קורצע נייעס'לעך איבער עפפס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

טיף טראכטער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:45 pm

וואויס רעקעגנעשיאן אויף א סטעפ העכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיף טראכטער »

נישט אזוי לאנג צוריק, האט זיך דער עולם אויפגעוועקט מיט די געוואלדיגע נייעס פון ״וואויס רעקעגנעשיאן״ מ׳קען רעדן, און די טעלעפאוין נעמט אריין די ווערטער, ער איז עס מקבל, און שרייבט עס אראפ פאר דיר. נישט שלעכט פאר די וואס זענען טייט אין צייט, וואדא נעמט עס שנעלער צו רעדן ווי צו טייפן די לאנגע דרשה אדער גאר געציילטע ווערטער.
עפל איז געגאנגען א סטעפ ווייטער און אינטערגרעטעד מרס. סירי, גאנץ געשמאק, זי הערט אויס מיט געדילט און ענטפערט דערוף א תירוץ, צו זאל עס זיין די וועטער, אדער סתם פראגעס, זי וועט אייביג האבן א תירוץ. און די לעצטע אופדעיט האבן זיי שוין צוגעלייגט מערערע שפרייכן, מיר ווארטן אויף אידיש מ׳זאל קענען אנפרעגן פראגעס אונעם קצות אדער א שטיקל קדושת לוי אויפן וועג צום ארבעט. אלעס אדאנק די ״״וואויס רעקעגנעיטיאן״ וואס זעהט זיך אויס צו פארבעסערן פון טאג צו טאג. 
נישט לאנג צוריק האט געלאוינטשט א נייע עפפ מיטן נאמען ״מאאדיס״ וואס האט גענימען די ״וואויס רעקעגנעטיאן״ א שטייגע ווייטער, זי (אדער ער) הערט דיינע ווערטער און לאזט דיר וויסן וועלעכע ״מאאד״ די ביסט, ביי מיר האט עס נישט אזוי גיט צוגעטראפן, אבער די איידיע האט זיך צושפרייט ארום די דעוועליפערס און זיי האפן ביז א קורצע צייט וועט דאס זיין א געלונגענע זאך. 
איין דעוועלעפער האט דעוועלעפט פאר די ״גוגל גלעזער״ א עפפ וואס קוקט אויף א צווייטן און אויך ניצט עס אינזער ״ וואויס רעקעגנעטיאן״. מיט קוקן און הערן א צווייטן האפן זיי צו דערליווערן יענעמס ״מאאד״, (נישט שלעכט פאר די וואס ווילן בארגן געלט אדער סיי וועליכע טובה, צו וויסן ווען ס׳איז די פאסיגע צייט צו בעטן).
אזוי ווי ס׳איז חאלאמויד האבעך געשריבן מיט גראזן אלס א שיני.... 
אטעטשמענטס
image.jpg
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ענדליך איז גוגל ארויסגעקומען מיט אן ענדרויד עפפ פאר זייער Chrome Remote Desktop, וועלכער איז א פרייע סערוויס ענדליך צו Team Viewer, אזוי אז מ'זאל קענען אריינלאגן פונעם סמארטפאון צום קאמפיוטער.
דער עפפ זייער געשמאק און סמאט [מיינע אימפרעשענס], אבער וואס זיי זענען היבש אונטערשטעליג פון טיעם וויאוער איז דער פאקט אז עס איז נאר גוט פאר דיינע אייגענע קאמפיוטערס [אויף דיינע גוגל אקאונטס] און מ'קען נישט אריינלאגן צו א חבר'ס קאמפיוטער געבן סופאארט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
טיף טראכטער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:45 pm

צייט צו שלאפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיף טראכטער »

