גוגל טאלק געטוישט צו הענגאויטס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

גוגל טאלק געטוישט צו הענגאויטס

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג מאי 19, 2013 12:33 pm

גוגל האט געטוישט בעסער געזאגט געגעבן אן אפציע צי טוישן די ביז יעצטיגע טשעט צי אן אנדערע לאק, מיטן נאמען "הענגאויטס".

בעיסקלי איך פארשטיי ווילן זיי דערמיט אויפארבעטן גוגל פלאס, ווי איך זעה איז די אפליקעשען גוגל טאלק (בעיטע) נאך געבליבען גאנץ , אבער אויפן קאמפיאטער ביי דזשימעל האבן זיי די אפציע צי טוישן צי "הענגאויטס", אויך זייער אפישעל גוגל טאלק קראום עקסטענשען האט זיך אן קיין שום פריגעדיגע מעלדונג געטוישט צי "הענגאויטס".

ביזדערוויל זעה איך אז עס איז מער נישט דא אזא זאך ווי אנשטעלען דיין סטעטאס צי ביזי אדער עוועילעבל אויב ביסטי אנליין ביסטי אייביג עוועילעבל, אין דעס זעהט מען אינטער דיין פראפייל פיקטשער א פיצקעלע גרינע ליין.

ווען די גייסט צי א צווייטע טעב איז די הענגאויט ווינדאוי נאך אלץ עוועילעבל אין די קענסט עס עפענען אפילו די בראויזער איז נישט אפן, אזוי גענסטי טשעטן אן דארפן זיין אויף די דזשימעל טעב.

ביי די סערטש באקסעל ביי דזשימעל הענגאויטס ווען די שרייבסט עני נאמען זיכט עס נישט אזויווי ביז יעצט פין דיינע קאנטעקטס נאר יעדער ווער עס הייסט נאר אזוי אויף גוגל פלאס, אין איך מיין אז די קענסט שיקן מעסעדזשעס צי יעדעם.

איך האב געזען זיך אפרעדן אז אויפן פאון ביי זייער עפפ קען מען נישט זעהן די סטאטס פין דיינע קאנטעקטס צי זיי זענען עוועילעבל צי נישט אין גוגל ארבעט יעצט דערויף.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג מאי 19, 2013 12:50 pm

יעצט זעה איך אז די אפשען פין קאלן איז נישט דא געהעריג.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג מאי 19, 2013 7:59 pm

איינער ניצט דא tweet.im ? ווען איך טויש צי הענגאויט זעה איך נישט די קאנטעקט בכלל, אין איך באקים נישט קיין מעסעדזשעס...

אזוי צו אזוי
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

תגובהדורך אזוי צו אזוי » זונטאג מאי 19, 2013 8:01 pm

עפעס א איידעלערע נאמען האבן זיי נישט געקענט געבן? אזא פראסטע נאמען! האבעך שוין נאך א ריזן פארוואס אויף צו געבן מיין טעלעפאון....

לבנה קריכער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

תגובהדורך לבנה קריכער » זונטאג מאי 19, 2013 8:23 pm

מייקראסאפט האט געשריבן:יעצט זעה איך אז די אפשען פין קאלן איז נישט דא געהעריג.

איז דא אן אנדערע עקסטענשען צי ריפּלעסן אדער עפּעס אנדערש צי קאמפּערען צי גוגעל וואויס פין קאמפּיוטער ?

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג מאי 19, 2013 10:02 pm

סתם א קאנטעקט קענסטי קאלן אין עס ווערט א ווידאוי קאלל אבער סתם טייפן א נאמבער אין קאלן זעהט נישט אויס ווי עס איז דא....

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג מאי 20, 2013 11:04 am

אין קורצע ווערטער פון סינעט:
צוגעלייגטע
image.jpg
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך יולי 03, 2013 2:52 pm

ס'האט זיך זיינע מעלות איבער טאלק, אינ'ם טשעט פענסטער קענסטו צוריקגיין ביז ימי נח צו זען דיין טשעט היסטארי (ביי טאלק מעקט זיך עס אויס גאר אפט און ס'נאר געווען מעגליך צו זען היסטארי אין ג'ימעיל אליינס); גרופ טשעט; סנוז (קיינמאל נישט פרובירט); א געוועלד מיט סמייליס (= גרינע) און נאך; אידיש ארבעט א מחי' ב"ה!; און מעגליך נאך עטליכע וואס כ'האב פארגעסן אדער פארפאסט.

