רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אינטערוויו מיט רבי אלחנן זאב פריעדמאן אויף קול מבשר #1-1-4.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

בנוגע די צוויי בילדער, יא, דאס איז ער געווען, ערענסט צום באשעפער און אייביג מיט א שמייכל צו יעדן איד, אייביג א גוט ווארט און א קלוג ווארט צו יעדן און צו יעדן מצב. ער איז געווען מלא חכמה ודעת און א איד וואס יעדער האט געהאט צוטריט צו אים. ער איז געווען תוכו כברו און האסט געוויסט קלאר ווי דו האלסט מיט אים. מען האט אים נישט געקענט פארדרייען די קאפ, ער האט דיר קלאר געזאגט וואס ער טראכט, און ווען עס האט זיך געפאדערט כדי נישט צו פוגע זיין איז עס געווען מיט א שמייכל און מיט חכמה ווי איינער האט שוין געברעגנט איין דוגמא מיני אלף.

מען האט נאך דערווייל מייסטענס גערעדט דא בכללות ווי געלונגען ער איז געווען און ווי וויכטיג פאר דער דור ער איז געווען, אבער נאר אנגערירט א ביסל פון זיין גדלות בפרטות, אבער נאך נישט דערמאנט ווי ער איז געווען א חד בדרא ווען עס איז געקומען צו כתבי יד פון גדולי ישראל. עס איז דא א פאר געציילטע אמת'ע מומחים אויף דער גאנצע וועלט, און דא אין אמעריקע איז ער געווען אדרעס נומער איינס.

מיר האבן אים גערופן ר' בערל בלשון חיבה. די צוויי גרעסטע מומחים דא אין אמעריקע אויף כתבי יד איז געווען ער, מיט להבחל"ח הרב שמערל ציטראנעבוים שליט"א. האט מען אלס ווערטל געזאגט אויפן גראם אז די צוויי גרעסטע מומחים זענען ר' שמערל מיט ר' בערל.

ווער עס איז נאר געזעצן מיט ר' בערל בשעת'ן מפענח זיין כתבי ידות צו וויסען וועמען'ס כתב און וועמען'ס חתימה, האט געקענט ממש ארויס גיין פון די כלים וואס דער מענטש אלץ ווייסט. די שווערסטע מטושטש'דיגע כתב האט ער צונומען ווי דער גרעסטער פאליס דעטעקטיוו, מחלק געווען צווישן אותיות און פירקלערייען און ארויס געליינט א אומליינבארע נאמען ממש א יש מאין. די שווערסטע כתבי ידות וואס דער חילוק צווישן איין אות און א צווייטע איז געווען דקות'דיג כקוצו של יו"ד, פלעגט ער ליינען אן קיין שוועריקייטן. בקיצור מיט א זכרון נפלא באגלייט מיט אויטערלישע דעטעקטיוו קעפעביליטיס האט ער שווערע טויזענטער (אפשר צענדליגע טויזענטער) כתבי ידות מיט חתימות מפענח געווען לדורות הבאים.

ער איז אויך געווען פון די יחידים ממש ביי אונז אשכנזישע אידן וואס האט געקענט ליינען די ספרדישע כתב ווי איינער זאגט אשרי. און דארט אויך איז ער געווען א מומחה עצום צו קענען אויס ליינען א מטושטש'דיגע כתב אן קיין שוועריקייטן.

זייענדיג דער אדם השלם וואס ער איז געווען, איז ער אויך געווען א מומחה צו מפענח זיין די דאטום אין א ספרדישע כתב יד, ווי זיי פלעגן שרייבן למספר שנות השטרות. געזאגט האט ער מיר איין מאל אז הגאון ר' עבדי' יוסף איז א מומחה גדול צו מפענח זיין אין רגעים פון א יאר לשנות השטרות צו א יאר לשנות הבריאה, און אויך פארקערט. ער האט מיר געזאגט אז עס זענען דא סימנים אויף דעם ווואס ר' עבדי יוסף קען און "ער קען עס אויך". (ער האט מיר דעמאלט געזאגט וואס (שוין לאנגע יארן צוריק), אבער געדענק שוין נישט. אויב איינער האט מער פרטים איבער דעם, ביטע דערציילט אונז, און אויך וואס די סימנים זענען).
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום מאנטאג מאי 04, 2020 5:42 pm, פארראכטן געווארן 11 מאל.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

מונאוויטש האט געשריבן:אינטערוויו מיט רבי אלחנן זאב פריעדמאן אויף קול מבשר #1-1-4.

