ר' יחיאל גולדהאבר - ספריו ומאמריו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

ר' יחיאל גולדהאבר - ספריו ומאמריו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

נעכטן נאכט האב איך געהאט דעם כבוד צו פארברענגן מיט דעם -היינט שוין- וועלט בארימטן כותב וחוקר הרה"ג ר' יחיאל גולדהאבר שליט"א פון ירושלים עיה"ק.

ר' יחיאל איז ספעציעל באוואוסט געווארן מיט זיין ספר "מנהגי הקהילות אשכנז" וואס איז ערשינען פאר א שטיק צייט צוריק, א ספר וואס האט בשעתו געהאט א מעכטיגן אפקלאנג אין עולם הספרים.

ר' יחיאל געפונט זיך די טעג אין אמעריקע צו די חתונה פון בת הרה"ח ר' אליעזר קעסטנבוים הי"ו, זייענדיג איינע פון די עורכים ראשיים פון דעם פרדס אליעזר אויף נישואין, איז ער זיך געקומען מיטפרייען מיט די שמחה בבית נשיא המכון.

ר' יחיאל געט א מורא'דיגן איינדרוק, דאס איידעלקייט שיינט אים אויפן פנים, אנדערש פון די וואס טראגן זיך ארום מיטן טיטל "חוקר היסטאריע", א מח נפלא און צו אלעם א וואנדערבארע זכרון.

מיר האבן אנגעהויבן אונזער שמועס מיט ר' יחיאל ווילענדיג געוואר ווערן סודות פון חדר, וועלכע ספר עס איז נעקסט אויף די אגענדע. אויף וואס דער אנטווארט איז געווען 4 הערליכע בענדער אויף די גלאררייכע היסטאריע פון די "שבע הקהלות", אויף וואס איך האב צוגעוויזן פאר ר' יחיאל אז ביי אונז אין די אכסני' האט מען פאריגע וואך ארום געשמועסט דערוועגן ביי דעם אשכול פון מאטעסדארפער רב זצ"ל, בתוך הדברים האט ער מיר געזאגט אז ער איז שוין מערערע מאל געלינקט געווארן צו דעם פלאץ דא, ווי למשל ביי די פולמוס ציקאריע, און ער איז ממש נתפעל וויפיל ידיעות אינגעלייט האבן אין אלע ענינים.

א צווייטע ספר אויף וואס ער ארבעט יעצט איז אלע הלכות ומנהגים ארום שערות נשים, וואס האלט שוין אויך ביי אירע לעצטע פאזעס, און וועט אי"ה ערשיינען לאור עולם אין די נאנטע תקופה. ר' יחיאל זאגט אונז א אינטערעסאנטע זאך, ער האט אנגעהויבן לערנען די סוגי' ביום חופתו, און ער האט געזעהן דעם שטארקן חסרון וואס איז דא אין עולם הספרים ארום די סוגי' האט ער זיך אונטערגענומען צו דורכטאן דעם ענין, און ארויסגעבן א דבר נאה ומתוקן אויף דיזן הלכות.

ר' יחיאל איז א קארלינער חסיד, א ווארימער אינגערמאן, און איז שוין עוסק אין די מלאכת החקירה פאר צענדליגער יארן, ער שרייבט רעגעלמעסיג אין פארשידענע קובצים און אויסגאבעס, אלעס אונטער א פענע נאמען, זייענדיג א מורא'דיגער הצנע לכת.
ווי אויך שיקט ער ארויס יעדע וואך פאר צענדליגער לומדים איבער די וועלט א מאמר אויף די וואכענדיגע פרשה וואו ער טוט דורך בעיון רב א ענין אין די סדרה.

גאר לעצטענס האט ער ארויסגעגעגעבן לכבוד די חתונה פון א קינד א גילוי מדהים א גאנצן מאמר וואו עס ווערט מפורסם צום ערשטן מאל דעם פארלוירענעם הסכמה פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע אויפן ש"ס וואס איז איבערגעטייטש געווארן אויף דייטשע שפראך פון וועלכע ער האט שפעטער צוריקגעצויגן.

אזוי אויך האט ער אנגעהויבן לעצטענס שרייבן זייער א רייכע סעריע אין א נייעם קובץ אויף עניני חינוך וואס קומט ארויס דורך די קארלינער אינגעלייט, האט ער דארט געשריבן א מאמר אויפן דרך הלימוד ע"י תלמודי בעש"ט, אין אי"ה אינעם פסח גליון וועט ער האבן א מאמר וועלכע מסכת די ראשונים האבן געלערנט, איך האב אים ווארגעווארפן דערויף, זאגט ער מיר לאמיר גיין שטייטלעך, קדשים האבן די ראשונים געלערנט? זאג איך ניין! לאמיר גיין ווייטער, טהרות האבן די ראשונים געלערנט?, זרעים האבן די ראשונים געלערנט? האסטו שוין א גרויס חלק ש"ס און די זייט א.א.וו.

איך האב מיך געזעגנט פון ר' יחיאל'ן, נישט בעפאר ער האט מיר געשאנקן דעם א.ד. מאמר ארום דעם ש"ס המתורגם מיט א הקדשה פון אים, און א פארבעט צו בלייבן בקשר, אויף וואס ער האט צוגעלייגט איך זאל אים שיקן מהנעשה ונשמע ב"בית המדרש דקהלתינו".
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ר' יחיאל שליט"א איז פון די יחידי סגולה וועלכע האבן ציטריט צום פערזענליכן גאר רייכע קאלעקציע און ביבליאטעק פון האדמו"ר מסטאלין קארלין שליט"א א זאך וואס נישט ציפיל אירע האבן דארט ציטריט, א גרויס חלק פון זיין חקר כתבי יד איז דארט

לכבוד דעם בעפארשטייענדן שבת פ' תרומה וועט ערשיינען אי"ה א גליון לכבוד די שמחה בבית ר' אליעזר שליט"א וואס וועט זיין מבוסס אויף זיין מאמר אויף די סדרה


דא האט ר' יחיאל שליט"א א מאמר'ל וועגן דאס שייכות פון הפלאה ותלמידו החת"ס צום דרך החסידות ותלמידי הבעש"ט הק' זי"ע, אויך א נושא וואס מיהאמיר דא געהאט א גאנצן אשכול דערוועגן
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

ווייסט איינער א פארבינדונגס נומער פאר ר' יחיאל? איך דארף וויכטיג רעדן מיט איהם איבער איינער פון די רבנים פון קויבערסדארף וואס איז פון די שבע קהילות !
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ארעסטאנט הנכבד פאר די הודעה חשובה, מיר האבן דעם הרב גולדהבר נאך נישט פערזענליך קענען געלערנט, אבער פון צווישען זיינע מאמרים האבן מיר שוין געברענגט ביי דעם נושא 'הציקאריע' פון א מאמר וואס ער האט געשריבען אינעם קובץ 'גנת ורדים'.

וואו איז ערשינען זיין מאמר איבער די הסכמה פונעם חת"ס אויף די דייטשע ש"ס? מיט א דריי חדשים צוריק האט אן די מעין ליין געשריבען איבער די הסכמה באריכות, און איך וואלט נייגעריג געווען ווער עס האט מקדים געווען וועם.

פאלגענד איז דער הסכמה און די חזרה:

הסכמה
בעזה"י. ה"ה המפואר ומהולל מהו' אפרים משה פיננער ני' חכם משובח ומפורסם נשאו לבו ונדבה רוחו אותו להעתיק תלמוד בבלי כלו בלשון אשכנזי צח בגופן שלהן ולמען יראו העמים והשרים את יפיה כי ט[ו]בת שכל הוא עמוק מי ימצאנו ומשפטים ישרים ונאמנים וכל דבריהם מדבש מתוקים פנים מסברות להלכה ולעבודה רוכבים מצומדים ודברי דודים וכל רואיהם יכירום כי הם זרע ברך מבריכה העליונה ומאלקי קדם מעונה ויראוה עמים ויהללוהו מלכים ושרים וישבחוהו – והן היות לי שעשועים עם החכם המחבר זה ימים וגם ראיתי בחבורו אשר כבר יצא מתחת ידו קרוב לענין הנ"ל ומצאתיו לפי ראות עיני כשר אדם שיש בו יראת [!] ובבחרותו שמש חכמים גדולים מגאוני ישראל בק"ק ליסא וגם ראיתי הרבה מכתבים מגאוני זמנינו מעידים עליו כי הוא תם וישר ביראת ה' וביום מצאתיו עוד רד עם אל ועם קדושים נאמן, גלל כן ידי תיכון עמו וזרועי תאמצו להעתיר בעדו בכל מקום מדרך כף רגלו לתמכו ולסעדו לבוא עהחתום ליקח ספרו לכשיגמריהו בעדו, יהי כן ה' עמו, להרים נר לתורתו ועוסקים בה לשמה. הכ"ד פק"ק פ"ב מש"ק ה' אדר תקצ"ד לפ"ק

