סאבאטא

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

פרעג די ספרים מוכר אויב ער האט עס...
אויף וועלכע נקודה איז די שאלה אויב עס איז אמת, אז עס איז מען פלעגט פארשיקן אידן קיין סיביר? אדער אז ער האט זיך טאקע מוסר נפש געווען? זיי ביטע מסביר.
שמו ראה כאן viewtopic.php?p=364545#p364545
אוועטאר
הער שליוואוויץ
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2010 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער שליוואוויץ »

למעלה משבעים האט געשריבן:פרעג די ספרים מוכר אויב ער האט עס...
אויף וועלכע נקודה איז די שאלה אויב עס איז אמת, אז עס איז מען פלעגט פארשיקן אידן קיין סיביר? אדער אז ער האט זיך טאקע מוסר נפש געווען?

אפשר איז כוונת המקשן צי איז מעגליך צי געדענקען פרטי פרטים דקים פין א ערך צוואנציג יאר אין סיביר אויף א טאג טעגליכער פארנעם?
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

די מעמוארן פון ר' אליעזר נאַנעס זענען נתפרסם געווארן צום ערשטן מאל אין "אלגעמיינעם זשורנאל", אין די אנהויב תש"ל יארן, אונטערן פּסעוודאנים "אברהם נעצאַך" (אברהם נצח). שפעטער איז דאס געדרוקט געווארן אינעם "סאַבּאָטאַ". דער איד האט געלעבט אין ארץ ישרא' און איז אוועק ביי די הונדערט. פון די פערציג ביז די זעכציג האט ער פארברענגט אין רוסישן סיביר.

- שווער צו גלייבן אז ער האט אלעס געדענקט פונקטליך גענוי. "זונטאג שפעט נאכמיטאג האט מיר דער נאטשאלניק געהייסן זיך שטעלן פארן פאדריאטשיק אום דינסטאג אווענט". ס'דוכט זיך אז דער אלגעמיינער האט צוגעשטעלט די פרטי פרטים, און צוגעפיצט און אויסגעצויגען די מעשה - ביז ס'איז געווארן א בוך.

דאס מיינט אבער נישט צו פארמינערן פון דעם פאקט, אז דער איד איז געווען א בעל מסירות נפש בפועל ממש, צוואנציג יאר אין סאוועטישן גאַנאיידן.

פאלגענד איז א אפשאצונג פון א יודישסטן שרייבער - דער חלק הטוב שבו קענען מיר זיך אויך אפלערנען.

ווען איך האָב לעצטנס אָפּגעלייענט ר' לייזר ננס'ס זכרונות, 804 בלעטלעך, איך בין געווען פֿאַרטרייסלט פֿון עמאָציעס, געציטערט, און בעיקר - פֿאַרשטומט פֿון הדרת-כּבֿוד.

ר' לייזר איז געבוירן געוואָרן אין כערסאָן, אוקראַיִנע, אין דעם יאָהר תרנ"ז - 1897.

זײַענדיק פֿינף יאָהר אַלט, האָט דער טאַטע זײַנער איהם צוזאַמען מיטגענומען קיין ליובאַוויטש, צו זײַן בײַם פֿינפֿטן ליובאַוויטשן רבי'ן, כ"ק אדמו"ר שלום דובער שניאורסאָהן זי"ע.
דער רבּי האָט איהם געפֿרעגט צו זײַן נאָמען. "אליעזר", האָט דער קליינער געענטפֿערט. "און אוואו שטייט אליעזר אין די תורה, און וואָס שטייט נאָך דאָרטן, וואָס הייסט אליעזר?"
"דער טאַטע האָט מיר דערציילט", האָט געענטפֿערט דער קליינער לייזר, "אַז ווען בין איך געבוירן געוואָרן, האָט דער טאַטע געשיקט אַ טעלעגראַמע צום רבּי'ן, אויף צו בעהטן אַ בּרכה פֿאַר מיר און פֿאַר די מאַמע.
דער טאַטע האָט אויכעט געפֿרעגט בײַם רבּי'ן וועלכער נאָמען מיר צוגעבן. דער רבי האָט געהייסן מיר צו הייסן "אליעזר", און האָט באַוואָרנט אַז משׁה רבּינו האָט געהייסן זײַן זון אליעזר, און וויבאַלד דער נאָמען "אליעזר" איז פֿון צוויי ווערטער "א-לי, עזר", האָט אַזוי משׁה רבּינו געדענקט אז ער איז ניצל געוואָרן פֿון חרבֿ פּרעה".

