חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין די בראנקס האט געוואוינט א איד נכד הבעש"ט וואס האט געהייסן ר' חיים בלאך, א גרויסער גאון ותלמיד חכם א בעל כשרון נפלא ומוח עצום, ליידער האבן איהם זיינע פאנטאזיעס שטארק פארדרייט דעם קאפ און האט ארויס געברענגט אויף זיך שפאט און געלעכטער.

אויף די אינטערנעט איז געווארן ארויף געלייגט א גאנצער ארכיוו מיט בריוון וואס ער האט געשריבן צו גדולי ישראל און האט אויך באקומען פון זיי ענטפערס די בריוון זענען אין שטארק א מסודר'דיגער אופן און אנטהאלט ידיעות נפלאות בתורה און נאך מער אינטערעסאנטע און קוריאזע דין ודברים'ס מיט די רבנים.

די חברה דא האבן פשוט נישט קיין צייט צו עפענען אן אשכול איבער איהם ווייל זיי זענען פארנומען איבער צו קוקן די קוריאזע בריוון ווי ער שרייבט זיך מיט א רייע רבנים פון די גרעסטע ביז די קלענסטע, פירט מלחמות מיט אגודת הרבנים, שרייבט זיך מיטן פויבסט און פאנטאזירט א וועלט, איך קען פון מיין קאמפיוטער נישט צוקומען דערווייל צו די סחורה דאס וואס כ'האב יא עספיעט צו זעהן איז דורך אן אנדערע קאמפיוטער דעריבער נעם איך יא די צייט אין מיה אויף צו שטעלן א ספעציעלער אשכול צו צונעמען די בריוון זיינע טעאריעס אא"וו, כ'האף אז די חשובע חברים וועלן זיך אנרופן.

פון די ביכער וואס זענען פארהאן אויף היברו בוקס זענען: דע מה שתשיב (א בריוו צום פויבסט איבער געוואוסע ענינים אינעם תלמוד), קים ריב את ההרים (קעגן הרב הענקין און די אגודת הרבנים מיט וועמען ער איז מתחלה געווען אין נאנטע באציאונגען אבער נאך א דין תורה האט ער זיך מיט זיי מיאוס צופליקט), קובץ מכתבים מקוריים מהבעש"ט ז"ל ותלמידיו זי"ע, מאשרים תועים ומתעים (אויף געוואוסע מכשולים אין טרפות), אבן מקיר תזעק (נגד הרב הענקין)

די בריוון זענען דא צו טרעפן אין די ארכיוון http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 9/mode/2up
אטעטשמענטס
ddrxfsjn_602c4hx2vd8_b.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דאכט זיך אז הרב בלאך האט ארויסגעגעבן עפעס א ספר קעגן רעיון הציונות, שטימט?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ייש"כ בן בוזי, פאר מ'גייט אריין אין זיין ביאגראפיע און ביבליאגראפיע, וויל איך קודם מזכה זיין דעם עולם מיט זיין אוצר וואס איז ארויפגעשטעלט געווארן אנליין מיט די הילף פון די 'ליא בעק אינסטיטוציע'. דער אוסף אנהאלט 13 קובצים (ריעל"ס בלע"ז) פון טויזענטער מסמכים, בריווען, בילדער, קארעספאנדענס, אא"וו פון און צו הרב בלאך און אנדערע פערזענליכקייטן מארבע פינות העולם.

מ'קען פארברענגען טעג אין די זאמלונגען און טרעפן חידושים נפלאים מעידי העידית שבהיסטאריע, פון די שפעטע תר"צ יארען ביז אין די תש"ל יארען, איך האב שוין ארויפגעשטעלט ביינונז אין דערפל זעיר פה וזעיר שם פון די אסיפות צו געבן דעם טעם דערפון, אבער דעו נא רבותי אז הרבה יותר כתוב שם, טעמו וראו כי טוב.

יעצט דירעקציעס צום אוצר, דער קומענדיגער לינק איז צום ערשטען קובץ:
http://www.archive.org/details/chaimbloch00reel01
אז איר זעהט דעם אדרעס, מערקט די לעצטע בוכשטאבן reel01 דאס צייגט אז דאס איז דאס ערשטע ריע"ל, ווען איר עפנט דעם לינק, וועט איר זעהן לינקס א קאלום View the book וואס דארט איז פארהאן עטליכע אפציעס אויף צו זעהן דעם קובץ אדער זאגאר איר אראפלאדענען צו אייך אויפן קאמפיוטער.

