בלאט 7 פון 44

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:13 pm
דורך thefact
סתם פאר אינטערעסאנטקייט. וועלכע נאך פילטערס אפערן זיי?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:49 pm
דורך מי חכם
נתיב, ונשמרתם, קוק אויפן אטעטשטען בילד.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2014 8:31 am
דורך thefact
יישר כח

בילדער קומען נישט אריין קלאר ביי מיין מאביל וועגן דעם הא איך געפרעגט

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:20 pm
דורך derech eretz
מעשה פלא מבית משומר!

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 7&gil=1383

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:26 pm
דורך ווישוואש
אויב איינער קאן עס ארויפלייגן דא ביטע, בלאקירט.

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:30 pm
דורך גערעכטער

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:31 pm
דורך kyshtiper
סקיוורא הייסט ארויף לייגן משומר?

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:39 pm
דורך derech eretz
kyshtiper האט געשריבן:סקיוורא הייסט ארויף לייגן משומר?

יא

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:58 am
דורך מילין_יקירין
איינער האט א
Verizon LG G3?
כ'וויל ארויפשטעלן דערויף משומר,
איינער מיט עקספיריענס?

דאנקע

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:12 pm
דורך זכאי
derech eretz האט געשריבן:מעשה פלא מבית משומר!

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 7&gil=1383


די מעשה האט מיך זייער צושאקלט, נישט אז איך דארף באווייז אז מען דארף האבן א כשר'ן פילטער אויפן פאון, נאר די עצם געדאנק אז די בורא כל עולמים באווייזט אונז ניסים אפילו אין דעם דור יתום וואו מיר זענען, איז געוואלדיג.

און אז מ'רעד שוין וויל איך ארויסברענגען א נקודה וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט. ווי ס'איז ידוע איז דא די ארגענעזאציע טע"ג וואס מכלומר'שט זענען זיי די שליחים פון די רבני ואדמו"רי הדור צו אכטונג געבן אז אידן זאלן האבן א כשר'ע פילטער און נישט נכשל ווערן מיט פגעי הזמן רח"ל.

אבער ליידער בעת וואס מענטשען פארלאזן זיך אויף טע"ג מיט בלינדע אויגן, איז זייער פילטער אויפן פאון די שוואכסטע וואס איז שייך און יעדער בר דעת וואס קען אביסעל זיך אויס מיט זיין פאון ווייסט פון אפאר מהלכים צו האבן א געהעריגע בראוזער וואס אלעס איז אויפגעשפארט. איך זאג עס פאר די וואס רעדן זיך איין אז זיי האבן א כשר'ע פאון ווייל זיי האבן טע"ג זאלן זיי וויסן אז ניין! און כאטש זיי אליין קענען עס נישט עפענען קען אבער דיין קינד שוין איינמאל זיך אן עצה געבן.

און נאכדעם וויל איך פארשטיין די אחריות פון טע"ג אז זיי געבן ארויס אזעלכע סחורה ווען זיי דארפן זיין די וואס היטן אויף כלל ישראל.

איך בין נישט קיין סעילסמאן פאר משומר אבער ווי ווייט איך זעה האבן זיי די שטערקסטע פילטער וואס איז פארהאן און עס לוינט צו צאלן די פאר דאללער צו האבן א ריינע שטוב.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:20 pm
דורך געלעגער
זכאי, אראפרייסן יענעם כדי צו בויען א צווייטן איז קיינמאל נישט קלאסיש און רוב מאל נישט סוקסעספול.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:24 pm
דורך ירמי'
זכאי האט געשריבן:איך בין נישט קיין סעילסמאן פאר משומר אבער ווי ווייט איך זעה האבן זיי די שטערקסטע פילטער וואס איז פארהאן און עס לוינט צו צאלן די פאר דאללער צו האבן א ריינע שטוב.[/center]

אז דו רעדסט שוין יא, איך בין פאר א לאנגע צייט געווען פון די הייסטע חסידים פון משומר, ביז...