דער רבּי האָט געמאַכט אַ סימן צום לייזר'ן נעענטער צו קומען.
דער רבּי האָט איהם כּמעט געשושקעט אין אויער: "פּרעה'ס שווערד האָט נישט געהאַט קיין שליטה אויף משׁה-רבּינו. אָט אַזוי וועט זײַן באַ דיר. פּרעה'ס שווערד וועט אויף דיר קיין שליטה נישט האָבן".
שפעהטער האָט איהם דער רבּי געבענטשט מיט אריכות-ימים.
ר' לייזר האָט אויסגעוואַקסט און געוואָרן אַ בּחור'ל, האָט געלערנט אין ליובאַוויטש אין ישיבֿת תּומכי-תמימים, שפעהטער האָט ער חתונה געהאט מיט זײַן ווײַב רייזל, און געלעבט זײַנע יאָהרן אַלס אַ חסיד, אַ ירא-שׁמים און אַ למדן.

פֿאַרפֿינצטערע וואָלקן האָבן געקומען אויף דער רוסישער הימל. עס זײַנען געווען די שווערע יאָהרן אונטער דער מלוכה פֿון דער באַוואוסטער דיקטאַטאָר און מערדער, סטאַלין ימח שׁמו וזכרו.
זײַנע מלאכי-חבּלה פֿון נ.ק.וו.ד (דער פֿריערדיקער נאָמען פֿון ק.ג.ב) האָבן געזוכט בּחוֹרין ובֿסדקין נאָכן "עוונותיהם של ישראל".

שנת תרצ"ו, ליל ערב יום כיפור. (5.10.1935)
ר' לייזר זיצט אין דער היים, אין דער שטאָט ראָסטאָוו, ווען ער הערט אַז איימיצן קלאַפּט אויפֿן טיר.
"ווער איז דאָס?" פֿרעגט ר' לייזר.
"פֿונעם פּאָשטע!" הערט ער אַן אומבאַקאַנטער קול.
ר' לייזר מאַכט אויף די טיר, און זעהט אַ פּאָר סאָלדאַדן מיט כּלי-משׁחית אין די הענט.
נאָך אַ חיפּוּשׁ אַ גאַנצער נאַכט, זיי האָבן איהם מיטגענומען.
אין דער נאַכט, מ'האָט איהם אײַנגעשטופט אין אַ קאַראָבּקע, דאָרטן איז ער געבליבן דעם גאַנצן יום-הכּיפּוּרים.
דאָרטן האָט ער געדאַוונט "כּל-נדרי" פֿונעם זכּרון, דאָרטן האָט ער געוויינט צום רבּונו-שׁל-עולם, דאָרטן האָט ער געטראַכט וועגן יונה במעי הדגה, אויף וועלכן מ'לייענט אין הפֿטורה פֿון מנחה של יום כיפּור, אַז ער איז געווען אין ענלעכע סיטואַציע אַזוי ווי ער, און ניצל געוואָרן.
במוצאי היום הקדושׁ, מ'האָט אַרויסגענומען ר' לייזר'ן פֿונעם קאַראָבּקע, און ער האָט קוים געקאָנט שטיין אויף די פֿיס, ווײַל ער איז ער געווען דאָרטן געקוועטשט אַ גאַנצן מעת-לעת.
נאָך די שווערע חקירה ודרישה, מ'האָט איהם גע'משׁפּט לויט סעיף 58, קאָנטר-רעוואולוציאָנער, "בעוון" לימוד תורה מיט קינדער, מאַכן "חדרים" און אַלערליי "עוונות וּפּשׁעים".
מ'האָט איהם גע'משפּט אויף צען יאָהר צו שיקן אין סאָוועטישער עבֿודת-פּרך-לאַגער, אין די ווײַטע סיביר.

דאָרטן אין לאַגער האָט ר' לייזר נישט פֿאַרלוירן זײַן צלם-אנושׁ און צלם-אלוקים. האָט געהיט זײַן באָרד און פּאות מיט קנאות, אפֿילו אַז ס'האָט איהם כּמעט געקאָסט זײַן לעבן נישט איין נישט צוויי מאָהל. איין פּסח, אַז ער האָט נישט באַקומען די מצות אַז זײַן ווײַב האָב איהם געשיקט דורכן פּאָשטע, ווײַל די מנהלת האָט עס נישט צוגעלאָזט, האָט ער געפֿאַסט די אַלע אַכט טעג פֿון פּסח, אַפֿילו אַז ס'איז געווען סכּנת-נפֿשׁות בּפּועל-ממש. נאָך פּסח מ'האָט איהם געדאַרפֿט געבן צו עסן מיט אַ לעפֿעלע, אַזוי ווי מיט אַ קליינער קינד. אפֿילו אַ ווערטל האָט ער נישט געקאָנט אויסזאָגן, פֿון די שוואַכקייט.
דאָרטן האָט ער געהאָלפֿן פּוילישע ייִדן וועלכע אַהינצו געקומען, דאַרטן האָט מסדר שטילערהייט אַ ייִדישע קבֿורה פֿאַר דעם אַלטן פּוילישער רבֿ, דאָרטן האָט ער באַהאַלטעניש געלייגט תפֿלין, און געלערנט תּורה מיט אַנדערע ייִדן.
דאָרטן אין לאַגער האָט ער געהיט זיך שׁבּת, אָהן קוקנדיק אויף די שטראָפֿן. ער האָט געהאַט אומפֿאַרשטענדלעכע יסורים, און געשטאַנען קעגן זיי מיט אומפֿאַרשטענדלעכע גבֿורה. פשׁוט נישט מענטשלעך.
צען יאָהר שפעהטער, אַז ס'האָט כּמעט געקומען צום סוף דער צײַט אַרויסצוגיין פֿון דער גיהנם, מ'האָט איהם נאָכאַמאָהל גע'משׁפּט'ן. ער איז געווען שולדיק אין דעם, אַז אין צען יאָהר, נישט נאָר אַז ער איז נישט געוואָרן "פּראָדוּקאַטיוונייִ סאָוועטסקייִ גראַזשדאַנין" - "פּראָדוּקאַטיווישער סאָוועטישער אזרח", נאָר איז געבליבן "אַ פֿאַנאַטישער רעליגיִאָזנער".
נאָך צען יאָהר, ר' לייזר האָט באַקומען נאָך צען יאָהר.......

פֿון דעם אַליין אַ מענטש קען גלײַך אַראָפּגיין פֿון זינען.

דאָס אַלעס - נאָכאַמאָל. שטראָפֿן, סכּנת-מוות, זיצן צווישן גנבֿים פּושעים און מערדערס, צינוק, מכות, השפלה, עבודת פרך, און אמונה. אַ סאַך אמונה. שטאַרקע אמונה אין בורא-עולם.

ר' לייזר האָט געטרונקען די כּוס-התּרעלה עד תּוּמה.

ער איז אַרײַן אין די לאַגערן זײַענדיק פֿערציג יאָהר אַלט, אין די יאָהר 1935, און אַרויס פֿון דאַנעט זײַענדיק שוין זעכציג יאָהר אַלט, אין די יאָהר 1955.

עלף יאָהר שפעהטער, ר' לייזר האָט זוכה געווען עולה זײַן קיין ארץ-ישׂראל, און געלעבט אין ירושלים עיר-הקודשׁ. דאָרטן ער איז נפֿטר געוואָרן בּשׂיבֿה טובֿה, הונדערט יאָהר אַלט, אין תשנ"ז - 1997. אַזוי ווי דעם רבינ'ס בּרכה - פּרעה'ס שווערד האָט אויף איהם קיין שליטה נישט געהאַט, און אריכות-ימים.

אכט הונדערט און פֿיר בלעטעלעך פֿון הוד שׁבּגבֿורה האָב איך געלייענט.
וואָס קען נעמען אַ יונגער בחור'ל אַזוי ווי איך, אויסגעוואַקסענער אין אַ צײַט פֿון "רוח והצלה יעמוד ליהודים", פֿון אַזאַ מעשׂה?

אינעם סוף פֿונעם ספֿר, ס'איז פֿאַראַן ר' לייזר'ס זכרונות ווען ער איז שוין געווען אַרויס פֿון עמק-הבכא.
ער דערציילט, אַז איין מאָהל האָט דער רבי זי"ע איהם געשיקט קיין מילאַנאָ כּדי צו פֿאַרברענגען מיט די חסידים, און דערציילן זײַן היסטאָריע און מעשׂיות.
בײַם פֿאַרברענגען האָט ער געזעהן אַ ייִד, וועלכן איז געווען זייער ענליך צו אַ חבֿר זײַנער אין רוסלאַנד. אין סוף, ער האָט איהם געפֿרעגט, און ער איז טאַקע געווען דער זון פֿון זײַן חבֿר, דעם זעלבן פּנים האָבן זיי געהאָט, נאָר מיט איין חילוק: דער טאַטע האָט געהאַט אַ באָרד, און דער זון איז געווען אָהן קיין באָרד, און נישט קיין פֿרום..
ר' לייזר האָט אָנגעהייבן צו וויינען. "פֿאַוואָס ביסטו נישט אַזוי ווי דײַן טאַטע?" האָט ער איהם געפֿרעגט, וויינענדיק.
(דער סוף מיט איהם איז געווען אַז ער האָט תּשׁובֿה געמאַכט, און ער פּראַוועט א פֿרומען חסידישן שטוב.)

