וועלכע בראוזער? (פאר דעסקטאפ)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm

וועלכע בראוזער? (פאר דעסקטאפ)

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:15 pm

דער עולם זאל ארויפקומען וועלכע בראוזער איז גוט פאר דעסקטאפ
crome, firefox,edge,opera etc
מעלות חסרונות, שנעלקייט, סעקיוריטי, פרייוועט בראוזינג, וכו'
טעיק איט איזי

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:19 pm

קראם איז די געשמאקסטע

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:50 pm

דאס ווייסט מען די שאלה וואס טוהט זיך מיט אנדערע זאכן ווי די ספיד וכו' vs אנדערע
טעיק איט איזי

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:46 am

קראמיאם עדזש איז די בעסטע עט האט די מעלות סיי פין קראם און סיי פון עדזש

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 9:53 pm

לאנדאנער האט געשריבן:קראמיאם עדזש איז די בעסטע עט האט די מעלות סיי פין קראם און סיי פון עדזש

זיי מפרט וועלכע מעלות דו גלייכסט פון ביידע.

איך האב אוודאי ליב קראום.... אבער איך גלייך צו טוישן יעדע וויילע. איך נוץ צווישן אנדערן אפט די פאלגענדע: קראום, ברעיוו, אפערע, וויוואלדי, קראומיעם עדזש (אלע פון זיי געבויעט אויף קראומיעם), פייערפאקס, פעיל מאאן, וואסערפאקס (די צוויי זענען געבויעט אויף פייערפאקס)....
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:06 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:קראמיאם עדזש איז די בעסטע עט האט די מעלות סיי פין קראם און סיי פון עדזש

זיי מפרט וועלכע מעלות דו גלייכסט פון ביידע.

איך האב אוודאי ליב קראום.... אבער איך גלייך צו טוישן יעדע וויילע. איך נוץ צווישן אנדערן אפט די פאלגענדע: קראום, ברעיוו, אפערע, וויוואלדי, קראומיעם עדזש (אלע פון זיי געבויעט אויף קראומיעם), פייערפאקס, פעיל מאאן, וואסערפאקס (די צוויי זענען געבויעט אויף פייערפאקס)....

נא קנאפער! קריינא דאיגרתא...

מיר וואלטן הנאה געהאט צו הערן פון דיר אויך וואס זענען דיינע סיבות פארן נוצן וועלכע בראוזער אין וועלכע צייט.

אויב נישט באריכות, כאטש אויפן שפיץ גאפל.

איך פערזענליך קען נישט סובל זיין קראום, קודם כל ווייל ס'איז גוגל.. און אויך גלייך איך נישט זייער מינימאליסטישע אויסשטעל ווי אלע מעניוס און פיטשערס זענען באהאלטן פונעם אויג און פאר יעדע זאך דארף איך ארומזוכן ביז מען טרעפט עס.
און אויך גלייך איך נישט די דארפן זיין אריינגעסיינט אין א גוגל אקאונט, ווען איך נוץ צומאל פינף אנדערע אקאונטס אויפאמאל.
ועוד ועוד...

מיינע בראוזערס זענען, אין אלגעמיין "פייערפאקס" צוליב איר געשמאקייט אין user interface, און ברייטע compatibility וואס יעדע נארמאלע וועבסייט ארבעט גוט דערמיט, + די addons וואס זיי האבן, און אויך איז זייער סעקיוריטי ברום המעלה (אנדערש ווי גוגל וואס איך וואלט זיי נישט געטראסט מיט גארנישט).

מיין 2'טע אלטערנאטיווע בראוזער איז Vivaldi, וואס איז אויך א געשמאקע בראוזער מיט א געוואלד פון customizations וואס מ'קען מאכן, און נאך אסאך מעלות, אבער ס'איז נאך נישט אייביג compatible מיט יעדן וועבסייט, און צומאל קען עס מאכן פראבלעמען דא און דארט.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 11:19 am

איך ניץ יעדע פאר א צווייטע סיבה.
מיין אוועראל בראזער איז קראם, פייערפאקס ווען איך דארף מער פרייוועסי אין ווען איך בין שוואך אין רעם און נאך געוויסע מאל ווען איך גלייך פייער, איך האב אויך ליב קארמיעם די נייע עדזש בראזער וואס וועט מן הסתם זיין איין טאג די בעסטע.
The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 11:53 am

איך האב בכלל נישט געוויסט אז סדא נאך חוץ גאאגל! :oops:
און װאס זאגן די עסקנים?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 12:42 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:נא קנאפער! קריינא דאיגרתא...

מיר וואלטן הנאה געהאט צו הערן פון דיר אויך וואס זענען דיינע סיבות פארן נוצן וועלכע בראוזער אין וועלכע צייט.

אויב נישט באריכות, כאטש אויפן שפיץ גאפל.