אז איר זענט פארטיג מיט איין ריע"ל, טוישט אינעם בראוזע"ר די לעצטע בוכשטאב צו א 2
http://www.archive.org/details/chaimbloch00reel02
וכמעשהו בראשון כך מעשהו בשני, ביז גאנצע דרייצען קובצים מלאים זיו.

איך האב נאכנישט דורכגעבליקט אלע קובצים, אבער דערווייל ביז קובץ 6 זעהט אויס איין לאנגע המשך, דאס הייסט ער האט דאס מסדר געווען על סדר הא"ב, בריווען פון פערזענליכקייטן וואס זייער משפחה נאמען פאנגט זיך אן מיט א א' איז אינעם ערשטען קובץ אא"וו, ביי קובץ # 6 האב איך געהאלטן ביי אות ר', נאכדעם ווייס איך נאכנישט, ווער עס האט מער אינפארמאציע זאל מיטיילען.

-

שמעלקא,
דובב שפתי ישינים איז דער חיבור וואס דו מיינסט, דערוועגן איז דא א גוט שטיקל היסטאריע בשייכות אן הסכמה פון מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, עוד חזון.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג סעפטעמבער 16, 2010 11:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כוח ידידי מילער, געוואלדיג (כ'ווייס נישט צו מיין בעה"ב וועט עס אפריעשיעטן אבער איך זיכער...).

איז דא צו באקומען דער דובב שפתי ישנים אויפ'ן אינטערנעט?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

האם היה תלמיד הערוגת הבשם ? http://www.archive.org/stream/chaimbloch00reel02#page/n409/mode/1up
ועמך כולם צדיקים
חרמש_בקמה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2010 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש_בקמה »

איך האב געוויזן ערגעץ אנדערש פקפוקים אויך אויף בריוון וועלכע ווערן געברענגט אין מי נתן למשיסה יעקב.
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?whic ... m_id=19616
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, הי' אש להבה בינו ובין רבי מיכאל בער ז"ל [שנ' לעולמו באמצע ההדפסה] וכ" מרן בעויו"מ הי' בין פטיש לסדן, ליתר פרטים תראו ריעל 2 מפעידזש 820 ולהלן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

א דאנק בן בוזי פאר'ן ארויפברענגען די טעמע איבער אים. איך בין נישט קיין גרויסער ידען, און איך האב זיך לעצטענס אנגעטראפן מיט זיין ספר וואס ער האט געשריבן וועגן זיין ויכוח מיטן פובסט, איך האב עס געליינט לפי תומי, אפשר פארציילסטו אביסל מער היסטאריע איבער אים, און וואס זענען געווען זיינע פאנטאזיעס.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך האב ביי מיר זיין ספר מי נתן למשיסה יעקב וישראל לבוזזים, איך האב קיינמאל נישט דורכגעליינט דעם גאנצן ספר געהעריג, אבער פון דאס וואס איך האב געבליקט דא און דארט זעט עס אויס זייער אינטערעסאנט.

בד"וו, וואס האט ער געהאט מיט ר' חמ"ד זצ"ל?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

ר' משה חיים אפרים בלאך (דוכט זיך דאס איז געווען זיין פוהלער נאמען) האט ארויסגעגעבן "דריי" בענדער מיטן נאמען "דובב שפתי ישנים" מיט בריווען פון 'אלע' גדולי ישראל אקעגן דעם רעיון הציונית. למעשה ווען עס איז ארויסגעקומען האבן אסאך גע'טענה'ט אז אסאך בריווען זענען אינגאנצן גע'דמיון'ט און ארויסגעזויגן פון פינגער. דא שרייבט טאקע דער עולם דערוועגן אז ער איז געווען א באקאנטער בעקער און בעל דמיון, ממילא מעגליך זענען די מערערים גערעכט. נאך א ראי' לדבריהם איז דא אז ער ברענגט נישט קיין מקורות אויף זיינע בריווען, (אנדערש ווי די וואונדערבארע ספרים "משכנות הרועים" ג"ח אקעגן ציונות וואס אלע בריווען און ענינים האבן מקורות).

