גערעכט הרב מיללער, ער האט מחבר געווען א ספר חלק יעקב - על פרקי אבות ארויס געגעבן דורך זיינע צוויי זון ר' אביגדור און ר' י"י.
ער האט זייער שיינע הסכמות פון: דעם עצי חיים, שימלויער רב, ר' שאול בראך, ר' יוסף חיים זאנענפעלד, בעל קרן לדוד, בעל מעשי למלך ווייטצען, זכרונם לברכה.
איך האב נאר געפרעגט צו ער האט מחבר געווען א ספר, תשוח"ח לך פאר'ן לינק (איך האב געוואלט ארויבסרענגען די הסכמות, האסט מיך אויסגעכאפט) איך זעה אז זיין רי"י'ס זיידע, ר' נפתלי האט עולה געווען קיין אר"י ושם מנ"כ ווי אויך אז דער ר' יעקב האט געהאט אסאך צער גידול בנים ווען 5 קינדער זענען ל"ע נעדר געווארן בחייו.
אין א לייכטערען נאטיץ, ער האט געקריגען אסאך שטיצע פון ק"ק סקרענטאן בימים ההם צו דרוקן זיין חיבור, זעה בייגעלייגט:
ר' יקותיאל יהודה שרייבט, אז זיין טאטע איז גוועהן אין ישיבה ביים כתב סופר זייער א נאנטער חבר מיטען ערוגות הבושם, אין מיט הגאון ר' יודא גרינוואלד פון סאטמאר. מ'האט זיי גערופען דער גרינוואלד סגול.
ער איז גוועהן א ריזן ת"ח, ער האט נאר נישט געוואלט נהנה זיין מכתרה של תורה
יצמחפורקניה האט געשריבן:ר' יקותיאל יהודה שרייבט, אז זיין טאטע איז גוועהן אין ישיבה ביים כתב סופר זייער א נאנטער חבר מיטען ערוגות הבושם, אין מיט הגאון ר' יודא גרינוואלד פון סאטמאר. מ'האט זיי גערופען דער גרינוואלד סגול.
ער ברענגט עס בשם איינעם פון די חשוב'ע רבנים, פון די פרעשבורג'ע תלמידים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
badatz האט געשריבן:אגב ספרי ר' זלמן לייב ז''ל גרינוואלד זכאים לאשכול נפרד הוא כתב היסטורי' --הלכה כל בו באבילות --מחקר-- יש לי ממנו כשלושים ספרים . יש לו זכות ראשונים אודות הירושלמי על קדשים .
הרב בד"ץ, דא איז א לינק צי אן אשכול וועגען הרב גרינוואלד ז"ל און זיינע ספרים
'' ב''ה יישר כחך ידידי היקר שיחי' נצח . אבל לדאבוני אני לא רואה שם שום דיבור על ספריו המענינים ןיש שם הרבה חומר על היסטורית הונגרי' .אגב כשמכון חת''ס הדפיס מחדש את ספרו על המהר''ם שיק הם הוציאו משם כמה קטעים.סוכ''ס רוח התחדשות נטפה בו .ספרו "האם ראה הבבלי את הירושלמי " הוא ספר לימוד .הוא הי' חתן הרב מסעבען שהי' כבר מההולכים קדימה .אחר פטירתו משפחתו זרקו את כל האוצר שלו הכת''י והמכתבים לאשפה . כך סיפר לי מר פעלדהיים מפעלדהיים פאבל. מאיסט סייד הוא ההדיר הרבה מספרי הרב גרינוואלד והי' בקשר חזק איתו .חבל על דאבדין .בקובצי התקופה של שנות תש-תשי הי לו פולמוס גדול עם "הרב "משה" חיים "אפרים בלאך בעל דובב שפתי ישנים מבראנקס <אגב ביקרתי פעם אצלו בדעווידסאן סטריט והי' אישיות מענינת >
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ר' חיים בלאך האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד ---- 1]פין ערוגת הבושם 2]פין מהרש''ם 3]פין הרי בשמים דער סטאניסלאווער רב . אין עהר האט געדרוקט קונטרסים מיט מעשיות פין זייא און ר' זלמן לייב גר''וו האט זיך געדינגען .כדרך המספרים .ור' חיים לא סבל אויב מען זאגט אנדערש וויא עהר .און עהר האט געהאט א שארפע פען .עהר האט אמאהל פארלוירען א דין תורה מיט איינעם פינקעלשטיין בייא אגודת הרבנים אין דער יושב ראש איז געווען הרב יהודא לייב זעלצער האט עהר איהם אזוי שטארק אהן געגריפען אז מען האט איהם געוואלט לייגען אין חרם .עיין בגליוני הפרדס . הוא הי' איש פולמוסי אי''ה עוד נעריך עליו .
