הגהות אויף ספרי קודש

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

(מסתמא שוין דא אזא אשכול, אבער איך ווייס נישט אויף די מאמענט דערוועגן.)

אין מיין טעגליכע שיעור בספרי חסידות, באמערק איך שטארקע גרייזן אין אלע סארט ספרי קודש, פון אלע הוצאות ספרים. קענטיג לוינט זיך נישט פאר די מכונים למיניהם צו דינגען א מגיה מומחה וכדומה כדי ארויסצוגעבן א דבר השלם.

אבער צומאל איז דער גרייז אזוי בולט און דער ריכטיגער ווארט אזוי אפן, אז עס שרייט זיך מיר ארויס "אנטשולדיגט!?!"

איך וועל אנהייבן מיט צוויי דוגמאות.

ספר באר מים חיים (פ' לך, עמוד שג פון הוצאת ספרים שער התורה ג' כרכים, סוף דיבור המתחיל "וכן כשרואה לפניו") כלל הדברים, אשר הן במחשבה הן בדיבור ובמעשה בכל מה שהוא, ישים האדם אל לבו באיזה מדה מעשר מדות שרואה עתה לפניו ועוסק בה, ויראה לתקן מדה ההיא בדבר הזה שהוא חושב ומדבק ועושה בארץ:

ווער קען טרעפן דעם גרייז? (עס איז נישט נאר ביי דעם דרוק, איך האב עס געזען אין שול ביי אן אנדערע דרוק אויך, און אזוי איז עס אויך אין תקליטור תורני)

----
נאך א דוגמא פון זעלבן ספר (עמוד שיא), און דא וועל איך שוין מוזן שרייבן דעם ענטפער, ווייל עס איז שווער צוצוטרעפן אליינס.

דער באר מים חיים שרייבט אז עס זענען דא עטליכע סארטן עבדי המלך, מיט פארשידנארטיגע צוגענג צו מאכן דעם קעניג'ס קרוין, עיין שם באריכות נפלא. ביים צווייטן עבד שרייבט ער בסוף דבריו:

ורק לפי ערך סוג הראשון הם מובחרין במה שיודעין שכבוד לאיש בזה שהמלך נותן לו עבודה זו החשובה, ולא יחפוץ לעשותה בשביל קבלת פרס, אכן אף בזה לא בחר המלך להיות כלבו:

וואס??????? וואו קומט דער הונט דא אריין? (אדער 'כלבו' - ווי זיין הארץ - מאכט אויך נישט קיין סענס דא)

מאך איך א זוכעניש אין תקליטור תורני, און עס שפרינגט מיר ארויס די זעלבע ווערטער אין ספר הק' סידורו של שבת (דער גאנצער שמועס שטייט אויך דארט, און דער באר מים חיים הייבט טאקע אן "וביאור הענין על פי אשר ביארנו בחיבורנו סידורו של שבת (שורש ח ענף ב)", עס איז ממש ווארט פאר ווארט פון דארט איבערגעשריבן), און דארט שטייט "אף בזה לא בחור המלך להיות גאוה בלבו":... דער כ' איז א ב', און עס פעלט די ווארט גאוה בעפארדעם!
---

עס באדערט מיך אז איך דארף טרעפן אזעלכע גרייזן אין ספרים וואס ווערן איבערגעדרוקט כסדר און זענען מצוי אין יעדע אידישע שטוב. יישר כח פאר'ן אויסהערן (אויב איינער האט א נומער צו די דערמאנטע מכון, קען מען זיך מעלדן, אפשר וועלן זיי מתקן זיין אין די הוצאות הבאות. אינעם ספר שטייט בלויז "הוצאת ספרים שער התורה" אן קיין שום אינפארמאציע אויסערדעם).
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

לכאורה האט געשריבן:

ומדבר
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ומדבר

האסט געקוקט אין די עלטערע דרוקן? קען זיין עס איז שוין א אור אלטע טעות
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין אגרא דכלה
2022-02-20 (1).png
2022-02-20 (1).png (69.71 KiB) געזען 1821 מאל
צ"ל "נמסר" נישט ווי ס'שטייט דא "נחסר" ס'איז א מסורה.
2022-02-20.png
2022-02-20.png (10.13 KiB) געזען 1821 מאל
אין פרשת וארא
Capture.PNG
Capture.PNG (57.54 KiB) געזען 1821 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

לכאורה האט געשריבן:
מאך איך א זוכעניש אין תקליטור תורני, און עס שפרינגט מיר ארויס די זעלבע ווערטער אין ספר הק' סידורו של שבת (דער גאנצער שמועס שטייט אויך דארט, און דער באר מים חיים הייבט טאקע אן "וביאור הענין על פי אשר ביארנו בחיבורנו סידורו של שבת (שורש ח ענף ב)", עס איז ממש ווארט פאר ווארט פון דארט איבערגעשריבן), און דארט שטייט "אף בזה לא בחור המלך להיות גאוה בלבו":... דער כ' איז א ב', און עס פעלט די ווארט גאוה בעפארדעם!
*בחר

הגהות אויפן מגיה מומחה
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בדרך אפשר האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
מאך איך א זוכעניש אין תקליטור תורני, און עס שפרינגט מיר ארויס די זעלבע ווערטער אין ספר הק' סידורו של שבת (דער גאנצער שמועס שטייט אויך דארט, און דער באר מים חיים הייבט טאקע אן "וביאור הענין על פי אשר ביארנו בחיבורנו סידורו של שבת (שורש ח ענף ב)", עס איז ממש ווארט פאר ווארט פון דארט איבערגעשריבן), און דארט שטייט "אף בזה לא בחור המלך להיות גאוה בלבו":... דער כ' איז א ב', און עס פעלט די ווארט גאוה בעפארדעם!
*בחר

הגהות אויפן מגיה מומחה
פון וואו האב איך געוואוסט אז אזא תגובה גייט נאכקומען?...
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

התקליטור התורני איז מלא גרייזן, און זייער אסאך מכונים למיניהם זענען מעתיק פון דארטן און דרוקן, אן קוקן בכלל וואס עס שטייט אינעווייניג.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
בנצי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 3:33 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנצי »

אלטע דרוק תרכ"א
באר מים חיים.png
באר מים חיים.png (15.82 KiB) געזען 1559 מאל
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

דא האסטו די ערשטע דרוק, חמשה חומשי תורה, סדילקוב תק"פ.
באר מים חיים.jpg
באר מים חיים.jpg (40.59 KiB) געזען 1525 מאל
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 11&hilite=

דא שטייט אזוי ווי ביי מיין דרוק סידורי של שבת, "לא בחר המלך להיות כלבו".
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

אין דאס איז די ערשטע דרוק סידורו של שבת, מאהלוב תקע"ג

שטייט אויך אזוי
סידורו של שבת.jpg
סידורו של שבת.jpg (25.63 KiB) געזען 1519 מאל
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=203
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אבער איר וועט מיר מודה זיין אז 'כלבו' מאכט עפעס נישט קיין סענס

---
פרישע גרייז, דאסמאל אין א מוסר ספר

ספר ראשית חכמה, הוצאת "תורה מציון" (תש"ס)

שער היראה פרק ב' (אות כא; די אותיות האט דער מוציא לאור אליינס מסדר געווען), עמוד נג

ואפשר לפרש 'הנכבד והנורא' כו', ואם כן 'הנכבד' יקרא מצד שם ידו"ד כו', 'והנכבד' מצד שם אלקים...

אנשטאט די צווייטע 'והנכבד' דארף שטיין 'והנורא'! [תקליטור תורני האט עס יא גוט]
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

לכאורה האט געשריבן:
אבער איר וועט מיר מודה זיין אז 'כלבו' מאכט עפעס נישט קיין סענס

---
פרישע גרייז, דאסמאל אין א מוסר ספר

ספר ראשית חכמה, הוצאת "תורה מציון" (תש"ס)

שער היראה פרק ב' (אות כא; די אותיות האט דער מוציא לאור אליינס מסדר געווען), עמוד נג

ואפשר לפרש 'הנכבד והנורא' כו', ואם כן 'הנכבד' יקרא מצד שם ידו"ד כו', 'והנכבד' מצד שם אלקים...

אנשטאט די צווייטע 'והנכבד' דארף שטיין 'והנורא'! [תקליטור תורני האט עס יא גוט]

איך בין מודה אז ס'איז א שווער לשון.

אבער אויב די ערשטע דרוק באר מים חיים, אין די ערשטע דרוק סידורו של שבת, שטייען ביידע אייניג, טאר מען נישט אליין פארעכטן, אן קיין קלארע הוכחה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן:
אבער איר וועט מיר מודה זיין אז 'כלבו' מאכט עפעס נישט קיין סענס

---
פרישע גרייז, דאסמאל אין א מוסר ספר

ספר ראשית חכמה, הוצאת "תורה מציון" (תש"ס)

שער היראה פרק ב' (אות כא; די אותיות האט דער מוציא לאור אליינס מסדר געווען), עמוד נג

ואפשר לפרש 'הנכבד והנורא' כו', ואם כן 'הנכבד' יקרא מצד שם ידו"ד כו', 'והנכבד' מצד שם אלקים...