בינעך געגאנגען צו טע"ג פרעגן וואס טוהט מען, האבן זיי מיך רעקעמענדירט "נתיב"

איך קען זאגן בפה מלא, פון מיין עקספעריענס איז נתיב אסאך אסאך (צוויי מאל) בעסער פון ליוויזשענט וואס ווערט באנוצט דורך משומר

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:25 pm
דורך זכאי
חס ושלום ווער רעדט פון אראפרייסן, מ'רעד פון זיין אויפמערקזאם אז איינער וואס וויל א כשר'ן פילטער זאל ער וויסן וואו ער שטייט.
און ווען איך ווייס נישט אליין ווי גערינג עס איז דורך צוברעכן טע"גס פילטער אויפן פאון וואלט איך נישט געשריבן וואס איך האב געשריבן.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:29 pm
דורך ירמי'
ירמי' האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:איך בין נישט קיין סעילסמאן פאר משומר אבער ווי ווייט איך זעה האבן זיי די שטערקסטע פילטער וואס איז פארהאן און עס לוינט צו צאלן די פאר דאללער צו האבן א ריינע שטוב.[/center]

אז דו רעדסט שוין יא, איך בין פאר א לאנגע צייט געווען פון די הייסטע חסידים פון משומר, ביז...

בינעך געגאנגען צו טע"ג פרעגן וואס טוהט מען, האבן זיי מיך רעקעמענדירט "נתיב"

איך קען זאגן בפה מלא, פון מיין עקספעריענס איז נתיב אסאך אסאך (צוויי מאל) בעסער פון ליוויזשענט וואס ווערט באנוצט דורך משומר

כדי מ'זאל מיך גוט פארשטיין מוז איך צולייגן

1) מיין מעשה איז געווען ביי א פילטער אויפן קאמפיוטער.

2) איך האב נישט קיין נגיעה אראפצורייסן משומר, איך וויל פשוט אז מענטשן זאלן זיין וואכזאם איבער מעגליכע שוואכקייטן וואס ליוויזשענט פארמאגט.

3) עס קען זיין אז משומר האט שוין פארראכטן די לעכער, איך רעד פון עטליכע חדשים צוריק.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:31 pm
דורך געלעגער
אט אזוי גייט עס, ירמי' ווייסט שוין פון א בעסערע פילטער... אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:42 pm
דורך derech eretz
ירמי' האט געשריבן:
ירמי' האט געשריבן:איך קען זאגן בפה מלא, פון מיין עקספעריענס איז נתיב אסאך אסאך (צוויי מאל) בעסער פון ליוויזשענט וואס ווערט באנוצט דורך משומר

כדי מ'זאל מיך גוט פארשטיין מוז איך צולייגן

1) מיין מעשה איז געווען ביי א פילטער אויפן קאמפיוטער.

2) איך האב נישט קיין נגיעה אראפצורייסן משומר, איך וויל פשוט אז מענטשן זאלן זיין וואכזאם איבער מעגליכע שוואכקייטן וואס ליוויזשענט פארמאגט.

3) עס קען זיין אז משומר האט שוין פארראכטן די לעכער, איך רעד פון עטליכע חדשים צוריק.

זיי מער מפרש ביטע, משומר האסטו געקענט אויסשפילן?
אדער האט נתיב בעסער פונקציעס אדער קאסטומער סערוויס?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:56 pm
דורך ירמי'
איך האב מיך נישט געוואלט אליינס צולייגן, אבער אויב קען זיין א תועלת וועל איך מיך אביסל אויסרעדן.

ווען איך האב געהאט משומר, האט עס געהאט צוויי מעין פראבלעם'ס

איינס, יעדע מאל וואונדאוס האט אינסטאלירט אן אפדעיט איז די פילטער אוטאמאטיש ארויסגעפלויגען, ווען איך האב זיי קאנטעקטאד האבן זיי געמאכט א ריסטארט און די פראבלעם איז געווען סאלווד, אבער דעמעזש וואז דאן.

נאכמער, אסאך מאל נאך עטליכע וואכן וואס איך האב נישט געמאכט קיין ריסטארט, איז די פילטער אויך ארויסגעפלויגן.