משה הק' סופר

חזרה
חנוני חנוני שמעוני שמעוני! רבותי גאוני הזמן, חכמי דור ודורשיו המיחלים לחסדי ה' ומצפים תפארתו, ושאר אחינו בני ישראל הנפוצים, המצפים להיות קבוצים.

כבר פרסמתי חטא מפורסם ומכשלה אשר תחת ידי אשר נתתי מכתב הסכמה לדאקטער פינר על העתקת ש"ס בלשון אשכנז וכבר נדפסה אגרתי בהמבורג, שם הודיתי ולא בושתי לומר בוש אני על כי בעונותי טחו עיני מראות, כי מלבד הטעם הנאמר שם, שכחתי מעיקרא המכשלות את הרבים היוצאות מהעתק הלז הא לן והא להו, ולא רציתי לפרש ולבאר הלא כבר קדמוני רבותי ועוררוני על כל פרטי דברים אשר יש לחוש ויש בזה איסור גמור, ועל כן דברים שאמרתי טעות הם והנני חוזר ועוקר הסכמתי מעיקרא, והי' כלא הי' וכאפס ואין יחשבו דברים ההמה וישימו לאל מלתי.

אמנם זולת כל הנ"ל אשר היה בהעלם עין ממני בראשית מלאכתי הנ"ל, אזכור ברבים את אשר זכרתי ולא שכחתי אז, ואמרתי אל המעתיק הנ"ל איך אפשר לעמוד על תוכן ופירוש וכוונת כל דבר, הלא כמה פעמים על דברת רש"י המבאר נחלקו גאוני עולם בכוונתו, וכמה דיות נשתפכו וכמה ניירות וגוילים מלאים על דבור א', ואיך ימלא ידו יחיד להסכים על פי דעתו כוונת הענין, והוא השיב לי כי הוא איננו אלא המקבץ חתומים, ויש חברת גדולי עולם צדיקים ואנשי מעשה אשר יחלק להם הש"ס מסכת מסכת, ואח"כ יתקבצו ויעיינו הדק היטב, והזכיר לי אחד מהם אשר לו נמסר להעתיק מסכת עירובין ויבמות הוא הרב הגדול הצדיק מוהר"ר נתן אדלער כ"ץ אב"ד דק"ק הנובר, ולהיותי יודע כי הרב הזה מוחזק לצדיק ותלמיד חכם אמרתי החלק יעיד על הכל, ובעו"ה לפי שעה הייתי כמאמין לכל דבר, ועתה מכתב שלוח אלי מהרב המאה"ג הנ"ל כי חלילה וחלילה לו, לא עלתה על לבו מעולם, ואפילו מכתב מליצה לא נתן להנ"ל. וא"כ ממילא נתבטלו דברי הסכמתי לגמרי כי הטעוני המעתיק הנ"ל, והריני אוסר באיסור גמור להדפיס הסכמתי על ש"ס המועתק ללשון אשכנז והעובר ישכנו נחש.

ועתה כלפי דאקטר פינר אני אומר, כי באמת לולי הנ"ל לא מצאתי בו עול בכל התנהגותו ימי היותו פה בגבולינו וכן מעידים עליו שאר גדולים, ע"כ ישכיל ויבין, כי לו יהא שכוונתו זאת כלו לשם שמים כאשר טעיתי גם אנכי, הנה הוא רואה כי כל חכמי ישראל ממקומות מושבותיהם קוראים מלא ואין מעשיו רצוים בעיניהם, הלא מחויב לחזור בו מדעתו ולא עדיף מר"א הגדול שלא רצה להודות לרוב החולקים עליו וברכוהו, וכן אם ח"ו לא יחזור מדעתו ולא ישוב ידו, הרי הי' ראוי אלו הי' רשות מהמלכים, לנדותו לאררו ולקללו, אך באשר אין רשות נתונה לעשות כן עכ"פ ידע כי החטא כרוך בעקבו והאלוקי' יביא במשפט, ואם יחזור וישוב ידו יתברך ויתרומם ויתקדש שם שמים על ידו, ויתברך ויתעלה ויקבל שכר על הפרישה והי"ת יקדש שמו על מקדישי שמו, ואשר לא אקוה שלא ישמע ולא יחזור ולא יחוש לנדוי שמתא וחרם הנ"ל, אנו מקוים להי"ת המרחם עמו ודתו ותורתו, יהרוס בנינו ממקום אחר ולא יעשו ידיו תושי' ולא יחרוך צידו, או אם אולי יצליח מעשה שטן ה' יצילנו, לזה אני מבקש מגאוני הזמן להטיל גודא רבא על היושבים תחת דגלם שלא ידפיסו ולא יקנו הספרים ההמה ולא יקראו בהם כלל וכלל ויהי' כספר החתום לא יזכר ולא יפקד ולא יעלה אל בית ישראל כלל, והנותן תורה לעמו ישראל בקדושתו יברך וירומם ויעזור שומרי תורתו ויגביהם לנצח ויושיבם.

הכ"ד ק"ק פרעשבורג, יום ה' כ"א טבת תקצ"ה לפ"ק

משה"ק סופר מפ"פ דמיין

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איישר כוחכם וחילכם מו"ה מיללער פאר די העתק, פלאי פלאים.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

ישר כח, ארעסטאנט הי"ו. פאר די שיינע באשרייבונג, פאר די אינטערעסאנטע אינפא. פירסט הענד פון הרב גולהבר שליט"א.

טענקס הרב מיללער מסקרנטאן פארן אפירקראצן דעם "הסכמה" און היסטארישן "חזרת הסכמה", טאקע אינטערעסאנט, און א וויכטיג שטיקל היסטאריע,

וואס זענען אבער געוועהן די טענות, ומענות?

[quote] כי מלבד הטעם הנאמר שם, שכחתי מעיקרא המכשלות את הרבים היוצאות מהעתק הלז הא לן והא להו, ולא רציתי לפרש ולבאר הלא כבר קדמוני רבותי ועוררוני על כל פרטי דברים אשר יש לחוש ויש בזה איסור גמור [quote]

וואס איז די טעם הנאמר שם? וואס זענען די מכשלות את הרבים היוצאות ? הא לן והא להו?, וואס זענען די פרטי הדברים אשר יש לחוש...?

יועיל נא כבוד הרב, און אפירזוכן, און ארונטערברענגן דעם קונטרס ששלח כבר להמבורג, אויב ס'איז בכלל בנמצא.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויף ספרים בלאג האט מען שוין געשריבען איבער די הסכמה וחזרה פונעם חת"ס מיט צוויי יאר צוריק.

און דער אן די מעין ליין זעלבסט, מיט באלד דריי יאר צוריק.

פון די אינטערעסאנטע זאכען וואס איך זעה אין דעם נושא, איז וואס דער מונקאטשער רב זצ"ל שרייבט אין נימוקי או"ח אז דער חת"ס האט קיינמאל נישט געגעבן קיין הסכמה מתחילה, און אז דער 'אגרות סופרים' איז א געפעלטשטע ארבעט ואין לסמוך עליו, א זאך וואס איז קלאר כביעותא בכותחא אז דער חת"ס האט יא געגעבן.
אטעטשמענטס
talmud4a.jpg
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

די עיקר טענה קעגען דעם איז געווען אז די עצה קימט פין די משכילים אין רעפארמער. אבער אויפן עצם זאך איז נישט קיין פראבלעם (עכ"פ יצא הפסדו בשכרו), וועגען דעם האט דער חת"ס קודם געגעבן די הסכמה.