טענקס, זייער אינטרעסאנט.
על "טעם וריח" אין להתווכח
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ר' בערל האט געהאט גאר א שיינע און געקינצלטע האנטשריפט, מ'פלעגט אים נוצן אריינצושרייבן די הזכרות אינעם "ספר הזכרונות" ביי די סאטמארע רביים זי"ע
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9623
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

האמיר פארברענגט שעות ארוכות געהערט פון אים זייער אסאך - ממש א כרכא דכוליה ביה
אלס מיט א רוהיגקייט שלות הנפש
אגב לויט וואס איך ווייס האט ער נישט פארמאגט קיין קאמפיוטער בכלל [ און איך מיין אפילו א סעלפון אויך נישט ]
דאכט זיך ער איז ארויסגעקומען שפעט פון אונגארן
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נותן התורה
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2020 5:20 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נותן התורה »

זכרונות האט געשריבן:זייענדיג דער אדם השלם וואס ער איז געווען, איז ער אויך געווען א מומחה צו מפענח זיין די דאטום אין א ספרדישע כתב יד, ווי זיי פלעגן שרייבן למספר שנות השטרות. געזאגט האט ער מיר איין מאל אז הגאון ר' עבדי' יוסף איז א מומחה גדול צו מפענח זיין אין רגעים פון א יאר לשנות השטרות צו א יאר לשנות הבריאה, און אויך פארקערט. ער האט מיר געזאגט אז עס זענען דא סימנים אויף דעם ווואס ר' עבדי יוסף קען און "ער קען עס אויך". (ער האט מיר דעמאלט געזאגט וואס (שוין לאנגע יארן צוריק), אבער געדענק שוין נישט. אויב איינער האט מער פרטים איבער דעם, ביטע דערציילט אונז, און אויך וואס די סימנים זענען).

מנין השטרות וואס די 'תימנע' נוצן הייבט זיך אן ג"א תמ"ט, [תלוי לפני או אחר ניסן] אויטאמאטיש איז זייער גרינג אויסצורעכענען די חילוק, אויב למשל זיי שרייבן אלף ומ"ה לשטרות, לייג צו צו 449 נאך 45 קומט עס אויס תצ"ד

dovidal האט געשריבן:האמיר פארברענגט שעות ארוכות געהערט פון אים זייער אסאך - ממש א כרכא דכוליה ביה
אלס מיט א רוהיגקייט שלות הנפש
אגב לויט וואס איך ווייס האט ער נישט פארמאגט קיין קאמפיוטער בכלל [ און איך מיין אפילו א סעלפון אויך נישט ]
דאכט זיך ער איז ארויסגעקומען שפעט פון אונגארן

נישט געהאט קיין קאמפיוטער און מיט שטאלץ, עיין בספרו משיב דברים אודות זה.
ער איז געווען פון די 56יגער אידן
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Browsing »

הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק הי"ו וואס האט הערליך איבערגעבויעט ביתו נאוה קודש פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, האט אין די שאפעס דארטן עטליכע "ספרי הזכרונות" פון משך די יארן, ווי מזעהט די וואונדערליכע האנט שריפט פון ר' בערל ז"ל, ממש קונצליך.

איך פארשטיי אז דאס איז געשריבן געווארן ביים רבין זי"ע אין די פארנומענע ימי הרחמים והסליחות, ווען דער אנלויף איז געווען גרויס, אבער דאס האט נישט געווירקט אויף זיין הערליכע שריפט, וואס האט זעהט אויס פארנומען די געווירבל.

