פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

א גוטן

איך ווייס נישט צו דאס איז שוין ערגעץ ארומגעשמועסט, אבער איך דארף א געוויסע סארט פראגראם, און איך טרעפ עס נישט אליינס. בעט איך דער עולם דא זאל מיר (און אנדערע) ארויס העלפן דערמיט.

אסאך פון אונז האבן קליינע ביזנעסער, און מיר דארפן דאס מסדר זיין מיט ארדנונג צו קענן פארשאפרן צייט און קאפוויי. וויל איך וויסן צו אזוינס עגזיסטירט פאר אונז.

א קליענט קלינגט מיר, ער וויל איך זאל מטפל זיין מיט עפעס. קליק איך אויף New Client, און איך שרייב אריין זיין נאמן און דעטאלן, יעדער אין די באשטימטע פלאטץ. אין איין באקס קען איך שרייבן קאמענטס מיט פרטים פון זיין באדערפענישן. און איך שרייב דארט די פרייס וואס מ'האט אפגעשמועסט.
יעצט דארף איך אנהויבן מאכן די דזשאב. איך עפען אויף מיין רשימה פון ארבעטארערס אדער סופלייערס, און איך טרעפ דער און דאס וואס פאסט פאר די דזשאב, און איך באהעפט די אריגינעלע קליענט מיט די ארבעטארער אויף מיין קאמפיוטער. איך קלינג\אימעיל יענעם, און א רעקארד פון די אימעיל\קאלל שטייט אטאמאטיש אויף ביידע פעידזשעס (ארבעטארער\סופלייער און קליענט).
יענער שיקט א פראוו, און איך סעיוו די פראוו אויף מיין קאמפיוטער, מיט א לינק אויף ביידע פעידזשעס כנ"ל. איך קוק איבער דער פראוו, און איך שיק עס צום קליענט. מיין סאפטווער דעארמאנט מיר אז איך מוז עס אים שיקן, ווילאנג איך האב עס נישט געשיקט. ווען דער קליענט שיקט עס צוריק מיט הערות, ווייסט שוין מיין פראגראם אז דאס איז געשען, און אז איך דארף עס ווייטער שיקן צום ארבעטארער, און יעצט ווארט מען אויף אים, און די סאפטווער געדענקט עס.

די סאפטווער מעג אויף האלטן חשבון מיט געלט, ווער איז וועמן שולדיג, און דערנאך זאל עס קענען מאכן א רעפארט וויפיל יעדער פרוייקט האט געקאסט און וויפיל איך האב געמאכט דערפון.

איך דארף עס נישט פאר טעקסעס, עס דארף ניטאמאל זיך באהעפטן צו מיין בנק קאנטע, איך דארף עס נאר צו האלטן קאפ וואס מ'האט געטון, וואס עס איז דא צו טון, און וויפיל מ'האט ארויסגעגעבן דערפאר.

איינער ווייסט פון אן עצה פאר מיר? אפשר די גרעפיק דיזיינערס צווישן אונז, אדער די קעיטערערס אדער די שרייבערס ועוד ועוד.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וואס איז שלעכט מיט קוויקבוקס?
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

לויט ווי איך האב פארשטאנן, איז קוויקבוקס נישט קיין פרוייקט פרוגרם, נאר א געלט פראגראם. עס באהעפט זיך צו דיין באנק קאנטע, מאכט טעקס חשבונות, און איז בעיקר געווידמעט אויף דעם.
איך דארף עס ווייניגער פאר די געלט חלק, נאר פאר די ארבעט זעלבסט. זאכן קומן און גייען, און איך האלט נישט קיין געהעריגע אויג, איך נוץ מיין לעכערליכע זכרון.
און ווען די פראגראם איז אומזיסט, איז אויך נישט שלעכט.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איישישאק האט געשריבן:לויט ווי איך האב פארשטאנן, איז קוויקבוקס נישט קיין פרוייקט פרוגרם, נאר א געלט פראגראם. עס באהעפט זיך צו דיין באנק קאנטע, מאכט טעקס חשבונות, און איז בעיקר געווידמעט אויף דעם.
איך דארף עס ווייניגער פאר די געלט חלק, נאר פאר די ארבעט זעלבסט. זאכן קומן און גייען, און איך האלט נישט קיין געהעריגע אויג, איך נוץ מיין לעכערליכע זכרון.
און ווען די פראגראם איז אומזיסט, איז אויך נישט שלעכט.