געציילטע טעג צוריק, א נייע עפפ מיטן נאמען ״סמארט סליעפ״ איז ארויף אויף די עפפ סטאר, עס ליגט מיר אין קאפ עפעס ענדליך, אבער די עפפ איז זיכער א פרישע זאך. 
עס ארבעט ווי א נארמאלע וועקער זייגער, אבער ער קלינגט עטליכע מאל איבערן נאכט מיט א געוויסע חשבון. 
זיי פארופן זיך אלטס די ערשטע וועקער זייגער וואס ארבעט מיט א ״סייקל״ און פארזיכערט אויפצווועקן די מענטש אין א גיטע מאאד ״נעטשראעל״ - דזאסט סעט ענד פארגעט! עס וועט קלינגען עטליכע מאאל פאר א קליין ביסל. זיי זאגן אז אויב שלאפסטו זייער טיף וועסטו זיין מיד א גאנצן טאג, אפי׳ די שלאפסט צוועלעף שעה. 
״ סמארט סליעפ״ ניטצט די לעצטע ״ סייענס״ אינעם שלאף. ער טיט מאנעטערן יעדע נאכט און גיבט דיר עיצות ווי אזוי צו שלאפן בעסער. אויך האבן זיי הערליכע ״בעקגראוינד סאונדס״ געוואנדן אויף די וועטער אידרויסן. און צום לעצט קענסטו שוקן דיינע שלאפן רעקערדס צי דיין דאקטער אויב עס פעלט זיך אויס. 
(נאכאלטס חאלאמויד...)
אטעטשמענטס
image.jpg
טיף טראכטער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיף טראכטער »

די עפפ מיטן נאמען ״ פראנט-בעק״ איז שוין אויף עפל׳ס מארקעט א יאהר צייט, און הערשט היינט ארויס געקומען פאר ענדראויד.

״פראנטבעק״ כשמו.. עס נעמט א בילד מיט די פראנט ענד בעק קעמרע אויף איינמאל. עס איז ספיציעל געאייגענט פאר די וואס נעמען אסאך ״סעלפיעס״.
טיף טראכטער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיף טראכטער »

פייסבוק צווינגט צו דאונלאדען זייער מעסענדזער עפפ! 
די אלע וואס זענען געוואוינט צו שוקן און באקומען מעסעדזעס דורך פייסבוק, וועט מער נישט קענען ממשיך זיין אן דאונלאוידען עקסטער די מעסענדזער עפפ. 
זיי זענען פארזיכערט אז דאס וועט זיין די שנעלסטע מעסענדזער עפפ. די ראמערס זענען אז זיי וועלן דאס פארבינדן מיט וואטסעפפ וואס זיי האבן נישט לאנג צוריק אפגעקויפט.. 
טיף טראכטער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיף טראכטער »

צופיל אויף איין טאג, הא? ני
היינט, סעמסאנג לאזט וויסן איבער א נייע עפפ מיטן נאמען ״קינדל פאר סעמסאנג״ זיי האבן זיך צאמגעשטעלט מיט עמעזאן... וואס וועט לאזן סעמסאנג יוזערס קויפן ביכער פון די עמעזאן ביכער געשעפט גלייך און/פון די קינדל עפפ אויפן סעמסאנג דעווייס. עס איז דא מער דיטעילס וואס מיר ווארטן צו הערן פון זיי אליין. 
אטעטשמענטס
image.jpg
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יישר כוח רב 'טיף טראכטער' מיר ליינען מיט אינטערעסע
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

רט געלעגער, האבן מיר שטארק הנאה, #קיפעראפ
----
די שלאפן עפפ וואלט איך אויסגעטרייט, איך בין נייגעריג צי עס העלפט טאקע...

