ספר "רבינו הגדול אמרו" - זכרונות וד"ת מגאב"ד ירושלים זצ"ל

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

ספר "רבינו הגדול אמרו" - זכרונות וד"ת מגאב"ד ירושלים זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פון ירושלים קומט אן די פרייליכע בשורה אז ענדליך איז שוין ערשינען דער הערליכער ספר "רבינו הגדול אמרו", דער ספר איז געשריבן געווארען דורך ר' בן ציון בערגמאן שליט"א (מח"ס "מיכאל באחת") וואס האט זיך געדרייט אין שטוב פון ירושלימער רב הגה"צ רבי יצחק טובי' ווייס שליט"א, און האט זיך פארצייכענט אלע סיפורים עובדות און דברי תורה וואס ער האט פון אים געהערט, און האט עס בשעתו אפגשריבן בקיצור, און האט עס יעצט איבערגעארבייט און א הערליכע סדר און אויף א הערליכע פארמאט ס'זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים.

דער ספר איז אין א געוויסע זין א לעבנ'ס ביגרופיה פונעם רב שליט"א, וואס דער רב האט פארציילט פאר ר' בן ציון במשך כמה זמנים, דערינען פארציילט ער זיינע אינגע יארן און אלע זיינע וואנדערנישן, זיינע יארן אין לאנדאן, אין אנטווערפען, אא"ו.

ווי אויך איז דערינען פילע ערשטהאנטיגע דברי תורה און אינטערסאנטע סיפורים פונעם זיינע פילע רבי'ס און רבני'שע פערזענליכקייטן מיט וועם דער רב שליט"א האט געהאט שייכות דורכאויס די יארן

דער ספר קומט ארויס בהסכמת פונעם רב שליט"א, און דער רב שליט"א האט געבעטן אז ר' שמעון יצחק שלעזינגר שליט"א זאל איבערקוקן דעם גאנצן ספר.



אזוי ווי דער ספר אנטהאלט אין זיך גאר אסאך היסטארישע אינטערסאנטע חומר עפען איך א עקסטערע אשכול צו דיסקוסירן די ענינים. ודי.

דער ספר האט 32 פרקים אויף גדולי ישראל און חשובע פערזענליכקייטן

כ'לייג דא ביי א טיילווייזע מפתח:


בית הוריו 'פעזינג'

הגה"צ רבי יהושע לייב שילל זצ"ל אב"ד פעזינג

רבני העיר לדורותם.

הגה"צ רבי שמחה רובין זצ"ל האדמו"ר מסאסוב – לונדון.
הגה"צ רבי משה שניידער זצ"ל ראש ישיבת 'תורת אמת' בלונדון.
הגה"צ רבי לייב לאפיאן זצ"ל ראש ישיבת 'בית יוסף' גייטסהעד.
הגה"צ רבי אליהו אליעזר דסלר זצ"ל ראש כולל הרבנים ב'גייטסהעד'.
הגאון רבי נפתלי שאקאוויצקי זצ"ל אב"ד גייטסהעד.
הגאון רבי שמואל יוסף ראבינאוו זצ"ל.
הגה"צ רבי שלמה בוימגארטען זצ"ל.
הגה"צ רבי אליעזר פאזען זצ"ל.
הגאון רבי יחזקאל אברמסקי זצ"ל.
הרה"ק רבי שלום מאסקאוויטש זצ"ל האדמו"ר משאץ – לונדון.
הגאון רבי העניך פדווא זצ"ל אב"ד לונדון.
הרה"צ רבי משולם יששכר אשכנזי זצ"ל.
זקני חסידי חב"ד מ'לונדון' . [רבי מענדל פוטערפאס ז"ל ועוד]
הגאון רבי חיים קרייזווירטה זצ"ל אב"ד אנטווערפן.
הצדיקים לבית פשעווארסק