אנשטאט די צווייטע 'והנכבד' דארף שטיין 'והנורא'! [תקליטור תורני האט עס יא גוט]
רעדסט פון די דריי בענדערדיגע?

דארט איז דא נאך גרייזן, אבער ער האט אנגעהויבן ממש פון סקרעטש.

https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... =&pgnum=18
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

פארגאנגענע וואך בשלח ברענגט דער נועם אלימלך אינעם ד"ה כל המחלה א פסוק "אני ד' אשר הוצאתיך מארץ מצרים", וואס כל בר בי רב דחד יומא ווייסט אז אין פסוק שטייט "אנכי ד' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים".

כ'האב נאכגעקוקט אין עטליכע דפוסים, פון דפוס ראשון ביז די נייעסטע מהדורה "פאר מקדושים", ביי [כמעט] אלע שטייט אזוי.

כ'האב הנאה געהאט אז זיי האבן עס אזוי געלאזט און נישט מגי' געווען, ווייל דער רבי ר' אלימלך ורבי אלעזר בנו האבן אויך געקענט דעם פסוק, און אז זיי האבן אזוי געשריבן איז זיכער דא א כוונה דערין.

בלויז אין איין מהדורה האב איך געזען אז זיי האבן פארראכטן אבער נישט בשלימות, זיי שרייבן "אנכי ד' אשר הוצאתיך". איז מה הועילו בתקנתן, יעצט האט מען נישט דעם פסוק און נישט די ווערטער פונעם נועם אלימלך, נאר ווערטער פון עפעס א דרוקער.

אז מען דערמאנט דעם שטיקל נועם אלימלך איז כדאי אראפצוברענגען זיינע לעצטע הייליגע ווערטער אין יענעם שטיקל, "אבל להשים חלילה שום מחלה על ישראל זה בלתי אפשר כי מה הטבה יבא מזה".
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

לאמיר זעהן ווער ס'קען דא טרעפן א אפענע בולט'דיגע טעות (ספר גן רוה פרשת בא)
(די אלע נייע מהדורות ווי למשל הוצאת מיר וואס האבן אפילו געמאכט נקודות און נאך שיפורים האבן זיך נישט געיאוועט עס צו פאררעכטן)
אטעטשמענטס
גן רוה פרשת בא.jpg
גן רוה פרשת בא.jpg (173.67 KiB) געזען 1403 מאל
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

חידוש נפלא האט געשריבן:
לאמיר זעהן ווער ס'קען דא טרעפן א אפענע בולט'דיגע טעות (ספר גן רוה פרשת בא)
(די אלע נייע מהדורות ווי למשל הוצאת מיר וואס האבן אפילו געמאכט נקודות און נאך שיפורים האבן זיך נישט געיאוועט עס צו פאררעכטן)
דגבי הוצאה כתיב בלשון (רבים) [יחיד]
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
חידוש נפלא האט געשריבן:
לאמיר זעהן ווער ס'קען דא טרעפן א אפענע בולט'דיגע טעות (ספר גן רוה פרשת בא)
(די אלע נייע מהדורות ווי למשל הוצאת מיר וואס האבן אפילו געמאכט נקודות און נאך שיפורים האבן זיך נישט געיאוועט עס צו פאררעכטן)
דגבי הוצאה כתיב בלשון (רבים) [יחיד]
יאפ!
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

גוט.
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

כ'האב היינט געלערנט א שטיקל דברי יחזקאל לשבועות וואו ער זאגט א שיינער ענין פארוואס בציבור ליינט מען די עשרת הדברות בטעם העליון וביחיד בטעם התחתון, כ'האב עס געלערנט אין די דברי יחזקאל החדש, וואס איז ארויסגעקומען תשנ"ט, און כ'האב דארט באגעגנט דעם טעות.
Capture.JPG
Capture.JPG (40.25 KiB) געזען 1294 מאל
כ'האב נאכגעקוקט אינעם נייעם דברי יחזקאל פון עוז והדר - אביר יעקב, און דארט איז עס געווען פארראכטן (וויבאלד זיי האבן נקודות האבן זיי געשריבן מְחֻיָב און נישט מחויב), דערנאך האב איך געקוקט אין אן עלטערע דרוק און דארט שטייט "מחויב".
הייסט עס אז מען האט געדרוקט א נייעם דברי יחזקאל און מען האט צוגעלייגט טעותים וואס זענען נישט געווען.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

אן אינטערסאנטע הגה אין די הקדמה פון ספה"ק נועם אלימלך
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7%97%D7%AA
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אקעי, פרישע טאג פרישע הגה

ספר הקדוש באר מים חיים פ' לך (קאפיטל יג פסוק ג), ד"ה עוד יאמר הכתוב וילך למסעיו...