מיין שאלה איז נאר, דארף מען גיין שלאפן די זעלבע צייט יעדען טאג עס זאל ארבעטן, אדער לויט ווען די גייסט שלאפן אזוי גייט ער דיר אויפוועקן אינמיטען נאכט.
טיף טראכטער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיף טראכטער »

ווי איך פארשטיי, קענסטו גיין שלאפן ווען די ווילסט, די לאסט אים וויסן ווען די לייגסט זיך און לויט דעם וועט ער דיר וועקן. איך זעה זייער פאסעטיווע פידבעק דערוף. לוינט זיך צו טרייען
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

Smart sleep איז פאר ענדרואד אדער אייפאון?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
טיף טראכטער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיף טראכטער »

סמארט סליפ ווייסעך נאר פאר אייפאון. אבער פאר ענדרואד ווייסעך פון אן ענדליכע עפפ מיטן נאמען
Smart alarm clock.
נישט די זעלבע אבער אויך זייער גיטע פידבעק דערויף
טיף טראכטער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:45 pm

פאלטשע לעסט סין אויף וואטסעפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיף טראכטער »

ס׳אמת אז מ׳קען שוין באהאלטן די ״לעסט סין״ ביי וואטסעפפ, אויך אויף ענדראויד לעצטענס. אבער די דארפסט ווארטן גאנצע כדי שיעשו אדער מער ווילאנג די קענסט עס צוריק טוישן.
דאס איז נישט אזוי געפערליך. אבער מיר וואלט געווילט לאזן יענעם זעהן די ״לעסט סין״ אבער מיר זאלן זיין בעה״ב דערוף און קענען ״פעיקן״ דעם עולם.
זאל יעדער מיינען אז איך שטיי אויף יעדן טאג פארטאגס. 
ביסט געווען אויפן טעלעפאון ביז דרייע פארטאגס, ווילסט נישט יעדער זאל מיטהאלטן, נישט קיין פראבלעים. דארפסט מער נישט אויסלעשן די ״לעסט סין״ אפשיאן. אנשטאטס, שטעל אן א טיימער ווען עס זאל זיך אטאמאטיש מאכן ״אוועליבל״ און ווען יענער וועט קוקן דיין סטעטאס וועט ער זעהן וואס ״די״ ווילס ער זאל זעהן.
"Whatsapp Online Fake Last Seen"
סעדלי, נאכנישט עוועליבן פאר אייפאון
אטעטשמענטס
image.jpg
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח פאר די באריכטן, אפשר קענסטו ביטע לייגן לינקס צו די עפפס וואס דו ברענגסט אראפ, איך טרעף עס נישט געהעריג אין די פלעי סטאר.

יישר כח.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
טיף טראכטער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיף טראכטער »

היינט איז ארויס די נייעס אז די ״טייל עפפ״ וועט זיין אויף די עפל עפפ מארקעט בקרוב. די טיילס זענען שוין אנגעקומען צו די וואס האבן באשטעלט פריער. די איבריגע וועלן געשיקט ווערן נעקסטע וואך. 
״טייל״ איז א גאר קליינע דעווייס וואס די קענסט ארויפקלעבן אויף עני זאך, און דערנאך טרעקן די דעווייס דורך די ״טייל עפפ״ אין קעיס עס ווערט פארלויערן. אויך קען מען עס מאכן קלינגען אויב ס׳איז נאנט. אלע יוזערס הייבן אן צו זיכען די לאסט אייטעם, אבער נאר די בעה״ב קען זעהן ווי ס׳געפינט זיך. 
מדארף נישט טוישן די בעטערי. נאך א יאהר קענסטו זיי עס צוריק שיקן, און באקומסט א נייע. 
דערוויל נאר סופארטעד פאר עפל. 
אין די זעלבע צייט זענען מענטשן באזארגט אז מ׳וועט קענען אריינווארפן א ״טייל״ אין זיין טאשקע און אים טרעקן זייער שנעל. מער בקרוב. 
אטעטשמענטס
image.jpg
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מייקראסאפט האט געשריבן:איך מיין עס איז שוין געווען געמאלדן דא ערגץ, א דעוועלעפער האט געמאכט א געים עפפ ׳פלאפי בורד׳ עכט שוואך דיזיינד, אבער למעשה איז עס געווארן זייער זייער פאפיאלער, פין די העכסטע אויף די ליסט.