ווי עס ווערט דערציילט אין "איש חמודות" האט רב בלאך געבעטן פון מרן הגה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע ער זאל געבן א מכתב הסכמה אויף זיינע ספרים וויבאלד זיי קעגן דעם רעיון הציוני, אבער הגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל וועלכער איז דאן געווען ביים רבי'ן האט מפציר געווען אז דער רבי זאל איהם נישט געבן קיין הסכמה, וויבאלד געוויסע בריווען זענען מזוייף, און וועט מאכן א רושם כאילו די גאנצע שיטה אקעגן ציונות איז מזויף, און דער רבי האט טאקע נישט געגעבן קיין הסכמה. וכן הוה, ווען די ספרים זענען ארויסגעקומען האבן פיהלע שרייבערלעך געשריבן אז זיי זענען מזוייף, (לדוגמא איז דא דארט א בריוו פונעם ישמח ישראל זי"ע אקעגן ציונות, וואס די אייניקלעך וחסידים טענה'ען אז ס'איז נישט זיין סגנון הלשון און איז קיינמאל נישט געווען באקאנט).

אין די הקדמה צו "דובב שפתי ישנים" חלק ב' איז ער מאריך ווי אזוי די אלע בריווען זענען אנגעקומען צו אים, באופן הפלא ופלא, און לויט ווי דער עולם זאגט שהי' בעל דמיון שטימט עס נאך בעסער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

טענצל, הא תינח פאר דו לייענסט די בריעוון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א טענצל! האט געשריבן:ר' משה חיים אפרים בלאך (דוכט זיך דאס איז געווען זיין פוהלער נאמען).


איך האב פאר דיר ברעכנדע נייעס, זיין נאמען איז געווען 'חיים' דער 'משה אפרים' האט ער מוסיף געווען אז ער זאל ווערן אן אייניקל פונעם דגל מחנה אפרים.....

בן בוזי הייבט טאקע אן דעם אשכול אז ער איז געווען נכד הבעש"ט הק', וואס איז דער מקור און דער סדר היחס?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ס'איז טאקע געווען א טעות מצידי איהם נאכצוגעבן דעם טיטל פון נכד הבעש"ט. אין א שמועס מיטן בד"ץ דק"ק האט ער מיר טאקע געזאגט אז ס'באדארף צו זיין א בריעף צווישן די ארכיוון וואס דער ציעשינובער רב האט צו איהם געשיקט ווי ער פרעגט איהם ווען און פארוואס ער האט זיך מיטאמאל געטוישט דער נאמען צו משה חיים אפרים ווי דער דגל בשעת ער איז אלעמאל געווען באקאנט בלויז אלס חיים. (דעריבער האב איך אין אריגינעלער נאמען ביים שטעלן דעם אשכול געשריבן זיין נאמען (משה) חיים (אפרים) בלאך, וואס הג' אב"ד ומשב"ק האט געטוישט..)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א טענצל! האט געשריבן:ר' משה חיים אפרים בלאך (דוכט זיך דאס איז געווען זיין פוהלער נאמען) האט ארויסגעגעבן "דריי" בענדער מיטן נאמען "דובב שפתי ישנים" מיט בריווען פון 'אלע' גדולי ישראל אקעגן דעם רעיון הציונית. למעשה ווען עס איז ארויסגעקומען האבן אסאך גע'טענה'ט אז אסאך בריווען זענען אינגאנצן גע'דמיון'ט און ארויסגעזויגן פון פינגער. דא שרייבט טאקע דער עולם דערוועגן אז ער איז געווען א באקאנטער בעקער און בעל דמיון, ממילא מעגליך זענען די מערערים גערעכט. נאך א ראי' לדבריהם איז דא אז ער ברענגט נישט קיין מקורות אויף זיינע בריווען, (אנדערש ווי די וואונדערבארע ספרים "משכנות הרועים" ג"ח אקעגן ציונות וואס אלע בריווען און ענינים האבן מקורות).

