ספר 'המדריך' והפולמוס אודותיו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

ספר 'המדריך' והפולמוס אודותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ס'איז מיר א גרויס ווינדער אז קיינער דא האט נאך קיין ווארט נישט דערמאנט איבער די פרשה פונעם ספר 'המדריך על במתי ים התלמוד'.

די רעדע איז איבער א ספר וועלכע איז ערשינען אין דייטשלאנד בשנת תרמ"ב, ע"י הרה"ג ר' אברהם זינגער ואחיו הרה"ג ר' בנימין זינגער, דער געבוי פון ספר המדריך איז געווען צאמגעקליבענע מאמרי חז"ל און סוגית הש"ס עם פי' רש"י, בתוספת ביאור קל וקצר אויסגעשטעלט בצורת הגמרא.

דער ציהל פונעם ספר איז כלשונו פונעם מחבר "לצורך המתחילים בלימוד משנה וגמרא להגד אותם עפ"י דרכם והשגתם ולהדריכם עפ"י משפטי הלימוד במסילה העולה בית א-ל".

גראד אין די ערשטע מהדורא בשנת תרמ"ב איז עס געווען מעוטר בהסכמת רבות ונכבדות, המשבחים ומפארים מעשי הספר ומחברו, אבער נישט לאנג דערויף איז ארויסגעקומען א קול קורא פון כמה וכמה רבנים וצדיקים ממדינת אונגארן מיט אן איסור אויפן ספר המדריך.

א נייע מהדורא פון 'המדריך' איז געדרוקט געווארן בשנת תרס"ב מיט א צאהל פרישע הסכמות פון גדולים ומנהיגים, א פאקט וואס מאכט נאך מעהר אומקלאר די פרשה.

קוקט אויס אז ס'דא אסאך צו לערנען אויף דעם גאנצען מעשה, פרטים זענען אומקלאר, און ס'פעלט די פאזעל ארויסצוהאבן וואס דארט האט זיך אפגעטוהן. לאמיר זעהן וואס אונזערע ידענים דא האבן מוסיף צו זיין און צונעמען די זאך.

די שער בלאט פון מהדורת תרס"ב:
שער בלאט ספר המדריך.JPG
שער בלאט ספר המדריך.JPG (118.41 KiB) געזען 4376 מאל
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

ידיעות שונות האט געשריבן:אבער נישט לאנג דערויף איז ארויסגעקומען א קול קורא פון כמה וכמה רבנים וצדיקים ממדינת אונגארן מיט אן איסור אויפן ספר המדריך.

נייתי וניחזי
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

המדריך.jpg
המדריך.jpg (638.79 KiB) געזען 4299 מאל
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

לענגערע מאמר פון רבי יהושע מונדשיין ע"ה איבער דעם נושא.
http://www.shturem.net/index.php?sectio ... cle_id=188
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום מיטוואך אקטאבער 31, 2018 2:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

די מאמר פון הרב יהושע מונדשיין איבער ספר המדריך, pdf פונעם קובץ 'זכור לאברהם' (קרעדיט: למעלה משבעים).
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

לויט ווי מונדשטיין לייגט אראפ, איז די גאנצע איסור אויף דעם ספר המדריך, נאר צוליב דעם וואס די מחברים האבן באלאנגט צו די שטאטוסקווא.

למעשה, אויפן איסור פון אונזערע רבי'ס זאגן זיי אז דער ספר איז מקצץ בנטיעות רח"ל, און מ'טאר דאס נישט האלטן אינדערהיים. זיי דארפן נישט שרייבן גענוי זייערע טעמים ונימוקים.

אבער וואס מונדשטיין שטעלט אראפ, איז דער איסור געווען דער מהלך פון די אונגארישע רבי'ס און מנהיגי הדור פון דעם געגענט, וועלכע זענען גאר שטארף קעגן יעדן באוועגונג פון אלע וועלכע זענען נישט געווען מעדת הארטאדוכסיה.

מונדשטיין צייגט אויף אז דער כלי חמדה, רבי יצחק אלחנן, דער נציב און אלע רבנים פון ליטווישן חדר, האבן גאר שטארק געהאלטן פון דעם ספר.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ווייזער האט געשריבן:לויט ווי מונדשטיין לייגט אראפ, איז די גאנצע איסור אויף דעם ספר המדריך, נאר צוליב דעם וואס די מחברים האבן באלאנגט צו די שטאטוסקווא.

למעשה, אויפן איסור פון אונזערע רבי'ס זאגן זיי אז דער ספר איז מקצץ בנטיעות רח"ל, און מ'טאר דאס נישט האלטן אינדערהיים. זיי דארפן נישט שרייבן גענוי זייערע טעמים ונימוקים.