חבל על דאבדין, ולא משתכחין און די וואס טויגן 'נישט' זיי זענען געבליבן, זאגט מען נאך פון צדיקים.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

Browsing האט געשריבן:הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק הי"ו וואס האט הערליך איבערגעבויעט ביתו נאוה קודש פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, האט אין די שאפעס דארטן עטליכע "ספרי הזכרונות" פון משך די יארן, ווי מזעהט די וואונדערליכע האנט שריפט פון ר' בערל ז"ל, ממש קונצליך.

איך פארשטיי אז דאס איז געשריבן געווארן ביים רבין זי"ע אין די פארנומענע ימי הרחמים והסליחות, ווען דער אנלויף איז געווען גרויס, אבער דאס האט נישט געווירקט אויף זיין הערליכע שריפט, וואס האט זעהט אויס פארנומען די געווירבל.

חבל על דאבדין, ולא משתכחין און די וואס טויגן 'נישט' זיי זענען געבליבן, זאגט מען נאך פון צדיקים.

לכאורה נישט ריכטיג, ער האט דאס נאר שפעטער איבערגעשריבן אויף א שיינעם פארמאט אינעם ספר הזכרונות, נישט בשעת מעשה ביים קוויטלען.
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

ער האט מיר עטליכע מאל פארציילט אז אין די פארנימענע ימים נוראים טעג האט ר' יוסל זיך נישט געקענט אליין ספראווען מיט אלע קוויטלעך האט ער גענומען באהעלפערס צו הלפן שרייבן און ר' בערל ע''ה איז געווען איינע פון זיי במשך עטליכע יאר.

כמובן אז דאס ווייזט אסאך אויף עם, כידוע אז ביי צדיקים האט מען נישט גענומען סיי ווער פאר קוויטל שרייבער, זיכער האט זיין הערליכע חד בדרא שריפט אויך צוגעגעבן.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

טראק דרייווער האט געשריבן:איינמאל אים אנגערופן געבעטן עפעס א טובה אז ער זאל מיר שרייבן עפעס, געדענק איך ווי ער האט זיך אראפגעלאזט צו מיר מיט א זעלטענע געשמאק און געשמועסט מיט מיר ווי א פערזענליכע חבר, יעדעס ווארט איז געווען צוקער זיס און תוכנדיג.

אבער ברוך השם הניח בנים כמותו.

קינדער שרייבערס?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

Haklal האט געשריבן:

רבי הערשל, רבי שמואל זאנוויל מרדכי.
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

זיין האנט שריפט אין זיינס א ספר וואס ער האט נישט לאנג צוריק געגעבן במתנה
אטעטשמענטס
20200430_222858.jpg
20200430_222858.jpg (290.83 KiB) געזען 2542 מאל
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

נותן התורה האט געשריבן:
זכרונות האט געשריבן:זייענדיג דער אדם השלם וואס ער איז געווען, איז ער אויך געווען א מומחה צו מפענח זיין די דאטום אין א ספרדישע כתב יד, ווי זיי פלעגן שרייבן למספר שנות השטרות. געזאגט האט ער מיר איין מאל אז הגאון ר' עבדי' יוסף איז א מומחה גדול צו מפענח זיין אין רגעים פון א יאר לשנות השטרות צו א יאר לשנות הבריאה, און אויך פארקערט. ער האט מיר געזאגט אז עס זענען דא סימנים אויף דעם ווואס ר' עבדי יוסף קען און "ער קען עס אויך". (ער האט מיר דעמאלט געזאגט וואס (שוין לאנגע יארן צוריק), אבער געדענק שוין נישט. אויב איינער האט מער פרטים איבער דעם, ביטע דערציילט אונז, און אויך וואס די סימנים זענען).

