזוני, "דער וואס גיט לעבן וועט געבן צו לעבן".
אין די לעצטע דורות פאַרלירנדיק די אמונה, האָט מען ממילא פאַרלוירן דעם בטחון בה'. מוזן עלטערן פאַרזאָרגן דעם קינד מאַטעריאַל. מיט וואָס פאַרזאָרגט מען אים? מען זאָל אים געבן שטודירן, דאַן וועט ער שוין זיין פאַרזאָרגט דאָס גאנצע לעבן. דאָס וועט זיין א ישועה אויך פאַר כלל ישראל, אז מיר וועלן האָבן א מענגע שטודירטע, וועט מען האָבן פאַר אונז דרך ארץ. וויפל מען האָט פאַרזאָרגט דעם יחיד און דעם כלל ישראל דורך אונזער געיעג נאָך שטודיום, ווייזט זיך ארויס די לעצטע צייט.
דאס איז מאַטעריאַל. אָבער גייסטיק האָט מען זיי פאַרזאָרגט, מען האָט אויסגעהאָדעוועט גאַנצע גויים, נאַציאָנאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע, וועלכע מיטלען ווענדט מען אָן אין הימל געגן דער גייסטיקער מגיפה? תיסריך רעתך, שטודירענדע יוגנט, אינטעליגענטע, זיינען היינט די הויפט שלעגערס און פּייניקערס פון יידן אין די מערסטע מדינות. די יידישע סטודנטן ווערן געטריבן דורך זייערע חברים מיט אייזערנע שטעקנס. אַנשטאָט וואָס יידן פלעגן זיך מוסר נפש זיין אויף לימוד התורה, זיינען יידישע קינדער זיך יעצט מוסר נפש אויף האָבן דעם כבוד צו זיצן אויף איין באַנק מיט ווילדע אויסוואורפן .

יג. אל תשמח ישראל אל גיל בעמים, "פריי זיך נישט ישראל אויף פאַרוויילונגען אזוי ווי די גויים". (הושע) יידן זאָלן נישט זוכן אַזעלכע צייט פארוויילונגען ווי אומות העולם, די גויים האָבן ליידיקע צייטן. בשעת ער ענדיקט זיין אַרבעט האָט דער גוי נישט וואָס צו טאָן, מוז ער אויסזוכן פארשיידענע שפילן און פאַרוויילונגען, די צייט צו פאַרברענגען. א ייד האָט נישט קיין ליידיקע צייט, בשעת ער ווערט פריי פון אַרבעט האָט ער אויף זיך א חוב: לערנען תורה. ער איז נישט אימשטאַנד אליין לערנען, זאָל ער נעמען א רבי, ער זאָל אים לערנען.
נאָך א צייט דאַרף ער עוסק זיין אין מצוות און מעשים טובים, זיך מתעסק זיין אין טאָן חסד לויט זיין מעגליכקייט. אַזאַ האַרט לעבן שטייגער פאָדערט די תורה פון יידן: קדושים תהיו, "יידן זאלן זיין הייליקע", די יידישע פאַמיליעס הויז זאָל זיין הייליק. יעדעס יידישע האַרץ זאָל זיין הייליק, איר זאָלט זיין אָפּגעזונדערט פון די גויים אין אַלץ, דאַן וועט איר זיין מיינע. ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי, "אם אתם מובדלים מן העמים הרי אתם שלי".
אין דער לעצטער צייט אז מען האָט אויפגעהערט לערנען תורה איז דאָך געבליבן ליידיקע צייט. וואָס טוט מען? מאַכן יידן פול אַלע שפיל פּלעצער מיט אַלערליי טעאַטערס. פון דאָרט קומט מען צוריק אין הויז אָנגעזאפט מיט טומאה, זיינען יידישע הייזער געוואָרן טמא. מיט וואָס ענטפערט מען פון הימל דערויף? טרייבט מען יעצט יידן פון פאַרוויילונגס-פּלעצער ווי מען טרייבט מצורעים: יידן ארויס! דאָס איז נישט אייער פּלאץ! און דאָס איז דאַך אמת. פאַר יידן איז דער פּלאַץ אין בית המדרש, לערנען אָדער זאָגן תהילים. און דאָס האָט אונז געוואָרנט: אם אין אתם מובדלין מן העמים הרי אתם של נבוכדנצר וחבריו.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ה חלק ה ואחרון


יד. די הויפט עבודה זרה'ס וועמען יידן דינען און זיינען מקריב קרבנות אין היינטיקע צייט זיינען צוויי: סאָציאַליזם און נאַציאָנאַליזם.
די תורה פון מאָדערנעם נאַציאָנאַליזם באשטייט אין דריי ווערטער: נהיה ככל הגוים. צו זיין א ייד איז גענוג אַז מען איז א נאַציאָנאַל געזאנען . מער דאַרף מען נישט, נאָר צאָלן א שקל און זינגען התקוה, דערמיט ווערט מען פטור פון אַלע מצוות התורה. עס איז גאַנץ קלאָר דאָס אַזאַ שיטה איז על פי התורה – עבודה זרה.
מיט די צוויי עבודה זרה'ס זיינען יעצט פאַרפינצטערט די מוחות און די הערצער פון דער גאַנצער יידישער יוגענד. דען יעדע עבודה זרה באַזונדער האָט א גאַנצן שטאַב פון נביאי שקר אין דעם פאָרום, פון שרייבערס און רעדנערס וועלכע טוען זיי אַרבעט בשלימות.
האט פּאַסירט אַ וואונדער: אין הימל האָט מען די ביידע עבודה זרה'ס צוזאַמענגענומען אין איינעם, און פון דער הרכבה – נאַציאָנאַל-סאָציאַליזם – געשאפן א שרעקליכן מטה זעם צו שלאָגן יידן מערדערלעך בכל קצווי ארץ.
די זעלבע טומאות צו וועלכע מיר האָבן געדינט, זיי שלאָגן אונז. תיסרך רעתך.

טו. אין די נביאים איז פאָראויסגעזאָגט אז עס וועט זיין אַזאַ עת צרה לישראל וואָס יידן האָבן נישט געהאַט מיום היותם לגוי. דער ווילנער גאון שרייבט: דער צער פון דער גאַנצע גלות צייט איז פאַרגליכן אין דער פסוק צו דער שוואַנגערשאַפט פון א פרוי. די צייט פון חבלי משיח איז אזוי ווי די חבלי לידה, געבורטס ווייען (= ווייטיקן). אזוי ווי עס איז נישט צו פאַרגלייכן דעם צער פון עיבור, שוואַנגערשאַפט, צו דעם צער לידה, געבורטס ווייען, אזוי איז נישט צו פאַרגלייכן די צרות פון גלות צו די צרות פון חבלי משיח.
די צרות פון גלות האָבן א באשטימטע אָרדנונג ווי זיי זאָלן זיין. דער סדר איז אוועקגעשטעלט אין די פרשת הגלות (ריש וישלח). דאָרט שטייט: והיה המחנה הנשאר לפליטה, בשעת אין איין מדינה פלעגן יידן ווערן געפּייניגט, איז שטענדיק געווען א צווייט אָרט וואוהין צו אַנטלויפן. בשעת גירוש שפּאַניע זיינען געווען אָפן פאַר יידן טערקיי און פּוילן, נאַכער האָלאַנד. אין חבלי משיח וועט זיין נישט אזוי, מען וועט פּייניקן יידן, און עס וועט נישט זיין וואוהין צו אַנטלויפן, מען טרייבט פון אומעטום, און אין ערגעץ לאָזט מען נישט אריין.

טז. וריוח תשימו בין עדר לעדר. די צרות פון גלות זאָלן זיין מיט א הפסק פון איין גזירה צו דער צווייטער. אין עיקבתא דמשיחא וועלן זיין די צרות משכות ובאות כנהר, זיי וועלן זיין אומאונטערבראָכן . אויסער דעם וועט עס ווערן אַלע טאָג ערגער. בבקר תאמר מי יתן ערב – שלפניו, (רש"י), אין דער פרי וועסטו זאָגן, עס וואָלט שוין כאָטש געווען ווי נעכטן אָוונט.
נאָך א גרעסערער אונטערשייד איז דא פון די פריערדיקע צייטן ביז היינט: אין אַלע גזירות פון די פאַרגאַנגענע דורות זיינען יידן נישט געווען עלענד, זיי האָבן געוואוסט אז זיי האָבן א פאָטער אין הימל, א שומר ישראל וואָס ער האָט זיי צוגעזאָגט: "ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם".
זיי האָבן געוואוסט דאס זיי ליידן צוליב זייער טרייהייט צו השי"ת, און זיי גרייטן זך דערמיט צו חיי עולם שאין כל בריה יכולה לעמוד במחיצתן (תענית), "אויף דאָס אייביקע לעבן צו אַזאַ מדריגה וואָס קיינער וועט צו זיי נישט קענען דערגרייכן". איז זיי געווען לייכטער צו ליידן די ענויים. אָבער יעצט אַז צוליב שכחת התורה גייט אויס די אמונה ביי א גרויסן טייל יידן, זיינען זיי די עלענדסטע מענטשן אין דער וועלט. נישט זיי ווייסן פאַרוואָס זיי ליידן, נישט זיי האָבן צו וועמען צו בעטן הילף. זיינען זיי שרעקלעך אָנטוישט און פאַרצווייפלט. זיי זעען נישט קיין אויסוועג נאָר זיך נעמען אליין דאָס לעבן.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ו עצת התורה


א. וואָס זאָל א מענטש טאָן אין אַזאַ צייט? גיבט עס שוין גאָר קיין עצה נישט? דאָך: אין דער תורה געפינט זיך אַן עצה אויך צו דער צייט. שאלו תלמידיו את ר"א מה יעשה אדם וינצל מחבלי משיח, אמר להם: יעסוק בתורה וגמילות חסדים, "די תלמידים האָבן געפרעגט רבי אליעזר: וואָס זאָל אַ מענטש טאָן בכדי צו ראַטעווען פון חבלי משיח? האָט ער געענפערט: עס איז דא איין עצה, זיך עוסק זיין אין תורה און גמילות חסדים" (פרק חלק).
תורה מיט חסד צוזאַמען קענען העלפן אפילו אין חבלי משיח. האָט געזאָגט דער חפץ חיים ז"ל: עס שטייט יעסוק, מיינט דאס אַז דער מענטש זאָל טאָן דערינען ווי ער טוט אין זיין עסק, אין זיין געשעפט טוט דאָך אַ מענטש מיט זיין גאַנצן האַרצן, מיט זיין גאַנצער ענערגיע, אזוי, זאָל ער טאָן אין תורה מיט חסד, דאַן וועט עס העלפן.

ב. מה נעשה לאחותינו ביום שידובר בה (שה"ש). יידן אין גלות זיינען כבשה אחת בין שבעים זאבים. "איין שעפס צווישן זיבעציק וועלף". אין אַזאַ צושטאַנד איז די בעסטע זאַך פאַר די כבשה אויב זי וואָלט קענען מאַכן אז די וועלף זאָלן זיך פון איר פאַרגעסן. פאַר יידן איז די געזונטסטע זאַך, די אומות העולם זאָלן זיין אריינטאָן אין אנדערע אינטערעסן, און זאָלן נישט טראַכטן וועגן יידן.
בשעת עס קומט א צייט אז די גויים רעדן כסדר וועגן אונז, דאַן איז פאַר אונז די גרעסטע געפאַר. האָבן געפרעגט די מלאכים: מה נעשה לאחותינו – כנסת ישראל – ביום שידובר בה? די מלאכים זאָגן: "וואָס זאָלן מיר טאָן פאַר אונזער שוועסטער – דאָס יידישע פאָלק – דעם טאָג אין וועלכן מען וועט רעדן פון איר".
דערויף איז געקומען א תשובה מפי הגבורה: אם חומה היא נבנה עליה טירת כסף, אויב יידן וועלן זיין פעסט ווי א מויער אין זייער אמונה, און וועלן זיך נישט בויגן צו קיין שום ווינט אין דער וועלט, דאַן: נבנה עליה טירת כסף. הכסף הזה נכנס לאש ויוצא שלם, אף ישראל נכנסים למלכויות ויוצאים שלימים, "וועלן מיר בויען אויף איר א זילבערנעם פּאַלאַץ, זילבער קומט ארויס גאַנץ אויך פון פייער, יידן אויך דאס זעלבע", פון אַלע ליידן אונטער פאַרשיידענע רעגירונגען וועלן זיי ארויס גיין גאַנץ. זיי וועלן זיין אין פייער און ארויסגיין גאַנץ. הסנה בוער והסנה איננו אוכל.
ואם דלה היא – כדלת הסובבת על צירה – נצור עליה לוח ארז (שמרקיב והולך). אויב זיי וועלן זיין אזוי ווי אַ טיר וועלכע לאָזט זיך דרייען אין אַלע זייטן, אזוי וועלן זיי זיך לאָזן באַאַיינפלוסן פון יעדער צייטווייליקע באַוועגונג. פון יעדן ווינט וואָס בלאָזט מאָמענטאַל אין דער וועלט, – דאַן – ניצור עליה לוח ארז. זיי וועלן זיין ווי געהילץ וואָס ווען עס ליגט אין א נאַסן אָרט ווערט עס פאַרפוילט.
דאָ איז געזאָגט אַן עצה פאַר אונז ווי מיר זאָלן זיך האַלטן אין די שווערסטע צייטן, די עצה איז אַן אייביקע: מיר זאָלן זיין פעסט אין אונזער אמונה ווי א מויער, זיך נישט בויגן צו דער וועלט. אָבער ווי איז דאָס מעגלעך אין אונזער אויסגעוויינלעכן צושטאַנד? שטייט אויך א תשובה דערויף, אני חומה – זו תורה, – די תורה, אין נאָר די תורה קען אונז דיסציפלינירן , מיר זאָלן זיין פעסט ווי אייזן.
די יידישע געשיכטע פון טויזענט יאָרן זאָגט עדות דערויף, אז מיט דעם כח פון דער תורה זיינען יידן געבליבן גאַנץ, דורכגייעניק דורך פייער און דורך וואַסער. כי תעבור במים אתך וגו' כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך. אז דו וועסט גיין דורך וואַסער, בין איך מיט דיר, ווען דו וועסט דורך פייער גיין, וועסטו דיר נישט פאַרבריען, און פלאַמען וועלן דיר נישט ברענען מאַכן.

ג. אין א צווייט אָרט שטייט אויך דאָס זעלבע, נאָר אין אַנדערע ווערטער. הגידה לי שאהבה נפשי איכה תרעה איכה תרביץ בצהרים. בצהרים, די מיטאָג שטונדע, איז פאַר די שעפסן די שווערסטע שעה אין מעת לעת, עס איז דאַן זייער הייס. האָט די כנסת ישראל געפרעגט איר רועה – השי"ת – ווי וועסטו פּאַשן דיינע שעפסן בשעת עס וועלן קומען די שווערסטע צייטן פון גלות. די שעפסן וועלן ארומבלאנדזשען נישט וויסנדיק קיין וועג. איז געקומען די תשובה: אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן, אויב דו ווייסט נישט – דעם וועג – שיינע פרוי, פאָלג נאָך די טריט פון די שאָף. בשעת דו זעסט פאַר זיך פאַרשיידענע וועגן, און דו ווייסט נישט אין וועלכן וועג דו זאָלסט גיין, גיב איך דיר א קלאָרן סימן: צאי לך בעקבי הצאן, דו זאָלסט באַמערקן אין וועלכן וועג דו וועסט זען אויסגעטראָטענע טריט פון דיינע עלטערן דאָרט זאָלסטו גיין. אָבער אין א נייעם וועג וואו דיינע עלטערן זיינען נישט געגאנגען זאָלסטו נישט גיין. דאַן איז כל הדרכים בחזקת סכנה, אַלע וועגן אַנטהאַלטן א געפאַר.
די נייע וועגן זיינען פאַר דיר געפערלעך. אין וועלכע וועגן זיינען אונזערע עלטערן געגאַנגען? אין די וועגן פון דער תורה. דאָ האָבן מיר א קלאָרע ריכט-ליניע ביי וועלכע טאַקטיק מיר זאָלן זיך האַלטן, און וועלכע מיטלען מיר זאָלן אָנווענדן צו אונזער פאַרטיידיקונג .
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן חלק א


א. הקדוש בעל החפץ חיים פלעגט זאָגן: עס פּאַסירן ביי יעדן מענטש מאָָמענטן ווען ער מוז זיך אנטשליסן ווי צו האַנדלען וועגן אַ געוויסע אָנגעלעגנהייטן, אָבער ער ווייסט נישט ווי צו טאָן.
עס פּאַסירט, דאָס (= אז) די זאַך איז דעם מענטש נוגע בנפשו, און בשעת ער ווייסט נישט ווי זיך צו באַשליסן, איז ער אין פאַרצווייפלונג. קומט צו אים איינער און זאָגט: דו קענסט פרעגן דיין ספק ביי השי"ת און הערן פון אים אַן עצה ווי דו דאַרפסט טאָן, וועט יענער אים אָנקוקן כמתעתע, ווי אזוי דאָס מעגלעך? פלעגט זאָגן דער חפץ חיים ז"ל אַז דאָס איז מעגלעך פאַר יעדן מענטש. עס איז דאָ אַ תורה אין וועלכע עס געפינט זיך תשובות אויף אַלע ספיקות אין דער וועלט. ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא, עס איז נישטא אַ זאַך וועלכע איז נישט אָנגעדייט אין תורה. (תענית ט).
און די תשובה וועלכע מען געפינט אין דער תורה דאָס איז עצת ה'. מען דאַרף וויסן, דאָס (= אז) אויסער וואָס אין דער תורה זיינען דאָ מצות און איסורים, זיינען דאָרט אויך דאָ עצות, פראַקטישע עצות, און אַזוי ווי די גאַנצע תורה איז אַן אייביקע, זיינען אויך די עצות פון דער תורה אייביק.
צום ביישפיל: לעולם ישלש אדם מעותיו שליש בקרקע שליש בפרקמטיא ושליש בכספים. א מענטש זאל נישט אריינלייגן זיין גאַנצן פאַרמעגן אין איין זאַך, נאָר אים פאַרטיילן אין פאַרשידענע טיילן. אויב אין איין טייל וועט זיין הפסד, והיה הנשאר לפליטה. דאָס איז אַ פראַקטישע עצה, אַז איינער טוט נישט אַזוי, ער נישט מבטל געווען קיין מצוה, נאָר ער האָט נישט געפאָלגט אַן עצה טובה.
נאָך אַ ביישפיל: נחות דרגא נתיב איתתא, אַ מאַן זאָל זוכן פאַר זיך אַ פרוי וועלכע איז פון אַ קלענערע מדרגה ווי ער. דען די וועלט איז געשטעלט געוואָרן: והוא ימשל בך, דער מאַן זאָל רעגירן ביי זיך אין הויז, להיות כל איש שורר בביתו. אויב די פרוי איז פון אַ גרעסערער מדרגה ווי ער, דער מאַן, וועט זי רעגירן אויף אים, ומי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים. דער וואָס די ווייב הערשט איבער אים, איז זיין לעבן קיין לעבן נישט. ער וועט לעבן אַן אומגליקלעך לעבן. דאָס איז אַן אייביקע עצה ווי אַ מענטש זאָל קענען לעבן גליקלעך.

ער פלעגט זאָגן: מען דאַרף האָבן ליכטיקע אויגן צו זען וואָס עס שטייט אין דער תורה, און וואו עס שטייט, אָבער שטיין, שטייט אלץ, דאָס זיינען עצות אפילו פאַר איינציקע מענטשן. אַ פשיטא פאַר דעם כלל ישראל זיינען דאָ אין דער תורה קלאָרע אָנווייזונגען, ווי זאָל זיין דער אומגאַנג פון יידן מיט די אומות העולם אין דער צייט פון גלות. אויב מען פאָלגט נישט די עצות שטעלט מען אין געפאַר דעם כלל ישראל.
ביי די ערשטע דורות האָבן יידן געפירט זייער גלות פאָליטיק לויט די אָנווייזונגען פון דער תורה. בשעת די תנאים פלעגן דאַרפן גיין אין רוים אָפּבעטן גזירות אויף יידן, פלעגן זיי פריער דורכלערנען די פרשיות פון יעקב מיט עשיו, און דאָרט האָבן זיי געפונען ריכטליניעס צו האַנדלען. (רמב"ן פרשת וישלח).
די לעצטע צייט האט מען דעגראדירט די תורה. ביי די תורה פרעגט מען נאָר שאלות וועגן קדיש זאָגן, אָבער פּאָליטישע פראַגן ד. ה. שאלות וואָס זיינען נוגע דעם גאנצן כלל ישראל, באַהויפּט מען אז זיי האָבן מיט דער תורה קיין שייכות נישט. דערויף האָבן מיר פּראָפעסיאנעלע פּאָליטיקערס און שרייבערס. און זיי זיינען די מנהיגי הדור.
און פון וועלכע קוועלע שעפן זיי די פּאָליטישע מעטאָדן? פון זייער תורה: נהיה ככל הגויים, די תורת ה' ווערט גענצעלך איגנאַרירט . און אזוי ווי מען דאַרף נאָכמאַכן די גויים אין גאַנצן לעבנשטייגער, דאַרף מען אין פּאָליטיק אויך נאָכטאָן די גויים מיט זייער פּאַרטייען.

אָבער זיי ווייסן נישט אָדער ווילן נישט וויסן דאָס אויב די יידן וואָלטן פון שטענדיק זיך געפירט מיט דער שיטה: נהיה כגויים, וואָלטן שוין לאַנג קיין יידן נישט געווען אויף דער וועלט, אזוי ווי עס זיינען פאַרשוואונדן פון דער וועלט פיל מעכטיקערע פעלקער. עס איז קלאָר פאַר יעדן דענקענדן מענטש, דאָס (= אז) יידישע געשיכטע גייט מיט גאַנץ אַנדערע וועגן, אייגנאַרטיקע און אייציקאַרטיקע, וועלכע האָבן נישט זייער גלייכן ביי קיין אומה ולשון.
די וועלכע ווענדן אָן אַלגעמיינע מעטאָדן אין יידישע גלות פּאָליטיק, מעסטן מיט א פאַלשע מאָס, און וועגן מיט אַ פאַלשע וואָג. מאַנופאַקטור מעסט מען מיט אַ מעטער אָדער יאַרד, און מילך מעסט מען מיט אַ ליטער אָדער אַ גלאָז. אויב איינער וועט מעסטן מאַנופאַקטור מיט אַ ליטער, און משקה מיט אַ מעטער איז ער משוגע.
דאָס זיינע אונזערע מאָדערנע פּאליטיקערס, זיי מעסטן מיט נישט קיין אַנטשפרעכנדיקער מאָס. די מעטאָדן וואָס זיינען אָנגעמאָסטן פאר די אומות וועלכע זיצן אויף זייער לאַנד, זיינען גאָרנישט צוגעפּאַסט צו דעם יידישן מצב: יעדע רעאַלע פּאָליטיק פאָדערט מען זאָל זיך צופּאַסן צו די אומשטענדן אין וועלכע מען געפינט זיך, און אַזוי ווי דער מצב פון יידן אַן אויסערגעוויינטלעכער, מוזן זיין אונזערע פּאָליטישע מעטאָדן אויך פון אַ גאַנץ באַזונדערער נאַטור. און די מעטאָדן געפינט מען נאָר אין דער תורה וועלכע האָט אַלעס פאָראויסגעזען און אַלעס פאָראויסגעזאָגט.
די צוועקמעסיקייט פון די תורה מעטאָדן האט זיך ארויסגעוויזן אין פאַרלויף פון טויזענטער יאָרן. וועלכע זיינען די מעטאָדן פון דער תורה? שלש שבועות השביע הקב"ה את ישראל, דריי שבועות האָט דער אויבערשטער באַשוואוירן ישראל: אל תמרדו באומות וכו' (סוף כתובות). איינע פון די דריי שבועות איז: יידן זאָלן נישט זיין קיין רעוואָלוציאָנערן. ירא את ה' בני ומלך, ועם שונים אל תתערב, און מען האָט אונז געוואָרנט: אויב דו וועט היטן די שבועות איז גוט, און אויב נישט, וועל איך מאַכן איר זאָלט ווערן הפקר ווי די הירשן נאָך וועלכע אַלע יאָגן זיך, זיי צו פאַנגען, השבעתי אתכם בצבאות או באילות השדה.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן חלק ב


ב. אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו, לך עמי בוא בחדריך, בשעה שאתה רואה השעה חצופה לא תעמוד כנגדה אלא תן לה מקום, הסתכלו בי שהרי אני נתתי מקום לשעה שנאמר השיב אחור ימיני (מדרש). א"ר חייא אם ראיתם אותו – עשיו – שמבקש להתגרות בכם אל תעמדו כנגדו אלא הצפינו עצמכם עש שיעבור זעמו. אמר רבי יהודה ברבי שלום, אמרו לו ישראל: רבונו של עולם אביו מברכו ועל חרבך תחיה ואתה מסכים עמדו, ואומר לנו הצפינו את עצמכם? אמר להם – הקב"ה – אם ראיתם שמזדווג לכם ברחו לתורה שנאמר סעו ופנו לכם צפונה, ואין צפון אלא תורה שנאמר: יצפון לישרים תושיה, "ווען דו זעסט אז עס גייט גוט אַ רשע, רייץ אים נישט... ר' חייא זאָגט: ווען דו זעסט אז ער – עשיו – וויל זיך אָנרייצן אויף אייך, שטעל זיך אים נישט אַנטקעגן, באַהאַלט זיך ביז זיין צייט וועט אַריבערגיין. זאָגט ריב"ש: יידן זאָגן: רבונו של עולם! זיין – עשיו'ס – פאָטער האָט אים געבענטש, ער זאָל לעבן פון זיין שווערד, און דו גיסט אים דיין הסכמה דערצו, און זאָגסט מיר זאָלן אונז באַהאַלטן? וואוהין זאָלן מיר לויפן? דער אויבערשטער ענטפערט: ווען איר זעט אַז ער גייט אייך אָנגרייפן, לויפט צו דער תורה". (מדרש דברים).
די אַלע מאמרים זיינען איינשטימיק דאָס (= אז) יידן טאָרן נישט שטעלן קיין ווידערשטאנד געגן זייערע רודפים, און דאָס איז צוועקמעסיק לויט די מצב אין וועלכן יידן געפינען זיך אין גלות. אַ איש חכם האָט געזאָגט: עס לוינט צו פירן קריג מיט איינעם בשעת איך בין שטאַרקער ווי ער, און יענער איז פרימער ווי איך. אָבער בשעת יענער איז שטאַרקער און איך בין פרימער ווי ער, איז פאַר מיר נישט ראַטזאַם צו פאַרפירן מיט יענעם א קריג.
די המנ'ס וועלכע שטייען אויף, אויף די יידן, זיינען שטענדיק שטאַרקער פון אונז, און זיינען נישט פרימער ווי איך, ממילא איז צוועקלאָז פאַר אונז צו שטעלן זיי א ווידערשטאנד.
די איינציקע ווירקזאַמע וואָפן וועלכע יידן באַזיצן, זיינען תורה ותפילה. ונצעק אל ה' אלהי אבותינו וישמע שועתנו, מיר האָבן געשריגן צום אויבערשטער דעם גאָט פון אונזערע עלטערן, און ער האָט צוגעהערט אונזער וויי געשריי. אין כוחינו אלא בפה, מיר זאָלן שרייען, אָבער מיר זאָלן נישט שרייען צו די "קולטור וועלט", צו דער פעלקער ליגע, נאָר צום הימל.