פאריגע נאוועמבער האט ער געמאלדן אין א טוויט, ״סאררי פלאפי בורד יאזערס, אין צוויי אין צוואנציג שעה וועל איך אראפנעמען די געים״. אין ער האט עס אראפגענימען פין די מארקעט, ער טענהט ווייל ער האט עס נישט געמאכט פאר מענטשן צי פארברענען צייט.

מען זאגט אז ער האט געמאכט פין די עדדס פיפציג טויזענט דאללער א טאג... עס האט געהאט איבער פיפציג מיליאן דאונלאודס.

עניוועי, פאריגע וואך אין א טוויט צי איינעם וואס האט אים געפרעגט אויב ער פלאנט עס צירוק צולייגען האט ער געענטפערט ״יא, באט נישט אין די נאנטע טעג.״


די תאוות הממון האט איבערגעוואויגן...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
טיף טראכטער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיף טראכטער »

פאר די וואס גייען אסאך מיט די טרעינס איז דא גיטע נייעס אז די סיטי קומט ארויס מיט א נייע עפפ מ׳וועט קענען קויפן טיקעטס מיט די טעלעפאון. פאר די ניו דזערסי טרענסיט איז שוין דא די עפפ מיטן נאמען ״מיי טיקס״ בקרוב ווער עס זיין עוועליבן פאר אלע טרעין סטעשיאנס.
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

איינער גייט דא ליידיג?

א נייע געים - 2048 - איז געווארן זייער זייער פאפיאלער לעצטענס, ארגינעל קומט עס פון א דעוועלעפער וואס האט עס געמאכט און געהאוסט פאר פרי אויף "גוט האוב" ( א סייט ווי דעוועלעפערס קענען אפלאודן פראיעקטן פאר פרי אויב עס אפען סאורס...) , און ער זאגט אז ער האט עס נישט אין פלאן צו מאכן אין אן עפפ.

שטייצעך אז גלייך זענען געגאנגען דעוועלעפערס און האבן געמאכט דערפון אן עפפ, און אין נאו טיים איז עס געווארן מורא'דיג אויפגעכאפט.

די געים איז בעסיקלי, א סקווער באקס וואס האט אין זיך 16 באקסעס, ווען דו הייבסט אן די געים איז אלע באקסעס ליידיג, חוץ צוויי באקסעס וואס האט א נאמבער אדער צוויי אדער פיר, די קענסט סווייפען אלע נאמבערס, און צוויי נאמבערס וואס זענען די זעלבע קאמביינד זיך עס. מיט יעדע סווייפ קומט צו א נאמבער, די ציל פון די געים איז צו האבן א באקסל מיט די נאמבער 2048.
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

סקרין שאט
אטעטשמענטס
image.jpg
image.jpg
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

העי דו רייצט אן דעם עולם!! אקעי דא האט איר א לינק וואו איר קענט עס שפילען אנליין, דריקט די ערראו באטטענס צו שפילען...

http://gabrielecirulli.github.io/2048/
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

מייקראסאפט האט געשריבן:ספריטץ -א דעוועלאפער פין באסטען- פלאנט ארויסציקימען מיט אן ענדרויד עפפ וואס איר וועט דורכדעם קענען ליינען בוקס אינטער ניינציג מינוט.

עס איז שוין דא אסאך עפפס אין דעווייסעס וואס מאכן גרינגער דאס ליינען ביכער, אבער ספריטץ איז אויפגעקימען מיט א נייע איידיע.

ער טענהט אז אכציג פארצענט צייט וואס א מענטש ליינט גייט סתם אוועק צי ריקען זיין אויגן, נאר צוואנציג פארצענט פין די צייט ליינט מען ממש.
אויכעט טענהט ער אז א מענטש׳ס רעקעגנישען פין א ווארט, דאס הייסט ווען די אויג כאפט אויף א ווארט איז זיין פאקעס אביסל מער צי די לינקע זייט פין די ווארט.