און ווי אויך זיינע (פילע) חסרונות, סערטש איז א חורבן, ווי מייקראסאפט האט שוין אויבן ערוואנדען; סטעטוס סטעיט (ווי ביזי, אוועילעיבל, אינוויזיבל, וכדומה) און סטעטוס מעסעדז איז פארשוואונדען; דרעג ענד דראפ פיילס איז א פארגאנגענהייט רח"ל; פרענד נאוטיפיקעישן איז נישטא; קאסטום נעמען קען מען שוין אויך נישט מאכן; און ווער ווייסט וויפיל נאך.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מיטוואך יולי 03, 2013 6:21 pm

אויב רעדסטי פין קאמפיאטער דעמאלטס קענסטי יא זעהן די סטעטוס, אינטער די פיקטשער איז דא א דינע גרינע ליין אויב איז ער אנליין.

דרעג אין דראפ, אויב איז עס פיקטשערס אדער ווידיאויס קענסטי אויך, קליק אויף די אייקאון אין נאכדעם דרעג אריין...

שוין געפרעגט ערגץ איז שייך צי אויסשטעלן די קאנטעקסט ביי נעים, צי ביי עוועילעבל?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך יולי 03, 2013 7:46 pm

אויפ'ן קאמפיוטער קען מען טאקע זען גרין צי נישט, אבער נישט מער, ווי געשריבן: ביזי, אינוויזיבל, וכדומה איז נישט דא.
דרעג ענד דראפ וואס דו שרייבסט איז אויך נישט ווי אין די גוטע צייטן, קוק דער חילוק צווישן טאלק און הענגאויטס. טאלק מ'שפלעפט אריין און פטור אן עסק, הענגאויטס איז א גאנצע מעשה, מ'דארף קוועטשן, שלעפטן, דריקן, און קליקן ביז מ'דערזעט זיך מיט א בילד.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:38 pm

מיר האבן געסוויטשט אויפן פאון פין טאלק צי הענגאויטס, איז יעצט; ווען איך בין אנליין נאר פין מיין סעלפאון אין נישט פין קאמפיאטער, זעה איך אויס ביזי/ארענדזש/איידעל , די פראבלעם איז נאר ביי מיינע קאנעקשענס וואס האבן נאך טאלק, ווייל דער וואס האט שוין הענגאויטס (אויפן פאון) זעהט נישט אויב מען איז עוועילעבל אדער ביזי...
איז דא א וועג אנצישטעלן ביי הענגאויטס וויאזוי איך זאל אויסזעהן ביי מיינע קאנטעקטס וואס האבן נאך טאלק?

אין אז מען רעד שוין, האט גוגל א פלאן צי אפדעיטן הענגאויטס אז מען זאל שוין קענען זעהן אויב יענעמס סטעטוס?

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 9:40 pm

מיט די נייע אפדעיט קען מען שוין זעהן ווער עס איז אנליין

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:36 pm

איך האב ב"ה געהייערט יעצט מיין ערשטען סעקרעטאר, און היות מיין זשאב פארלאנגט צו זיין כסדר אויפן ראוד, האב איך געוואלט האבן א וועג צו קאמיניקירן מיט איר דורך טשעט אויפן פאון.
איך געדענק פון מיין פאריגע זשאב, איז געווען גוגל טאלק גאר א פראקטישע און גאנגבארע זאך, און אויפן פאון איז עס אויך געווען שטארק נוצבאר, ממילא האב איך געמאכט א סוירטש פאר גוגל טאלק, און כ'טרעף נישט אזא זאך, נאר העינג אוט.

די פראבלעם מיט הענג אוט איז צווייפאכיג, איינס, אויפן קאמפיוטער האב איך נישט געקענט פינען צום טעסקבאר אזוי ווי געוואוינט פון טאלק, והשנית, אויף מיין פאון עפפ קומט בכלל נישט אריין די מעסעזשעס.