ג. בשעת מען רעדט צו די אומות העולם, זאָלן מיר נישט פאָדערן, נאָר בעטן. לשון רכה תשבר גרם, א "ווייכע שפראַך ברעכט א קנאָכן" . (משלי). וכי לא בני אב אחד ולא בני אם אחת הננו מה נשתנינו מכל אומה ולשון שאתם גוזרים עלינו גזירות קשות, "זיינען מיר דען נישט קינדער פון איין פאָטער און פון איין מוטער, פאַרוואָס זיינען מיר אַנדערש פון יעדן אַנדערע פאָלק, וואָס איר מאַכט אויף אונז אזעלכע האַרטע גזירות"? (ר"ה).
למה תתראו בפני אחיכם בני עשיו והני ישמעאל, דאָ שטייט אַ וואָרענונג, יידן זאָלן זיך נישט וואַרפן אין די אויגן ביי די גויים. מיר זאָלן זיך היטן פון געבן אַ געלעגענהייט די אומות צו רעדן וועגן אונז. וואָס ווייניקער זיי וועלן געדענקן און רעדן וועגן אונז, איז אַלץ בעסער פאַר אונז.
נאָר אין איין זאַך זאָלן יידן זיין אייזן פעסט און נישט נאָכגעבן אפילו כחוט השערה, דאָס איז בשעת זיי זיינען גוזר גזירות אויף דער תורה. בעת נבוכדנאצר האָט גוזר געווען מען זאָל זיך בוקן צו זיין צלם, און חנניה מישאל ועזריה האָבן נישט געפאָלגט, האָבן זיי צו אים געזאָגט: מלכא נבוכדנאצר, אם מלכא למה נבוכדנאצר ואם נבוכדנאצר למה מלכא? אלא כך אמרו לו: אם למיסים וארנוניות מלכא את, אבל להעבירנו על דת תורתנו לאו מלכא את אלא נבוכדנאצר, את וכלבא שוין. "צו לייגן אויף אונז פאַרשידענע שטייערן ביסטו אונזער מלך, אָבער צווינגען אונז עובר זיין אויף דער תורה ביסטו ביי אונז גלייך ווי אַ הונט.
אין דער הינזיכט זאָלן יידן זיין פעסט ווי אַ מויער, זיך נישט בייגן פאַר קיין שום שטורעמווינט.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן חלק ג


ד. דאָס זיינען אין קורצן די אָנווייזונגען פון דער תורה ווי עס זאָל זיין אונזער אומגאַנג מיט די גויים. און אַזוי האָבן זיך יידן געפירט אין אַלע צייטן, ביז די לעצטע דורות וואָס דאַן זיינען אויפגעשטאַנען מאָדערנע "פירערס" וועלכע ווילן נישט וויסן פון דער תורה מיט אירע עצות. פירן זיי די יידישע פּאָליטיק, אַקוראַט פאַרקערט ווי די תורה לערנט אונז. יידן זאָלן קעמפן און פאָדערן, מיט וועמען זאָל מען קעמפן? מיט די מעכטיקסטע מלוכות אין דער וועלט.
מיר באָיקאָטירן און טומלען מיט קאָנגרעסן, מיר זאָלן שיסן אויף זיי מיט צייטונגס אַרטיקלען, דערמיט וועלן מיר זיי אָפשרעקן. יידישע צייטונגען ווייזן אויף באותות ובמופתים אַז די שונאי ישראל זיינען געגן קולטור, געגן דעמאקראטיזם וכו', מען זאָגט מוסר דעם קאָזאַק: שאַנדע הער קאָזאַק. און הגם מען זעט דאָס שונאי ישראל ווערן נישט פרימער פון די מוסר וועלכע אונזערע שרייבערס זאָגן זיי, אף על פי כן ווערן אונזערע צייטונגען נישט מיד אין זייער נוצליכע אַרבעט: רעדן אל העצים ואל האבנים.
וועגן דעם אַז עס איז דאָ וואָס צו זאָגן צו אונז אליין, וועגן לינקיזם, מאָדערניזם, און אַלערליי איזמען מיט וועלכע מיר זיינען געבענטש געוואָרן אין די לעצטע צייטן – וועגן דעם מאַכן זיך אונזער שרייבערס נישט וויסנדיק.
נביאיך (דיינע רעדנערס און נביאי השקר) חזו לך שוא וטפל ולא גילו על עונך להשיב שבותך ויחזו לך משאת שוא ומדוחים. עס איז ידוע דאָס בעת עס איז געווען נבואה ביי יידן זיינען אויך געווען נביאי שקר. בשעת די נביאי אמת האָבן געשריגן: הודע את ירושלים את תועבותיה, האָבן די נביאי השקר געזאָגט אז זיי זיינען עוכרי ישראל, זיי זאָגן נאָר שלעכטס אויף יידן. בשעת די נביאי האמת האָבן געשטעלט זייער לעבן אין סכנה, און האָבן מקיים געווען: גוי נתתי למכים ולחיי למורטים. דאַן זיינען די נביאי השקר געווען פון די אוכלי שולחן איזבל.
די אויפגאַבע פון די נביאי האמת איז געווען: וועקן יידן פון שלאָף. די נביאי השקר האָבן געזען זייער אויפגאַבע אין אַ פאַרקערטער ריכטונג פאַרשלעפרן יידן מיט זיסע חלומות. און דאָס איז גאַנץ פאַרשטענדלעך: שווימען מיט דעם שטראָם איז לייכטער און באַקוועמער ווי שווימען געגן שטראָם.
יעצט האָבן מיר נישט קיין נבואה, אָבער נביאי שקר האָבן מיר די והותר: נאַציאָנאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע, אוכלי שולחן איזבל, וועלכע שפייזן זיך אין פארשידענע פאָנדן. און אַזוי ווי דאַן האָט דער כלל ישראל שרעקלעך געצאָלט פאַר דעם וואָס זיי האבן זיך געלאָזט פירן פון די נביאי השקר, איז יעצט די זעלבע.

ה. דער מצב פון יידן אין יעצטיקן מאמענט איז דער שרעקליכסטער פון די גאנצע צייט פון גלות. דער כח פון יידן אין אלע צייטן איז באשטאנען אין זייער צוגעבונדקייט צו דער תורה. דאס זיי געגעבן גייסטיקע קרעפטן. די תורה האט זיי געוויזן דעם וועג און האט זיי געטרייסט, געגעבן האפונג און מוט. יידן האבן געוואוסט אז זיי זיינען נישט עלענד, דען עס איז שומר עמו ישראל.
די לעצטע דורות זיינען אויפגעשטאנען ביי אונז מסכילים וועלכע האבן אפגעריסן יידן פון דער תורה, זיינען יידן געבליבן אן וועגווייזערס, אן טרייסט, און אן האפענונג, זיינען זיי יעצט די עלענדסטע אין דער וועלט, און געפינען נישט קיין שום אויסוועג, נאר זיך אליין נעמען דאס לעבן.

ו. די גרעסטע קללה פון אַלע קללות אויף אונז, איז יעצט אונזער צעשפליטערונג אין פּאַרטייען מיט פּאַרטיילעך אין פארשינענע פאָרמען פון רעליגיאַנסלאזיגקייט , פון רעפאָרמער ביז פּסעוודאָ -אָרטאָדאָקסן, וועלכע זיינען די זעלבע רעליגיאַנסלאָזע אונטער אַ מאַנטל פון אָרטאָדאָקסיע.
עס איז נישטאָ קיין אחדות, און דאָס מוז זיין, דען ווי קען זיין אחדות ביי אַרמיי וועלכע איז נישט דיסציפּלינירט , עס איז נישטאָ קיין אַלגמיין אָנערקענטע אויטאָריטעט . בשעת די תורה האָט געהערשט ביי יידן איז די כלל ישראל געווען דיסציפלינירט. אַלע האָבן אָנערקענט די אויטאָריטעט פון דעת תורה. יעצט האָט מען אויסגעביטן די אמונה אין דעת תורה אויף די אמונה אין פּאַרטיי פּאָגראַמען. אַנשטאָט צו פאָלגן אונזערע אַלטע חכמים פאָלגט מען די פּאַרטיי פירערס. ד. ה. אַנשטאָט צו גלויבן אין נביאי אמת, גלויבט מען יעצט אין נביאי שקר. און דער שקר קאָסט אונז זייער טייער.
מיר ווערן יעצט געצאָלט מיט די גאַנצע הונדערט פּראָצענט. קורץ געפאַסט : אונזער וועג איז אָנגעצייכנט צאי לך בעקבי הצאן, גיי נאָך די טריט פון די שאָף. בשעת מען לייגט אונז פאָר , אַ געוויס מיטל, זאָל מען נאָכזען אויב אונזערע עלטערן האָבן אָנגעווענדט דאָס מיטל, דאַרפן מיר עס אויך טאן, און אויב זיי האָבן נישט אזוי געטאָן, זאָלן מיר עס אויך נישט טאָן.
צום ביישפיל: מען לייגט פאָר, רופן אַ וועלט קאָנגרעס, עס איז קלאָר אַז אונזערע עלטערן האָבן קיין מאָל נישט גערופן אַזאַַ אסיפה, דען: בנין ילדים סתירה, טאָרן מיר עס נישט מיטמאַכן. און אַזוי אויף יעדער שאלה וועלכע שווימט ארויף ביי אונז, אויב מען זאל עס טאָן אָדער נישט, דאַרף מען אויסגעפינען ווי האָבן געטאָן אונזערע עלטערן אין אַזאַ פאַל, דער וועג איז דער איינציקער זיכערער.

ז. סוף דבר: כל זמן מיר לאָזן זיך פירן פון די מאָדערנע פאַרפירערס וועלכע האָבן אריינגעפירט יידן אין קריגסצושטאַנד מיט הקב"ה. האָבן מיר נישט קיין שום אויסזיכט, אַז אונזער מצב זאָל בעסער ווערן. פאַרקערט, אַלע טאָג ווערט ערגער. נאָר איין איינציק מיטל צו אונזער רעטונג האָבן מיר: מאַכן שלום מיט השי"ת דעם שומר ישראל, דאַן וועט זיין שלום על ישראל.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ח די נאציאנאלע אידייען חלק א


א. די מאָדערנע נאַציאָנאַלע אידיי ביי יידן איז אַלט אומגעפאַר 60 יאָר. דער פאָטער פון דער אידיי ביי יידן איז געווען דער בעל השחר הידוע וועלכער האָט זיין גאַנצע לעבן געקעמפט געגן די תורה. און ווי עס שיינט האָט ער געדענקט אַז די תורה איז שוין געשטאָרבן און מען דאַרף איר ירשענען, האָט ער דערפונדן אַ סוראָגאַט אַנשטאָט די תורה: די נאַציאָנאַלע אידיי .
אייגענטלעך איז דאָס נישט געווען זיין אריגינעלע דערפינדונג , דען אין יענער צייט, פאַר דעם באַלקאַנישן קריג , איז די יידן איינגעשטאַנען ביי די קליינע פעלקער וועלכע האָבן געשטרעבט זיך צו באפרייען פון טערקיי, אַזוי אַז ער האָט געהאַט נאָר איבערצוטראָגן אויף יידישן באָדן אַ פאַרטיקע נטיעה.

ב. די שיטה באַשטייט אין דעם: צו זיין אַ ייד איז גענוג אז מען איז נאַציאָנאַל געזאָנען מער דאַרף מען נישט. זיינע נאָכפאָלגערס האָבן דערגאַנצט די תורה פון זייער רבי, דאָס מען קען זיין זאָגאַר געשמדט, און דאָך זיין גוטער נאַציאָנאַלער ייד.
וואָס איז די מיינונג פון דער תורה וועגן אַזאַ שיטה: די הלכות וועגן דעם זיינען גאַנץ קלאָרע: בשלשים וששה מקומות הזהירה התורה על הגר, אין 36 פלעצער אין חומש, האָט די תורה געוואָרנט איבער די אויפמערקזאמקייט, מיט וועלכע מוז מען באַהאַנדלען דעם גר. דער גר דאַרף מען צערטלען ווי מען צערטעלט אַ בן יחיד. פון וואַנען שטאַמט דעם גר? ער קען זיין אַן אייניקל פון המנען. אָבער ווי איז פאַרקערט אַ זון פון דעם גרעסטן מענטש ביי יידן וואָס האָט זיך געשמדט? איז מורידין ולא מעלין, ער איז ביי אונז נידיריקער ווי אַ הונט, אויף אַ הונט איז נישטאָ קיין מצוה מורידין.
מיר זעען פון דעם אז די אפשטאַמלונג אליין אַן תורה, שפילט ביי אונז קיין ראלע נישט. קומט אויס אז די נאַקעטע נאַציאָנאַלע אידיי איז א נייער אָפּגאָט וואָס איז נישט אָנערקענט פון דער תורה, איז דאָס עבודה זרה.