הרה"ק מסאטמאר זצ"ל

פון די ירושלימער גדולים

ה"חזון איש".
ה"דעת סופר".
דער טשעבינער רב.
הג"ר יוסף יונה צבי הורוויץ זצ"ל מאונסדארף.
הגה"צ רבי אליהו לאפיאן זצ"ל
ה"אמרי חיים" מוויז'ניץ
ה"בית ישראל" מגור
ה"לב שמחה" מגור
הרה"ק רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל זצ"ל מסקולען

ועוד ועוד

ר' בן ציון האט שוין באויזען נפלאות ביים ארויסגעבן דעם ספר מיכאל באחת פון הגאון הגדול ר' מיכאל פארשלעגער זצ"ל, וואס דערמיט האט ער גענומען אן אומבאקאנטער אדם חשוב וגדול און אים מפרסם געווען. און דער ספר קען מען זיך אויך רישן אז ס'וועט אויך מאכן א שטארקע רושם לטובה.
לעצט פארראכטן דורך נא_שכל אום פרייטאג אקטאבער 14, 2016 11:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פריידענע בשורה
וועט זיכער זיין אסאך וואס צו נאשן דארט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

איז עס שוין דא צו באקומען אין אמעריקא?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ווארט מיר מיט שפאנונג.

איך קען נישט דעם רב בערגמאן, אבער ער האט אהערגעשטעלט א געוואלדיגע ארבייט מיט רבי מיכאל פארשלאגער, מיר ערווארטן איצט ענליכס.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

נא_שכל האט געשריבן:דער ספר קומט ארויס בהסכמת פונעם רב שליט"א, און דער רב שליט"א האט געבעטן אז ר' שמעון יצחק שלעזינגר שליט"א זאל איבערקוקן דעם גאנצן ספר.


ווער איז דאס ר' שמעון יצחק שלעזינגר שליט"א?
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

גאר געשמאקע מעשיות פון רבי מענדל פוטערפאס ז"ל, און דער בית ישראל מגור ז"ל.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סתם אזוי האט געשריבן:איז עס שוין דא צו באקומען אין אמעריקא?

יא, כ'האב עס געזען אין די ווילאמסבורגע חניות ספרים מובחרות...

כריכת-רבינו-הגדול.jpg


שער-רבינו-הגדול-אמרו.jpg


להודות ולהלל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:דער ספר קומט ארויס בהסכמת פונעם רב שליט"א, און דער רב שליט"א האט געבעטן אז ר' שמעון יצחק שלעזינגר שליט"א זאל איבערקוקן דעם גאנצן ספר.


ווער איז דאס ר' שמעון יצחק שלעזינגר שליט"א?


ר' שמעון יצחק איז פון די גאר חשובע פרומע מוצי"ם אין די עדה"ח, זייער אסאך אינגעלייט פון דאהי קענען אים וויבאלד ער פארהערט די הוראה בפקודת הגאב"ד. דא קענט איר זען זיין בריוו:
בילד
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

סתם אזוי האט געשריבן:איז עס שוין דא צו באקומען אין אמעריקא?

גיזעהן אין ב"פ ממחרת יוה"כ
הרב שלזינגער איז פון דיינים אין עדה"ח אין זייער חביב ביים גאב"ד ער זיצט לעבן איהם יעדע וואך ביי של"ס
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געהערט פון אפאר מבינים וואס האבן זיך פארשאפט דעם ספר, אז דאס איז "דער ספר" צו האלטן אויפן טיש דעם יום טוב סוכות.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

א דאנק לכאורה פאר די רעקאמענדאציע.

זיך איינגעהאהנדלט, און עס איז טאקע נישט אראפ פון טיש, א עונג יום טוב.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מה יקר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שאינו יודע האט געשריבן:מה יקר