badatz האט געשריבן:ר' חיים בלאך האט אמאהל פארלוירען א דין תורה מיט איינעם פינקעלשטיין בייא אגודת הרבנים אין דער יושב ראש איז געווען הרב יהודא לייב זעלצער האט עהר איהם אזוי שטארק אהן געגריפען אז מען האט איהם געוואלט לייגען אין חרם .עיין בגליוני הפרדס . הוא הי' איש פולמוסי אי''ה עוד נעריך עליו .
און לכבוד דעם פארלירען דער דין תורה האט ער אנגעשריבען עטליכע קונטריסים א טייל זענען אויף היברובוקס they are VERY INTERESTING READING
א ישר כח הרב מיללער, הרב גרינוואלד האט אין יענע יארן, אלט זייענדיג נישט מער ווי די נידריגע צוואנציגערס, ארויסגעגעבן עטליכע היסטאריע ספרים וואס אסאך עלטערע פון אים האבן נישט באוויזן ארויסצוגעבן און אלעס אן א קאמפיוטער אדער די אינטערנעט, עס איז פארהאן עטליכע פון זיי אויף היברו בוקס, אין זיינע ספרים דערקענט זיך די שטארקע ירידה וואס דער דור פאר די קריג האט געזען, מ'זעט אז אין די ערשטע ספרים שרייבט ער מער רעכטס געשטימט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דער ספר 'זכרון לראשונים' הנ"ל איז גאר אינטערעסאנט פון א סיגוט'ע פערספערקטיוו, עס ווארפט אביסל א ליכט אויף די קורות הקיהלה ורבניה, און צווישן די שורות זעהט זיך ארויס די פארשידענע מחלוקותער וועלכע האבן זיך דארט אפגעשפילט אנגעהויבן ביי ר' אלעזר ניסן זצ"ל.
אגב, בין איך דארט געוואור געווארן אז ר' משה יוסף ט"ב מאיהעל בן מרן הייט"ל איז געקומען למנוחות אין סיגוט (שפעטער האב איך געטראפן ערגעץ אנדערש אז אויך זיין זוהן ר' ברכי' מאיהעל ליגט אין סיגוט) ווייסט איינער צו דער ציון פון ר' משה יוסף איהעלער שטייט, און פארוואס ער ליגט נישט אינעם זעלבון אוהל פון זיין טאטע?
א טיילווייזער נישט אקוראטער צייכענונג פין ספרי ר' זלמן ליב גרינוואלד כהאף צוצושטעלין א בעסערע צייכענונג
ספרי הלכה: 1] אח לצרה - הלכות ליום צרה מיום שנחלה עד תום ימי אבלות [מהד"ק לכלבו על אבילות], סט. לויעס תרצ"ט 2] כלבו על הלכות אבילות - חלק א' דיני אבילות, ניו יארק תש"ז 3] חלק ב' - שו"ת בענין אבלות, ניו יארק תשי"א 4] חלק ג' - נקרא גם כתר כהונה עניני קדושת כהנים, ניו יארק תשי"ב
היסטארישער ווערק: 5] טויזט יאר אידיש לעבן אין אונגארין - ניו יארק 1945 [תש"ה-ו] 6] לפלגות ישראל באונגריא – די אנטוויקלונגען אודות די טיילונג אין אוגארין, תשכ"ח 7] מצבת קודש ח"א – געשיכטע פין די שטאדט סיגעט ופלך מארמוראש, ניו יארק תשי"ב 8] מצבת קודש ח"ב – געשיכטע פין די שטאדט מאטערסדורף וז' קהילות, ניו יארק תשי"ב 9] תולדות הכהנים הגדולים – ביוגרפיא פין כהנים גדולים ששימשו פין אהרן עד סוף בית שני, ניו יארק תרצ"ב 10] מסדרי הבבלי וירושלמי – די ווירקונג פינעם