אין פאַרלויף פון דער צייט איז ביי די נאַציאָנאַלע געבוירן געוואָרן אַ קינד און מען האָט אים אַ נאָמען געגעבן" נאַציאָנאַל-רעליגיעז. דער נאָמען באַדייט אַז רעליגיעז אליין איז נישט גענוגיק, מען דאַרף דערגאַנצן מיט נאַציאָנאַל. אין דעם נאָמען אליין איז אַנטהאַלטן אַ כפירה אין איינע פון יסודות האמונה. עס שטייט תורת ה' תמימה, דער אויבערשטערס תורה איז גאַנץ, אָן אַ מום, עס פעלט אין איר קיין זאַך נישט, און מיר זיינען פאַרזאָגט געוואָרן: לא תוסיפו, וכל המוסיף גורע, איר זאָלט קיין זאַך נישט צולייגן – צו דער תורה – און דער וועלכער לייגט עטוואָס צו, נעמט אין דער ווירקלעכקייט ארונטער, אַנשטאָט צו צולייגן.
עס איז קלאָר דאָס וויבאַלד דער מאָדערנער נאַציאָנאַליזם ביי יידן איז עבודה זרה, קומט ממילא אויס אַז די נאַציאָנאַל-רעליגיעזע שיטה איז עבודה זרה בשיתוף, אייגענטלעך איז די אידיי פון צוגעבן אַ צווייטע תורה שוין גאַנץ אַלט.
דער רמב"ם שרייבט אין זיינע בריוו: זייט מתן תורה איז די וועלט אויפגעשטאַנען קעמפן געגן די תורה דורך פאַרשידענע מעטאָדן. איין אופן איז געווען: ביד חזקה, דורך גזירות און שמדות. איז געקומען אויף דערויף די הבטחה: כל כלי יוצר עליך לא יצלח (ישעיה), קיין פלאַטער מאַשין וועט נישט מצליח זיין דיר צו באזיגן. א צווייטער אופן איז פאַרקערט: בפה רך, ווייכע רייד, אגיטאַציע און דיסקוסיעס . דורך די הסתות און וויכוחים, האָט מען אונז מבטיח געווען: וכל לשון תקום אתך למשפט תרשיעי, יעדע שפּראך וואָס וועט זיך שטעלן אויסטענהען מיט דיר וועסטו באַזיגן. אין משך פון פיל דורות איז דערפונדן געוואָרן אַ ניי מיטל, זאגן: די תורה איז גוט נאָר מען דאַרף צוגעבן איר א צווייטע תורה, עכ"ל.

די אַלע מעטאָדן וועלכע דער רמב"ם דערמאָנט זיינען שטענדיק אָנגעווענדט געוואָרן פון אויסן זייט דורך די גויים. אָבער יעצט אין עיקבתא דמשיחא די אַלע מיטלען ווערן גענוצט פון אונזערע אייגענע אנטי רעליגיעזע און רעליגיעזלאזע .
דער ערשטער אופן, ביד חזקה: דאָרט וואו זיי האָבן געלעגענהייט דערצו, אזוי ווי אין די רויטע מדינה, וואו איז די הויפט פאַרפאָלגונג אָרט פון ערלעכע יידן, זיינען אונזערע אייגענע משומדים. און אין נאָך אַ געוויס אָרט, וואו זיי האָבן די געלעגנהייט צו רעגירן אויף ערלעכע יידן.
דער צווייטער אופן, בפה רך: אין אַנדערע ערטער, וואו זיי האָבן נישט קיין פיזישע מאַכט, ווענדן זיי אָן די צווייטע מעטאָד, דערנידריקן תורה דורך אַלערליי מיטלען, מיט שרייבן און רעדן.
דער דריטער אופן: וואָס באַשטייט אין צוגעבן א צווייטע תורה, ווערט פאַרווירקלעכט דורך די נאַציאָנאַלע-רעליגיעזע.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ח די נאציאנאלע אידייען חלק ב


ג. די לעצטע האָבן געבראַכט א שרעקלעכע בלבול הדעת ועירבוב המושגים. פאַר זיי זיינען אויפגעשטאַנען איז געווען קלאָר דאָס א ייד איז נאָר דער וועלכער אָנערקענט אויף זיך דעם עול תורה. אַ כופר בתורה איז זעלבע ווי א משומד. ער איז מיט יידן קיין מחותן נישט. אָבער די נאַניאָנאַלע-רעליגיעזע זאָגן אנדערש: ער איז טאַקע א כופר, אָבער וויבאַלד ער איז נאַציאָנאַל-רעליגיעזע איז ער משלנו. די הלכה זאָגט: כל אדם שאין בו יראת שמים אסור למנותו לשום מנוי בישראל (רמב"ם ריש הלכות מלכים), זיינען זיי מכשיר כופרים צו זיין מנהיגים פון כלל ישראל.

ד. עס שטייט: מצרף לכסף וכור לזהב ואיש לפי מהללו, "א לייטער מאַשין פאַר זילבער, א פּראָבּיר מאַשין פאַר גאלד, און א מענטש – ווערט דערקענט – לויט זיין לויב". אויף כסף איז דאָ אַ פּראָבּע דער מצרף, זהב ווערט פּראָבּירט דורך א כור. ואיש? ווי פּראָבּירט מען א מענטש, ווי זאָל מען וויסן וואָס ער איז אין זיין פנימיות? לפי מהללו, מען זאָל זען וועמען ער איז מהלל. אויב ער שטענדיק מהלל טובים, איז זיין שורש טוב, אויב מען זעט אז ער איז מהלל רשעים, איז אַ סימן דאָס ער איז אליין דאָס זעלבע (שערי תשובה לרבינו יונה). בשעת מען זעט וועמען די נאַניאָנאַלע-רעליגיעזע זיינען מהלל און מכבד, ווייס מען וואָס זיי אליין זיינען. עס איז קלאָר דאָס דער וואָס איז א חובב תורה קען נישט זיין אַ אוהב פון שונאי תורה. דער וועלכער איז מכבד תורה קען נישט מכבד זיין בוזי תורה. לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב אלא מפני שהוא מינו, חילוק כבוד לרשעים אש היא עד אבדון תאכל (שערי תשובה לרבינו יונה).

ה. דער צוזאמענגאנג רעליגיעז מיט נאַציאָנאָל האָט געבראַכט נאָך אַ צווייטע זאַך: עס איז באַוואוסט דאָס די לעצטע הונדערט יאָר איז דייטשלאנד געשאַפן געוואָרן אַ באַשעפעניש וואָס כדי לשבר את האוזן האָט מען עס א נאָמען געגעבן חכמת ישראל, די שעפערס פון דער חכמה האָבן געהאַט א באַשטימטן צוועק: פּראָפאַנירן אלעס וואָס ביי יידן איז הייליק, אויסרייסן דעם גלויבן אין די הייליקייט פון דער תורה, אַראָפּרייסן דעם אויטאריטעט פון חז"ל, דעגראַדירן די חכמי התלמוד און זיי פאָרשטעלן אַלס געוויינלעכע מענטשן וועלכע האָבן געזאָגט וואָס זיי האָבן געוואָלט. פון דעם איז געשאַפן געוואָרן אַ גאַנצע ליטעראַטור אין דער פאָרם פון: געשיכטע די יידן, געשיכטע דער יידישער ליטעראַטור ביז ביבל קריטיק ועד בכלל. די רעליגיעזע יידן האָבן ריכטיק אָפגעשאצט די מחברים פון דער חכמה אַז דאָס זיינען פשוט מסיתים ומדיחים. אָבער די נאַניאָנאַלע-רעליגיעזע האָבן אויפגענומען די נייע חכמת ישראל מיט ליבע און ערפורכט , און האָבן עס אריינגענומען אַלס אַ ווינקל-שטיין אין דער דערציאונג פון יונגן דור. דער לימוד פון יידישע געשיכטע בנוסח אשכנז בילדט איינע פון די הויפט לימודים אין זייערע בתי ספר. אין געוויסע מדינות גיבט עס זאָגאַר ישיבות, אין וועלכע עס ווערט אָפּציעל געלערנט דור דור ודורשיו, ווי אויך גרעטץ און גייגער וכו'. עס איז לייכט זיך פאָרצושטעלן וואָס פאַר יראת שמים די תלמידים באַקומען פון אַזעלכע ספרים וועלכע זיינען דורכגעדרונגען פון כפירה. דאָס איז אַ פרוכט פון מזווג זיין נאַציאָנאַל מיט רעליגיעז.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ח די נאציאנאלע אידייען חלק ג


ו. טראָץ דעם וואָס די תורה וואָרענט: אסור להתחבר לרשעים אפילו לדבר מצוה, מען טאָר זיך נישט מתחבר זיין צו אַ רשע, אפילו דאַן ווען עס האַנדלט זיך צו טאָן אַ מצוה. זאָגן זיי: לא כי, מיט אונזער התחברות לרשעים וועלן מיר מחזיר למוטב זיין, ד. ה. זיי האָבן געדענקט זיין קליגער און פרימער פון דער תורה. אָבער די תורה לערנט אונז: אל תהי צדיק הרבה, הרבה, באַדייט, מער ווי די מאָס. וויפל איז די מאָס? וויפל די תורה הייסט. פרימער ווי די תורה טאָר מען נישט זיין.
מען זאָגט בשם רבי ישראל סאַלאַנטער: עס פּאַסירט ביי אַ מענטש, אז ער וויל טאָן אַ זאַך וואָס ער פאַרשטייט אַז די תורה הייסט אים נישט טאָן. אָבער דער מענטש זאָגט: איך זע אַז פון דעם וועט ארויסקומען אַ גליק – אין רוחניות – איך וועל דערמיט ראַטעווען יידישקייט. האָט דער גאון געזאָגט דערויף אַ משל: אַ מלך האָט געשיקט זיינער אַ שר מיט אַ געוויסע שליחות צו אַ צווייטן מלך. פאַר דער רייזע, האָט דער מלך אָנגעזאָגט דעם שר: טאָמער וועלן די שרים פון יענער מדינה דיר פאָרלייגן דו זאָלסט זיך וועטן מיט זיי, זאָלסטו עס נישט טאָן. און האָט אים ווידערהאָלט אייניגע (= איינציקע) מאָל: דו זאָלסט זיך נישט וועטן פאַר קיין פאַל. דער שר איז געגאַנגען און געטאָן זיין שליחות. פאַר זיין רייזע צוריק, זאָגן יענע שרים צו אים: דו האָסט אַ הויקער – אַ פּוקל – זאָגט ער: איך האָב נישט קיין הויקער, איך האב קיין מאָל נישט געהאַט. זאָגן זיי: לאָמיר זיך וועטן אין אַ מיליאָן אויב דו האָסט נישט אַ הויקער. דער שר האָט זיך דערמאָנט אַז דער מלך האָט אים פאַרזאָגט, ער זאָל זיך נישט וועטן, נאָר ער האָט געדענקט: דאָס איז אַזאַ זאַך אין וועלכע עס איז נישטאָ קיין שום ספק פון אַ היזק, פאַרוואָס זאָל איך עס נישט טאָן: און ער האָט מסכים געווען זיך צו וועטן. מען האָט אים אויסגעטאָן נאַקעט, און מען האָט אים געזען אַז ער האָט נישט קיין הויקער. האָט ער באַלד באַקומען דאָס געלט, און איז געגאַנגען צוריק שמח וטוב לב. אַז ער געקומען צו דעם מלך, און האָט אים דערציילט פון דעם געווינס , זאָגט דער מלך צו אים: בשעת איך האב דיר פאַרזאָגט דו זאָלסט זיך נישט וועטן, האָב איך געוואוסט וואָס איך זאג, זיי האָבן זיך געהאַט געוועט מיט מיר הונדערט מאָל אַזוי פיל, אויב זיי וועלן נישט אויסטאָן מיינער אַ שר נאַקעט. קומט אויס אַז צו דעם מיליאָן וואָס דו האָסט געוואונען, וועלן מיר דאַרפן צולייגן נאָך 99.
דאָס זעלבע איז אַז דער מענטש דענקט: טאַקע די תורה זאָגט אַז דער מענטש זאָל עס נישט טאָן, אָבער איך זע אַז פון דעם וועט זיין אַ גליק. דאַרף מען אים זאָגן: די גליקן וועלכע דו זעסט, האָט די תורה געזען פריער ווי דו, און אף על פי כן האָט זי געזאָגט מען זאָל עס נישט טאָן, איז אַ סימן אַז פון די גליקן וועט ארויסקומען אומגליקן, נישט קיין גליקן.
דער רעזולטאט פון התחברות לרשעים איז ארויסגעקומען ווי די תורה האָט פאראויסגעזען: אַנשטאָט מחזיר למוטב זיין די רשעים, זיינען די נאַציאָנאַלע-רעליגיעזע געוואָרן טרייע שילערס פון די פרייע, און געווענדט זייער גאַנצע גבורה געגן די נושאי דגל התורה אין אַלערליי פאָרמען, פאַרמאַסקירטע און נישט קיין פאַרמאַסקירטע. זיי זיינען אַ בריק צווישן צוויי לאַגערן: די רעליגיעזע און רעליגיעזלאָזע. נאָר געוויינטלעך אויף אַ בריק זעט מען עוברים ושבים, אָבער אויף דעם נאַציאָנאַלע-רעליגיעזע בריק זעט מען נאָר עוברים, קיין שבים טרעפט מען דאָרט נישט.
אין נביא חגי שטייט: הן ישא איש בשר קדש בכנף בגדו, ונגע בכנפו אל הלחם ואל הנזיד ואל היין ואל שמן ואל כל מאכל, היקדש? ויענו הכהנים ויאמרו לא, ויאמר חגי אם יגע טמא נפש בכל אלה היטמא? ויענו הכהנים ויאמרו יטמא. ויען חגי ויאמר כל העם הזה וכן הגוי הזה וגו'. "ווען אַ מענטש טראָגט אין זיין פּאָלע הייליקטימער וועט ער הייליק ווערן? האָבן די כהנים געזאָגט: ניין. ער האָט ווייטער געזאָגט: און ווען אַ טמא וועט באַרירין דאָס אַלץ וועט ער טמא ווערן? האָבן די כהנים געזאָגט: יע, ער וועט טמא ווערן. דאַן האט ער געזאָגט: אַזוי איז אויך דאָס פאָלק". דאָס באַדייט פון אָנרירן זיך אין קדושה ווערט מען נישט קדוש, אָבער פון אָנרירן זיך אין טומאה ווערט מען טמא.
די תורה זאָגט עדות: אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים וגו' – אם הלך סופו לעמוד, ואם עמד סופו לישב, ואם ישב סופו וכו'. וואויל איז דער מאַן וועלכער גייט נישט נאָך די עצות פון די רשעים, א. א. וו. איז ער געגאַנגען וועט ער אויך דאָרט שטיין בלייבן, איז ער שטיין געבליבן וועט ער אויך זיך זעצן צווישן זיי, האָט ער זיך געזעצט, א. א. וו. (ע"ז). די עדות פון דער תורה איז אַ אייביקע פאַר אַלע צייטן, און פאַר אַלערליי מענטשן. דער וואָס דענקט אַז ער וועט זיין אַן אויסנאַם פון דעם, איז אַ שוטה און גס רוח. דער וועלכער פאָלגט די עצות פון דער תורה, איז אשרי לו.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ט ארץ ישראל חלק א


ארץ ישראל פאַרנעמט דעם גרעסטן טייל פון דער תורה. דריי סדרים פון ש"ס זיינען פאַרבונדן מיט ארץ ישראל: זרעים, קדשים, מועד. פון די איבעריקע דריי סדרים איז אויך אַ גרויסער טייל פאַרבונדן מיט ארץ ישראל. אין מועד זיינען דא איינציקע מסכתות אַזעלכע: יומא, שקלים, חגיגה. די צווייטע העלפט פון פסחים, די לעצטע פרקים פון סוכה, תענית. אין סדר נשים: נזיר, סוטה. אין סדר נזיקין: סנהדרין, מכות, הוריות. עס קומט אויס אַז כמעט צוויי דריטל פון ש"ס איז צונויפגעבונדן מיט ארץ ישראל. די זעלבע פּראָפּאָרציע איז אויך אין חומש.
מימלא איז פאַרשטענדלעך איז יידן מוזן האָבן ארץ ישראל, אויסער וואָס ישוב ארץ ישראל איז א מצוה פאַר זיך. נאָר א פאַקט איז אבער אז יידן עקזיסטירן קרוב פון 2 טויזענט יאָר אין חוץ לארץ. אמת עס איז געווען אַ שווערע עקזיסטענץ , אַ ביטערע, אָבער דאָך האָט מען ווי עס איז דורכגעלעבט אַזאַ צייט, נישט האָבנדיק ארץ ישראל.
יעצט פרעגט זיך אויב מיר וועלן זיך פאַרשטעלן אז יידן זיינען געבליבן גענצלעך אָן תורה חלילה, וואָלטן זיי קענען עקזיסטירן 2000 יאָר אָדער נישט? עס איז קלאָר אַז נישט, נישט נאָר טויזענטער יאָר קען יידישע פאָלק נישט עקזיסטירן אָן תורה, נאָר אפילו הונדערט יאָר אויך נישט.
א שרעקליכע פאַקט זעען מיר אין דער רויטע מדינה, עס איז נאָר צוואַנציק יאָר זייט די יידישע אויסוואורפן – יעווסעקעס – האָבן אָפּגענומען די תורה ביי יידן דורך גזירות שמד, און עס גייט אויס דער נאָמען ייד דאָרט. עס איז נאָך דאָ פון דעם עלטערן דור, אָבער דער יונגער דור ווייסט נישט וואָס איז אַ ייד.

קומט אויס אַז אויב יידן בלייבן אָן תורה, גייען זיי אונטער אין פאַרלויף פון איינציקע צענדליקער יאָר. דערקעגן אָן ארץ ישראל, קען דאָס יידישע פאָלק עקזיסטירן 2000 יאר.

יעצט וועלן מיר נעמען אַ ביישפיל: א מענטש האָט נויטיק צו זיין עקזיסטענץ, לופט צו אָטעמען, ער האָט אויך נויטיק ברויט צו אַ נאָרמאַלער עקזיסטענץ. ולחם לבב אנוש יסעד. ווי דאַרף מען טאָן בשעת אַ מענטש פעלט ביידע זאַכן. ער האָט נישט קיין ברויט, און אויך נישט קיין לופט צו אָטעמען, וועגן וואָס דאַרף מען פריער זאָרגן? ער זאָל האָבן לופט אָדער ברויט? פאַרשטייט זיך אַז אויב ער וועט נישט האָבן וואָס צו אָטעמען, וועט נישט זיין ווער עס זאָל עסן דאָס ברויט.
יידן דאַרפן האָבן ארץ ישראל און זיי האָבן עס פארלויפיק נאָך נישט, און יידן דאַרפן האָבן תורה, און מיר זעען אַלע אַז די תורה גייט אויס, דען דער גרעסטער טייל פון יונגן דור איז גענצלעך אָפגעשניטן פון דער תורה.
פרעגט זיך די זעלבע שאלה: וועגן וואָס דאַרף מען פריער זאָרגן, וועגן תורה אָדער ארץ ישראל. איז די תשובה איז אויך די זעלבע. ארץ ישראל איז נויטיק פאַר יידן, אָבער אָן תורה האָבן מיר קיין יידן נישט. דאַרף מען דאָך פריער זאָרגן עס זאָלן זיין יידן אויף דער וועלט, וועט מען דאַן דאַרפן ארץ ישראל.
ווי טוט מען יעצט ביי אונז? אַקוראַט פאַרקערט. מען האַלט נאָר אין שרייען ציון, אַנשטאָט וואָס מען דאַרף נישט אויפהערן צו שרייען: תורה, תורה מה תהא עליה? אָן תורה, זיינען מיר שוצלאָז און הילפלאָז .
מיט תורה אָבער זיינען מיר מעכטיקסטע אין דער וועלט. דאָס איז נישט קיין פּוסטע פראַזע . נאָר אַ פאַקט וועלכער ווערט באַשטעטיקט פון אונזער דריי טויזענט יאָריקער געשיכטע.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ט ארץ ישראל חלק ב


נאָך אַ זאַך, נעמען ארץ ישראל איז נישט אָפהענגיק פון אונזער ווילן, אם ה' לא יבנה בית, שוא עמלו בוניו בו דערקעגן, פאַרשפרייטן תורה ביי יידן איז בידינו, דאָס הענגט אָפ אינגאַנצן פון אונז, והבא לטהר מסייעים אותו.
אומגעפאַר מיט 15 יאָר צוריק איז דער חפץ חיים ז"ל געווען אין וואַרשע, דאַן האָט זיך אָנגעפאַנגען אַ באַוועגונג ביי די פוילישע אדמורי"ם צו פאָרן קיין ארץ ישראל. האָט ער דאַן געזאָגט: וואָס האָבן מיר זיך גענומען צו מצוות? זאָלן זיי טאָן וועגן תורה. מיט תורה זיינען אַלע מצוות, אָן תורה איז אַלץ בלאָטע.
כדי צו דערקלערן זיינע הייליקע ווערטער וועלן מיר ברענגען ביישפילן. ישוב ארץ ישראל איז געוויס אַ מצוה, אָבער אַז מען באַזעצט קבוצות מיט אויסגעשפּראָכענע מומרים להכעיס , איז שוין דאָס נישט קיין מצוה, נאָר די גרעסטע עבירה. דען דאָס איז נישט געבויט ארץ ישראל נאָר חרוב געמאַכט.
לית אינון נטורי קרתא אלא חרובי קרתא – "דאָס זיינען נישט וואָס שיצן די שטאָט, דאָס זיינען מאַכן חרוב די שטאָט". דאָס איז דער ערגסטער חורבן ארץ ישראל, פיל ערגער און געפערלעכער ווי דער חורבן דורך גויים. דען יענע חורבנות האָבן מכפר געווען אויף דעם כלל ישראל, אָבער דער יעצטיקער חורבן דורך יידישע משומדים, איז די גרעסטע קטגוריה ח"ו אויף דעם כלל ישראל וועלכער גיט זיי מליאָנען, אין דער צייט וואָס אויף תורה גיט מען פרוטות.
נאָך אַ ביישפיל: גרינדן תלמוד תורה'ס איז איינע פון די גרעסטע מצוות. גרינדט מען טאַקע בתי תלמוד תורה מיט איין קליינעם שנוי: אַנשטאָט צו לערנען תורה, לערנט מען דאָרטן כפירה אין דער תורה. דורך א נאַציאָנאַלע לערער וועלכע מדקדק אין דער מצוה פון איווריט באיווריט. (= עברית בעברית) עס קומט אויס אז די ת"ת ווערט אַ מיסיאָנערישע שול.
נעמען אַ רב איז אַ חוב אויף יעדער יידישער קהילה. נעמט מען רבנים אַזעלכע וואָס אַנשטאָט צו וויסן שו"ע, דאַרפן זיי וויסן די מאָדערנע נאַציאָנאַלע ליטעראַטור מיט אַ הוספה פון מאָטקע חבד'ס וויצן . דאָס זיינען די פאָלגן פון טאָן מצוות אָן תורה. אָט די מצוות ווערן נתקיים מיט אַן אויסערגעוויינטלעכע ברייטע וויליקייט, מיט התלהבות.
אכן השכימו השחיתו אמר רבי חייא בר אבא: כל השחתה שהיו עושים בהשכמה – בזריזות – היו עושים אותה" (ריש שקלים) "יע, זיי האבן זיך געפעדערט , זיי האבן פאַרדאָרבן. זאָגט רבי חייא, די אַלע פאַרדאָרבענקייט וואָס זיי מאַכן, מאַכן זיי עס מיט פְלַייס". וואָס האָבן מיר אויסגעפירט מיט אונזערע נייע תורה? אַנשטאָט צו לערנען ביי אונזערע אַלטע חכמים די קדושי עליון, האָט מען אונז יעצט געגעבן אַנדערע רביים: היטלער וחבריו, וועלכע לערנען מיט אונז אויף דעם מאָדערנסטן אופן, מאָדערנע שבמאָדערנע. זיי וועלן אזוי לאַנג לערנען מיט אונז, ביז וואַנען מיר וועלן אויסשפייען די קולטור מיט די השכלה צוזאַמען. דאַן קענען מיר האָפן אַז עס וועט זיין שלום על ישראל.

מיר וועלן דאָ איבערגעבן אַ וואָרט בשם הקדוש בעל חפץ חיים ז"ל, עס שטייט אין פסוק: רבים מכאובים לרשע, והבוטח בה' חסד יסובבנהו, "פילע שמערצן זיינען פאַר דעם רשע, אָבער דער וואָס האָט בטחון צום אויבערשטן, וועט אים חסד אומרינגלען". האָט געזאָגט דעם חפץ חיים ז"ל: אַז מען גיט מעדיצין אַ חולה צו מאָגן קראַנקהייט, איז עס אַ רפואה צו דער מחלה, אָבער עס איז זויער און ביטער אין גומען . האָט מען זיך מתחכם געווען, צו איינוויקלען די מעדיצין אין אַ קאַפּסול, און אזוי שלינגט מען דאָס ארונטער. אויף דעם אופן איז די רפואה פאַראַן, אָבער מען פילט נישט די זויערקייט מיט די ביטערקייט.
דאָס זעלבע איז מיט מכאובים לרשע, די שמערצן פאַר דעם זינדיקער, זיי זיינען אַ רפואה, נאָר עס איז אַ ביטערע רפואה, דער וואָס איז אַ בוטח בה', אים גיט מען די רפואה ארומגעוויקעלט מיט אַ קאַפּסול, פון חסד – חסד יסובבנהו – און אזוי שלינגט ער עס ארונטער. דער בטחון בה' מאַכט דאָס ער זאָל אַזוי שטאַרק נישט פילן די ביטערקייט.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק ט ארץ ישראל חלק ג


אויף דעם פסוק אתם נצבים היום, שרייבט רש"י: היסורים מציבים אתכם ומקיימים אתכם. די יסורים שטעלן אייך אויף די פיס און מאַכן אייך עקזיסטירן. דער ביאור פון דעם, שיינט צו זיין , לויט דעם פסוק לא הביט און ביעקב וכו, אויף וואָס רש"י שרייבט שהקב"ה אינו מתבונן באוניותיהם ( = עוונותיהם) של ישראל. כביכול ער מאַכט זיך נישט זעענדיק די יידישע עוולות. ווי איז דאָס צו פאַרשטיין? אונזערע הייליקע חכמים ז"ל זאָגן: כל האומר הקב"ה ותרן הוא, יותרו לו מעוהי. ד.ה. מען זאָל נישט מיינען אַז דער אויבערשטער שענקט אומזיסט, עס ווערט קיין זאַך נישט געשענקט. נאָר עס איז ביידע אמת. הקב"ה אליין זוכט נישט קיין עולות אויף יידן, עס איז איינגעשטעלט אַ מאַשינעריע : כל העובר עבירה אחת קונה לו קטיגור אחד, יעדערער וואָס באגייט אַן עבירה, שאַפט זיך א קטיגור, אַן אָנקלאָגער, און דער קטיגור שווייגט נישט, ער דערציילט אַלץ און ווייזט אויף כך וכך.
דער קטיגור מדחה זיין בקש, אָפשטויסן מיט גאָרנישט, קען מען נישט, דען: מלך במשפט יעמיד ארץ דער מלך פון דער וועלט, האַלט איר אויף מיט משפט. און אַזוי ווי א מלכותא דארעא, אויב דער מסור, דער קלעגער, ווייזט אויף דעם נידון, דעם אָנגעקלאָגטן, אז ער האָט געטאָן כל וכך, מיט ראיות, און הוכחות ברורות, שוואַרץ און ווייס, מוז דאָך דער שופט האַנדלען דעם געזעץ, אפילו ווען ער איז אַ גוטער פריינד פון דעם אָנגעקלאָגטן, גענוי דאָס זעלבע איז אויך אין מלכותא דרקיעא.

