טייטל האט געשריבן:פריילאך האט געשריבן: אני לכשעצמי (וגם חבירי אחים לדעה) האט די הגהות וציונים אסאך ארויסגעהאלפן. מיט איין אות קען אמאל פארגרינגערט ווערן די מהלך הגמרא.
יעדער איז מודה צו דעם אז אסאך מאל העלפט עס ארויס... די טעמע דא איז אז 'אסאך' מאל איז עס אויכעט הערות סתם אין וועלט אריין כדי להגדיל הדף ולהאדירה...
און אה"נ, כ'דענק ווען ס'איז ארויס געקומען די 'ערשטע' עוז והדר גמרא, איז עס געווען א גיטין גמרא, כ'האב עס געהאט אין כתה ח', און ס'איז מיט אסאך אסאך מער הערות און הגהות שלא מן הענין ווי היינט, אין דאכ'צעך אז מיט די יארן ווי נאך א מהדורה ס'איז ארויס געקומען האבן זיי מצמצם געווען אז ס'זאל זיין דארט נאר גאר וויכטיגע הערות און הגהות. אויך האבן זיי אפגעטיילט זייערע מ"מ מיט זייערע הגהות, געלייגט די מ"מ אין מסורת הש"ס מיט אנדערע פאנט.
נאך אלץ איז דא דארט אסאך תיקונים והגהות וואס זענען איבעריג פאר רוב לומדים, אין ס'דיסטרעקט דעם לומד פונעם רציפות הקריאה און מהלך המחשבה.
ווען דער יסוד פונ'ם צמצום איז אז האלב הגהות לייגט מען אריין אינ'ם גמ' בין איך נישט אזוי איבערצייגט אז עס איז בעסער, ובפרט ווען עס פאלט דורכדעם אוועק שטיקער אחרונים. לדוגמא, די באקאנטע גמ' פון ר' אליעזר שיחרר עבדו מצרף צו זיין צו מנין שטייט צוויי מאל אין ש''ס (דאכט זיך אין ברכות און אין פסחים), איין מאל שטייט מצוה שאני און איין מאל שטייט מצוה דרבים שאני. און דער פני יהושע איז מחלק פארוואס דא שטייט אזוי און דא אזוי, וכמה קולמוסים נשתברו ע''ז. אבער ע''פ דרך עוז והדר איז די גאנצע קושיא נישט שווער; זיי האבן פשוט פארגליכן, אין די גמ', ביידע פלעצער, און אפי' נישט גענומען די מי צו צוצייכענען ביי די הערות אז עס פלעגט שטיין אנדערש!