נאך א טריק האב איך געהאט, אויסצושפילן די פילטער דורך א געוויסע טריק פאר בערך 30 סקונדעס, וואס איך האב געעפנט אין די 30 סקונדעס איז שוין געבליבן גיין, סוי איך האב געקענט עפענען צעהן ווידיאס אין די האלבע מינוט, און געהאט וואס צו קוקען פאר א שעה.

וואכן לאנג האב איך זיך ארומגעדרייט אהן א קאפ, מרבה געווען בתפילה, זיך איינגע'טענה'ט מיטען רבונו של עולם, אמער איך האב שוין באצאלט אין געלייגט די בעסטע פילטער, און אזא פנים טראג איך.

ביז דער אויבערשטער האט מיר צוגעשיקט צו טע"ג, זיי האבן מיר געזאגט פון נתי"ב פילטער, און פון קהילה פילטער, איך האב געפרעגט קהילה פילטער, זיי האבן מיר אפען געזאגט אז זיי האבן אויך דעם פראבלעם און זיי האפן אז ס'וועט זיין סאלווד בקרוב. בינעך געגאנגען צו נתיב, ב"ה סוי פאר האב איך קיין פראבלעמען מיט זיי, אוודאי קליינע לעכערליך איז דא אין יעדע פילטער, אבער אויסשפילן אינגאנצן האב איך דערווייל נישט מצליח געווען. כה יעזור השי"ת להלאה.

נאכאמאל איך וויל בשום אופן נישט ארונטעררייסן משומר, עס קען זיין אז משומר האט שוין פארראכטן די פראבלעם במשך די דריי פיר חדשים וואס איך בין שוינישט מיט זיי.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:58 pm
דורך kyshtiper
איך האב משומר א שיינע פאר חדשים און קיין איינס פון די פראבלעמען וואס די האסט אויסגערעכענט האב איך נישט

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:00 pm
דורך סביב העולם
kyshtiper האט געשריבן:איך האב משומר א שיינע פאר חדשים און קיין איינס פון די פראבלעמען וואס די האסט אויסגערעכענט האב איך נישט

גם אני מצטרף

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:01 pm
דורך derech eretz
ייש"כ ר' ירמי' פארן מפרש זיין.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:04 pm
דורך נישט
סביב העולם האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:איך האב משומר א שיינע פאר חדשים און קיין איינס פון די פראבלעמען וואס די האסט אויסגערעכענט האב איך נישט

גם אני מצטרף

גם אני מצטרף
כ'האב שוין געהאט מיט זיי קליינע פראבלעמען, אבער נישט אז די פילטער זאל ארויספליען

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:05 pm
דורך ירמי'
עס פרייט מיר צו הערן אז דערוילעם האט נישט קיין פראבלעמען מיט זיי, איך וואלט געוואלט וויסן אויב ענק האבן שוין די פילטער מער פון פיר חדשים.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:06 pm
דורך פאטעטא קוגל
איך האב משומר,איך בין נישט קיין עקספערט, און איך האב אויך געהאט די סארט פראבלעמען,
אבער ב"ה די לעצטע צוויי חדשים איז נישט דא קיין שום פראבלעמען,

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:07 pm
דורך נישט
ירמי' האט געשריבן:עס פרייט מיר צו הערן אז דערוילעם האט נישט קיין פראבלעמען מיט זיי, איך וואלט געוואלט וויסן אויב ענק האבן שוין די פילטער מער פון פיר חדשים.

יא
אבער דאס אז אמת אז אפאר חדשים צוריק האבן זיי געהאט אן אפדעיט

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:08 pm
דורך ירמי'
פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך האב משומר,איך בין נישט קיין עקספערט, און איך האב אויך געהאט די סארט פראבלעמען,
אבער ב"ה די לעצטע צוויי חדשים איז נישט דא קיין שום פראבלעמען,

האבעך הנאה צו זעהן אז איך בין נישט אליינס.

אגב, די עיקר פראבלעם איז געווען די 30 סקונדעס שפיל, ווילאנג מ'ווייסט נישט וויאזוי דאס צו טוהן איז נאך גוט.