ווי עס ווערט דערציילט אין "איש חמודות" האט רב בלאך געבעטן פון מרן הגה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע ער זאל געבן א מכתב הסכמה אויף זיינע ספרים וויבאלד זיי קעגן דעם רעיון הציוני, אבער הגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל וועלכער איז דאן געווען ביים רבי'ן האט מפציר געווען אז דער רבי זאל איהם נישט געבן קיין הסכמה, וויבאלד געוויסע בריווען זענען מזוייף, און וועט מאכן א רושם כאילו די גאנצע שיטה אקעגן ציונות איז מזויף, און דער רבי האט טאקע נישט געגעבן קיין הסכמה. וכן הוה, ווען די ספרים זענען ארויסגעקומען האבן פיהלע שרייבערלעך געשריבן אז זיי זענען מזוייף, (לדוגמא איז דא דארט א בריוו פונעם ישמח ישראל זי"ע אקעגן ציונות, וואס די אייניקלעך וחסידים טענה'ען אז ס'איז נישט זיין סגנון הלשון און איז קיינמאל נישט געווען באקאנט).

אין די הקדמה צו "דובב שפתי ישנים" חלק ב' איז ער מאריך ווי אזוי די אלע בריווען זענען אנגעקומען צו אים, באופן הפלא ופלא, און לויט ווי דער עולם זאגט שהי' בעל דמיון שטימט עס נאך בעסער.

נאך וואס האט ער געדארפט קומען צום סאטמאר רבי'ן פאר א הסכמה, ער האט דאך דאס געקענט פאבריצירן?...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן:ס'איז טאקע געווען א טעות מצידי איהם נאכצוגעבן דעם טיטל פון נכד הבעש"ט. אין א שמועס מיטן בד"ץ דק"ק האט ער מיר טאקע געזאגט אז ס'באדארף צו זיין א בריעף צווישן די ארכיוון וואס דער ציעשינובער רב האט צו איהם געשיקט ווי ער פרעגט איהם ווען און פארוואס ער האט זיך מיטאמאל געטוישט דער נאמען צו משה חיים אפרים ווי דער דגל בשעת ער איז אלעמאל געווען באקאנט בלויז אלס חיים. (דעריבער האב איך אין אריגינעלער נאמען ביים שטעלן דעם אשכול געשריבן זיין נאמען (משה) חיים (אפרים) בלאך, וואס הג' אב"ד ומשב"ק האט געטוישט..)


די בריווען פונעם צעשינובער רב איז א חלק פונעם אוסף, העמיר צווארטן ביז איינער וועט אפירברענגען דעם בריוו, דערווייל זעה איך אז עפ"י רוב שרייבט ער זיך אונטער 'חיים בלאך' אן די הוספות מלפנים ומלאחור, וואס איז מיר יא געפאלן איז ווי דער לאשקאוויצער רבי ר' שמואל גאטטעסמאן-העללער אין צוויי בריווען משנת תש"ד-תש"ה שרייבט ער אים תוארי כבוד און באטיטלט אים אלס 'ש"ב' זייענדיג אן אייניקל פונעם הייליגען בעשטה"ק....

דער קאשויער רב זצ"ל ר' רפאל בלום, שרייבט אים אז ער האט געהאט קרובים 'בלאך' צו ער איז נישט פערצופעל זיין קרוב, אינטערעסאנט אז אין די אסיפות טרעפט מען כמעט נישט בריווען פון בלאך צו אנדערע, נאר די בריווען פון אנדערע צו אים, אולי איז פארהאן אנדערע ריעל"ס מיט זיינע בריווען, ועדיין לא מצאתי.

צווישען די אסיפות טרעפט מען היבש פערזענליכע זסאגען ווי זיין פאספארט און די פאספארט פון זיין פרוי, בריווען פון די רעגירונג, זשאונט, סוכנות און אנדערע ארגענעזאציעס צו אים איבער פארשידענע אנגעגלעגנהייטען, א קאנטראקט מיטןא מציבה קריצער איבער די מציבה פון זיין פרוי מיטן נוסח המציבה, קאנטראקטען מיט דרוקער פון זיינע חיבורים, און נאך און נאך און נאך.........

-

קרעמער,
זעהט אויס פון לעבעדיגע האט ער נישט געוואלט מזייף זיין, משום מילתא דעבידא לגלוי, בכלל האט ער געוואלט מער ווי אן הסכמה, ער האט געהאפט צו קריגען געלט פון רבי'ן און פון די קנאים, דער גאון וצדיק רחמ"ד ווייסמאנדל חכם עדיף מנביא האט דעמאלטס פארשטאנען אז דאס קען מאכען בזיונות פארן רבי'ן האט ער דאס בעזר השם פארמיטען.