מנין השטרות וואס די 'תימנע' נוצן הייבט זיך אן ג"א תמ"ט, [תלוי לפני או אחר ניסן] אויטאמאטיש איז זייער גרינג אויסצורעכענען די חילוק, אויב למשל זיי שרייבן אלף ומ"ה לשטרות, לייג צו צו 449 נאך 45 קומט עס אויס תצ"ד

דאס ווייס איך אויך און אויך דעמאלט געוויסט און בין ב"ה גוט אין חשבון. ער האט מיר געזאגט עפעס וואס איז א חידוש און האט נישט מיט מאטעמאטיקס נאר מיט ספרדישע מסורה און קענטעניש וואס ביי די ספרדים אין אויך נאר דא יחידים וואס ווייסן, אבער געדענק נאר ממש אויבערפלעכליך אז איך האב דעמאלט געהערט א חידוש. איך מיין אז ער האט מיר געזאגט אז זיי האבן אופנים ווי זיי פלעגן שרייבן די יארען, דאס הייסט אז זיי האבן נישט בפירוש ארויס געשריבן אלף ומ"ה לשטרות, נאר ברמיזא געשריבן דער אלף און אפשר אויך די מ"ה. אויך טומעלט זיך מיר עפעס אין קאפ אז ער האט אפשר געזאגט אז זיער חשבון גייט א ביסל אנדערש, אבער לכאורה קען דאס נישט זיין ווייל איך ווייס נישט צו איינער איז חולק אויף שנת ג"א תמט און ציילט פון לאמער זאגען שנת ג"א תמ"ב (ל"ד לבנין הבית ותחלת גלות יון) די מנין השטרות.

איך שרייב די בעסטע וואס איך געדענק. איך גלייב אז וואס ער מיר געזאגט האט ער אויך געזאגט פאר אנדערע און איינער וועט זיך זיכער דערמאנען (און האפענטליך שרייבן) וואס מיר האבן געהערט, למען יעמדו לדורות.

ואגב, דאס איז דער פראבלעם, אז אויב איינער קען שוין אויס ליינען א חתימה פון א ספרדישע כתב איז ער שוין באגליקט, אבער ר' בערל האט אויך געקענט די פיטשיווקעס (צו ניצען דער לשון פון ידידי הרב ר' אלחנן זאב פריעדמאן אויף זיין ברייטע און אינפארמאטיווע אינטערוויו אויף ק"מ).

ר' אלחנן וואלף אין זיין אינטערוויו לייגט צו א זייער וויכטיגע זאך, אז ר' בערל האט נישט נאר געוויסט היסטאריע און מעשיות ותולדות ישראל על בוריו, נאר אויך געוויסט און מקבל געווען די "בעל פה" וואס מען זאגט נישט פאר יעדן נאר פאר דער וואס קען מבחין זיין און פארשטיין. און דעס האב איך געהאט געמיינט מיט ניצען די ווערטער "מיט אלע קנייטשן".

זיין אינטערוויו איז סופער און איז כדאי אויס צו הערן פאר יעדן.

דער ספר "אוצר הרבנים" פון הרה"ג ר' נתן צבי פריעדמאן איז ארויס געקומען אין תש"ל, און חוקרים האבן זיך באלעקט דערמיט. ער האט געמאכט גרינגער דאס טרעפן א נאמען און אויך צו וויסן פון וועליכע משפחה א גדול געהערט. דער מחבר האט אריין געלייגט א אויסטערלישע סאך כח, צייט און יארען, צו באווייזן אזא ספר, אבער א מענטש איז נאר א מענטש און דא און דארט איז געווען גרייזן אדער נאך-געשריבענע גרייזן, און בעיקר אין די נומערן ווי ער קראס-רעפערענצט דער טאטע, זוהן, איידעם וכו'.