די זאך א מעלה אין אשכנז ווי מ'קען נישט קיין לשה"ק וכדומה, אין דארט איז עס יצא הפסדו בשכרו; אין א חסרון אין אונגארין - ווייל עס איז אייביג א חסרון ווען מען איז א משנה מלה"ק ללשונות העמים. דאס מיינט די חת"ס הן לן והא להו.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ר' יחיאל גולדהאבר וועט היינט נאכט אום 9:30 איבערגעבן א שיעור אין ביהמ"ד בית שמואל (הגר"א קרויס) אויף מירטל עוועניו צווישן סקילמאן און פרענקלין, די טעמע וועט זיין סימני כשרות בעופות.
יוד איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד איינער »

זעה איך אינעם היינטיגן "דבר יום ביומו", אז ר' יחיאל שליט"א, גייט געבן א שיעור מארגן זיבן אזייגער עי עם, אינעם זלאטשוב'ער בית מדרש, אויף פלאשינג עוו.

די שיעור קומט צושטאנד דורך'ן ותיקין כולל-זכרון אברהם-לאנדא, עס וועט ארומרעדן בענין מלחמת ומחיית עמלק. הערט און האט הנאה!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

היינט 1 אזייגער מיטאג וועט הרה"ג רבי יחיאל פארלערנען דעם צווייטן שיעור אויף די טעמע פון סימני טהרה בעופות אין סאטמארן כולל אויף ראטליזש סט.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

מיר האבן געהאט די זכיה זיך צו באקענען מיט דעם ידען נפלא הר"ר יחיאל גולדהאבר שליט"א די לעצטע פאר טעג עס איז א שאד אז איך האב נישט קענען געלערענט ביז יעצט אבער זיינע ספרים האב שוין לאנג דורך געטוען די צוויי בענדער מנהגי הקהילות וואס יעדעס ווארט איז פערל ווערטער

איך האב געהערט זיין דרשה פון די מסורות העופות אין בארא פארק אין בורשטין ביהמ"ד זונטאג תצוה ער האט בתוך הדברים ארויסגעברענגט אז די הינער וואס אונז עס מיר מיט די אייער וואס אונז עס מיר האט זייער א שוואכע מסורה

דאס האט מיר אויפגעשטעלט די האר פון קאפ אונז היימישע אידן מדקדקים בקלה כבחמורה זאלן נכשל ווערן און אזא הארבע זאך ווי עסן מאכלות אסורות ?.

איז ממילא קום איך דא מיט א רוף צו קהל קרעשמתינו יושבי רם ונשא זאלן דורך טוען די ענין בטוב טעם ודעת לידע את המעשון אשר יעשון.

און מיט דעם טיע איך מיינע ווערטער מסיים
הק' אתרוג
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דא אין וויליאמסבורג האט ער אויך געזאגט די זעלבע, עס איז על אתר געווען א יונגערמאן א גרויסער מומחה און עופות (ער האדעוועט אליינס א פארם שוין פאר די לעצטע 15 יאר) ער האט עם אפגעוואנדן מיט אסאך נקודות בנוגע די עופות בזמנינו
נאכן שיעור האבעך מיך באדאנקט פאר דעם אינגערמאן פארן איינשפארן מיר ח"ו ארויס ווארפן א גאנצן פריזער מיט טשיקן........
(אויב ווילסטו וויסן ווער דער יונגערמאן איז פרעג מיך אין אישית)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אתרוג האט געשריבן:איך האב געהערט זיין דרשה פון די מסורות העופות אין בארא פארק אין בורשטין ביהמ"ד זונטאג תצוה ער האט בתוך הדברים ארויסגעברענגט אז די הינער וואס אונז עס מיר מיט די אייער וואס אונז עס מיר האט זייער א שוואכע מסורה

דאס האט מיר אויפגעשטעלט די האר פון קאפ אונז היימישע אידן מדקדקים בקלה כבחמורה זאלן נכשל ווערן און אזא הארבע זאך ווי עסן מאכלות אסורות ?.


נישט ריכטיג
ער האט ח"ו נישט מערער געווען אויף די מסורה פון די טשיקנס!
ער האט סך הכל געזאגט אז די היינטיגע טשיקנס זעהן עפעס נישט אויס ווי די טשיקן פון פערציג יאר צוריק, צוליב וואס זיי ווערן גענידלט פון פארשידענע מינים ווי אויך אז די אייער היינט זענען נישט כד וחד, און דער חלמון איז נישט אינמיטן דעם חלבון (אויף דעם האט זיך דער יונגערמאן הנ"ל גע'טענה'ט מיט אים אז דאס איז צוליב אן אנדערע סיבה, ווי אויך האט ער עם געזאגט מיט וועלכע סארט זיי ווערן געמישט, איך פערזענליך בין נישט קיין גרויסער ידען אין די זאכן, קען איך דיר נישט שרייבן גענויער אבער דאס איז מער ווייניגער......)
וואס ער האט מחדש געווען איז בנוגע די מסורת אויף טוירקיס, דאס איז כדאי געווען צו הערן!
נאכן שיעור האט ער געזאגט אז לכאורה איז מער גלייכער טוירקי פלייש ווי טשיקן, ווייל טוירקי קען מען פשוט נישט נידלען מיט גארנישט!
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