אונזערע רבי'ס? ווענדט זיך וועמענס!
ס'דא א שיינע פאהר הסכמות פון רבי'ס און צדיקים לאו דוקא פון די ליטא.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

ידיעות שונות האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:לויט ווי מונדשטיין לייגט אראפ, איז די גאנצע איסור אויף דעם ספר המדריך, נאר צוליב דעם וואס די מחברים האבן באלאנגט צו די שטאטוסקווא.

למעשה, אויפן איסור פון אונזערע רבי'ס זאגן זיי אז דער ספר איז מקצץ בנטיעות רח"ל, און מ'טאר דאס נישט האלטן אינדערהיים. זיי דארפן נישט שרייבן גענוי זייערע טעמים ונימוקים.

אונזערע רבי'ס? ווענדט זיך וועמענס!
ס'דא א שיינע פאהר הסכמות פון רבי'ס און צדיקים לאו דוקא פון די ליטא.

אויפן איסור וואס ליגט דא אויבן, זע איך אלע גרויסע אונגרישע רבנים, בעל יטב לב זצ''ל בעל שבט סופר זצ''ל בעל מחנה חיים זצ''ל.
איך ווייס נישט וואס
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אמת.
אבער געב א קוק די הסכמות, מגדולי הפוסקים הרה"ק רבי אורי פיבל מבראדשין בעל מ"מ וגדולי הקדש - הרה"ק ר' יחיאל מפאקשוויצא (בן האמרי נועם חתן רבי דוד'ל קשאנובער) - הרה"ק רבי אברהם משענדישוב (בן הר"ר יעק'לע מעליצער בן מרן מראפשיץ), הרה"ק ר' משה מראדיוויץ (נכד רבי חיים מקאסוב). און נאך בדומה להם קדושים אשר בארץ המה.
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: ספר 'המדריך' והפולמוס אודותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

הגיע לידי ספר המדריך דפו"ר, מה דינו מותר להחזיק אותו בבית?

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אייביגער איד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:21 am

Re: ספר 'המדריך' והפולמוס אודותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייביגער איד »

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:הגיע לידי ספר המדריך דפו"ר, מה דינו מותר להחזיק אותו בבית?

אויב די ביסט מחליט עס צו נישט האלטן, קענסטו עס עניטיים אריבערשיקן....
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: ספר 'המדריך' והפולמוס אודותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

וויפול איז עס ווערד?

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

ידיעות שונות האט געשריבן:אמת.
אבער געב א קוק די הסכמות, מגדולי הפוסקים הרה"ק רבי אורי פיבל מבראדשין בעל מ"מ וגדולי הקדש - הרה"ק ר' יחיאל מפאקשוויצא (בן האמרי נועם חתן רבי דוד'ל קשאנובער) - הרה"ק רבי אברהם משענדישוב (בן הר"ר יעק'לע מעליצער בן מרן מראפשיץ), הרה"ק ר' משה מראדיוויץ (נכד רבי חיים מקאסוב). און נאך בדומה להם קדושים אשר בארץ המה.


גאר שטארק קענטיג אז די גדולי ישראל וואס האבען מסכים געווען צום ספר, זענען נישט פון די אינגערישע קרייזען....
דאס זאגט אסאך אויף די חילוק אין בליק ציווישען די גאלציאנער-פוילשע גדולים אויכעט די רומעינישע אוקריינישע רוסישע וכו’ אין די אינגערישע גדולים !
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: ספר 'המדריך' והפולמוס אודותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

איז דאס דומה צום פשוטו של מקרא?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ספר 'המדריך' והפולמוס אודותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קיסריה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:51 am
איז דאס דומה צום פשוטו של מקרא?
שיינע רעיון אבער דער משל אינו דומה לנמשל.

עיין במכתב פונעם מחנה חיים ווי ער איז מסבר באריכות בבירור יפה פארוואס מ'האט דאס גע'אסר'ט. ותוכן הדברים:
1. ער ברענגט נאך פון נישט ערליכע מקורות (און די אונגארישע האבן געהאט א גרעסערע התנגדות דערצוה ווי די פוילישע) - אבער לויט דעם דארף היינטיגע צייטן ווער'ן גע'אסר'ט דעם 'אוצר מפרשי התורה' חומש. שוין געזעהן ביי זיי מערערע מאהל ווי זיי ברענגען נאך פון עכטע אויסגעשפראכענע משכילים.
2. די משכילים האבן דאן גע'ארבעט אויף א קיצור התנ"ך ווי זיי שניידן ארויס וועלכע מעשיות עס געפעלט זיי נישט, און טוישן די ווערטער לויט ווי זיי שמעקט. די קיצור הגמרא איז די זעלבע רעיון לשיטתם. נעמט ארויס נאר די גמרות וואס געפעלט זיי און טוישט די לשון הגמרא.
3. ווייל מ'לערנט מיט די קינדער אין די ספר, אנשטאט אינעם גמרא אליינס.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”