יעדער וואס האט אזא ספר און עס גענוצט פלעגט פארעכטן בי זיך מיט א פעדער און שרייבן די ריכטיגע נומערן, און אויך צו-שרייבן קליינע וויכטיגע הערות. נו, שטעלט אייך פאר וויפיל הערות און קארעקשן'ס ר' בערל האט געהאט. האט ער מיר געזאגט אז ער האט מציע געווען פאר'ן מחבר ארויס צו געבן א מהדורא שני' פון דער ספר מיט אלע קארעקשן'ס מיט גאר א סאך הוספות, אבער לא אסתייע מילתא.
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום פרייטאג מאי 01, 2020 12:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

ואגב, געזאגט האט מיר א סוחר אז ער איז געווען אין בני ברק און געהערט אויס רופן דער לוי' פון הרה"ג ר' נתן צבי פריעדמאן, האט ער צו זיך געזאגט אז ער מוז גיין זיך באטייליגען, ווייל ער האט געמאכט זייער א סאך געלט ניצענדיג זיין ספר.

א סאך אידן האבען געמאכט א סאך געלט פון א שנעלע וויזיט ביי ר' בערל, און ער האט געוויסט אז יענער מאכט גרויס געלט צוליב אים און יעדן פארגינען.

א אפענע שטוב געהאט, א אפענע הארץ געהאט, און א סאך אידן זענען אים שילדיג הכרת הטוב.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

פראהביטש האט געשריבן:זיין האנט שריפט אין זיינס א ספר וואס ער האט נישט לאנג צוריק געגעבן במתנה.

זיין ברודער פונאנדערגעשיידט, רבי אברהם הי"ו.

Schwartz.jpg
Schwartz.jpg (262.03 KiB) געזען 2432 מאל
נותן התורה
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2020 5:20 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נותן התורה »

זכרונות האט געשריבן:
נותן התורה האט געשריבן:
זכרונות האט געשריבן:זייענדיג דער אדם השלם וואס ער איז געווען, איז ער אויך געווען א מומחה צו מפענח זיין די דאטום אין א ספרדישע כתב יד, ווי זיי פלעגן שרייבן למספר שנות השטרות. געזאגט האט ער מיר איין מאל אז הגאון ר' עבדי' יוסף איז א מומחה גדול צו מפענח זיין אין רגעים פון א יאר לשנות השטרות צו א יאר לשנות הבריאה, און אויך פארקערט. ער האט מיר געזאגט אז עס זענען דא סימנים אויף דעם ווואס ר' עבדי יוסף קען און "ער קען עס אויך". (ער האט מיר דעמאלט געזאגט וואס (שוין לאנגע יארן צוריק), אבער געדענק שוין נישט. אויב איינער האט מער פרטים איבער דעם, ביטע דערציילט אונז, און אויך וואס די סימנים זענען).

מנין השטרות וואס די 'תימנע' נוצן הייבט זיך אן ג"א תמ"ט, [תלוי לפני או אחר ניסן] אויטאמאטיש איז זייער גרינג אויסצורעכענען די חילוק, אויב למשל זיי שרייבן אלף ומ"ה לשטרות, לייג צו צו 449 נאך 45 קומט עס אויס תצ"ד

דאס ווייס איך אויך און אויך דעמאלט געוויסט און בין ב"ה גוט אין חשבון. ער האט מיר געזאגט עפעס וואס איז א חידוש און האט נישט מיט מאטעמאטיקס נאר מיט ספרדישע מסורה און קענטעניש וואס ביי די ספרדים אין אויך נאר דא יחידים וואס ווייסן, אבער געדענק נאר ממש אויבערפלעכליך אז איך האב דעמאלט געהערט א חידוש. איך מיין אז ער האט מיר געזאגט אז זיי האבן אופנים ווי זיי פלעגן שרייבן די יארען, דאס הייסט אז זיי האבן נישט בפירוש ארויס געשריבן אלף ומ"ה לשטרות, נאר ברמיזא געשריבן דער אלף און אפשר אויך די מ"ה. אויך טומעלט זיך מיר עפעס אין קאפ אז ער האט אפשר געזאגט אז זיער חשבון גייט א ביסל אנדערש, אבער לכאורה קען דאס נישט זיין ווייל איך ווייס נישט צו איינער איז חולק אויף שנת ג"א תמט און ציילט פון לאמער זאגען שנת ג"א תמ"ב (ל"ד לבנין הבית ותחלת גלות יון) די מנין השטרות.