וועלכע פראגראמען האבן דיר אויסגעזעהן נוצבאר פאר געוויסע חלקים? עס זענען דא פלעצער וואו מען קען אינטערגרעיטן אפאר פראגראמען זאלן לויפן צוזאמען.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך האב נישט קיין אהנונג. איך בין א ריזיגע עם הארץ. דער איינציגסטע עם הארץ אין גאנץ איישישאק.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

לאמיר געבן א בעסערן ביישפיל.

חיים יענקל איז א גרעפיק דיזיינר, וואס אדווערטייזד פאר דזשאבס אין א היימישע אויסגאבע.
קלינגט אים מרס טייטלקאפף איין שיינעם טאג, אז זי וויל מאכן אינוויטעישענס פאר איר טאכטער'ס (נאמן געהאלטן ביים רעדאקטאר) חתונה.
חיים יענקל קען כאפן א שטיקעלע פאפיער, און אפשרייבן די פרטים, און דערנאך צוגיין צום קאמפיוטער און טון די ארבעט, און דערנאך ארויס שיקן צום פרינטער, און ווען עס קומט צוריק אן פון פרינטער, וועט ער ווידער טרעפן דער שטיקל פאפיער צו קענן צוריק קלינגן מרס טייטלקאפף. ער געדענקט אז ער נעמט א $500 פאר די ארבעט, און ער וועט עס בעטן פון מר טייטלקאפף ווען ער קומט עס אויפפיקן.

ווען ער איז א בחור וואס וויל מאכן אביסל עקסטרע געלט אויף די זייט, ארבעט די סיסטעם. ווען ער איז א טאטע פון קינדער וואס דארף מער ווי אפאר אזעלכע דזשאבס צו ענדיגן די טאג, מוז ער האבן עפעס בעסער.

מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף זיין זכרון, ווייל ער וועט זיך אויסמישן און מאכן פיל גרייזן. טאמער זיין קאפ איז פול מיט די זאכן, וועט ער נישט קענן לערנן און נישט קענן דאווענן, ווייל זיין קאפ איז נאכאנאנד אויף רעדער.

ווען מרס טייטלקאפף קלינגט, זאל ער האבן א פלאטץ ווי אראפ צו שרייבן איר דעטאלן, אז ער זאל נישט דארפן געדענקן נישט איר אדרעס, נישט די נעמן פון חתן כלה מחותנים וכו', נישט די זאל און די צייט, און נישט גארנישט.
ווען ער האט אויסגעוויילט די ברירה פון 'אינוויטעישענס', וועט די פראגראם מעגליך דירעקטן צו די מוסטערס (templates בלע"ז) וואס ער האט דערפאר.
אין פינף מינוט ארום, ווען טעיסטי קעיטערינג קלינגט אז זיי ווילן נאך א רעקלאמע פאר זייער נייע רעצעפט פאר געקאכטע וואסער לכבוד שבת הגדול, זאל ער קענען קליקן אויף זיין נאמן אין די דעיטעבעיס, און זען די אלטע רעקלאמעס וואס ער האט געמאכט פאר זיי פאר קעטשאפ און סעלצער, און פון דעם וויסן וואס יענער וויל.
די זעלבע פראגראם זאל האבן א רשימה פון ארבעטארערס, ווייל חיים יענקי ווייסט דאך נישט בחייכון וביומיכון וויאזוי מ'עפענט אינדיזיין. ער האט אפאר נארישע מיידלעך אין א"י, וואס ארבעטן פאר זיבעל דאללאר א שעה און דאנקן אים פאר די געלעגענהייט. ער זאל האבן א ברירה פאר יעדער רעקלאמע וואס ווערט רעזערווירט צו נוצן די רעקלאמע מיידלעך, און אינוויטעישען מיידלעך פאר די אינוויטעישענס.
ווען איינער פון די ארבעטארערס שיקט צוריק א פראוו, זאל חיים יענקי דאס איבערקוקן, און קליקן אז ער האט עס איבערגעקוקט, און דערנאך שיקן פאר די קליענט. ער דארף גארנישט געדענקן, די סיסטעם זאגט אים אז עס איז נאך נישט געשיקט, אדער אז עס איז שוין געשיקט געווארן.
יענער קלינגט צוריק, אדער שיקט אן אימעיל, מיט הערות והארות, וואס חיים יענקי קליקט אלס געליינט און שיקט ווייטער צו די קנעכט אין ארץ ישראל.
ווען די ארבעט איז מער קאמפליצירט, מיט מערערע פיילס וכדו', זאל די סיסטעם האלטן חשבון וועלכע איז אריבער די ערשטע טריט, וועלכע די צווייטע, וכו' וכו'.
די סיסטעם זאל מאכן א ToDo ליסטע, אז ווען חיים יענקי קומט אהיים פון זיין גרויסע פרישטיג, חברותא, שמועסעריי, ועוד, זאל ער גלייך וויסן וואס ער האט צוטון, און ער זאל נישט אריינפאלן אין נאך א טאג פון אייוועלט קאמענטירן און קיין געלט נישט מאכן.
די זעלבע פראגראם וועט האלטן חשבון וויפיל יעדער מיידעל נעמט בדרך כלל, און וויפיל די דזשאב האט געקאסט, אז ער זאל קענן אויסרעכענן זיין ריוח, און מאנן די געלט פון די קליענטן.

וויאזוי זוכט מען אויף אזא פראגראם? וויאזוי הייסט עס? ווער האט עקספעריענס?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Asana אפשר?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

Airtable.com
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

די אלע פראגראמס זענען געמאכט געווארן צו קאלאבערירן מיט אנדערע. אז מ'האט אפאר ארבעטארערס אויף א פרוייקט, קענען זיי אלע צוזאמן קומן אין איין פראגראם. אזוי זעט מיר אויס. טאמער איך בין נישט גערעכט, פאררעכט מיר. איינער האט מיר געזאגט אין אישי אז איך קען פראבירן מיט sortd אדער tello, אבער ביידער זען מיר אויס אייניג אין דעם.

ווי זענען די גרעפיק דיזיינערס דא? וואס טון זיי?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איישישאק האט געשריבן:די אלע פראגראמס זענען געמאכט געווארן צו קאלאבערירן מיט אנדערע. אז מ'האט אפאר ארבעטארערס אויף א פרוייקט, קענען זיי אלע צוזאמן קומן אין איין פראגראם. אזוי זעט מיר אויס. טאמער איך בין נישט גערעכט, פאררעכט מיר. איינער האט מיר געזאגט אין אישי אז איך קען פראבירן מיט sortd אדער tello, אבער ביידער זען מיר אויס אייניג אין דעם.

ווי זענען די גרעפיק דיזיינערס דא? וואס טון זיי?

איך קען א גרעפיק דיזיינער וואס האט גענוצט ביז אפאר וואכן צוריק אסאנא און האט אנגעהויבן צו נוצן קליק-אפ
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך האב פראיברט Sortd און איך פארשטיי נאכאלס נישט וויאזוי דאס אויסצונוצן, און די פוילקייט האלט מיר צוריק ביים אלטן, אומבאלומפערטע סיסטעם.
איך האב געזוכט א טוטאריאל דערויף, און יוטיוב איז זייער נישט העלפפול.

טאמער איינער קען מיר שיקן א פשוט'ן ווידיאו אדער א פייל מיר אויסצולערנן טריט נאך טריט צו נוצן איינער פון די פראגראמן, אז מיין ארבעט זאל זיין מיין באשעפטיגונג, נישט לערנן סאפטווער, וועל איך זיין דאנקבאר. טאמער click-up איז די בעסטע, זאל זיין click-up, אבער זאל זיין צו דער זאך.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

Asana.com
Airtable.com
Monday.com
Trello.com
Clickup.com

וכו' וכו' וכו'

איך וואלט געראטן, אויב דו ביזט ניי דערצו, פרעג זיך נאך ביי איינעם וואס קען דאס שוין ער זאל דיר העלפן מיט אויפסעטן בעסיקס
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

איישישאק האט געשריבן:לאמיר געבן א בעסערן ביישפיל.

חיים יענקל איז א גרעפיק דיזיינר, וואס אדווערטייזד פאר דזשאבס אין א היימישע אויסגאבע.
קלינגט אים מרס טייטלקאפף איין שיינעם טאג, אז זי וויל מאכן אינוויטעישענס פאר איר טאכטער'ס (נאמן געהאלטן ביים רעדאקטאר) חתונה.
חיים יענקל קען כאפן א שטיקעלע פאפיער, און אפשרייבן די פרטים, און דערנאך צוגיין צום קאמפיוטער און טון די ארבעט, און דערנאך ארויס שיקן צום פרינטער, און ווען עס קומט צוריק אן פון פרינטער, וועט ער ווידער טרעפן דער שטיקל פאפיער צו קענן צוריק קלינגן מרס טייטלקאפף. ער געדענקט אז ער נעמט א $500 פאר די ארבעט, און ער וועט עס בעטן פון מר טייטלקאפף ווען ער קומט עס אויפפיקן.

ווען ער איז א בחור וואס וויל מאכן אביסל עקסטרע געלט אויף די זייט, ארבעט די סיסטעם. ווען ער איז א טאטע פון קינדער וואס דארף מער ווי אפאר אזעלכע דזשאבס צו ענדיגן די טאג, מוז ער האבן עפעס בעסער.

מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף זיין זכרון, ווייל ער וועט זיך אויסמישן און מאכן פיל גרייזן. טאמער זיין קאפ איז פול מיט די זאכן, וועט ער נישט קענן לערנן און נישט קענן דאווענן, ווייל זיין קאפ איז נאכאנאנד אויף רעדער.

ווען מרס טייטלקאפף קלינגט, זאל ער האבן א פלאטץ ווי אראפ צו שרייבן איר דעטאלן, אז ער זאל נישט דארפן געדענקן נישט איר אדרעס, נישט די נעמן פון חתן כלה מחותנים וכו', נישט די זאל און די צייט, און נישט גארנישט.
ווען ער האט אויסגעוויילט די ברירה פון 'אינוויטעישענס', וועט די פראגראם מעגליך דירעקטן צו די מוסטערס (templates בלע"ז) וואס ער האט דערפאר.
אין פינף מינוט ארום, ווען טעיסטי קעיטערינג קלינגט אז זיי ווילן נאך א רעקלאמע פאר זייער נייע רעצעפט פאר געקאכטע וואסער לכבוד שבת הגדול, זאל ער קענען קליקן אויף זיין נאמן אין די דעיטעבעיס, און זען די אלטע רעקלאמעס וואס ער האט געמאכט פאר זיי פאר קעטשאפ און סעלצער, און פון דעם וויסן וואס יענער וויל.
די זעלבע פראגראם זאל האבן א רשימה פון ארבעטארערס, ווייל חיים יענקי ווייסט דאך נישט בחייכון וביומיכון וויאזוי מ'עפענט אינדיזיין. ער האט אפאר נארישע מיידלעך אין א"י, וואס ארבעטן פאר זיבעל דאללאר א שעה און דאנקן אים פאר די געלעגענהייט. ער זאל האבן א ברירה פאר יעדער רעקלאמע וואס ווערט רעזערווירט צו נוצן די רעקלאמע מיידלעך, און אינוויטעישען מיידלעך פאר די אינוויטעישענס.
ווען איינער פון די ארבעטארערס שיקט צוריק א פראוו, זאל חיים יענקי דאס איבערקוקן, און קליקן אז ער האט עס איבערגעקוקט, און דערנאך שיקן פאר די קליענט. ער דארף גארנישט געדענקן, די סיסטעם זאגט אים אז עס איז נאך נישט געשיקט, אדער אז עס איז שוין געשיקט געווארן.
יענער קלינגט צוריק, אדער שיקט אן אימעיל, מיט הערות והארות, וואס חיים יענקי קליקט אלס געליינט און שיקט ווייטער צו די קנעכט אין ארץ ישראל.
ווען די ארבעט איז מער קאמפליצירט, מיט מערערע פיילס וכדו', זאל די סיסטעם האלטן חשבון וועלכע איז אריבער די ערשטע טריט, וועלכע די צווייטע, וכו' וכו'.
די סיסטעם זאל מאכן א ToDo ליסטע, אז ווען חיים יענקי קומט אהיים פון זיין גרויסע פרישטיג, חברותא, שמועסעריי, ועוד, זאל ער גלייך וויסן וואס ער האט צוטון, און ער זאל נישט אריינפאלן אין נאך א טאג פון אייוועלט קאמענטירן און קיין געלט נישט מאכן.
די זעלבע פראגראם וועט האלטן חשבון וויפיל יעדער מיידעל נעמט בדרך כלל, און וויפיל די דזשאב האט געקאסט, אז ער זאל קענן אויסרעכענן זיין ריוח, און מאנן די געלט פון די קליענטן.

וויאזוי זוכט מען אויף אזא פראגראם? וויאזוי הייסט עס? ווער האט עקספעריענס?


;l;p- ;l;p- ;l;p- פאר דיין שרייבן
וואס איז למעשה געווארן? איך זיך יעצט ממש אזאנס. וועלעכע ניצטו? ביסט ציפרידן?
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

גא״מ לטעסלא
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: פראיעקט סאפטווער פאר קליינע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

עולם כמנהגו נוהג. איך הינק ווייטער
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
שרייב תגובה

צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”