וועלכע אינטרנט, ווי שנעל, ועוד, דארף איך האבען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

וועלכע אינטרנט, ווי שנעל, ועוד, דארף איך האבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

עס איז מעגליך אז עס איז שוין דא אן אשכול דערויף, אבער מיט מיין זוכן האב איך עס נישט געטראפן.

די באשלוס איז אריין, איך דארף שוין אייגענע אינטרנט, גענוג מיט די ווייפיי אין די קאר וכדו'.
איך דארף נישט קיין סאך, איך דארף בלויז א פאר סייטס און אימעיל, אבער די אימעילס גיין האבען גרויסע אטאטשמענטס. איך דארף אפשר צען סייטס, און ווייטליסט איז מיר פונקט גוט. איך מוז אבער קענען נוצן גוגל דאקס, און פאר דעם דארף עס זיין גענוג שנעל אז אלס זאל קלאפן אין 'עכטע צייט', איך קען נישט ווארטן און טון עפעס אנדערש ביז זאכען קומען צו זייער סוף.

ווי שנעל אינטרנט דארף איך באקומען? איז 200MBPS גענוג? די קאמאפניס מאכען דאך אינטרנט פאר מענטשן וואס סטריעמן ווידיאוד, קוקן טעלעוויזשען און פארשידענע אנדערע זאכען וואס זענען דאך נישט נוגע פאר א יונגערמאן מיט א געגאלטן קאפ, צוויי פאר תפילין אין בייטעל, און א חינוך וואס שטרעבט אויף עפעס מער ווי דעם.

און וועלכע קאמפאני שטעלט צו אינטרנט מיט נאר ווייטליסט? דאס מוז זיין אן עקסטער פילטער אדער מ'קען עס באקומען פון די אינטרנט קאמאפאני לכתחילה? (איך ווייס וועגען ישיבהנעט, אבער אסאך רעדן יך אפ אז זיי נוצן ווערייזאן וויערלעס, און דאס איז א בחינה פון עתים שוטה ועתים חלומה אין מיין שטאט, און מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף זיי).

דער וואס קען זיך אויס אין די סוגיא, זאל מיר ביטע העלפען.

ייש"כ פון פאראויס.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

50 MBPS וועט דיר זיין איבער גענוג
מוזט נעמען א באזונדערער פילטער, נישט פון דעם אינטערנאאט קאמפעני.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30707
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נישט נאר 50 Mbps וועט זיין גענוג נאר אפילו 5 Mbps וועט זיין גענוג.

זינט עס איז בעיסיקלי נאר איין דעווייס און נישט עכט ווערווייסטוואס דאונלאוד. עס קען זיין אז דו דארפסט אפילו נישט עכט א קעיבל/פייאוס אינטערנעט (וואס קען זיין אז עס איז נאכנישט דא די ווייערינג אין דיין הויז) נאר DSL (וואס איז זייער ריילעבעל, נאר פשוט היבש שטאטער פון די נארמאלע קעיבל אינטערנעט, און עס ארבעט אויף עקזיסטינג טעלעפאון ווייערס) קען זיין א גוטע אפציע.

פאר א פילטער וואס איז אויפן אינטערנעט ליין אליינס קענסטו פרעגן Xchange Telecom איבער דער JNET פילטער וואס זיי אפפערן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וועלכע אינטרנט, ווי שנעל, ועוד, דארף איך האבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איך וויל אינסטולירן אינטערנעט אין אפיס. וואס לוינט זיך די בעסטע?

ראוטער, האטספאט? וועלכע קאמפעני? פרייזן?... אויב איינער קען ביטע ארויסהעלפן.

איך דארף נישט די שנעלסטע און בעסטע, אבער נישט קיין קראנקע סערוויס. אויך אויב מעגליך איך זאל עס קענען מיטנעמען אין קאנטרי.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30707
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יצחק אייזיק האט געשריבן:איך וויל אינסטולירן אינטערנעט אין אפיס. וואס לוינט זיך די בעסטע?

ראוטער, האטספאט? וועלכע קאמפעני? פרייזן?... אויב איינער קען ביטע ארויסהעלפן.

איך דארף נישט די שנעלסטע און בעסטע, אבער נישט קיין קראנקע סערוויס. אויך אויב מעגליך איך זאל עס קענען מיטנעמען אין קאנטרי.

נארמאלע אינטערנעט איז א ראוטער. עס איז סטאביל, שנעל, און אנלימיטעד. וועלכע קאמפאניס ווענדט זיך ווער עס איז דא אין דיין געגענט צווישן וויירייזאן פייאוס, אפטימיום, און ספעקטרום.

אבער דאס וועסטו נישט קענען מיטנעמען אין קאנטרי. פאר דעם וואלסטו ווען געדארפט א האטספאט. אבער זינט א האטספאט איז ווייט נישט די זעלבע, אפשר טיילסטו אפ די צוויי געברויכן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

קנאפער ידען האט געשריבן:

Wow הלוואי אזעלכע שנעלע סערוויס אינטערנעט.... :lol:

מיין שכן האט גראדע יא מיטגענומען א ראוטער אין קאנטרי. ס'האט געארבעט א מחיה.

וואס ארבעט גוט אין ברוקלין? לוינט זיך צו גיין מיט עקסטשעינדזש אדער אנדערע ביליגע קאמפעניס?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30707
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יצחק אייזיק האט געשריבן:מיין שכן האט גראדע יא מיטגענומען א ראוטער אין קאנטרי. ס'האט געארבעט א מחיה.

נישט געווען גענוג קלאר. קען זיין מען קען מיטנעמען "דער ראוטער" מאשין, אבער די אינטערנעט סערוויס ליגט נישט אינעם ראוטער נאר אין די ווייערס. סאו מען קען נישט סתם נעמען דער ראוטער און איינפלאגן אין קאנטרי און עס ארבעט.

אויך גלייב איך אז אין קאנטרי איז נאר דא DSL סערוויס (דאס איז אינטערנעט סערוויס וואס ארבעט אויף די טעלעפאון ווייערס), וואס איז נישט אזוי גוט, און עס וואלט אסאך בעסער געווען ווען דו נעמסט אין אפיס Cable אדער Fiber Optic סערוויס (וואס דאס איז בכלל נישט דא אין קאנטרי, סאו מ'קען נישט נוצן דער זעלבער ראוטער [פאר די אינטערנעט קאננעקשאן זעלבסט, איינמאל דו האסט אינטערנעט קען מען טעכניש לייגן דערנאך אנדערע ראוטערס, אבער דאס איז א סוגיא פאר זיך.)
וואס ארבעט גוט אין ברוקלין? לוינט זיך צו גיין מיט עקסטשעינדזש אדער אנדערע ביליגע קאמפעניס?

ווי געזאגט, איז דא בעיקר דריי קאמפאניס וואס שטעלן צו "נארמאלע" (לייען: ווייערד קעיבל אדער פייבער) אינטערנעט. דאס זענען וויירייזאן פייאוס, אפטימיום, און ספעקטרום. אבער נישט איבעראל איז אלעס עוועליבעל, עס ווענדט זיך ממש גאס ביי גאס. סאו דארפסט קודם וויסן וואס איז דא ביי דיין גאס/אדרעס.

עקסטשעינדזש אדער אנדערע ביליגע קאמפעניס, אויב איך פארשטיי גוט, שטעלן נאר צו די אויבנדערמאנטע DSL סערוויס דורך וויירייזאן. און ווי געזאגט איז עס נישט דער בעסטער אפציע.

אויב דו ווילסט קענסטו פרובירן קאנטעקטן א היימישע אינגערמאן וואס איז א שטיקל מומחה אין אלע סארט אינטערנעט סערוויס און וועט דיר קענען העלפן אויספיגערן וואס איז בעסט פאר דיר:
Superior Fiber
[email protected]
845-238-7714

(געדענק צו לאזן וויסן וואס דו טוסט למעשה און וויאזוי עס איז.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: וועלכע אינטרנט, ווי שנעל, ועוד, דארף איך האבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

זייער אסאך קאנטריס האבן /קענען האבן ספעקטראם, און געוויסע אויך פייאס.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וועלכע אינטרנט, ווי שנעל, ועוד, דארף איך האבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

א הארציגן דאנק!!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”