איך שרייב די בעסטע וואס איך געדענק. איך גלייב אז וואס ער מיר געזאגט האט ער אויך געזאגט פאר אנדערע און איינער וועט זיך זיכער דערמאנען (און האפענטליך שרייבן) וואס מיר האבן געהערט, למען יעמדו לדורות.

ואגב, דאס איז דער פראבלעם, אז אויב איינער קען שוין אויס ליינען א חתימה פון א ספרדישע כתב איז ער שוין באגליקט, אבער ר' בערל האט אויך געקענט די פיטשיווקעס (צו ניצען דער לשון פון ידידי הרב ר' אלחנן זאב פריעדמאן אויף זיין ברייטע און אינפארמאטיווע אינטערוויו אויף ק"מ).

ר' אלחנן וואלף אין זיין אינטערוויו לייגט צו א זייער וויכטיגע זאך, אז ר' בערל האט נישט נאר געוויסט היסטאריע און מעשיות ותולדות ישראל על בוריו, נאר אויך געוויסט און מקבל געווען די "בעל פה" וואס מען זאגט נישט פאר יעדן נאר פאר דער וואס קען מבחין זיין און פארשטיין. און דעס האב איך געהאט געמיינט מיט ניצען די ווערטער "מיט אלע קנייטשן".

זיין אינטערוויו איז סופער און איז כדאי אויס צו הערן פאר יעדן.

איך ווייס וואס דו מיינסט, איך האב געזען גראד דו מישט צווישן ספרדים און תימנים לגבי מנין השנים.
אפשר נאך שבת נמשיך
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

די וואך אין דער בלאט, איז זיין אנאנס ווייטער געלאפן...
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

איינער ווייסט פון די ניחם אבילים נומבערס?
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

EV7-1363
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מונאוויטש האט געשריבן:אינטערוויו מיט רבי אלחנן זאב פריעדמאן אויף קול מבשר #1-1-4.

נייע אינטערוויו מיט זיין אייניקל ר' אהרן קרויס.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

מונאוויטש האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:אינטערוויו מיט רבי אלחנן זאב פריעדמאן אויף קול מבשר #1-1-4.

נייע אינטערוויו מיט זיין אייניקל ר' אהרן קרויס.

ער איז מגלה סוד
דער רב איז געווען כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א
מ'האט אים געוואלט צאלן - לויט די היינטיגע וואלוטע - 26 טויזנט דאלער צו שרייבן א פאשקעוויל-בוך קעגן דעם ניקלשבורג רבי'ן, האט ער געזאגט דאס ווארט וואס מ'האט שוין דא דערמאנט, כ'האב ליב גרינע אבער נישט ווען ס'ווערט רויט...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

לא לנו האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:אינטערוויו מיט רבי אלחנן זאב פריעדמאן אויף קול מבשר #1-1-4.

נייע אינטערוויו מיט זיין אייניקל ר' אהרן קרויס.

ער איז מגלה סוד
דער רב איז געווען כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א
מ'האט אים געוואלט צאלן - לויט די היינטיגע וואלוטע - 26 טויזנט דאלער צו שרייבן א פאשקעוויל-בוך קעגן דעם ניקלשבורג רבי'ן, האט ער געזאגט דאס ווארט וואס מ'האט שוין דא דערמאנט, כ'האב ליב גרינע אבער נישט ווען ס'ווערט רויט...

יא יא, כ'האב מיר ריכטיג פארגעשטעלט אז מען רעדט פון די פרשה...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

איך האב אמאל געהערט אז די געמאלן בילד פונעם רבין זצוק״ל מיט די שמאטע ארום די בארד
האט ר׳ בערל געמאלן ווייסט איינער עס צי באשטעטיגן ?
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”