ווי זאָל זיין בשעת די קטיגוריא שטאַרק זיך אויף דעם כלל ישראל ח"ו, אז די קטגורים פאָדערן אַ כליון גמור, פולשטענדיקער אונטערגיין ח"ו, און זיי ווייזן אויך קלאָר, דאָס אַזוי דאַרף זיין עפ"י דיני שמים, און עס איז נישטאָ וואָס זיי צו ענפערן. וואָס דאַרף הקב"ה טאָן אין אַזאַ סיטואַציע? מצד אחד מוז מען נישט ווילנדיק הערן די קטגורים, און מצד שני איז דאָ ההבטחה: אני ה' לא שניתי ואתם בני יעקב לא כליתם, איך, זאָגט הקב"ה, האָב מיין וואָרט נישט געביטן, און איר בני יעקב, וועט נישט אונטערגיין. וואָס טוט הקב"ה? שטעלט מען אויף אַ המן וואָס זאָל רודף זיין יידן מיט דעם גרעסטן גיפט, ווערן אויף אַזאַ אופן, די יידן נרדפים, און דאָס איז זייער רעטונג. דען עס איז ממדותיו של הקב"ה: והאלהים יבקש את נרדף, אפילו צדיק רודף רשע, הקב"ה אינטערעסירט זיך פאַר דעם פאַרפאָלגטן , אפילו ווען הצדיק פאַרפאָלגט אַ רשע, שטעלט זיך הקב"ה אויף דער זייט פון דעם נרדף, דעם פאַרפאָלגטן.
אַזוי אַרום האָט הקב"ה אַ תשובה הגונה צו די קטגורים: פאַר אַ נרדף, זאָגט ער כביכול, מוז איך מיר אָננעמען. עס קומט ארויס אַז וואָס שטאַרקער עס זיינען די רדיפות אויך יידן, אלץ מער איז דאָס גורם צו זייער רעטונג. און אַז מיר זעען יעצט, דאָס די רדיפות אויף יידן זיינען אין אַזאַ שרעקלעכן מאָסשטאַב , וואָס עס איז קיינמאָל נישט געווען, מוז זיך דאָך הקב"ה אָננעמען פאַר אַזעלכע נרדפים ווי מיר זיינען. אזוי שטייט: האני אשביר ולא אוליד אמר ה? (ישעיה סו), ד.ה. בשעת יידן וועלן זיין אין דער העכסטער קריזיס -צייט פון גלות דאַן וועט קומען די לידה. און אזוי ווי עס איז קלאָר דער יעצטיקער מאָמענט זיינען מיר על המשבר, פאַרשטייט מען פון דעם אז עס איז נאָענט צו דער לידה. אמן ואמן.

צו אונזערע רודפים איז געזאָגט: אל תשמחי איבתי לי, כי נפלתי קמתי, כי אשב בחושך ה' אור לי. זעף יהוה אשא כי חטאתי לו עד אשר יריב ריבי ועשה משפטי יוציאני לאור אראה בצדקתו. ותרא איבתי ותכסה בושה האמרה אלי איו יהוה אלהיך, עיני תראינה בה, עתה תהיה למרמס כטיט חוצות וכו' וכו', יראו גוים ויבשו מכל גבורתם ישימו יד על פה אזניהם תחרשנה וכו' (מיכה ז עיי"ש). "פריי זיך נישט, מיין פיינדין, אויף מיר, ווייל מיין פאַלן איז מיין תקומה, מיין אויפשטיין. ווען איך זיץ אין דעם פינצטער, איז דער אויבערשטער מיין ליכט. דער צאָרן פון הקב"ה טראָג איך, ווייל איך האָב צו אים געזינדיקט. ביז ער וועט זיך פאַר מיר אָננעמען, אויסצופירן מיין משפט. ער וועט מיר – דאַן – ארויספירן אין ליכטיקייט, וועל איך זען זיין גערעכטיקייט.
דאַן וועט מיין פיינדין זען, און שעם וועט איר צודעקן, - מיין פיינדין – די וועלכע זאָגט צו מיר, וואו איז ער דיין גאָט? מיינע אויגן וועלן דאַן זען אויף איר, יעצט וועט זי זיין געטראָטן ווי בלאָטע אין גאַס. א. א. וו.
פעלקער וועלן זען און זיך פאַרשעמען פון זייער – געוועזענער – גבורה, זיי וועלן לייגן אַ האַנט אויף מויל, און די אויערן וועלן זיי פאַרטויבט ווערן".
ילחכו עפר כנחש כזחלי ארץ ירגזו ממסגרותיהם אל יהוה אלהינו יפחדו ויראו ממך (שם). "ערד וועלן זיי לעקן ווי דער שלאַנג. ווי ערד קריכערס, וועלן זיי ארויסציטערן פון זייערע שטייגן צום אויבערשטן אונזער גאָט, זיך שרעקן, און פירכטן פאַר דיר" .
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק י מאמר על האמונה חלק א


א. ולא תתרו אחרי לבבכם, איר זאָלט נישט נאָכגיין נאָך אייער הארץ. זאָגן אונזערע חכמים, דערמיט איז געמייימט אפיקורסות, נישט גלויביקייט.
אויבערפלעכלעך באַטראַכט, זיינען די ווערטער פון אונזער חכמים שווער צו פאַרשטיין. ווייל אייגנטלעך איז אָנגענומען אַז אפיקורסות האָט צו טאָן מיטן שכל, מיט דעם דענקען, אָבער נישט מיטן האַרצן, אָדער מיטן ווילן. עס האָט אלזאָ געזאָלט (= געדאַרפט) שטיין: איר זאָלט נישט נאָכגיין אייער קאפ, אייער דענקען. אין דער אמתן געפינט מען אָפט אין פסוקים: חכמה, קלוגשאפט איז פאַרבינדן מיטן הארץ, צ. ב. ש. לבי ראה הרבה חכמה, מיין האַרץ האָט געזען פיל חכמה. אָדער חכם לב יקח מצוות, אַ הארצנס קלוגער דערווערבט מצוות. מען מוז פאַרשטיין וואָס פאַר אַ צוזאַמענהאַנג האָט חכמה מיטן האַרצן.

ב. דער רמב"ם שרייבט אין ספר המצוות: די ערשטע מצוה איז אַז מען זאָל באַגרייפן און גלויבן אין הקב"ה א. א. וו.
עס פרעגט זיך, ווי איז עס מעגלעך צו רעדן וועגן אַ מצווה צו גלויבן? מענטש פאַרשטייט גאַנץ גוט, אַז דאָרטן וואו עס האַנדלט זיך וועגן דער טעטיקייט , וועגן אויסערלעכע האַנדלונגען, קען זיין אַ רייד פון אַ מצוה, פון פליכטן, אַ פליכט צו טאָן אָדער אַ פליכט נישט צו טאָן. ווייל די אויסערלעלכע טעטיקייט איז אַ זאַך וואָס איז ביי דעם מענטש אין האַנט, עס הענגט אָפ פון זיין ווילן צו טאָן אָדער נישט. גאַנץ אַנדערש איז עס אָבער דאָרט וואו עס האַנדלט זיך וועגן גלויבן. עס דוכט זיך לכאורה, אַז דאָס איז אַ זאַך, וועלכע הענגט נישט אָפ פון מענטשן ווילן.
נו פרעגט זיך, וואָס פאַר איין זין קען דאָ אַ מצוה האָבן, איינס פון די צוויי, האָט איינער אמונה, איז דאָך נישט נויטיק אים צו הייסן. און אויב ח"ו האָט געהאַט דעם אומגליק, די אמונה צו פאַרלירן, שיינט עס דאָך , אז עס ליגט נישט אין זיין האַנט דאָס בעסער צו מאַכן. אזוי, אַז ער איז צו באַטראַכטן ווי אַ ריכטיקער אנוס, אַזאַ וואָס איז דוכט זיך נישט שולדיק און אַזעלכער וואָס, עס שיינט מען קען נישט פאַרנטווארטלעך מאַכן.

פון דער תורה דערקעגען זעען מיר אז די זינד פון אפיקורסות, נישט גלויבנדיק, ווערט באַהאַנדלט זייער שטרענג, נאָך שטרענגער אפילו פון עבודה זרה. איינער וואָס דינט עבודה זרה חייב מיתה, אָבער בכדי דעם טויט זאָל קענען אויסגעפירט ווערן, מוז דער באַטרעפענדער צו ערשט געמישפט ווערן ביי בית דין מיט עדות און התראה. כופרים דערקעגן איז דער דין מורידין ואל מעלין, צו יעדער צייט צו יעדן אָרט, מען האָט נישט נויטיק נישט קיין התראה און נישט קיין סנהדרין.
די זעלבע פראַגע שטעלט זיך אויך אויף דער עבירה פון עבודה זרה אליין. אז איינער גלויבט ח"ו אין עבודה זרה, ער גלויבט אין דעם אזוי שטאַרק אַז ער איז גרייט זיך אָפּצופערן פאַר דעם, ער אָפּפערט זיין קינד צו דעם מולך. אייגנטלעך זעט עס אויס אַז ער איז א ריכטיקער אנוס, מען זעט דאָך אַז זיין גלויב אין עבודה זרה איז זייער שטאַרק, עס איז אַן איבערצייגונג פאַר וועלכע ער איז גרייט מקריב צו זיין, זיין קינד אפילו, אייגנטלעך זאָל זיין שטראָף זיין אַ מילדערע ווי די שטראָף פון אירגענד וועלכע עבירה וואָס א מאמין איז באַגאַנגען .
אין דער תורה זעען מיר אָבער פונקט דעם היפוך פון דעם וואָס מיר שטעלן זיך פאָר. די זינד פון עבודה זרה איז זייער גרויס, דער רמב"ם שרייבט אַז אין דער תורה געפינען מיר נישט דעם אויסדרוק פון קנאה אין באַציאונג אויף קיין עבירה, אויסער עבודה זרה, ביי עבודה זרה שטייט קנא ונוקם.

ג. נאָך עטוואָס, ווי באַלד אַז אמונה איז איינע פון תרי"ג מצוות, און ממילא די פליכט פון יעדן ייד אָן אַן אויסנאַם, זאַפאָרט ווי ער רייף אין באַציאונג אויף מצוות, ד. ה. אַ מאַן ווען ער דערגרייכט דעם בר מצוה עלטער, 13 יאָר, און אַ פרוי ווען זי ווערט 12 יאָר אַלט, דאָס הייסט אַז אמונה וועט פאַרלאַנגט און געפאָדערט פון גאַנץ יונגן עלטער. אונז איז אָבער באַקאַנט אַז אפילו צווישן די גרעסטע קעפ אין דער וועלט זיינען געווען אַזעלכע וואָס זיינען נכשל געוואָרן אין באַציאונג אויף אמונה.
אריסטאָטעלס צום ביי שפיל, דער רמב"ם שרייבט אויף אים אז ער דערגרייכט מיט זיין שכל א מדרגה אונטער נבואה. דאָס וויל הייסן, אַז אויסער נבואה און רוח הקודש איז נישטאָ נאָך אַ חכם צו אים. פון דעסטוועגן איז באַקאַנט איז זיין חכמה האָט אים נישט געהאָלפן צו דערווערבן ריכטיקע אמונה.
עס שטעלט זיך די פראַגע: ווי איז דאָך מעגלעך אַז די תורה פאַרלאַנגען פון קינדער, פון אַלע יידישע קינדער אָן אַן אויסנאַם, זיי זאָלן דערגרייכן מיט זייערע קינדערישע מוח'עלעך, דאָס וואָס דער גרויסער אריסטאָטעלס האָט נישט דערגרייכט, און עס איז דאָך באַקאַנט אַז דער אויבערשטער פאַרלאַנגט נישט פון מענטשן דאס אוממעגלעך.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק י מאמר על האמונה חלק ב


ד. נאָך אַ זאַך: נישט נאָר יידן אליין האָבן מצוות, עס זיינען דאָ די שבע מצוות בני נח, די זיבן מצוות וועלכע זיינען פליכטן פאַר אַלע מענטשן וואָס שטאַמען פון נח, ד. ה. פאַר אַלע מענטשן אָן אַן אויסנאַם. אויב דער בן נח דערפילט נישט די פליכטן, ווערט ער זעלבספארשטענדלעך באַשטראָפט בעולם הבא.
לאָמיר זיך פאָרשטעלן, אַ בן נח, אַ בהמות פאַסטעך ערגעץ, אַ גאַנץ לעבן א שיכור, שטאַרבט, קומט אויף יענער וועלט צום דין, מען פסקענט אים אָפּ גהינום, ווייל ער האָט נישט אָפּגעהיט די שבע מצוות. ער וועט אַוודאי שרייען, וואָס האָט מען צו אים, פון וואַנען האָט ער געזאָלט (= געדאַרפט) וויסן אַז ער איז חייב אין שבע מצוות? אויבערפלעכלעך באַטראַכט, האָט ער אַ גערעכטע טענה, טראָץ דעם, וועלן זיינע טענות אים גאָרנישט העלפן, און ער וועט ארויסגיין חייב בדין, פאַרוואָס? דאָס זיינען אַלץ פראַגן וועלכע דאַרפן האָבן אַ תשובה.