יעצט שרייבענדיג כאפ איך מיר, אז איך האב אנדערע דעטע פראבלעמען אויך מיט מיין פאון יעצט, זינט כ'האב אינסטאלירט דעם VCF פילטער פון ונשמרתם, וואס דעיס קען אויך זיין די זעלבע אישו, נאר היות כ'האב נאכנישט געהאט קיין געלעגענהייט עס צו נוצן געזונטערהייט, בעט איך דעם חשוב'ן ציבור וואס קען זיך אביסל אויס, מיך צו מייעץ זיין וואס צו טוהן.

יישר כח פון פאראויס

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 6:25 pm

מזל טוב צום נייעם סעקרעטערי, זאלט איר האבן אסאך הצלחה.

וואסערע פאון האט איר?

ווי איך פארשטיי דארפסטי די עיקור עפעס צי קענען טשעטן פין פאון צום קאמפיאטער, הענגאויטס איז זייער גוט, מיט קראום׳ס עפפ לאונטשער קענסטי עס האבן געפינט. וועסט דארפן אינסטאלן הענגאויטס עקסטענשען פין קראום׳ס סטאר.

אויב ארבעט נישט ביי דיר הענגאויטס אויפן פאון, אפשר טרייסטי טעלעגראם, קענסט עס האבן אויפן פאון אין אויפן קאמפיאטער.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 7:31 pm

וועל דיר אויס איינע פון די פאלגענדע סערוויסעס:

http://www.viber.com
http://line.me/en
http://www.skype.com/en/download-skype/skype-for-mobile

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 11:26 pm

איך מיין טעלעגראם איז די בעסט פאר דיר איך האב עס אביסל פרובירט אויפן קאמפיוטער עס רופט זיך webegram און מען קען אויך שערן pdf files

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:36 am

אדער tdesktop.com

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:17 pm

איך קען מיך נישט אויס אויפן טעלפאון אבער אויפן קאמפיאטער האב איך געסעוועט די אינסטאלעשין פייל אויפן סערווער פון גוגל טאלק, ס'מחיה ווען איך דארף עס וויכטיג פאר איינע פון די ארבעטערס דאונלאוד איך עס פון די סערווער, ס'שייך פאר א טעלפאון אויך ?
(אויב איך שיק עס אויף עימעיל, געב עס א אנדערע נאמען שטייצעך אז דשימעיל זאל עס דורך לאזן, קען מען עס אינסטאלן אויפן טעלפאון?)

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:21 pm

איך האב למשל צוויי accounts אויף הענגאוטס, יענער מיט וועם איך טשעט קען זען מיינע אנדערע accounts? פלען איך פרעג.
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:22 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:איך האב למשל צוויי accounts אויף הענגאוטס, יענער מיט וועם איך טשעט קען זען מיינע אנדערע accounts? פלען איך פרעג.

נאופ, יענער קען נישט זעהן.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג אפריל 25, 2014 3:35 pm

א סטרעיט לינק צי גוגעל טאלק דאונלאוד
http://dl.google.com/googletalk/googletalk-setup.exe

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » פרייטאג אפריל 25, 2014 3:44 pm

מייקראסאפט האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:איך האב למשל צוויי accounts אויף הענגאוטס, יענער מיט וועם איך טשעט קען זען מיינע אנדערע accounts? פלען איך פרעג.

נאופ, יענער קען נישט זעהן.

שכוח, אלע ברכות
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך מאי 14, 2014 3:05 pm

די גרויסע גרינע סטאטוס אייקאן איז נישט קיין נייע זאך? קוקט מיר אויס עפעס ניי.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:36 pm

איז דאס א נייע זאך? וואס איז די אויפטו דערפון?
Send text messages (SMS & MMS) with Hangouts on Android

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9535
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:40 pm

derech eretz האט געשריבן:איז דאס א נייע זאך? וואס איז די אויפטו דערפון?
Send text messages (SMS & MMS) with Hangouts on Android

דער אויפטוה איז דאך פשוט. אנשטאט נוצן צוויי באזונדערע עפפס, דער טעקסט מעסעדזשעס עפפ פאר די מעסעדזשעס וואס קומען אן צו דיין נומער, און דער גוגל הענגאוטס פאר די טשעטס וואס קומען אן צו דיין אימעיל אדרעס, שטעלן זיי דיר עס - ברוב טובם - צוזאמען אונטער איין דאך.
שוין היבש אלט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט