נייער בוך: איבער בערג און ימ'ען, הצלת ר' חיים מ. שט"ב ע"ה

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סטיוו שמידט

נייער בוך: איבער בערג און ימ'ען, הצלת ר' חיים מ. שט"ב ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיוו שמידט »

די וואך איז ארויסגעקימען די נייע בוך, וואס באשרייבט די הצלה פון ר' חיים מרדכי שטיינבערג'ס ע"ה ביי די צווייטע וועלט מלחמה

די בוך איז אנדערש ווי אלע אנדערע ביכער וואס זענענן דא אויפן מארק, ווייל עס איז א אמת'ע אויטענישע מעשה, דאס גיבט צו, צי די אינטערסאנטקייט פינעם בוך, זיי שרייבען אינעם הקדמה אז יעדעס ווארט פינעם בוך איז אמת, גארנישט מגזם געווען אדער צוגעלייגט, כאטש עס איז נישט א דיקער בוך, דאך איז עס היבש אינטערסאנט, און עס האלט געשפאנט דעם ליינער

איין זאך איז מיר אינטערסאנט, ער שרייבט אז ווען ער איז אנטלאפען פין מילטער, האבן די איסטאנצען ביי א געוויסע פונקט ארויס געשטעלט זיין בילד אין אלע צייטונגען,
אין אזוי אויך האט באהאנגן זיין בילד אין "גאנץ" אונגעראן, אז ווער עס זעט אים זאל אים איבער געבן פאר די פאליציי, ווייל ער איז א מיליטער דעזעטירער, די פאקט איז מיר אינטערסאנט ווייל אין יענע יארן תש"ד זענענן געווען מאסען מענטשן, וואס האבן זוך ארויסגעדרייט פין מיליטער, וואס עפעס איז "ער" געווען די אויסנאם, אז אים האבן זיי געוואלט כאפן פאר יעדע פרייז, עס זעט נישט אויס אפשר ווי א שטיקעל גוזמא? אדער מעגליך האבן זיי עס געטיען פאר יעדעם איינעם וואיז אנטלאפן פין מיליטער?!
לעצט פארראכטן דורך סטיוו שמידט אום מאנטאג דעצעמבער 29, 2008 8:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

{סטיוו, אלס א מנהל ענטפער איך דיר אז לויט וויפיל איך דענק איז נישטא אזא אשכול (אלדאו עס איז שוין לאנג אווערדאו) אויב וועט זיין נאך קאן גאר זיין אז מען וועט קענען עפענען א בוך-קלאב...}

שכוח פארן עפענען דעם אשכול, יאך האב נעכטן געקויפט דעם ביכל און איך האב עס נאכנישט אנגעהויבן, סאו עני וויכטיגע אינפא ביטע פאוסט, נישט קיין ספוילער'ס ביטע...

איבער דעם בוך, איך האב יענע וואך שבת אינטערוויויט אן אייניקל און ער האט מיר געזאגט אז היות דער זיידע פלעגט אזויפיל דערציילן זיין געשיכטע איז נישט מעגליך געווען צו צולייגן קיינע נישט אמתע פרטים, אבער אעפ"כ איז זייער ציענד, העמער עס לעזן און נאכהער זעהן.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איז ער נישט דער מחבר פון 'נצח קדושים'?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן-בוזי,
ער איז נישט די מחבר פון 'נצח קדושים' ווי ווייט איך ווייס, ער איז געווען אן עסקן אין סאטמאר און גאר שטארק געארבעט פאר א סאטמארער שטעטל נאך פאר קרית יואל, קודם אין סטעטן-איילאנד און דערנאך אין דאווער, נ.זש.

מנהלים,
איך קלער אז דער אשכול באלאנגט אין 'פליטת בית סופריהם'.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איין ספר פון ר' חיים מרדכי האב איך געליינט ס'הייסט פעולות צדיק לחיים, איבער זיין קשר צו מרן מהריט"ב מסאטמאר זי"ע,
אבער דעם ס' האב איך נאכנישט געליינט,
איך האב פערזענדליך געקענט דעם ר' חיים מרדכי און אסאך געהערט זיינע מעשיות,
די ראדני אידן געדענקען זיכער ר' חיים מרדכי פון בית שני מיט זיין שו"ע הל' שבת מיטן חק, האט ער גערייכערט איינס נאכן צווייטן, אין די צייט ווען רייכערן איז שוין געוועהן אסור אין ביהמ"ד,.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35420
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אודאי האט ער גערייכערטף ער האט דאך געהאט דעם רבי'ןס ברכה פארן נשט רייכערן יו''ט, כמסופר בהספר הנ''ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

בן בוזי האט געשריבן:איז ער נישט דער מחבר פון 'נצח קדושים'?