בערך 25
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א שיין ווארט פון ר' איציקל בענין תפלת הגשם:
פעם בליל שמיני עצרת אמר לי: הנה אומרים בתפילת גשם "על הסלע הך ויצאו מים", ומקשים העולם איך יתכן לבקש שירדו גשמים בזכות מה שהכה משה רבינו על הסלע, הרי נחשב הדבר לחטא, והוא "חטא מי מריבה" שבעבורו לא נכנס משה לארץ ישראל. אמנם הביאור בזה הוא, על פי דברי הרבי ר' אלימלך זי"ע בנועם אלימלך פרשת בלק (בפסוק 'יזל מים מדליו' ד"ה בדרך אחר), שהפועל דבר על ידי פעולה רוחנית – יכולים ליהנות מזה רק אנשים רוחניים ואנשי מעלה, אולם הפועל דבר על ידי פעולה גשמית – יכולים כולם ליהנות מזה, אפילו האנשים הפשוטים. ומהאי טעמא לא דיבר משה אל הסלע, רק הכה אותו, ועשה פעולה גשמית, בכדי שכל בני ישראל יהיו יכולים ליהנות מן המים. ולפי זה, במה שלא דיבר אל הסלע היתה בזה מסירות נפש עצומה של משה רבינו, שעל אף שנענש מפני כן ולא זכה להכנס לארץ ישראל, מכל מקום מסר נפשו לעשות דוקא כך בכדי שכל עדת ישראל יהנו וישתו מן המים, ולא רק האנשים הרוחניים ואנשי המעלה.

אחר שסיים דבריו שאלני: מי הוא הבעל תפילה בבית המדרש שלך? ..., ואמר לי: תאמר לו את הפירוש הזה קודם שמתפלל תפילת גשם. וכוונתו היתה בכדי שיכוון את הפירוש הזה בתפילתו.


***

און נאך א אינטערסאנטער פסק פון הגאון ר' דוד יונגרייז איבער עסען אין די סוכה שמ"ע פאר א בן חו"ל וואס געפונט זיך אין ארץ ישראל
כשהייתי אז אצל הגר"ד יונגרייז זצ"ל, והיה זה בחול המועד סוכות, שאלתי אותו כיצד לנהוג בשמיני עצרת בארץ ישראל בענין אכילה בסוכה – בזמן שאני נוהג למחרת יום טוב שני, כי בחוץ לארץ הנני נוהג לאכול בסוכה כמבואר בשולחן ערוך (סי' תרסח סעי' א'), וכפסק המגן אברהם (שם סק"ב) והחתם סופר (אהע"ז ח"ב סי' צ'), אבל אולי בארץ ישראל – שאני. והשיב לי שאין צורך לאכול בסוכה, מאחר שאף בחוץ לארץ אין הכל נוהגים לאכול בסוכה (אף שקשה להבין הטעם בזה, שהרי מספיקא דיומא עדיין סוכות), לכן בארץ ישראל אין להחמיר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שיין ווארט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

געהערט די יום טוב אז עס איז א שיין ספר, גיימער זיך עס איינהאנדלען אי"ה נאך די ןואך
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

איך האלט אויך אז ס'איז א שיינער ספר, הערליך שיין, איך האב עס שוין אייינגעהאנדלט נאך פאר חוה"מ אדאנק דעם אשכול, דאס וואס איך האב געשריבן איז סתם א הערה, מיינט נישט גארנישט, און איך האלט נישט ביי דעם עלובה עיסה, ווייל יעדער מחבר טוהט עס.
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

אין ירושלים 70 שקלים
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

מ'קען עס יעצט באקומען דעם ספר פאר די ביליגע פרייז פון 20 דאלער (וויבאלד ס'איז געקומען מיטן שיף.)
אטעטשמענטס
הופיע.JPG
הפך בה והפך בה דכולה בה!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

האביך געזען אז ר' הירשל ציג האט ארויפגעלייג אן אינטערסאנטע פאוסט אויף זיין בלוג איבער זכרונות פון חסידי חב"ד וואס ס'ווערט געברענגט אינעם ספר פונעם רב שליט"א.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

געליינט מיט איין אטעם (נישט ממש..) פון דעקל צו דעקל.

גאר אינטערעסאנט און ארגינעל, זייער א גוטן מהלך - צוטיילט לויט די גדולים, די שפראך איז אביסל טראנסעלירט פון אידיש, נישט געפערליך מען קען דאס פארגעבן, עפטער אלל דער בוך פונעם יאר.

ייש"כ אייך הרב בערגמאן, נאכן לעזן די צוויי ביכער פון הגאון רבי מיכאל אליעזר פארשלעגער ז"ל און כ"ק דער רב שליט"א ווארטן מיר אויפן חוט המשולש.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ספר "רבינו הגדול אמרו" - זכרונות וד"ת מגאב"ד ירושלים שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ווער עס האט געליינט דעם ספר באקענט זיך מיט דעם אדם גדול הגאון ר' משה שניידער זצ"ל, 'דער רבי' פונעם רב שליט"א, ווי די ארומיגע זענען מעיד "סתם רבי איז ר' משה שניידער".

די וואך איז דא א הערליכע באשרייבונג פון רבי משה זצ"ל דורך אן אייניקל אין דעם לאנדאנ'ער אויסגאבע "שבת בשבתו", זייער אינטערעסאנט.

דא קענט איר עס זעהן, גענומען פון דא.

(וואלט ווען געמעגט זיין א באזונדערע אשכול פון האי אדם גדול.)
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ספר "רבינו הגדול אמרו" - זכרונות וד"ת מגאב"ד ירושלים שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אינטערעסאנטע ציטאטן:
אטעטשמענטס
שניידער 1.JPG
שניידער 1.JPG (19.56 KiB) געזען 2834 מאל
שניידער 2.JPG
שניידער 2.JPG (21.91 KiB) געזען 2834 מאל
שניידער 4.JPG
שניידער 4.JPG (23.4 KiB) געזען 2834 מאל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ספר "רבינו הגדול אמרו" - זכרונות וד"ת מגאב"ד ירושלים שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

נאך אן אינטערעסאנטע אנעקדאט.
אטעטשמענטס
שניידער 3.JPG
שניידער 3.JPG (42.32 KiB) געזען 2834 מאל
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: ספר "רבינו הגדול אמרו" - זכרונות וד"ת מגאב"ד ירושלים שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

דער ספר אינעם בילד האט זיך נאך געפונען ביז לעצטענס אין ישיבת תורת אמת- מיסודו של הרה"צ ר' משה שניידער, פה לאנדאן.

די באשרייבונג אינעם גליון שבת בשבתו איז צושטאנד געקומען לרגל א מגבית וואס איז אונטערגענומען געווארן אין די טעג לטובת הכולל המפורסם בישיבתו של הגה"צ הנ"ל.
געווענליך איז שניידערס א דבר הסוי מן העין.

דאהי

וברוך אשר יקים את דברי את דברי התורה הזאת לעשות אותה ואמר כל העם אמן
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ספר "רבינו הגדול אמרו" - זכרונות וד"ת מגאב"ד ירושלים שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ברוך דיין האמת!

ליידער קען מען שוין טוישן דעם כותרת פון שליט"א אויף זצ"ל.

אויב מעגליך זאל מען דא שרייבן אלעס ארום זיינע ספרים וואס איז שוין ארויסגעקומען ("שערי טוביה") און וואס וועט בעז"ה ארויסקומען פון יעצט און ווייטער.

דער גאב"ד זצ"ל האט בשו"א נישט געוואלט ארויסגעבן זיינע תשובות און חידושים בחייוו, צוליב וואס דער דער חת"ס האט אזוי געהאלטן, און האט זיך געהאלטן צו דעם מיט א גרויס עקשנות, כדרכו בקודש. אבער אזוי ווי אנדערע האבן שוין ערווענט אין די אנדערע אשכול אז ס'דא גאר אסאך חידושים און חומר ארויסצוגעבן, און יעצט וועט זיין שפתותיו דובבת בקבר.

***
געהערט בשעתו אז ר' ב"צ בערגמאן האט ארויסגעלאזט עטליכע פרקים, וואס וואלט געווען צו קאנטערווערסיאל בשעתו. אפשר יעצט איז שוין געקומען די צייט עס ארויסצוגעבן אין א נייע פארברייטערטע אויפלאגע.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”