סיי אין דפוס עוז והדר, סיי אין דפוס שער התורה, און סיי אין תקליטור תורני, די זעלבע גרייז עטליכע מאל איבערגע'חזר'ט

אין פסוק שטייט "וילך למסעיו מנגב ועד בית א-ל", און זיי שרייבן עטליכע מאל 'מנגד'...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ראשית חכמה (שער היראה פרק ט')

די הגהות פון אונטן זענען עפעס שרעקליך גרייזיג!

הגה אות ו' און הגה אות י"ט זענען ציטירט פון "מדרש תלפיות", אבער ממש ווי נח מיט זיבן גרייזן!

חוזה אנשטאט חזה (און איינמאל 'חוזר' גאר אנשטאט 'חזה')

יישירי אנשטאט יישירו, להזיהר אנשטאט להזהיר, יכוני אנשטאט יכונו, לשמאל אנשטאט ושמאל

וכהנה וכהנה

דער ספר האלט מסתמא אין איין ווערן איבערגעדרוקט, אבער נישט מוגה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:11 am
ראשית חכמה (שער היראה פרק ט')

די הגהות פון אונטן זענען עפעס שרעקליך גרייזיג!
די הגהות זענען געמאכט נאך אויפן אלטן אופן און קענען נוצן אן איבער ארבייט אין דזשענעראל, אבער פון אזא איינער וואס קען ר"ח ווי אויך ספרי רבו הרמ"ק און צו דעם די היינטיגע זוך מיטלען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:11 am
ראשית חכמה (שער היראה פרק ט')

די הגהות פון אונטן זענען עפעס שרעקליך גרייזיג!

הגה אות ו' און הגה אות י"ט זענען ציטירט פון "מדרש תלפיות", אבער ממש ווי נח מיט זיבן גרייזן!

חוזה אנשטאט חזה (און איינמאל 'חוזר' גאר אנשטאט 'חזה')

יישירי אנשטאט יישירו, להזיהר אנשטאט להזהיר, יכוני אנשטאט יכונו, לשמאל אנשטאט ושמאל

וכהנה וכהנה

דער ספר האלט מסתמא אין איין ווערן איבערגעדרוקט, אבער נישט מוגה
אפילו אין די מהדורא פון דריי בענדער (איך געדענק נישט זיין נאמען, ער האט אויך איבערגעדרוקט סידורו של שבת)?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגהות אויף ספרי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 3:09 pm
לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:11 am
ראשית חכמה (שער היראה פרק ט')

די הגהות פון אונטן זענען עפעס שרעקליך גרייזיג!

הגה אות ו' און הגה אות י"ט זענען ציטירט פון "מדרש תלפיות", אבער ממש ווי נח מיט זיבן גרייזן!

חוזה אנשטאט חזה (און איינמאל 'חוזר' גאר אנשטאט 'חזה')

יישירי אנשטאט יישירו, להזיהר אנשטאט להזהיר, יכוני אנשטאט יכונו, לשמאל אנשטאט ושמאל

וכהנה וכהנה

דער ספר האלט מסתמא אין איין ווערן איבערגעדרוקט, אבער נישט מוגה
אפילו אין די מהדורא פון דריי בענדער (איך געדענק נישט זיין נאמען, ער האט אויך איבערגעדרוקט סידורו של שבת)?
יא יא, די בארימטע דריי בענדער פרישע אויפלאגע פון ראשית חכמה (הרב וואלדמאן ז"ל)

---
יעצט לערן איך באר מים חיים פ' וירא, שרייבט דער נייער דרוק (שער החיים, און עס איז נישט זיין שולד, תקליטור תורני שרייבט אויך אזוי) "והכל לחיבוב המצוה כדי 'לגמור' חסד בעליונים ובתחתונים"

איר האט שוין געהערט פון לגמור חסד?

די אלטע דרוק האט עס ריכטיג: https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=103

"לגמול חסד"

ופשוט
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”