סא גייט ער פארמעטען די טעקסט אז די אות אויף וואס די אויג כאפט די פאקעס זאל זיין רויט, אין אויך אז יענע אות זאל אייביג זיין אויף די זעלבע פלאץ, דאס מיינט אז מען וועט קענען ליינען אן דארפן ריקען די אויג בכלל.
עס גייט ארויף קימען אויפן סקרין איין ווארט נאכן צווייטען, מען וועט קענען ליינען צווישען צוויי הינדרעט פיפציג אין טויזענט ווערטער א מינוט ווענצעך ווי ציגעוואוינט מען וועט זיין.

דא האט איר פיקטשערס ‎

דעס איז 250 ווערטער אין א מינוט
בילד

דעס איז 350 ווערטער אין א מינוט
בילד

אין דעס איז 500 ווערטער אין א מינוט
בילד


די עפפ ״ריעד קוויק״ קען מען היינט באקומען אומזינסט אין די עפפ סטאר.

ריעד קוויק ארבעט אויף די מהלך, אבער ער מארקט נישט די אות רויט, עס זעהט אויס זייער שיינע עפפ, עס אינטיגרעיט מיט אנדערע עפפס ווי למשל פאקעט, און ער דיספלעיט ארטיקלס וואס די האסט דארט אויף די מהלך.

https://itunes.apple.com/us/app/readqui ... 38359?mt=8
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

איז שוין דא עפעס וואס אינטעגרעט מיט iBooks?

(איך גלייב נישט אז מען קען אפילו מאכן אזאנס, עפל לאזט נישט איין עפפ רעדן צו די אנדערע. מן הסתם ביי ios 8 וועט נישט בעסער ווערן אין דעם הינזיכט, זעה http://arstechnica.com/apple/2014/06/ex ... it-secure/ בעיקר די קאמענטס)
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

מייקראסאפט האט געשריבן:
מייקראסאפט האט געשריבן:ספריטץ -א דעוועלאפער פין באסטען- פלאנט ארויסציקימען מיט אן ענדרויד עפפ וואס איר וועט דורכדעם קענען ליינען בוקס אינטער ניינציג מינוט.
[/]


די עפפ ״ריעד קוויק״ קען מען היינט באקומען אומזינסט אין די עפפ סטאר.

ריעד קוויק ארבעט אויף די מהלך, אבער ער מארקט נישט די אות רויט, עס זעהט אויס זייער שיינע עפפ, עס אינטיגרעיט מיט אנדערע עפפס ווי למשל פאקעט, און ער דיספלעיט ארטיקלס וואס די האסט דארט אויף די מהלך.

https://itunes.apple.com/us/app/readqui ... 38359?mt=8


Check out "A Faster Reader"
https://play.google.com/store/apps/deta ... inkingread
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

די קיעבאורד Swiftkey האט אויפגעהערט צו בעטן געלט פאר די עפפ, דאס איז צוליב די גרויסע קאנקורענץ וואס זיי שטייען אויס.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יאפין האט געשריבן:די קיעבאורד Swiftkey האט אויפגעהערט צו בעטן געלט פאר די עפפ, דאס איז צוליב די גרויסע קאנקורענץ וואס זיי שטייען אויס.

ויש אומרים אז זיי זעען אז עס איז א בעסערע סטראטעגיע צו מאכן דער עפפ בחינם, און שארן געלט פון אין-עפפ קויפונגען.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

קנאפער ידען האט געשריבן:ויש אומרים אז זיי זעען אז עס איז א בעסערע סטראטעגיע צו מאכן דער עפפ בחינם, און שארן געלט פון אין-עפפ קויפונגען.


וואסערע אין-עפפ קויפונגען איז דא ביי זיי?

---

א זייטיגע קשיא, וויאזוי גייט די פרייזען פון עדדס אויף אן עפפ? עס גייט פער קליק? פער יאזערס? וויפעל געלט קען מען מאכן פון דעם? וואסערע קאמפעניס טוהן דאס?

איך האלט א מענטש וועט ענדערש דאונלאודן און ניצן אן עפפ וואס האט עדדס ווי איידער צאלן אפי׳ א דאללער פאר עס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”