ניין דער נצח קדושים איז שטיינבערגער
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

ערשטנס א ווארט איבער ר' חיים מרדכי'ן ע"ה,

די וועלכע זענען 'אויפגעוואקסן' אין "ראדני", געדענקן אים אלס דער וואס האט 'געפירט שאלעשסידעס' אין די געיט ביים אויבנאן (אין די וואכן וואס דער ברך משה איז נישט געווען אין שטאט), ער פלעגט דארט 'אנפירן' [מ'שטיינס געזאגט...] דאס זינגען אינעם געיט און געזאגט ה' מלך וכו'. [גלייבט מיר אז עס איז געווען אזא גערודער אין די צייט אין שול, אז איך ווייס נישט צי עס איז דא עמיצער וואס ווייסט אפילו צי רח"מ האט בכלל "געקענט" זינגען...]

ווי גליקליך זענען מיר קינדער געווען צו קענען באקומען א שטיקל הערינג פון אים, (און וויפיל מאל האבן מיר אים "אויסגענארט" און געקומען בעטן נאכאמאל...) איי איז דאס געווען זיס צי זען ווי ער פלעגט דארט זיצן מיט די הענט אזוי אויפגעהויבן און אנגעלאנט אויפן געיט וואס האט אפגעטיילט דעם חלקת הרבנים מיט'ן רבינ'ס געיט.

ערשט שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן בין איך געוואויר געווארן אז אויסער רייכערן אינדערוואכן; טיילן הערינג; זינגען בבואו מאדום; זאגן ד' מלך; פארלערנען דעם חידושי תורה בלעטל וכו' ביי שלש סעודות, האט דער איד אויך אסאך וואס צו פארקויפן פון זיינע איבערלעבענישן בעפאר, בשעת און נאך די מלחמה, אויסער זיין אוצר פון סיפורים פון נאסויד, הוניאד, און פון רבין זי"ע.
יהא זכרו ברוך.

יעצט א ווארט איבער דעם בוך:
איך האב עס דערווייל נאר געבלעטערט און נישט אנגעפאנגען צו ליינען, אבער אויבנאויף קוקט עס מיר אויס ווי א פראפעסיאנאלע 'שרייבערישע' ארבייט, און נישט סתם אפגעשריבן ווארט-ביי-ווארט וואס ער האט פארציילט.

וואס איך מיין בעיקר ארויסצוברענגן, אז - אנדערש ווי פילע אנדערע מלחמה-איבערלעבעניש ביכער - איז דער בוך נישט געשריבן אויף א פערזענליכן אופן כאילו ר' חיים מרדכי פארציילט אליינס זיין געשיכטע, נאר דער שרייבער פארבט דעם גאנצן בילד, ער שילדערט דעם דעמאלטיגן מצב אין אונגארן רומעניע, און ער "שטעלט אוועק" ר' חיים מרדכי אינדערמיטן פון יענע תקופה, און אזוי פארציילט ער וואס ר' חיים מרדכי האט מיטגעמאכט וכו', אא"וו.

איך ווייס נישט צי דאס איז געווען די כוונה פון די ארויסגעבעער, אבער אויפן ערשטן בליק אויף די קעפלעך פון די קאפיטלן, האב איך באלד באמערקט די מעלה פון דעם סארט שרייבן. עס ערלויבט דעם שרייבער 'אוועקצושפאצירן' און געבן דעם ליינער א היסטארישן פערספעקטיוו, און אים 'אריינפירן' אין דעם דעמאלטיגן מצב, די אלע פאליטישע אנטוויקלונגען און אנדערע זייטיגע געשעענישן פון וואס ר' חיים מרדכי האט זיכער נישט געטראכט פון דעם בשעת ער האט איבערגעלעבט די תקופה, און ער ווואלט דאס אוודאי נישט געשפירט פאר וויכטיג צו פארציילן אדער אראפשרייבן, אבער וויבאלד דער שרייבער רעדט פון ר' חיים מרדכי אלס א 'דריטער פערזאן' איז זייער לייכט אריינצושטעלן דעם העלד פון די געשיכטע אינדערמיט צווישן די אלע געשעענישן און אנטוויקלונגען אויפן מלחמה-פראנט און אין די רעגירונגען וכו' וכו',

עניוועי, דאס איז מיין מיינונג אויפן ערשטן בליק, נאך בעפאר'ן אנפאנגען צו ליינען דעם בוך. אדרבה, ווער ס'האט שוין געליינט קען מיר פארבעסערן.