אָט דאָס איז וואָס איך האָב גענומען פֿונעם ספֿר.

"פֿאַרוואָס ביסטו נישט אַזוי ווי דײַן טאַטע?"

פֿאַרוואָסזשע מיר, אונדזער דור, זײַנען אַזוי ווי אונדזערע טאַטעס און מאַמעס, זיידעס און באָבעס, גאַנץ בּתּורה ובּיראה?
דאָס איז דער אמת'ער חשובֿ'סטער זאַך.
....
ר' לייזר אין די לאַגערן - אָט דאָס איז אַ גאַנצער ייִד. אַן אמת'ער ייִד.
....
לעצט פארראכטן דורך קרעפלקאפ אום מאנטאג יוני 13, 2011 12:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

הער שליוואוויץ האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:פרעג די ספרים מוכר אויב ער האט עס...
אויף וועלכע נקודה איז די שאלה אויב עס איז אמת, אז עס איז מען פלעגט פארשיקן אידן קיין סיביר? אדער אז ער האט זיך טאקע מוסר נפש געווען?

אפשר איז כוונת המקשן צי איז מעגליך צי געדענקען פרטי פרטים דקים פין א ערך צוואנציג יאר אין סיביר אויף א טאג טעגליכער פארנעם?

איך האב דעם יוד געקענט, און ער האט אויסגעזעהן אן איש נאמן
20 יאר נחקק מיט בליט איז נישט קיין חידוש צו געדענקען, בפרט, 20 יאר פאסירן אסאך מער ווי די פאר אינטרעסאנטע עפיזאדען,
ואם שינה שהמעשה הי' ביום ג' במקום יום ב' וכדומה, או ששמו הי' וולאדמיר במקום באריס מה נפ"מ
ושמעתי ממנו, כי לכתחלה רצה לכתוב הדברים ממש כמו שהי', דהיינו כל השיחות שהי' לו אם היהודים, שהי' מלא חב"ד וכו', וכד מעיינים בסאבאטא אין רואים אף מלה מחב"ד, ואמר לי שהרבי הרמ"ש ציוה לו כן, בכדי שיהי' שווה לכל נפש, שכל אחד ידע וואס יודען מאכן דארט מיט
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

א פלא'דיגע ספר און גיט צו אסאך יר"ש פאר א קינד, איך האב עס געליינט אלס קינד עטליכע מאל און נישט זאט געווארן צו לייענען, הלוואי וואלט געווען צו באקומען נאך אזוינע היימישע מעשה ביכלעך מיט אן עכטן אויטענטישן אידישקייט.
שויתי השם לנגדי תמיד
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווייסט אפשר איינער וויזוי דער ענגלישער ווערסיע פון דעם בוך הייסט?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

Subbota : My Twenty years in Soviet Prisons
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

והוא פלאי האט געשריבן:Subbota : My Twenty years in Soviet Prisons

שכוח, שוין לאנג געזיכט.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

ווייסט איינער אויב עס איז דא אונליין עוועיליבל צו לייענען די אידישע "סאבאטא" אדער אין לשה"ק "האיש שלא נכנע"???
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

לכאורה דארף איך עס צו האבן ערגעצווי פארפאקט און באהאקט צויווישן די אלטערטוהמען אין מאגאזין מיינער . וואס איז ? צו ברויכסטו עס זאגזשע טייער פריינד
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

שויתי'ניק האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז דא אונליין עוועיליבל צו לייענען די אידישע "סאבאטא" אדער אין לשה"ק "האיש שלא נכנע"???


די סובאטא און האיש שלא נכנע זענען צוויי אנדערע זאכן. סובאטא האט ער אליינס אפגעשריבן זיינע זכרונות פון די צוואנציג יאר אין תפיסה. ווידער האיש שלא נכנע איז א ספר וואס אנדערע האבן אים באשריבן. נישט נאר די תפיסה יארן, נאר דעם גאנצן מענטש, פאר דעם און נאךדעם. עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן איבער אים אויסער די תפיסה יארן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

מיר קוקט אויס אז א האלבע בוך קען מען אראפשניידן וויבאלד ער דבר'עט צופיהל ארום. פלוס-דערצו איז דער שפראך זיינער איז כלַל וכלָל מער נישט לעזבאר היינט ומי יתן אז די אלע געלונגענע שרייבערס זאלן זיך ארויפשארצן די ארבל , און אנהויבן מאכן פון אונזער שפראכע א לייטע. און דערביי האבן עפעס אויגעטוהן אין לעבן ..... אוי צייט ...צייט ....דאס איז די וויכטיגסטע פון אלעם....ווי האט מיין פאטער שטענדיג געווארנט: שעפעלע טייערע, פארברען נישט די הייליגע צייט ! ווייל דאס קומט קיינמאל נישט צוריק.....
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

טהור-עיניים האט געשריבן:
שויתי'ניק האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז דא אונליין עוועיליבל צו לייענען די אידישע "סאבאטא" אדער אין לשה"ק "האיש שלא נכנע"???


די סובאטא און האיש שלא נכנע זענען צוויי אנדערע זאכן. סובאטא האט ער אליינס אפגעשריבן זיינע זכרונות פון די צוואנציג יאר אין תפיסה. ווידער האיש שלא נכנע איז א ספר וואס אנדערע האבן אים באשריבן. נישט נאר די תפיסה יארן, נאר דעם גאנצן מענטש, פאר דעם און נאךדעם. עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן איבער אים אויסער די תפיסה יארן.

איך פארשטיי אז ס'איז די זעלבע זאך נאר אביסעל ציגעלייקט (איך האב נאר געליינט "האיש שלא נכנע")
דהו
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דהו »

איך זוך צו קויפן די בוך "סובאטא" אין אידיש אדער ענגליש. אנליין זעה איך נאר גענוצטע, און נישט אונטער $100.00 .

ווייסט איינער ווי איך קען באקומען א נייע אדער כאטשיג א כמעט נייע און פאר ביליגער??

א גרויסן דאנק פון פאראויס.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

Back in print!
הערליך איבערגעארבעט מיט הונדערטער בלעטער ניי-אנטדעקטע חומר, געשריבן אין א זאפטיגן אידיש.

https://www.amazon.com/dp/1684545676
אטעטשמענטס
image (1).png
image (1).png (521.83 KiB) געזען 4645 מאל
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

היינט געזעהן אין בית הספרים אין מאנסי

זעהט אויס צו זיין א הערליכע ארבעט
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

Wow
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:Wow
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

איז עס ווערט די 35 טאלער?

קענען ליינער ביטע קאמענטירן
לייב ירק
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייב ירק »

פויגל מילך האט געשריבן:איז עס ווערט די 35 טאלער?

קענען ליינער ביטע קאמענטירן

עס איז א הערליך בוך ווערט אלע געלטער מקען עס קויפן ביי די לאקאלע ספרים געשעפט פאר 29.00
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

א שענעם דאנק

עטמענעס איינהאנדלען אי"ה
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

דורך געליינט אין די יעצטיגע טעג.

מורא'דיגע בוך, פול מיט מסירות נפש, און טראציגע שריט פונעם מחבר בשעת ער איז געווען בגיא צלמוות.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
ווינדאוי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינדאוי »

דורך געליינט א גרויס חלק נעכטן, נישט נארמאל ווי אזוי א בשר ודם קען אזוי פיל מיט מאכן אין זיך האלטן ביי די אמונה!!

ווי למשל זיין חבר האט אויפגעשטעלט א מצה בעקעריי אינטער זייער נאז, איז מיר ממש געקומן טרערן אין די אויגן..

מלא וגדוש מיט תוכן , אין זייער אינטערסאנט.
דוראק
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 21, 2018 6:20 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוראק »

שויתי'ניק האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז דא אונליין עוועיליבל צו לייענען די אידישע "סאבאטא" אדער אין לשה"ק "האיש שלא נכנע"???

דעם אידישן „סובאָטאָ” קאָן מען לייענען דאָ.

אפשר ווייס איינער צי דער נייער דרוק איז רעדאַגירט אָדער דעם מחבר'ס אָריגינעלן לשון?
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”