א פארם אין וויליאמסבורג ???
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ער האט א פארם אין וואדבורן אפסטעיט, און כמה בעלי חיים האט ער דא
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מ'נידעלט נישט קיין טורקיס? כ'מיין אז מ'גיבט יא א נידעל נאר ס'נישט דא די חששות ווייל ס'איז גרעסער ווי סתם אן עוף און ס'נישט שכיח אז ס'זאל טרפנ'ען אן אבר פנימי.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נאך א מעלה אויף די טוירקיס איבער די טשיקנס, דער סימן הביצים כד וחד, דערקענט זיך פיל מער אויף די ביצי הטוירקי
יולמאן
דו ווייסט אדער דו געסט סתם?, ווען מען רעדט פון נידלען, רעדעך נישט פון ווייטאמינען וכדומה, כרעד פון הרכבה וכדו'
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

יהיה כן האט געשריבן:נאך א מעלה אויף די טוירקיס איבער די טשיקנס, דער סימן הביצים כד וחד, דערקענט זיך פיל מער אויף די ביצי הטוירקי
יולסמאן
דו ווייסט אדער דו געסט סתם?, ווען מען רעדט פון נידלען, רעדעך נישט פון ווייטאמינען וכדומה, כרעד פון הרכבה וכדו'


ניין, כ'רעד יא פון ווייטאמינען וואס מ'געט פאר עופת און ס'געווען א שאלה איבער דעם בשנת תשל"ט און די רבנים דאהי האבן געפסקט להיתר און די עדה החרידת אין ירושלים עיה"ק האט געאסרט. אויב כ'דענק (כ'בין נישט דארט געווען) איז געווען אן אסיפה בבית רביה"ק זי"ע אין קרית יואל ממש סוף ימיו.

וועגן הרכבה האבעך נישט געהערט, אדרבה, ילמדינו רבינו.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מיר האבן אינגאנצן נישט גערעדט פון דעם, לייען איבער שטייטליך, מיר האבן גערעדט וועגן דעם מין הנקרא טשיקן (לעגהארן) וואס איר אויסזעהן איז נשתנה געווארן בימינו, און איבער דעם איז געווען הרב גאלדהאברס שיעור
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

יהי' כן;
יוסלמאן האט א פוינט! דו האסט זיך נישט גוט מסביר געווען, ער האט מער גערעדט פון די כלאים וואס מ'מאכט היינט אז מ'מישט גענעטישע חלקים פון פארשידענע סארטן עופות און אפילו חיות טמאות, נישט פון די פשוט'ע נידלען.
און דאס איז דאס נישטא ביי די טורקי'ס ווייל די טורקי'ס מישט מען נישט!
דער ווילאמסבורגער איד פון וועם מ'רעדט דא הייסט (דאכצעך ר' אהרן) פראטאוויין, ער האדעוועט שוין יארן א פארם אין די קלויזענבורגע קעמפ אין וואדבאורן.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יא ריכטיג, האסט סך הכל מסביר געווען מיינע ווערטער
ר' אהרן פראטאווין שליט"א פון וומבס"ג מלמד תשב"ר, איז א גרויסער מומחה אין די ענינים, פון אים האב איך טאקע גערעדט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
smartinof
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2011 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך smartinof »

די עיקר וואס האט מיר געכאפט פון ר יחיאל איז זיין קלארקייט און מקורות אויף יעדע זאך וואס ער שרייבט
כהאב געוויזן אפאר פון זיינע מאמרים צו א פרופ´און ישיבת ר יצחק אלחנן ער איז ארויס פון התפעלות ער האט מיך געפרעגט צו איך בין זיכער אז ער איז א חסיד....
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”