ירושלמי אויפן ד' חלקי, ניו יארק תשי"ד 11] זכרון לראשנים – והוא שם הגדולים באריכות פין די שטאדט סיגעט אין פין די וואס זענען בהאלטין אין בית עלמין שם, סאטמאר תרס"ח 12] לתולדות הריפורמציאן הדתית בגרמניא ובאונגריא – די פולער געשיכטע פינעם טיילונג אין דייטשלנד און אונגארין, אהייא תש"ח 13] השוחט והשחיטה בספרות הרבנית – תולדות השחיטה פין ימי חז"ל ביז אונזער תקופה, ניו יארק תשט"ו 14] היהודים באונגריא, תרע"ג 15] מקורות לקורות ישראל – פון די שטעדט אונצדארף אפען ישן עיר חדש קארלסבורג סעליש צעהלים קראהלי פין מדינת סלבקיה אונגארין טראנסילבאניה און יאגעסלאביה, berehovo תרצ"ד 16] לתולדות הסנהדרין בישראל – די נשיאי הסנהדרין די קטגוריא צווישען די בני לוי און די נשיאים די הופטן אין די צייטן פון די מלחמה מיט די רוימער תולדות יוסף בן מתתיהו, ניו יארק תש"י 17] תלמוד בבלי וירושלמי ספר ראשון – ארץ ישראל בבל וארצות הגולה, ברוקלין תרצ"ו 18] תלמוד בבלי וירושלמי ספר שני – המצב הכלכלי של חזל באר"י ובבל, ברוקלין תרצ"ו 19] קורות התורה והאמונה בהונגריה – בודאפעסט תרפ"א 20] לקורות השבתאים באונגאריה – ווייצען 1912 תרע"ב – ג 21] פארי חכמי מדינתינו – שם הגדולים מארץ הגר, סיגעט תר"ע 22] תולדות חכתי ישראל – תולדות ר' אפרים מווילנא הריסת עיר אובין בשנת תמ"ו, 1924
ביוגראפישער ווערק: 23] תולדות גדולי הדור – ח"א בית יהונתן חיי ר' יונתן אייבשיץ, סיגעט תרס"ח 24] הרב ר' יוסף קארו וזמנו – קורות חיי בעל בית יוסף און שולחן ערוך, ניו יארק תשי"ד 25] הרב ר' יונתן אייבשיץ – תולדות פונעם גאון און וועגין די מוראדיקע מחלוקות מיטן ריעב"ץ, ניו יארק תשי"ד 26] המהר"ם שיק וזמנו – תולדות פונעם מהר"ם שיק און זיין השפעה צום טיילונג, אהייא תש"ז 27] תולדות ר' אלעזר קאליר – אב"ד קעלין מח"ס אור חדש, ניו יארק תשי"ב 28] מהרי"ל וזמנו – קורות חייו, ניו יארק תש"ד 29] תולדות משפחת ראזענטאהל – קורות השתדלן ראזענטאהל, בודאפעסט תר"פ
אוטאביוגראפישער ווערק: 30] ספר הזכרונות – כולל די אלע שוועריקייטען וואס איך מיטגעמאכט במלחמה הגדולה [ערשטער וועלט קריג], בודאפעסט תרפ"ב
א מאסף תורני וואס הרב גרינוואלד האט געזאלט אנפירען וואס איז געלונגען נאר אוף איינמאהל: 31] אוצר נחמד – חלק א' מאסף מוקדש להלכה וחכמת ישראל, ניו יארק תש"ב
הרב גרינוואלד האט געלאזט דריקען די פאראויסדיגער בוך פול מיט זיינע באמערקונגען 32] הערות על ספר מעשה תעתעים – הרית של אנשי קהלת פפד"ם עם ר' נתן אדליר, בודאפעסט תרפ"ב
כפי הזכרון שלי בסוף מס' 12] איז דא אן אפשאצונג אויף הרב גרינוואלד און סדארף זיין דארט א רשימה מספריו כהאב עס נישט לפני סליגט פארבארגט ביים שכן, ועוד חזון