ר' יקתואל יהודא גרינוואלד מקולומבוס, אהייא וחיבוריו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

רשימה איז ענדערש ליסטע.
ועמך כולם צדיקים
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

זיין טאטע ר' יעקב איז געווען א גרויסע חסיד פין קדושת יו"ט אין פין די טוענים ביי די סיגעטער מחלוקה (כנ"ל). אין מקען טאקע זען אז אפילו ער באשרייבט די מחלוקה נייטראל, אבער סאיז דאך דא אביסעל נגיעות קעגען די אנדערע זייט.
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

אויך ביי די "זאלץ" פשרה לאזט ער אויס אסאך מקורות אין פארפעלט וויכטיגע פרטים, סאיז בכלל נישט אזוי ער שרייבט.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כהאב געהערט פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א, אז הרב רז"ל גרינוואלד ז"ל האט אמאל געשמועסט מיטן עצי חיים (דאכט זיך אז הרב גרינוואלד איז געווען א תלמיד פונעם קדיו"ט, א"ב) אינמיטן דעם שמועס איז געווארן געווארן א ויכוח איבער אן ענין וואס ווערט געברענגט אין א געוויסן ספר, דער עצי חיים האט גע'טענה'ט אז עס שטייט אזוי און רז"ל האט גע'טענה'ט אז עס שטייט אנדערש, מהאט אפיר געברענגט דעם ספר און סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז דער עצי חיים איז גערעכט געווען (כידוע האט דער עצ"ח געהאט א זכרון נפלא), האט זיך דער עצי חיים אויפגעמישט דעם שער בלאט פונעם ספר און זיך אנגערופן צו ר' זלמן לייב, דא ווייסטו בעסער, אבער אינעווייניג ווייס איך בעסער.
ודפח"ח
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אין די רשימה דערמאנט סעמיטשקע דעם ספר 'רבי יונתן אייבעשיץ', איז א פלא דער מחבר ע"ה נעמט א שטעלונג אין די מחלוקה ציאווישן די שרפי מעלה הר"י עמדין והר"י אייבעשיץ זכרון שניהם לברכה.
......................
כ'האב געהערט פון הרה"ח מו"ה משה יחזקאל גרינוואלד שי' פון מאנסי, וואס איז אן אייניקל פון יארע'ר רב ז"ל בן הערוגת הבושם, אז דער היסטאריקער מהרי"י גרינוואלד דינן, האט געלערנט ביים ערוגת הבושם און איז געווען א נאנטער חבר מיט'ן יארע'ר רב וועלכער האט אויך געהייסן יקותיאל יהודה, ע"כ איז די חברותא פון די צוויי יקותיאל יהודה גרינוואלדס' געווען א שם דבר אין ישיבה.

דאס אז ער האט געהאט סמיכה פון ערוגת הבושם האט שוין מיללער דערמאנט, ווייסט איינער פון נאך א מקור אז ער איז אויך געווען א תלמיד זיינער?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אלף בית האט געשריבן:דאכט זיך אז הרב גרינוואלד איז געווען א תלמיד פונעם קדיו"ט
כמדומה לי אז נישט, ער האט אין די יונגע יארן געלערנט אין חוסט און שפעטער [נאכן ערשטן קריג] זיך געדרייט אין דייטשלאנד איידערן אויסוואנדערן קיין אמריקא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סדר יחוסו, לפ"ז איז ער געווען אן אייניקל פון רבי'ן ר ' שמעלקא:
אטעטשמענטס
יחוס.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויפן אנגעגעבענעם לינק פון ר' שמחה'ן איז פארהאן א שטיקל באשרייבונג איבער אים.

scy4851 האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,

קענסט אפשר אפירזוכען א בילד פון אים? איך זוך שוין א לענגערע צייט אבער אן ערפאלג.
דא איז א בילד פון איהם, עס איז אבער נישט קלאר

דרך אגב,
און בעק פון השוחט והשחיטה [וויא איך האב געטראפען דער בילד] איז דא א גאנצע ביאגרעפיע פון איהם. און א רשימה פון אלע זאנע ספרים און ביכער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עטליכע שטריכען אויף ענגליש לתולדותיו, ווי עס שטייט דארט איז ער פון אונגארן געגאנגען קיין פראנקפורט שטודירען און שפעטער איז ער צוגעצויגען געווארן צו די מזרחי, איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא, דאהי איז ער קודם געווען א רב אין ברוקלין איידער ער איז אריבען קיין אהייאו.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מיללער האט געשריבן:אגב, בין איך דארט געוואור געווארן אז ר' משה יוסף ט"ב מאיהעל בן מרן הייט"ל איז געקומען למנוחות אין סיגוט (שפעטער האב איך געטראפן ערגעץ אנדערש אז אויך זיין זוהן ר' ברכי' מאיהעל ליגט אין סיגוט) ווייסט איינער צו דער ציון פון ר' משה יוסף איהעלער שטייט, און פארוואס ער ליגט נישט אינעם זעלבון אוהל פון זיין טאטע?


מ'האט אים געוואלט לייגן אין אוהעל און די נעלאגען, וואס זענען געווען בעל הבית אויפ'ן בית החיים האבן נישט געוואלט ער זאל ליגן אין אוהל, האט אים דער קדושת יו"ט געברענגט קיין סיגוט.

ס'איז באוואוסט אז מ'האט אויפגעהאלטן די לויה אפאר טעג. דער קדויו"ט איז אראפגעפארן קיין אוהעל צו שתדלן און ער האט זיך געבעטן אז ער לייגט שוין נישט תפילין אפאר טעג אלץ אן אונן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב יוסלמאן מען האט שוין אדורכגעשמועסט די דערמאנטע נושא אין די שכנות'דיגע סיגוטער אשכולות, תדרשנו משם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

לשבחו, ווען מען האט געוואלט טוישן די מחיצה אין זיין שוהל צי א נישט געהעריגע מחיצה, האט ער געזאגט פאר די רה"ק אז ער וועט זיך אפזאגען פין רבנות (א חידוש אין יענע טעג). אין ער האט טאקע אויסגעפירט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די 'אהייאו זשואיש כראניקעל' בארשייבט זיין פטירה באגלייט מיט א בילד פון הרב גרינוואלד (קרעדיט; מנחם מאתר קברי צדיקים)
אטעטשמענטס
getimage.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מיללער יישר כחכם, איך האב פרובירט צו קאפירן דעם צייטונג אביסל קלארער און גרעסער, ולא עלתה בידי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין 'קול התאחדותינו' מדור 'משלחן מלכים' וועלכע ווערט ארויסגעגעבן אין בני ברק דורך חסידי סאטמאר (מהר"א) איז פארהאן געווען א שמועס צווישען דען זוועהילער רבי שליט"א פון יוניאן סיטי (חדב"ן האדמו"ר מצאנז-קלויזענבורג ז"ל) און דער סאטמארער רבי שליט"א מהר"א, איבער דער רי"י גר"וו.

די מעשה וואס 'אלף בית' דערמאנט אויבן איבער דעם שמועס פון גר"וו מיטן עצי חיים ווערט דארט אויך פארציילט, וואס איז אינטערעסאט איז אז דער סאטמארער רבי זאגט אז דער פאטער ר' יעקב איז נאך געווען א מגיד אין סיגוט אין די צייטן פון הייליגען ייטב לב.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אין "רבי יהונתן אייבשיץ" ברענגט ער אויף זייט 23 איין הערה 7:

גם הבאתי שמה מה שאמר לי הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א כעת בברוקלין.

ער באציעט זיך אויף זיין ספר ב"ית יהונתן" וואס ער האט נאך ארויסגעגעבן אין סיגוט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'האט דא גערעדט פון ר' יעקב גרינוואלד פון סיגוט אבי ר' יקתוא' יהודה (נשוא האשכול) ובני משפחתו איז אינטערעסאנט אראפצוברענגען אז אינעם ניי-געפונענעם פנקס הח"ק פון ק"ק סיגוט (מישט אויף צו זייט 36 אינעם פד"פ) ווערט געשריבען ווי פאלגענד:
ר' יעקב גרינוואלד הכניס את שלשה בניו, דהיינו, הבחור משה והבחור אביגדור והבחור זלמן ליב לתוך החבורה וכו'

http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1078.pdf
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

כהנא האט געשריבן:לשבחו, ווען מען האט געוואלט טוישן די מחיצה אין זיין שוהל צי א נישט געהעריגע מחיצה, האט ער געזאגט פאר די רה"ק אז ער וועט זיך אפזאגען פון רבנות (א חידוש אין יענע טעג). און ער האט טאקע אויסגעפירט.


איך האב שטארק הנאה פון די עובדא. עס גיבט אסאך צו צו זיין פערזענליכקייט.


זיין ביכל "טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן" איז אין מיין באזיץ, און "השוחט והשחיטה" האב איך שוין געלעזט אלס בחור.

וואס טוט זיך מיט די אנדערע ספרים (ווי דורות הראשונים און נאך), וואו קען מען עס שאפן?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דורות הראשונים ווייס יאך נישט, אבער אנדערע זענען דא ביי היברו בוקס און אוצר החכמה.
ועמך כולם צדיקים
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

איך זוך עס צו קויפן אויף א פאפירענעם פארמאט, ווען איך לייען עפעס אויף די אונטערנעץ בין איך עס נישט געהעריג קולט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' פארשריבן, דאן גייט צו היברו בוקס און דרוקט אויף:
order in print format.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ר' פאַרשלאָפן, ווען זיי זאלן עס ווען דערלאַנגען אין א געבונדענעם פאָרמאַט צווישן צוויי הארטע דעקלעך, וואלט איך געווען צופרידן.
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

פארשריבן האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די אנדערע ספרים (ווי דורות הראשונים און נאך), וואו קען מען עס שאפן?


איך האב דעם ספר דורות הראשונים און באזיץ פארבינד זיך מיט מיר אין אימעיל
[email protected]
לעצט פארראכטן דורך זאמלער אום דינסטאג פעברואר 01, 2011 11:37 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פארשריבן האט געשריבן:ר' פאַרשלאָפן, ווען זיי זאלן עס ווען דערלאַנגען אין א געבונדענעם פאָרמאַט צווישן צוויי הארטע דעקלעך, וואלט איך געווען צופרידן.

הוא אשר דברתי, דאס קריגט מען פון פאבליש יור ספר, יש תחת ידי כמה ספרים מהם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”