אנליין/קלאוד בעקאפ סערוויסעס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בעל הבית

אנליין/קלאוד בעקאפ סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הבית »

נאך די לעצטיגע שטורעמעס און טאנעידאוס וואס האבן באטראפן ברוקלין, און ספעציפיש בארא פארק, וואס האט ווי חרוב געמאכט פיל אפיסעס, מיט גרויסע געלט שאדענס. (קול מבשר האט ספעציפיש געמאלדן איבער די גרויסע שאדנס וואס "קרן עזר" אפיס האט געליטן) קומט אריין אין בילד די ברענעדיגע פראגע:

ווען האסטו דאס לעצטע מאל געמאכט א בעק-אפ אויף דיין סיסטעם?

איך האב געהערט פון א רעיון פון מאכן אן אנליין בעק-אפ, וואס פארזיכערט וואס דינט א טאפעלטן ציל: 1) די בעק אפ ווערט געמאכט אטאמאטיק, אהן דעם וואס די זאלסט דארפן ריקן דיין מייזל. 2) דיין דעטא איז 100 פראצענט פארזיכעט פון קאליע ווערן! קענסט עס אלס רעקאווערן, די קאמפיוטער זעלבסט קען גיין חרוב, אבער דיין ביזנעס אינפארמאציע זיצט דארט זארגלאז און אפגעהיטן.

וויסט איינער פון א גוטע פירמע?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך האב לעצטנס געזען אדער געהערט אן אדווערטייזמענט פון אזא קאמפאני, אבער איך האלט נישט דערפון צוליב 2 סיבות: 1) פרייוועסי און 2) וואס טוסטו אז דו האסט פונקט נישט קיין אינטרנעט קאנעקשאן אין די באשטימטע צייט? ובפרט אויב מ'האט דזשעי-נעט...
An article a day keeps the babies away
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

כ'האב טאקע לעצטענס געטראכט דערפין
אבער די פרייוועסי פאקטאר האט מיר אוועק געהאלטען דערפין
אין בפרט אז איינער האט סעסיטיווע אינפארמאציע
מען קען דאך נישט וויסען וועלכע גוי פין גאס האט דיסיידעט צי עפענען אזא קאמפאני
נאופס כ'האלט נישט דערפין
(כ'מיין אז נחום ראזענבערג וואלט אויך נישט געהאלטען דערפין)
בעל הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הבית »

כ'אב לעצטענס געליינט אז גאר גרויסע פירמעס באנוצן זיך דערמיט. כ'גלייב אז פרייוועסי איז א אישו דארט אויך (כמיין דא). וואס שייך וועגן קאנעקשאן, ס'איז א גרויסע חילוק פון א גאנצע טעפל טשולענט וואס גייט לאיבוד, אדער נאר צוויי דריי באנדלעך. העט נישט זיין קיין בעק האפ איין טאג, צוויי טעט, אבער דאס גאנצע הארעוואניע און שווערע געלטער בלייבט חי וקייים!

ביי דע וועי, פאר ווער ס'איז א אייגענע בעל הבית, גלייב איך אז אייער שלאף ווערט פון מאל צו מאל געשטערט דורך א בייזן חלום "פון א ריזיגן פלאד", פייער, גניבה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

די פראקטישסטע עצה איז, צו מאכן צוויי בעקאפס. איינס האלט מען אין אפיס, און דאס אנדערע נעמט מען מיט זיך אהיים.
An article a day keeps the babies away
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך זעה נישט וואס די פראבלעם פון עס מאכן אן-ליין, ווען האט זיך איינער צוריק געהאלטן פון שיקן פרייוועט זאכן אין אימעיל? ווען האט זיך איינער צוריק געהאלטן פון קויפן עפעס אן-ליין מיט א קרעדיט קארד?

בעקאפ קען געמאכט ווערן אוטעמאטיש אויף יעדעמס קאמפיוטער, נישט נאר ביי יענע קאמפעני.
בעל הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הבית »

גלייבט מיר כ'אב א גאנצע אוצר פון אלע-ערליי בעקאפס. סאם-האו האט זיך קיין איין נישט אויסגעארבייט, ס'איז נישטא קיין צייט, און מען פארגעסט.

אז מען גייט אנ-ליין, געשעט עס פון זיך אליין, און מען דארף נישט געדענקען צו טראגן, ברענגען, טוישן, און רא-טיעטן צווישן די צוויי בעק-אפס.

וואס איך וויל יא, איז א גוטע רעקאגנייזט פירמע, וועם מען קען טראסטן. און בעט נישט אבי-און-די-וועלט-אריין.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

בעל הבית,

איך האב לעצטנס געלייענט אין פי סי מאגאזין אדער לעפטאפ מאגאזין אן ארטיקל איבער די טעמע. איך האף אז איך האב דאס נאך נישט געווארפן אין מיסט. איך וועל פרובירן זוכן און אייך איבערגעבן וואס די עקספערטן זאגן.
Chairlift
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 02, 2007 11:36 am
לאקאציע: ציווישען הימעל און ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chairlift »

איך האב לעצטענס געהערט פון Dell datasafe online

http://www.dell.com/content/topics/segt ... &~lt=popup

איך מיין אז זיי זענען א טראסטבארע קאמפעני.
בעל הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הבית »

יעצט געהערט פון נאך א פאל וואס האט פאסירט פאריגע וואך ביים וויליאמסבורגער פארפלייצונג, ווי א ביזנעס מיט גאר ווערטפולע טעכנאלאגישע מאשינערי, מיט אוצרות פון ווערטפולע דעטא, איז גענצליך אפגעווישט געווארן מעל כל פני האדמה.

טייערע חברים, איך מין עס יעצט גאנץ ערענסט, ס'איז א פליכט פאר יעדן: צו פארמאגן א סיסטאמאטישע בעק-אפ סיסטעם! אל.. כדרך ש... פלוני! ווארט נישט ביז ווען.. נא.. כ'וויל נישט שעלטן... פארשטייסט?!

ס'דארף זיך מאכן א "וועד העסקנים להצלת חברי הקרעטשמע", צו פארסירן דעם ענין, כופין אותו עד שיאמר רוצה אני. כ'וואלט פארגעשלאגן אז עס זאל זיין פון די אפיציעלע תקונות דא, מיר קענען נישט טאלערירן דא אזוינע וואס זענען מאבדין עצמם..

זייט מיר מוחל אויב כ'אב שארף גערעדט. סאיז יעצט א עידן ריתחא, והוא רחום יכפר עון ולא ישחית..
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

פאר מ'מאכט א וועד העסקנים, דארף מען מאכן א וועד הרבנים.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

בעל הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הבית »

דאנקע שיין, פארן צושטעלן די מראי מקומות.

וממנו ילמדו וכן יעשו, ווער עס האט מער ספעציפישע אינפארמאציע וועט געבעטן זיך צו מעלדן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א דאנק סאדע-באטל האב איך מיך איינגעשריבן (און באצאלט א יאר סערוויס) ביי:

http://www.carbonite.com/home.aspx
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

עני יוניט עוועיליבל טו בעקאפ?...

מיין קאמפיוטער איז גע'בעקאפ'ט ביי Carbonite, האבעך געריסטאורד א פייל פון די בעקאפ סיסטעם און וויבאלד ס'איז בשעת אותו מעשה געווען אינעם קאמפיוטער א פייל מיטן זעלבן ניק.. כ'מיין נאמען, איזעס אריינגעקומען אלץ 'ערראר', ד"ה איך זעה עס ביי די ריקאווערד פייל'ס, אבער כ'קען גארנישט טוהן דערמיט, אין בעקאפ איזער שוין נישט, אין מיינע דאקומענט'ס אויך נישט, ער שטייט ווי א ביין אין האלז.. עני העלפ? כ'דארף עס וויכטיג האבן צוריק.
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

איך ניץ אייבעקאפ זייער רעקאמאנדירט http://www.ibackup.com
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

רעקאמאנדיט אויף וואס
סעיפטי
פריוועסי
ביליג

????????????
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

אנליין בעקאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

ווייסט אפשר איינער וועגן א גוטע (בחינם/ביליג) וועבזייטל וואו מ'קען בעקאפען פיילס אטאמאטיש דורך א סקעדזשול (כ'רעד פון צענדליגע גיג פון פיילס)?

הדות! (תודה למפרע)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

maybe there are some for free i didn't search but i know that a lot of computer technicians are selling http://www.carbonite.com
https://mozy.com/
http://www.idrive.com/
http://www.ibackup.com/
also you should have a local backup because a lot of online backup sites don't let to high speed download of data when you need the data back
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

after searching i found a few free can be there is more but this is what i found
http://www.skydrive.live.com has 25 gb (if you decide to use it see this link http://www.cloudstorageexplorer.com/)
http://www.adrive.com/ 50 gb
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

א גרויסען יישר כח משנה מקום! ווייסט דו אדער עניבאדי עלס איינער וואס נוצט למעשה איינער פון די בעקאפ סיסטעמס? כ'האב נישט דער צייט אדורכצוגיין אלע פון זיי צי זען וואס ס'פאסיג לצרכי, וועלכער איז רילייעבעל, שנעל, צום זאך, משנה מקום, מאשקע און האניג. א דאנק!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

האניג האט געשריבן:א גרויסען יישר כח משנה מקום! ווייסט דו אדער עניבאדי עלס איינער וואס נוצט למעשה איינער פון די בעקאפ סיסטעמס? כ'האב נישט דער צייט אדורכצוגיין אלע פון זיי צי זען וואס ס'פאסיג לצרכי, וועלכער איז רילייעבעל, שנעל, צום זאך, משנה מקום, מאשקע און האניג. א דאנק!

depends on your needs how much storage do you need ? how secure does it need to be will it be your only backup? how much are you willing to pay
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

איז אזוי: לאמיר זאגן אן ערך פון צוואנציג גיג, סעקיור? ווייס איך דען? אז מ'זאל עס נישט קענען גנב'ענען, גענוג סעקיור? צאלן, לאמיר זאגן אן ערך פון פינף דאללער פער חודש, מער ווייניגער. שכוח!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2010 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וויסן »

איך נוץ MOZY ס'קאסט בערך 4.95 א חודש, איך מיין אז ס'איז אנלימיטיד, זיי האבן נאך אפשענס פאר נאך א פאר דאלער אבער בעסיק איז דאס
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

האניג האט געשריבן:איז אזוי: לאמיר זאגן אן ערך פון צוואנציג גיג, סעקיור? ווייס איך דען? אז מ'זאל עס נישט קענען גנב'ענען, גענוג סעקיור? צאלן, לאמיר זאגן אן ערך פון פינף דאללער פער חודש, מער ווייניגער. שכוח!

פינף דאלער א חודש איז טייער. איך האב ביי CARBONITE פאר פופציג דאלער א יאר.
שרייב תגובה

צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”