די סיבה וועלכע מען נוצט ווען איז לאו דוקא, אפאר פון זיי זענען פאר נארמאלע דזשענעראל באנוץ נאר איך האב פשוט ליב צו טוישן און ענדזשויען דער לאאק און אפציעס פון יעדע... נאך א סיבה צו האבן מער ווי איינס איז פשוט צו האבן צעטיילט. למשל איך וועל נוצן קראום פאר פערסענעל און וויוואלדי פאר ביזנעס, וכדו'.

קראום דייקא ווייל עס איז גוגל! איך האב בשיטה ליב גוגל און איי דאונט קעיר ווערי מאטש אז זיי ווייסן וואס איך טו/וויל/בין עז לאנג זיי סערווירן מיר דערמיט... קראום האט דער מעלה פון זיין געסינקט מיטן גוגל אקאונט, און איך האב אויך ליב וויאזוי מען קען גרינג מאכן נייע פראפיילס בעיסד אויף גוגל אקאונטס, סאו איך האב איין קראום פראפייל פאר פערסענעל און איינס פאר ביזנעס. נאך א מעלה איז אז (פון צווישן די אלע קראומיעם בעיסד בראוזערס) באקומט ער אייביג ערשט אסאך פיטשערס/טשעינדזשעס (און נישט קיין חילוק צו דער טויש איז דייקא גוט, אבער אלע גייען דאך עס באקומען עווענטועל, האב איך ליב צו עס האבן גלייך.)

ברעיוו האט א פיינע אריינגעבויעטע עד און טרעקער בלאק. האט אן אריינגעבויעט "סופער פרייוועט און אלץ א זייטיגער טוי האט עס די עדס וואס עס גיבט BAT געלט פארן קוקן... (אבער נאר אויף איינער פון מיינע כלים ארבעט עס, ביי די אנדערע בלאקט דער פילטער זייער סיסטעם און עס איז מיר נישט גענוג וויכטיג צו בעטן צו עפענען...)

וויוואלדי איז גוט ווייל עס איז קאסטומייזעבעל און האט אויך א פיינע אקאונט בעיסד סינק אפציע (אויף מאוביל קען מען זען די אפענע טעבס פון אנדערע כלים). גרופד טעבס נוץ איך צומאל און עס איז נישט שלעכט. איין זאך וואס איז זייער שטארק מיססינג פאר מיר (און עס קען זיין אז עס איז א סעטטינג...) אז ווען מען שלעפט ארויף א לינק/URL פונעם אדרעס באר צום טייטל באר עפענט עס נישט קיין נייע טעב (אזויווי ער טוט ווען מען שלעפט א לינק פון אינמיטן א פעידזש.)

אפערא איז געשמאק ווייל כאטש עס איז אויך געבויעט אויף קראומיעם און דער דעזיין דיפרענט (אנדערש ווי ברעיוו). א גוטע פיטשער וואס עס האט איז אן אריינגעבויעטע פרי VPN (און עד און טרעקער בלאקינג.) אינסטאלירן עקסטענטשאנס איז אביסל נערווירענד ווייל ביי דיפאלט גייט ער צו דער אפערע סטאר און בכדי צו קענען אינסטאלירן קראום עקסטענטשאנס מוז מען קודם אינסאלירן א ספעציעלע עקסטענטשאן.

קראומיעם עדזש האב'ך ליב אז ער נוצט דער מייקראסאפט אקאונט (דאס איז אזויווי מיט גוגל), אבער בעיקר איז דער זאך דערפוןן דער דעזיין און פיל וואס איך גלייך מער ווי דאס פון קראום.

פייערפאקס נוץ איך בעיקר ווייל עס האט עקסטערע פראקסי סעטטינגס פונעם גאנצער קאמפיוטער (איך נוץ עס בעיקר צו פראקסי'ען דורך א SSH טאנעל צו לאוקאל נעטווארקס אנדערשוואו.) אדערווייז האב איך נישט ליב פייערפאקס.

אויך האב איך א פארטעבעל ווערסיע פון א אלטער ווערסיע פון פייערפאקס (מיט די אלטע סארט עקסטענטשאנס) זינט געוויסע עקסטענטשאנס זענען נאר געווען עוועליבעל פאר יענץ און איז נישט שייך מיט די נייע פייערפאקס אדער קראום.

פעיל מאאן און וואטערפאקס נוץ איך אלץ פייערפאקס אלטערנאטיוו. וואטערפאקס איז ממש די זעלבע ווי פייערפאקס, ווידעראום פעיל מאאן האט דער אלטער פייערפאקס אויסקוק (וואס אין א וועג איז עס ב'חן'ט...) ווי אויך האט עס דער מעלה אז עס האט גאר אן עקסטערע פראקסי סעטטינג (וואטערפאקס שערד דער זעלבער ווי פייערפאקס.)

דאס איז בקיצור וואס עס ליגט מיר יענץ אויפן קאפ.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 1:31 pm

נישט פשוט האט געשריבן: איך האב אויך ליב קארמיעם די נייע עדזש בראזער וואס וועט מן הסתם זיין איין טאג די בעסטע.

אדער וואו אנדערע רופן עס "כּרעדזש"


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט