בלאט 10 פון 11

געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2017 8:33 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
מייקראסאפט גייט ארויסגעבען א ווערזשען פון ווינדאוס 10 וואס גייט נאר קענען ארבעטען סטאר עפס און מען וועט עס קענען גאר גוט קאנטראלען דאס איז כדי צירוק צו שטויסען קראום או עס וואס ווערט שטערקער און אסאך פאובליק סקולס

געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2017 8:40 pm
דורך עין טובה
איז דא עפעס מער פארשריט ווי דא?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:30 pm
דורך עין טובה
מייקראסאפט האט היינט געמאלדן די קומענדיגע מעידזשער ריליס פון אפיס, אפיס 2019.
דאס איז געצילט מיט בעסערע באדינגונגען פאר אייטי, וואס נוצן נישט 365.
די ריליס איז געפלאנט סוף 2018, מיט פריוויוס אינמיטן 2018.

איינע פון די זאכן וואס זיי פלאנען צוצולייגן איז נאך פארמעלעס אין עקסעל.

https://blogs.office.com/en-us/2017/09/ ... of-office/

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:09 pm
דורך הצדיק
עין טובה האט געשריבן:מייקראסאפט האט היינט געמאלדן די קומענדיגע מעידזשער ריליס פון אפיס, אפיס 2019.
דאס איז געצילט מיט בעסערע באדינגונגען פאר אייטי, וואס נוצן נישט 365.
די ריליס איז געפלאנט סוף 2018, מיט פריוויוס אינמיטן 2018.

איינע פון די זאכן וואס זיי פלאנען צוצולייגן איז נאך פארמעלעס אין עקסעל.



און די וואס האבן o365 ?

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 8:20 am
דורך קנאפער ידען
מייקראסאפט איז נאוטעריעס מיט רוקן זאכן און צעברעכן לינקס פון ארבעטן! ענד דעי דיד איט עגעין...

מייקראסאפט האט אפגעקויפט דער סיס-אינטערנעלס קאמפאני מיט די אלע טאאלס פון מארק ראסענעוויטש שוין א וויילע צוריק, יעצט האבן זיי מחליט געווען העק מיט די אלטע גוט-אקטיווע סיס-אינטערנעלס פארום (https://forum.sysinternals.com/) און געמאכט דער נייער פארום אלץ חלק פון טעק-נעט.

און אין ריעל מייקראסאפט פעשען האבן זיי נישט געמאכט קיין שום רידיירעקטס (איך קען טראכטן א מיליאן און אהאלב וועגן צו מאכן אטאמאטישע רידיירעקטס צום ריכטיגער לינק א טעק-נעט) און בכלל דזשאסט אראפגעווישט אלעס וואס זיי האבן געהאלטן פאר צו אלט.

מאכשעמאם...

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 8:30 am
דורך עין טובה
איך הער דיין ווייטאג, און טאקע מאכשעמאם פאר זיי.
גענוג מאל קום איך טאקע אן צו, למשל ווינדאוס 7 היימ בלאט, ווען איך וויל גיין צו א געוויסע בלאט.

די וויכטיגע בלעטער, פון וואו דו באקומסט דו לינק, קענסטו טיילמאל נוצן איינע פון די ארכיוון אויב איז עס דא.

ואני נוהג אסאך מאל צו לויפן די ארכיוון אויף סייטס וואס איך גיי דארפן נוצן נאכאמאל אין די צוקונפט.

סייווי אזוי איז עס א פערדעשקייט פון מייקראסאפט..

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 8:57 am
דורך קנאפער ידען
אוודאי נוץ מיר אייביג ארכייווס, אבער אסאך איז נישט דא דארט, און עס איז אן איבריגע העסעל.

און דאס איז נישט דער ערשטער מאל זיי טוען עס מייקראסאפט! יעדע מאל זיי טוישן עפעס טוען זיי דאס!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 9:59 am
דורך וועלטניק
מייקראסאפט אפיס אייקאנס וועלן אין די קומענדיגע מאנאטן קריגן א גענצליך נייעם אויסזעה, ווערט באריכטעט
ווי זיי זאגן איז די נייע סטייל מער סימפל, אבער וועלטניק קריגט זיך דערמיט, לויט מיין אפיניאן איז דאס געטוישט פון א איצטיגן סימפל דעזיין צו א פונקט פארקערט ווי סימפל דעזיין, הגם ס'איז באמת שיין.
וואס האלט איר?
1_W50NwOOybw55ePEwe97zpg.jpg
1_W50NwOOybw55ePEwe97zpg.jpg (171.73 KiB) געזען 4526 מאל

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 10:45 am
דורך נישט פשוט
טענקס וועלטעלע,איךבין מיט דיר אז סאיז נישט זייער סימפעל, אבער איך שטיץ עס, סאיז אסאך מער מעדערען.
אגב וואס איז פשט אאין די איקאונס, די לליינס און ווארד פארשטיי איך אבער פארוואס האבן זיי נישט געמאכט קעסטעלעך פאר עקסעל וכו'
גאנץ א קלאציגע ארבעט.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 11:16 am
דורך וועלטניק
אוודאי האבן זיי געמאכט קעסטלעך פאר עקסעל, קוק נאכאמאל, דאס איז ריכטיגע לענגליכע עקסעל צעלן. דער גריד ביי אוטלוק איז אפשר א קאלענדער?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 1:26 pm
דורך נישט פשוט
יא כהאב עס געזען, אבער פאר נאט האבן זיי געמאכט קליינע קעסטליך, אבער פאר עקסעל איז נאר דא איין ליין.
סהיבש חולמיש, די קלאוד וואן דרייוו לכאורה, האט נישט קיין קעקעטער, סאיז דא צוויי S'ס .

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 3:22 pm
דורך לאנדאנער
מייקראסאפט איז געווען פאר די לעצטע איין א האלב וואכן די מערסטע ווערד קאמפעני איבענעמענדיג פאר א תקופה עפל און עמעזאן

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 3:37 pm
דורך מייזל
מייקראסאפט וועט ריפלעסן די (נייע) עדזש בראזער
די נייע וועט זיין געבויט אויף די אויפען סאורס chromium

bl1.png
bl1.png (14.71 KiB) געזען 4413 מאל
bl3.JPG
bl3.JPG (11.08 KiB) געזען 4413 מאל

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 3:50 pm
דורך וועלטניק
איז וועט דאס דאך שוין זיין ממש ווי קראום, וואס וועלן זיי זיך דאן אויפטוהן?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 3:55 pm
דורך מייזל
וועלטניק האט געשריבן:איז וועט דאס דאך שוין זיין ממש ווי קראום, וואס וועלן זיי זיך דאן אויפטוהן?

#היפאקראטיע

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 4:51 pm
דורך עין טובה
קראום איז נישט קראומיום.
קראומיום איז א פלאטפארמע מיט פילע בראוזערס וואס נוצן עס. איינס איז קראום.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 4:59 pm
דורך מייזל
.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 5:01 pm
דורך עין טובה
Correct.
When MS will build its version, it will not necessarily be like Chrome

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 5:22 pm
דורך וועלטניק
עין טובה האט געשריבן:קראום איז נישט קראומיום.
קראומיום איז א פלאטפארמע מיט פילע בראוזערס וואס נוצן עס. איינס איז קראום.

קראומיום איז נישט קראום אבער קראום איז יא קראומיום, קראומיום איז א פלאטפארמע געעפנט דורך גוגל פאר קראום, כאטשיג זיי לאזן טאקע אויך אנדערע זיך באנוצן דערמיט, אלס אפען סאורס. ס'איז אבער נישט בלויז 'א פלאטפארמע מיט פילע בראוזערס וואס נוצן עס און איינס איז קראום'

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2019 12:36 pm
דורך נישט פשוט
וועלטניק האט געשריבן:מייקראסאפט אפיס אייקאנס וועלן אין די קומענדיגע מאנאטן קריגן א גענצליך נייעם אויסזעהן
1_W50NwOOybw55ePEwe97zpg.jpg

איינער האט נאך די אלטע ?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 12:32 am
דורך קנאפער ידען
מייקראסאפט האט ארויסגעגעבן א נייע מייקראסאפט אפיס מאוביל עפפ, ביז היינט איז יעדע עפפ געווען עקסטער און יעצט האבן זיי עס צאמגעשטעלט פאר איין אפיס סוויטע עפפ.