ה. אין דער אמתן ווען מען זאַך זיך אביסל פאַרטיפן, וועט מען איינגעפינען אַז דער גלויבן דאָס הקב"ה האָט געשאַפן די וועלט, איז איבערצייגט פאַר יעדן מענטש וואָס האָט שכל. ד. ה. פאַר יעדן וואָס איז נאָר נישט בכלל שוטה. און אַז מען האָט גאָרנישט נויטיק קיין שום פילאָסאָפיע בכדי צו קומען צו דער איבערצייגונג.
דער חובת הלבבות שרייבט (שער היחוד פרק ז) עס זיינען דאָ מענטשן וועלכע מיינען אַז די וועלט איז אַנטשטאַנען צופעליק , פון זיך אליין ח"ו, מיר וואונדערן זיך זייער ווי איז עס מעגלעך אז עס זאָל איינעם ארויפקומען אַזאַ מין געדאַנק, ווען אַ מענטש וואָלט געזאָגט אויף אַ ראָד וואָס איז געמאַכט צום וואַסער שעפּן, אז דער ראָד האָט זיך געמאַכט אָט אַזוי פון זיך אליין, אַן אַ באַשטימטער כוונה פון אַ מייסטער וואָס האָט איבער דעם געאַרבעט, וואָלטן מיר באַטראַכטן דעם מענטש וואָס קען אַזוי גלויבן, פאַר אַ חסר דעה, אַ משוגענער וכו'. עס איז א באַקאנטע זאַך אַז אויף די זאַכן וואָס טוען זיך צופעליק, אַן אַ באַשטימטער כוונה, קען מען נישט זען קיין שום שפורן פון חכמה.
לאָמיר באַטראַכטן, ווען עס זאל זיך אויסגיסן טינט אויף א ווייסן פּאַפיר, איז אוממעגלעך אז עס זאָל דערפון ארויסקומען אַ שריפט. און ווען מען אונז ווייזן אַן אויפגעשריבענע זאַך, און איינער וועט זאָגן, עס האָט זיך אויסגעגאָסן טינט פון זיך אליין אויפן פּאַפיר, און אַזוי ארום, האָט זיך באַקומען גאַנץ פון זיך אליין די שריפט וואָס מיר האָבן פאר אונז. איז דאָך גאַנץ זיכער, איז מיר וועלן אויסלאַכן דעם מענטש וואָס קען אזוי זאָגן וכו'.

ווי עס דאָס מעגלעך אַז אַ מענטש אַ בעל שכל זאָל וועלן זאָגן אויף דער גאַנצער וואונדערלעכער נאַטור, אז דאָס אַלץ האָט זיך געמאַכט פון זיך אליין, אין דער צייט ווען מיר זעען אין דער נאַטור סימנים פון אומגעהייערער טיפער חכמה. אין אַ ברעג אין אַ גרונט, אויך יעדן שריט און טריט.
לאָמיר זען וויפל אומגעהייערע וואונדעלעכע חכמה איז צו זען אין דער קאָנסטרוקציע פון דעם מענטשלעכן קערפּער, אין דער אָרדנונג פון זיינע גלידער, און אין דער קאָמפּאָזיציע פון זיינע גייסטיקע אייגנשאַפטן . עס איז גענוג צו הערן וואָס מעדיקערס און כירוגן ווייסן איבער דער וואונדערלעכער קאָנסטרוקציע. און ווי אזוי דאָס גאָר מעגלעך צו זאָגן אויף אַזאַ וואונדערלעכער מאַשין, אַז זי האָט זיך געמאַכט פון זיך אליין אָן אַ באַשטימטער כוונה פון איינעם וואָס האָט דאָס געמאַכט. אפילו אויף אַ זייגער, אַז אַ מענטש וועט זאָגן אז דער זייגער האָט זיך געמאַכט פון זיך אליין, איז ער אַ חסר דעה.

דאָס אַלץ געפינט זיך אין מדרש. איינער אַ מין (אפיקורוס) דערציילט דעם מדרש, איז געקומען צו רבי עקיבא און האָט אים געפרעגט, ווער האָט באַשאַפן די וועלט? זאָגט רבי עקיבא: הקב"ה האָט די וועלט באַשאַפן. זאָגט צו אים דער מין: ברענג מיר אויף דעם אַ קלאָרן באַווייז. האָט אים רבי עקיבא צוריק געענפערט: ווער האָט געוועבט דאָס קלייד וואָס דו טראָגסט? דער מין זאָגט: וואָס הייסט ווער? דער וועבער. רבי עקיבא פרעגט אים צוריק: קענסטו דאָס מיר קלאָר באַווייזן? דאַן האָט רבי עקיבא זיך אָפּגערופן צו זיינע תלמידים מיט פאָלגענדע ווערטער: גאַנץ גענוי ווי דאָס קלייד זאָגט עדות אויפן וועבער, די טיר – אויפן סטאָליער, דאָס הויז אויפן בוימייסטער, אזוי זאָגט די וועלט עדות אויף הקדוש ברוך הוא אַז ער האָט איר באַשאַפן. ביז דאַנען דער מדרש.
אין דער אמתן שטעלן מיר אונז פאָר א מענטש וואָס איז געבוירן געוואָרן, א פאַרטיקער דערוואָקסענער מענטש, קענען מיר אונז דען מאַכן אַ באַגריף ווי פאַרוואונדערט דער מענטש וועט זיין זעענדיק פלוצלינג פאַר זיך די וועלט. אַ באַמערקענדיק די אַלע וואונדער פון דער נאַטור, וואָס אונזער געוואוינהייט האָט אונז אָפּגעטעמפט פון זיי צו באַמערקן.
עס איז קלאָר אז ווען זאָל דעם מענטש שטעלן א פראַגע, וואָס דענקט ער פון דער וועלט, האָט זיך דאָס אַלעס פון זיך אליין געמאַכט, אָדער איז דאָס געמאַכט פון די הענט פון אַ גרויסער חכם? קיין שום ספק נישט אז ווען דער מענטש זאָל זיך באַטראַכטן, וועט ער ענטפערן, אַז דאָס אַלעס קיין נישט זיין צופעליק. זעענדיק וואָס פאַר אַ אומגעהייערע חכמה און אויסערגעוויינטלעכע אָרדנונג עס הערשט אין יעדן ווינקעלע פון דער נאַטור.
דער זעלבער געדאַנק איז אויסגעדריקט אין פסוקים: השמים מספרים כבוד אל, די הימלען דערציילן דעם כבוד פון הקדוש ברוך הוא. מבשרי אחזה אלוה וכו', דורך מיין אייגענעם פלייש זע איך – די קראַפט פון הקדוש ברוך הוא. – אייגנטלעך איז דאָס אַלץ אזוי פשוט, אַז די פראַגע שטעלט זיך פאַרקערט, ווי איז דאָס גאָר מעגלעך אַז גרויסע פילאָסאָפן זאָלן נישט באַמערקן אַזאַ פשוטע זאַך, און מאַכן דעם טעות צו מיינען אַז די וועלט אנטשטאַנען דורך א צופאַל ח"ו. דאָס איז דאָך ווירקלעך אַ וואונדער.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק י מאמר על האמונה חלק ג


ו. די לייזונג פון דער פראַגע קען מען געפינען אין דער תורה, המגלה לנו כל סתום, דאָס איז דער פסוק "ולא תקח שוחד, כי השוחד יעור עיני חכמים" (דברים י"ז י"ט), דו זאָלסט נישט נעמען קיין באשטעכונג, ווייל באשטעכונג מאַכט בלינד די אויגן פון חכמים. די מאָס פון שוחד, באַשטעכונג, אין לויטן דין דאָס ווערט אַ פרוטה, די קלענסטע מטבע.
מען דאַרף אויך וויסן אַז די לא תעשה, דער פאַרבאָט, איז געזאָגט אין דער תורה פאר אַלע מענטשן אָן אַן אויסנאַם, און אויך דער גרעסטער חכם פון אַלע צייטן. אַ צדיק ווי משה רבינו ע"ה, ווען מען זאָל זיך קענען פאָרשטעלן, אַז ער זאָל איין מאָל נעמען שוחד, אַן איין-און-אייציקע פרוטה, וועלן פאַרטונקעלט ווערן די אויגן פון זיין פאַרשטאנד, און ער וועט פאַרלירן די מעגלייכקייט צו האָבן אַ ריכטיקן אורטייל. דאָס איז וואָס מען זעט פון דער תורה.

אייגנטלעך איז דאָס אַ ביסל וואונדערלעך , קענען מיר אונז דען פאַרשטעלן אויף משה און אהרן, די קדושי עליון, אז צוליב א נישטיקע הנאה וואָס זיי האבן פון איינעם פון די צדדים, וועלן זיי זיין פעיִק ארויסצוגעבן א פאַלשן אורטייל? די תורה זאָגט אָבער פאָרט אזוי, און אז די תורה זאָגט, איז עס אמת.
די דערקלערונג איז, אַז דאָס איז אַ נאַטורלעכער געזעץ אין דער מענטשליכע פסיכאָלאָגיע, אז דער ווילן באַאַיינפלוסט דעם שכל. זעלבס-פארשטאנדלעך, הענגט דער איינפלוס אָפּ, פון דער מאָס שכל און פון דער מאָס ווילן. אַ שוואַכער ווילן באַאַיינפלוס ווייניק אַ שטאַרקן שכל, דער זעלבער שוואַכער ווילן באַאַיינפלוס אָבער שטאַרקער אַ שוואַכן שכל. אַ שטאַרקער ווילן באַאַיינפלוס נאָך שטאַרקער. אָבער גאָר אָן אַן איינפלוס אויפן שכל, בלייבט דעם ווילן קיין מאָל נישט. און אויך דער שוואַכער רצון פאַראורזאַכט אירגענד וועלכע נטיה, נייגונג, דער שטאַרקסטער און דער גרעסטער שכל אפילו.

עס געפינט זיך אין גמרא (ענדע כתובות) אז אונזערע הייליקע חכמים האָבן דערשפירט ביי די קליינסטע הנאה וואָס זיי האָבן געהאט פון אַ מענטש, א נייגונג פאַר דעם מענטש. און ווען עס האט זיך געהאַנדלט וועגן א דין תורה וואָס דער זעלבער מענטש האָט געוואָלט האָבן ביי זיי, האָבן זיי זיך אַנטזאָגט , ווייל זיי האָבן דערשפירט אז זיי קענען נישט זיין אין גאַנצן אומפארטייאיש אין באַציאונג צו דעם מענטש.
אונזערע הייליקע חכמים ז"ל, גרויס ווי מלאכים מיט זייער ברייטן פאַרשטאַנד און זייערע הייליקע מדות, זיי האָבן געשפירט אז די קליינסטע באַשטעכונג האָט געהאַט אַן אַיינפלוס אויף זייער דענקען. ווי זעט דאָס שוין אויס ביי מענטשן וואָס זענען פאַרזונקען אין תאוות פון דער וועלט. דער יצר הרע באשעכט זיי כסדר, עס איז הפקר אַ וועלט, טו וואָס דו ווילסט. מען קען פאַרשטיין וואָס פאַר אַ מעכטיקייט אַיינפלוס עס קען האָבן, די גראָבע נייגונג פון א הפקר לעבן, צו פאַרטונקלען און בלינד צו מאַכן זייער שכל.
ווייל דאָרטן וואו איז דער מענטש איז באַשטאָכן, איז ער נישט פעיק צו זען דעם אמת, ווען דער אמת איז געגן דאָס וואָס ער וויל. דער מענטש איז אין באַציאונג אויף דער זאך אזוי ווי פאַרשיכורט. זעלבסט-פארשטענדלעך, שכור זייענדיק איז דער גרעסטער חכם אויך קיין חכם נישט.
אַזוי אַז עס איז גאָרנישט קיין וואונדער אויף גרויסע פילאָסאָפן וואָס האָבן נישט געגלויבט אין דער באַשאַפונג, ווייל לויטן גרויס פון זייער פאַרשטאַנד, איז אויך גרויס געווען זייער ווילן צו געניסן פון די תאוות עולם הזה. דאָס איז אזא באַשטעכונג וואס קען באַאַיינפלוסן אַ מענטש צו זאָגן אז צוויי מאָל צוויי איז נישט פיר, נאָר פינף.
דער מענטשלעכער שכל קען דערקענען דעם אמת, נאָר ווען ער איז נישט באַשטאָכן אין באַציאונג אויך דער זאַך איבער וועלכע ער וויל אורטיילן. אָבער ווען די דערקענטעניש פון אמת איז געגן דאָס וואָס דער מענטש וויל, קען אויך דער שטאַרקסטער שכל אים נישט ליכטיק מאַכן די אויגן.