און צום שלוס: הלואי עס זענען דא נאך צענדליגער ביכער פון אונזערע היימישע זקנים וואס זאלן פארציילן פאר אונזערע קינדער איבער די מלחמה און פון "דערהיים", וואס דער היינטיגער דור יונגווארג ווייסט ניטאמאל וואס דאס ווארט "פונעדערהיים" מיינט... אדרבה פרובירט אויס אייערע אייגענע קינדער צי זיי ווייסן פון וואו זייערע זיידעס קומען "פונדערהיים" וכו' וכו' ואכמ"ל.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב נאך נישט געהאט קיין געלעגנהייט צו זען דעם בוך, נאר איך וויל מוסיף זיין וועגן ר' חיים מרדכי ע"ה מעגליך אז ער רעדט דערפון און בוך, אלץ א געטרייער איבערגעגעבענער עסקן צו מוסדות סאטמאר איז ער געווען שטארק אקטיוו אינעם קעמפ אפיס ער האט אויסער געווענליך געהאלפן פאר ר' יודל ראזענבערג ז"ל
מ'געדענק מיר ווען מיר זענען געווען קינדער פלעגט ער ארומגיין אויף די געלע (גרינע קודם) באסעס זונטאג פארטאגס און צוזאם נעמען די באס טיקעטס, אזוי אויך גאנץ זומער פלעגט ער זיין אין קעמפ אפיס, ביי אים האט מען באצאלט די דאללער פאר די שיך באקס וואס מ'האט געשיקט יעדן פרייטאג.
דער חידוש איז געווען אז די אלע וואס האבן זיך געדרייט ארום ר' יודל'ן האבן עפ"י רוב געהאט דערפון א טובת הנאה, א באנגעלוי, אדער כאטש אביסל קאקאש קעיק אא"וו. אבער ער האט נאר געטון מלאכת ד' אן א קיק בעק ווי מ'רופט עס, ס'דאכט זיך מיר ער האט נישט באקומען קיין געהאלט.
נאך אזאך דאס דארף שוין דער אינגערער דור אויך געדענקען ווי ער פלעגט נאך קומען דאווענען מיט די אקסידזשען וועגעלע ממש מיט מסירת נפש.
אויך איז ביי זיין טאכטער-איידעם געווען די באוויסטע תנאים וואס דער רבי זי"ע האט געהייסן רופן נאר מנין און דער חתן זאל זיין מן המנין, און קענסלען דעם זאל מיט אלע איבריגע הוצאות, און דער רבי האט געשיקט די רביצין ע"ה קוקן צו מ'האלט טאקע איין דעם באפעל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

כ'האב נישט געזען דאס ביכל, אבער איך האב שוין געזען זיין פריער דערמאנטן קונטרס פעולת צדיק לחיים.

ר' חיים מרדכי איז געווען א גאר נאנטער איבער געגעבנער מענטש פאר'ן סאטמאר'ן רבי'ן, וועלכער האט אים זייער שטארק געטרויעט.

איך האב אים נישט זייער גוט געקענט, אבער איך האב איינמאל זוכה געווען צו הערן פון אים מעשיות, וואס אין דעם איז ער געווען א מומחה.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ר' חיים מרדכי איז די טאטע פון יבלחט''א ר' משה אהרן שטיינבערג יו''ר דחברה הצלה אין ק''י!
די מחבר פון נצח קדושים האט געהייסן ר' אלי' הלוי שטיינבערגער ע''ה די טאטע פון יבלחט''א הרה''ג ר' שמחה שלו' שטיינבערגער
שליט''א מגי''ש אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

א געוואלדיג ביכל.
די עלטערע אידן וואס געדענקען נאך א וועלט, דארף מען יונק זיין פון זיי ווי מער, ווי מער צייט עס גייט פאראיבער אלס ווייניגער איז דא צו פרעגן
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ס'איז ממש א שרעק, אפילו די עלטערע אידן וואס לעבן נאך ה' יאריך ימיהם ושנותם בנימים, סווערט שווערער און שווערע צו רעדן מיט זיי און הערן, כ'האב פרובירט שוין מיט אפאר עלטערע אידן לעצטנ'ס, און כ'האב מיט "אלע" געהאט א דורכפאל, איינער הערט שוין נישט גוט, איינער האט שוין נישט קיין כח צו רעדן, א דריטער געדענקט שוין נישט פונקטליך, ווער ס'קען נאך עפעס הערן זאל אריין כאפן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”