צו באקומען אין אייער לאקאלע פלעי סטאר... https://play.google.com/store/apps/deta ... ficehubrow

קודם כל האט דער עפפ א נייע מייקראסאפט אפיס אייקאן:
chrome_JPGF9yglgt.png
chrome_JPGF9yglgt.png (23.7 KiB) געזען 3548 מאל


דער עפפ דעזיין און פיהל איז זייער געשמאק.

איין פיינע סופרייז פאר מיר איז אז עס איז דא דארט די סטיקי נאוטס פונעם קאמפיוטער געסינקט (כמובן ברויכן ביידע זיין אריינגעסיינט צום מייקראסאפט אקאונט)!

Screenshot_20200217-131428-scaled.jpg
Screenshot_20200217-131428-scaled.jpg (113.91 KiB) געזען 3548 מאל

Re: מייקראסאפט נייעס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 11:40 am
דורך ממה נפשך
מייקראסאפט האט א סטרעטעדזשי: ביט די קאמפעטיטאר מיטן אפקויפן יעדע גרויסע אדער אויפשטייגענדע טעק קאמפאני.

PromoteIQ Acquired by Microsoft!
https://www.promoteiq.com/announcement/

Microsoft acquires GitHub
https://news.microsoft.com/announcement ... es-github/

npm, Inc., is being purchased by GitHub
https://blog.npmjs.org/post/61276486688 ... se-montage

Re: מייקראסאפט נייעס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 12:17 am
דורך וועלטניק
ממה נפשך האט געשריבן:מייקראסאפט האט א סטרעטעדזשי: ביט די קאמפעטיטאר מיטן אפקויפן יעדע גרויסע אדער אויפשטייגענדע טעק קאמפאני.

PromoteIQ Acquired by Microsoft!
https://www.promoteiq.com/announcement/

Microsoft acquires GitHub
https://news.microsoft.com/announcement ... es-github/

npm, Inc., is being purchased by GitHub
https://blog.npmjs.org/post/61276486688 ... se-montage


גענוי ווי גוגל, פעיסבוק און עפל ועוד ועוד

Re: מייקראסאפט נייעס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 9:30 am
דורך ממה נפשך
וועלטניק האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:מייקראסאפט האט א סטרעטעדזשי: ביט די קאמפעטיטאר מיטן אפקויפן יעדע גרויסע אדער אויפשטייגענדע טעק קאמפאני.

PromoteIQ Acquired by Microsoft!
https://www.promoteiq.com/announcement/

Microsoft acquires GitHub
https://news.microsoft.com/announcement ... es-github/

npm, Inc., is being purchased by GitHub
https://blog.npmjs.org/post/61276486688 ... se-montage


גענוי ווי גוגל, פעיסבוק און עפל ועוד ועוד


ביסט גערעכט מיט די צושטעל, אבער איך מיין אז דא איז אביסל אנדערש, וויבאלד אין די פעלד טעקנאלאדזשי און דעוועלאפמענט האבן זיך די גרויסע קאמפאניס מער ווייניגער אליינס געבויעט, אבער דא האט מייקראסאפט איבערגענומען א געסעטלטע אפען סארס פלאטפארמע - GitHub און npm - וואס איז אנגענומען איבעראל.

און די זעלבע מיט PromoteIQ וואס איז אן עדווערטייזונג קאמפאני, און זיי צילן מסתם צו קאמפיעטן עמעזאן עדווערטייזונג אדער גוגל עדס דערמיט.

Re: מייקראסאפט נייעס

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 1:24 pm
דורך הענדימען
מייקראסאפט קומט ארויס מיט אן ענדרויד פאון
וועט קאסטן 14 מיאות
וועט האבן 2 סקרינס וואס וועלן קענען ראנען 2 באזונדערע עפפס
די סקרינס וועלן זיין באהאפטן מיט א 360 דעגרי הינדזש
ריליעס דעיט איז סעפטעמבער 10
מקור