ז. מיר קענען רעזומירן אַז די יסודות פון דער אמונה זיינען זעסלבסט-פאַרשטענדלעך און איבערצייגנט פאַר יעדן מענטש וואָס איז נאָר נישט קיין חסר דעה. ער קען גאָרנישט צווייפלן אין זייער ריכטיקייט. מיט דער באַדינגונג אָבער, דער מענטש, זאָל נישט זיין באַשטאָכן, ד. ה. ער זאָל זיך באַפרייט פון תאוות און רצונות.
עס קומט ארויס אז די ריכטיקע סיבה פון אפיקורסות און אומלויביקייט ליגט אין אַ טעות וואָס האָט זיין מקור אין שכל אליין. עס איז גאָר אין דער ווירקלעכקייט, דער ווילן צו קענען נאָכיאָגן די תאוות וואָס באַאַיינפלוסט און מאַכט בלינד דעם שכל.
איצט פאַרשטיייען מיר גוט וואָס די תורה וואָרענט אונז פאַר אפיקורסות מיט די ווערטער: איר זאָלט נישט נאָכגיין אייער האַרצן, ד. ה. די תורה פאַרפליכט דעם מענטשן צו צוימען זיין ווילן בכדי דער שכל זאָל זיין פריי פון זיין איינפלוס. דאַן ער וועט שוין ממילא זען דעם זעלבסט-פאַרשטעדלעכן און איבערצייגנטן אמת, אַז די וועלט איז באַשאַפן פון הקב"ה. אַזוי ווי די אויבן ציטירונג פון רבי עקיבא: די וועלט זאָגט עדות אויף הקב"ה אז ער האָט זי באַשאַפן.

כפירה, אומגלויבנקייט, האָט קיין שום אָרט נישט אין מענטשלעכן שכל, נאָר אין זיין רצון און זיין נייגונגען. וואָלטן זיינע נייגונגען נישט געווען אזוי פאַרגרעבט, וואָלט גאָרנישט מעגלעך געווען זיך טועה צו זיין אין כפירה ח"ו אָדער ע"ז. דאָס איז דער טעם פאַרוואָס די עבירה פון דעם איז אזוי גרויס, אַז ער האָט געגעבן אזוי פיל אויבערהאַנט זיינע תאוות איבער זיין שכל ביז ער קען נישט באַגרייפן אַזאַ פשוטע אמת.
אייגנטלעך באַשטייט די מצוה פון אמונה אין דעם אַז מען זאָל נישט געבן צו תאוות קיין שליטה איבערן שכל, דאַן וועט שוין קומען די אמונה פון זיך אליין. עס איז גאָרנישט נויטיק זיך מי צו געבן צו דערווערבן אמונה. די אַרבעט באַשטייט אין באזייטיקן די זאַכן וואָס זיינען שעדלעך פאַר דער אמונה, דאַן וועט זי שוין קומען פון זיך אליין. אויך דער איינפאכער בן נח, וועמענס שכל עס איז נישט אנטוויקלט, קען דאָך באַגרייפן פון זיך אליין, אַז די וועלט זאָגט עדות אויף הקב"ה, אז ער האָט זי געשאפן.
ווייטער איז דאָך שוין זייער איינפאַך, אַז יעדע זאַך וואָס איז געמאַכט פון אַ בן דעת, מוז האָבן עפעס אַ צוועק. און ווי באַלד די נאַטור עקזיסטירט דורך דעם רבונו של עולם וואָס האָט זי געמאַכט עקזיסטירן, איז קלאָר אז די נאַטור מוז האָבן א צוועק.
דער שכור וועט זיך נישט קענען ענטפערן ביי יום הדין אז ער האָט געגלויבט דער תכלית פון דער וועלט, פון הימל און ערד, באַשטייט אין דעם, מען זאָל טרינקען בראָנפן און זיך אנשיכרן. עס איז אַ פּשוטע און אַ זעלבסט-פאַרשטענדלעכע זאַך אַז דער תכלית פון אַלץ וואָס עקזיסטירט איז ממילא צו זיין דעם רצון פון הקב"ה וואָס האָט דאָס אַלץ געשאַפן. און ווי באַלד ער האָט באַדאַרפט דערקענען אַז דאָס איז דער תכלית פון זיין קומען אויף דער וועלט, האָט ער אויך געדאַרפט נאָכדענקען און נאָכזוכן אין וואָס באַשטייט דער רצון ה', ווייל ער האָט דאָס נישט געטאָן, פאַרדינט ער זיין שטראָף.

אַזוי זאָגן אונזערע חכמים ז"ל בן נח נהרג שהיה לו ללמוד ולא למד, דער בן נח ווערט באַשטראָפט ווייל ער האָט געדאַרפט לערנען און דערפאַרן, און ער האָט דאָס נישט געטאָן. דאָס זעלבע איז אויך דער טעם וואָס די זינד פון עבודה זרה איז אַזוי האַרב, ווייל דער מענטשלעכער שכל וואָלט געווען פריי פון זיינע נייגונגען, וואָלט פאר אים גאָר קיין מעגליכקייט נישט געווען זיך טועה צו זיין אין עבודה זרה, און זיין גאַנצער גלויבן אין עבודה זרה איז אים נאָר געקומען צוליב זיין שטאַרקער נייגונג, זיך צו דערלויבן וואָס טאָר מען נישט, אַזוי ווי אונזער חכמים זאָגן: ווען ישראל האָבן געדינט עבודה זרה, איז דאָס געווען בכדי זיך צו דערלויבן אויסגעלאַסנקייט עפענטלעך.
ישראל
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

פרק י מאמר על האמונה חלק ד


ח. מען דערציילט, אַ גוי, אַ געלערענטער, האָט אַמאָל געפרעגט דעם גאון בעל התומים, ביי אייך אין תורה שטייט דאָך "אחרי רבים להטות", מען זאָל אורטיילן לויט דער מיינונג פון דער מערהייט. יידן, איר זייט דאָך אַ קליינע מינדערהייט אונטער אַלע פעלקער וועלכע אָנערקענען נישט אייער יידישע רעליגיע, האָט איר דאָך אייגנטלעך געדאַרפט איבערגיין צו די רעליגיעס וואָס זיינען אָנגענומען פון דער מערהייט, פאַרוואָס האַלט איר זיך ביי אייער יידישקייט?
דער גאון האָט אים געענטפערט: מיר זיינען פאַרפליכט צו גיין נאָך די מערהייט דאָרטן וואו עס איז דאָ אַ ספק, אַ צווייפל, מען ווייסט נישט וואו עס איז דער אמת. אָבער דאָרטן וואו עס איז גאָר קיין ספק נישט, וואו מען ווייסט גאַנץ זיכער וואו איז דער אמת, האָט די מערהייט גאָר קיין איינפלוס נישט. מיר זיינען זיכער אַז די ריכטיקייט פון אונזער תורה הקדושה, מיר קענען אין דעם גאָר קיין ספקות נישט האָבן, אַזוי אַז די גרויסע מערהייט וואָס איז געגן אונז, קען גאָר קיין איינפלוס נישט האָבן אויף אונז, און קען אונז גאָרנישט אַראָפּפירן פון וועג. דער תירוץ איז זיכער און קלאָר.

אָבער לויט דאָס אויבן געשריבענע איז דער קשיא אויף דעם אויך קיין קשיא נישט, ווייל אין דעם פסוק אחרי רבים להטות, דו זאָלסט דיך (= זאָלסט זיך) ריכטן נאָך דער מערהייט, האַנדלט זיך עס וועגן דיינים, וואו אַלע, די מערהייט און די מינדערהייט, זיינען כשרע דיינים און ראוי צו מישפטן, אַלע אומפּאַרטייאיש, אָן וועלכע עס איז נייגונג נישט פאַר איין צד, נישט פאַר דעם צווייטן. אָבער דאָרטן וואו די מערהייט איז פּאַרטייאיש און די מינדערהייט נישט, פאָלגט מען זיכער די מיינונג פון דער אומפּאַרטייאישער מינדעהייט.
אין באַציאונג אויף גלויבן און רעליגיע קען דער מענטש דערקענען דעם אמת נאָר, ווען ער איז ווירקלעך פריי און ריין פון אַלע תאוות עולם הזה. אַזעלכע ריינע מענטשן געפינען זיך כמעט גאָרנישט ביי די אומות, נאָר צווישן אונזערע הייליקע חכמים ז"ל, וועלכע זיינען געווען ווי מלאכים אפילו אויב אונטער די אומות האָבן זיל געפונען איינציקע וואָס זיינען געווען ריין פון תאוות עולם הזה, איז דאָס נאָר אַ מיעוטא דמיעוטא, אַ נישטיקע מינדערהייט געגן אונזערע הייליקע חכמים וועלכע זיינען געווען אין די צענדליקער טויזענטער.
אזוי ווי די גמרא דערציילט אז ביי יידן זיינען געווען נביאים צוויי מאָל אזוי פיל ווי די יוצאי מצרים, ד. ה. מיר האָבן געהאַט אַ מיליאָן און צוויי הונדערט טויזענט נביאים. נאָר, זאָגט די גמרא, עס זיינען פאַרשריבן געוואָרן נאָר די נבואות, וואָס זיינען נויטיק פאר די שפעטערע דורות. דעריבער איז פאַרשריבן נאָר אַ גאַנץ קליינער טייל פון די נביאים. אָבער געווען זיינען זיי אַסאַך. גאַנץ גענוי די זעלבע זאַך איז געווען אין די צייטן פון די תנאים און פון די אמוראים.
עס שטעלט זיך ארויס אַז די פליכט צו הערן אונזערע חכמים, איז נאָר צו זיי, גייט טאַקע ארויס פון אחרי רבים להטות, דו זאָלסט דיך ריכטן נאָך דער מערהייט – וואָס מיינט: די מערהייט פון אומפארטייאישע דיינים, ווייל ווי מיר האָבן שוין געזען, זיינען דאָס אונזערע חכמים ז"ל, וואָס זיינען די איינציקע קאָמפּעטענטע דאָרטן וואו עס האַנדלט זיך וועגן אמונה פרעגן, דורך דעם ווייל זייער שכל איז געווען באַפרייט פון דער קלענסטער נייגונג און נגיעה.

דער זין פון דער אויבן דערמאָנטער קשיא איז צו פאַרגלייכן מיט א קאָמפּאַניע שכורים וואָס ווילן איבערצייגן אַ ניכטערן, אַז ער מוז זיך אויך אָנשיכורן, און טענה'ן דאָס איין, מיט דעם אַרגומענט אז ווי באַלד זיי זיינען א סאַך שכורים און ער איז נאָר איינער, אַ ניכטערער, איז על פי דין, אַז ער מוז זיי נאָכטאָן, ווייל אחרי רבים להטות.
גאַנץ גענוי אין אונזער פאַל, אויסער אונזערע הייליקע חכמים ז"ל, איז דער געוויינליכער מענטש אזוי ווי פאַרשיכורט פון ווילן און תאוות. אונזער חז"ל זאָגן דאָך: אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, אַ פרייער מענטש איז נאָר דער וואס איז זיך עוסק אין תורה, ווייל אָן דער הילף פון דער תורה הקדושה איז עס אוממעגלעך פאַר דעם מענטש, זיך צו באַפרייען פון זיין יצר הרע, פון זיינע נטיות, און זיינע בלינדע ווילן.

ט. דער ערשטער עיקר, גרונדזאַץ – אמונה בה' – האָט אַלס דירעקט און אומבאדינגע קאָנסעקווענץ , די איבערצייגונג פון דעם צווייטן עיקר, תורה מן השמים, – ווייל ווי באַלד אַז דער צוועק פון אַלץ וואָס איז באַשאַפן באַשטייט אין דעם, זיי זאָלן דערפילן דעם רצון ה', דעם ווילן פון זייער שעפער איינערזייטס . אָבער אנדערערזייטס , ווידער, איז דאָך זעלבסט-פאַרשטענדלעך קלאָר, אַז עס איז אויסגעשלאסן און אוממעגלעך פאַר דעם מענטש צו באַגרייפן די געדאַנקען פון דעם בורא עולם און צו וויסן וואָס איז זיין רצון.
עס איז דעריבער קלאָר, אַז עס האָט געמוזט זיין אַזוי, אַז הקב"ה האָט איינמאָל געגעבן די מענטשן צו וויסן וואָס איז זיין רצון פון זיי, און דאָס איז תורה מן השמים. נאָך ווייטער, פון דעם אַלעס פאָלגט אויך אמונה אין ביאת המשיח. ווייל נאָך דעם ווי מיר ווייסן קלאָר און זיכער, אַז דער צוועק פון דעם אַלעס וואָס עקזיסטירט איז נָאר ממילא צו זיין דעם רצון פון השי"ת, איז דער וועלט דערקעגן זעען מיר ריכטיק דעם היפוך דערפון, דער גרעסטער טייל מענטשן איז פאַרזונקען און פאַרטרונקען אין דעם ים פון תאוות, עס איז כמעט נישטא דער פאַרנינפטיקער , וועלכע זוכט ממלא צו זיין דעם רצון פון השי"ת, איז דאָך גאַנץ קלאָר אַז צוליב אַזעלכע מענטשן האָט אוודאי נישט געלוינט די גאַנצע בריאת שמים וארץ. מען מוז אומבאַדינגט פאַרשטיין אַז עז מוז קומען אַ טאָג אין וועלכן עס וועלן מקוים ווערן די פסוקים: "ונגלה כבוד ה', והיה ה' למלך על כל הארץ". אמן ואמן.


תם ונשלם
ישראל
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

נורא נוראות. א חיוב צו ליינען
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”