(קרעדיט לידידי מפארשלאפן, פאר טייל פרטים)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אין מאנסי איז דא א הרב בלאך, דאכט זיך אז ער איז רב פון די לעקוואדער מנין, האט ער עפעס קירבות משפחה?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אין די אסיפות טרעפט מען כמעט נישט בריווען פון בלאך צו אנדערע, נאר די בריווען פון אנדערע צו אים, אולי איז פארהאן אנדערע ריעל"ס מיט זיינע בריווען, ועדיין לא מצאתי.


אודאי נישט, זיינע בריוון זענען דאך ערהאלטן געווארן ביים צד השני, דאס איז דאך נאר זיין אוסף.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב מיללער,
א דאנק פאר שטעלען די לינקס צו דעם אוצר. עס איז העכסט אינטערעסנט!!
נא! 'מילא, איך, איך ארבעט נישט אלזא האב איך פלענטי צייט.
אבער דער עולם דא וואס ארבעטען נאך!
איך בין גאר נישט מקנה זייער בעלי בתים. צופיל פראדאקטיוויטי וועלען זיי נישט זעהן די נעקסטע פאר טעג!
the SCY is the limit
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בריעוו פון הגאון ר' חיים ביק זצ"ל איבער זיין די"ת מיט אגודת הרבנים.
אטעטשמענטס
Harav Bik.jpg
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רב בלאך איז געווען פון שטאט דעלאטין, דא זעה איך אז ער איז געווען א תלמיד פונעם ערוגת הבושם, און ער האט (פאבריצירט?) בריווען פון ערוגת הבושם ווי מ'זעהט פון די בריווען פוןצעהלימער רב און פון ר' יהושע ר"וו מחוסט, האט דאס א האפט?
http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 9/mode/2up
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:דאכט זיך אז הרב בלאך האט ארויסגעגעבן עפעס א ספר קעגן רעיון הציונות, שטימט?


אין איינע פון די בריוו, כ'דענק נישט אויף וועלכע עמוד, גיבט ער רעכט (עפ"ל) פאר די דייטשן ימ"ש, צוליב די מדינה.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

איך האב געקוקט קובץ 9 און 10, רוב דערפון זענען געשריבן אין לאטיינישע אותיות, און אין פולע שפרייכן.
איין בריוו האב איך געטראפן פון ר' שלמה זלמן הכהן סאנדער ע"ה וואס ער שיקט איהם 5 דולר פאר'ן ספר.
און פיל בריוון רעגט ער זיך אז מען שיקט איהם נישט קיין געלט פאר די ספרים וואס ער פארשפרייט - פולע בעטן איהם אז ער זאל אויפהערן צו שיקן ספרים.


ווי אזוי האט מען איהם געזאגט ווען מ'האט איהם ארויס געווארפן פון די אגודת הרבנים "אויפגערייצטע נערווען", עיין במכתביו בינו לבין ר' בנימין ליפשיץ (הגם שהוא לא הי' הרבה טוב ממנו כנראה ממכתביו).
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מכתב מר' שלום פויגל בשם מרן זצ"ל לבלאך שיפסיק לשלוח כתבי מרן מהרי"ד לר' עמרם בלוי כי למרן אין לו שייכות עם ר' עמרם והוא נגד רצונו הק'
אטעטשמענטס
foigel.pdf
(149.54 KiB) געווארן דאונלאודעד 736 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
חרמש_בקמה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2010 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש_בקמה »

בנוגע זיין פולער נאמען - די בריוון (אדער ספרים) וואס זענען דא פון איהם בעפאר די מלחמה זענען אלע גע'חתמ'ט מיטן אונטערשריפט "חיים בלאך", פלוצים נאך די מלחמה איז ער געווארן אן אייניקל פונעם בעש"ט אונעם דגל, און באקומען דעם פולער נאמען משה חיים אפרים.
האט איהם איינמאל עמיצער קריטיקירט ווי אזוי טרויעט ער זיך צו דרוקן אזעלכע בלאף און שקר און נאך צונעמען דערפאר געלט? האט ער געענטפערט: "און פארן פאנטאזירן קומט מיר דען נישט עפעס געצאלט?!".
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קנאקט דא איבער בלאך'ן

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topi ... m_id=19616
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”