סידור תפלה ישרה החדש ע"י דפוס פאר

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 3:31 pm

פארשלאפען : וויפל האסטו בייצאלט פארן סידור ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 3:40 pm

msp האט געשריבן:צוויי שאלות בנידון דידן
איז די חשיבות פון דער בארדיטשאווער סידור תלוי אין די נוסחאות אדער מעהר אין די פירושים
איז די חשיבות נישט בעיקר אין דער אריגינעלע דרוק וואס האט געהאט הסכמות פון גדולי עולם ומאורי החסידות


איין חשיבות - פלעגט זאגן מיין חדר רבי - פונעם סידור איז אז דער שם איז אינגאנצן, נישט צוויי יודעלעך.

אויך איז כדאי צו דערמאנען אז דער ראצפערטער רבי ז"ל פון דיוויזשאן עוו. האט דאס אמאל איבערגעדרוקט און משנה געווען געוויסע בלעטער מיט גרעסערע אותיות, אזוי ווי קריאת התורה וכדומ'
אגב: פלעגט זיך דער ראצפערטער רבי בארימען אז ער איז געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו דרוקן סידורים על טהרת הקודש נישט ביי מחללי שבת אזוי די אמעריקאנער תיקון מאיר סידורים.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 5:42 pm

יקוםפרקן האט געשריבן:אויך איז כדאי צו דערמאנען אז דער ראצפערטער רבי ז"ל פון דיוויזשאן עוו. האט דאס אמאל איבערגעדרוקט און משנה געווען געוויסע בלעטער מיט גרעסערע אותיות, אזוי ווי קריאת התורה וכדומ'
אגב: פלעגט זיך דער ראצפערטער רבי בארימען אז ער איז געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו דרוקן סידורים על טהרת הקודש נישט ביי מחללי שבת אזוי די אמעריקאנער תיקון מאיר סידורים.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 28&hilite=

JOELHEALTH האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די נקודת די קמץ נא..........רינדעכיג .......ארטסקראל.....לאמער הערן

בוודאי איז א סידור פון הרב שטעסל מיט רינדעכיגע נקודות.
דא האסטו א שמועס אז דער תפלה ישרה סידור דפוס פרעמישלא, האט געקעסטלטע נקודות...
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 98&hilite=
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21151
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 30, 2011 10:07 am

farshlufen האט געשריבן:מיינע הערות על הסידור וועל איך בל"נ שרייבן נאכן נוצן פאר א צייט.

עוד על הסידור החדש.

בשירת הים בפסוק "צלל"ו כעופרת במים אדירים" ניקד הלמ"ד הראשון בחט"ף בפתח [וההסבר בקצרה כי הקמ"ץ הוא קמ"ץ גדול והל' הוא שו"א נע כידוע לכל מבין וכן קבלתי מזקיני ז"ל בילדותי], וידענא כי כן הוא בדפוס תק"פ אבל היא טעות יסודית, כי לפי שיטה זו מנקדין כל שני אותיות הסמוכות הדומות כן - לדוגמא המילה הללוי' - וכמו שהאריך בנושא בעל מנחת שי בפרשתן פ' לך לך בפסוק ואברכה מברכך ובמאמר המאריך וז"ל בפרשתן "ואני בתומי אלך בדרך הספרים שהם כולם בשו"א לבד והמדקדק לקרותן כהוגן תבא עליו ברכה", וכן בשירת הים כתב "צללו, הלמ"ד בשב"א לבד כמנהגינו" ולמעשה אין מנקדין כהיום בחטפין וגם המו"ל לא ניקד כן.

בבברכת יהללוך הוסיף אולי מחמת שיגרא דלישני: ויקדישו וימליכו את שמך מלכנו תמי"ד בלי לציינו עם חצי רבועין, אבל הנוסחא בדפוס ראשון ובדפוס פרעמיסלא וסאטמאר אינו כן וכן מרן רבינו הק' מסאטמאר ז"ל לא אמר תמי"ד וכפי ששומעין בהקאסעטן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אוקטובער 30, 2011 11:59 am

כ'שעם מיך האט געשריבן:גראדע איז ער נישט דער ערשטער עס איבערצידריקן, ביאנע מכון חלקת יהושע האט פאראיאר איבערגעדריקט דעם סידור'ל אין 2 בענדער, די פראבלעם מיט זיי איז אז זיי האבן עס געמאכט מיט כתב עברי וואס מאכט היפש נערוועז, שטעסל'ס וועט דעריבער לכאורה מער אויפגעכאפט ווערן, אין א קורצע צייט וועלן אלע רבי'ס רבנים שיינע אידן און סתם אזוי סאקמורע חסידים פארמאגן דעם ווערסיע אינעם תפילון בייטל.



כהאב מיך דעם פארגאנגענעם יום טוב אנגעשטויסן מיט די מהדורא פון וואס דו רעדטס
דער מדפיס מיטן נאמען וויינער האט עס איבעגעדרוקט אויף אותיות כתב אשורית אויפן זעלבן פארמאט ווי סידור חלקת יהושע פון ביאלא, צוויי בענדער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג אוקטובער 30, 2011 3:43 pm

אין וועלכע קרייזן/חסידות באנוצט מען זיך כהיום הזה מיט דעם סידור?

דאכצעך אז רוב חסידות'ער האבן שוין במשך די יארן געדרוקט אייגענע סידורים לויט זייערע נוסחאות, מעשי ידיו להתפאר פון זייער אייגענע מכון, ובעצת והדרכת האדמו"ר שליט"א. נישט אזוי?

ווייטער, די וואס נוצן יא דעם סידור, דאווענען אינגאנצן לויט די נוסח פונעם בארדיטשעווער סידור?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 12:17 am

farshlufen האט געשריבן:בבברכת יהללוך הוסיף אולי מחמת שיגרא דלישני: ויקדישו וימליכו את שמך מלכנו תמי"ד בלי לציינו עם חצי רבועין, אבל הנוסחא בדפוס ראשון ובדפוס פרעמיסלא וסאטמאר אינו כן וכן מרן רבינו הק' מסאטמאר ז"ל לא אמר תמי"ד וכפי ששומעין בהקאסעטן.

דברתי להמו"ל ואמר לי שהי' צ"ל בסוגרים.
אויך דער וישוררו איז די זעלבע.

ונטלתני רוחא. דאכט זיך אין די אלטע איזעס געווען אנדערש געפינטלט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 11:42 am

איך האב באמערקט אויפן שער בלאט פונם בארדיטשובער דריק 2 זאכן וואס זענען שפעטער ארויסגעפאלן.
1. פירוש הרד"ק אויף הלל. ווייס איך נישט פשט, און פארוואס מ'האט נישט צוריקגעשטעלט די קרוין פאר יושנה.
2. צייכנס פאר מלרע און מלעיל. דאס קלער איך ווייל ס'צומישט אסאך מענטשן, אולי.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:15 am

לעצטנס האב איך געזען אז דער סידור איז געווארן איבערגעדרוקט בשנת תשע"ג. איך האב נישט באמערקט דערווייל עפעס הוספות\תיקונים.
---
עטליכע "נקודות" וואס דרוקן מיר שוין א לענגערע וויילע:
אין איזהו מקומן ביי די שירי הדם איז געפינטל "שירי" מיט א חיריק אונטער דעם ערשטן יוד.
ביי רבי ישמעאל אומר איז "רבי" געפינטלט מיט א חיריק אונטער'ן ריש.
---
מענין לענין:
דער מו"ל ר' ישראל חיים האט פריש איבערגעזעצט דעם תפילת דוד ארי' סידור מיט היבש נוסחאות פון בארדיטשובער סידור.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:31 pm

אההההה ר' יואל
שלום עליכם!
וואס מאכסטו?
געראדע רבי מיט א חיריק איז פארהאנען אין ספרדישע סידורים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
yidusa
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm

תגובהדורך yidusa » מאנטאג אפריל 29, 2013 3:50 pm

מענין לענין:
דער מו"ל ר' ישראל חיים האט פריש איבערגעזעצט דעם תפילת דוד ארי' סידור מיט היבש נוסחאות פון בארדיטשובער סידור.[/quote]
its the same just took out the perish

הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 11, 2011 5:50 pm

תגובהדורך הוצאת.אמת » מאנטאג אפריל 29, 2013 4:04 pm

יואל ווייס האט געשריבן:ביי רבי ישמעאל אומר איז "רבי" געפינטלט מיט א חיריק אונטער'ן ריש


לויט די כללי הדקדוק, קומט עס אזוי, עיין בסידור יעב"ץ, רבי שבתי סופר ועוד ועוד

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אפריל 29, 2013 4:50 pm

yidusa האט געשריבן:מענין לענין:
דער מו"ל ר' ישראל חיים האט פריש איבערגעזעצט דעם תפילת דוד ארי' סידור מיט היבש נוסחאות פון בארדיטשובער סידור.

its the same just took out the perish[/quote]
נאכנישט דורכגעאקערט, אבער עס איז קלאר נישט די זעלבע!

אוועטאר
yidusa
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm

תגובהדורך yidusa » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:28 am

ווינקל האט געשריבן:נאכנישט דורכגעאקערט, אבער עס איז קלאר נישט די זעלבע!

and i told you its for sure the same

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אפריל 30, 2013 2:18 pm

איך האב נאר פון אויבנאויף שוין געטראפן גאר אסאך שינוים.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג יולי 22, 2013 9:29 am

איינער ווייסט ווען די צווייטע חלק גייט ארויסקומען?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21151
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 31, 2019 10:12 am

אינעם גליון נחלתינו די פארגאנגענע וואך פרשת שמיני איז געוועזן א שיינע קאמענטאר פון הרב ר' ישראל חיים שטעסל זז"ג איבערן תפלה ישרה סידור וגלגוליו.
צוגעלייגטע
נחלתינו שמיני עט1.jpg
נחלתינו שמיני עט1.jpg (526.13 KiB) געזעהן 477 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג מארטש 31, 2019 12:23 pm

הוצאת.אמת האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:ביי רבי ישמעאל אומר איז "רבי" געפינטלט מיט א חיריק אונטער'ן ריש


לויט די כללי הדקדוק, קומט עס אזוי, עיין בסידור יעב"ץ, רבי שבתי סופר ועוד ועוד


דאכט זיך אז הג"ר שמעי' גרינבוים שליט"א פינטלט אויך אזוי אינעם פירוש יקר 'סייעתא דשמיא', און עס מאכט נערוועז על אף וואס ער איז גערעכט.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אפריל 03, 2019 12:15 pm

רבי מיט א פתח, מקורו פון סאטאנוב, הגם מען געפינט עס שוין פריער אויך.
נקודות לגבי וי אזוי מען זאגט דעם ווארט איז הל״מ, אבער ווי אזוי די נקודות דארף אויסצוזעהן איז נישט, וד״ל.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט