בלאט 1 פון 5

תשעה קבין

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 8:01 am
דורך פויער
עס קומט אמאל אויס צו זיין אין א פלאץ ווי עס איז נישטא קיין מקוה וכדו'

מען קען נעמען א שאוער אין מאכן תשעה קבין, די זאך איז אבער אז עס האט הלכות וואס מען דארף וויסן

למשל ווי לאנג מען דארף שטיין אונטערן שאוער
עס דארף קענען אנקומען אויפן גאנצן גוף צוזאמען

ווער עס קען די הלכות זאל ביטע מסביר זיין פונקטליך וויזוי מען מאכט דאס

יישר כח למפרע

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 4:30 pm
דורך צווענגל
שכח פויערל פארן עפענען אן עקסטערן אשכול פארדעם

איך וואלט מיר אויך זייער געפרייעט צו וויסן וועגן תשעה קבין

די מעשה איז אבער וואס טוט מען שבת צופרי

מיין פלאן איז צו פרעגן מיין דיין אזוי וועל וויסן וועל איך ענק לאזן וויסן

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 4:34 pm
דורך שאץ מאץ
ס'איז קלאר דא א שיעור ווי לאנג ס'דארף נעמען צו בערך 10 15 מינוט, (יעדע שאויער איז אנדערשט)
לגבי שבת איז א פראבלעם היות מ'טאר נישט אנצינדן די ווארעמע וואסער, אסאך גיבן א עיצה צו לאזן אנגעצינדן דעם שאויער פון פאר שבת אז ס'זאל רינען בלויז טראפלעך ווייל דאן הייסט נישט אז מ'צינדט אן הייס וואסער צופרי ביים נעמען דעם שאויער,
אבער ס'מוז דורך גערעדט ווערן מיט א מורה הוראה, (חוץ אז דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט א אייז קאלטע שואויער)
.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 4:41 pm
דורך צווענגל
יעצט גערעדט צו א גרויסן דיין (אז דער עולם איז נייגעריג וועל איך זאגן א נאמען)

מיט א פשטות גענטפערט אז מ'שטייט אונטער א שויער צוויי דריי מינוט

האב איך אים געפרעגט אין דאס מיינט תשעה קבין?

האט ער גענטפערט! יא!

פרעג איך אים און וואס טוט זיך מיט שבת אינדערפרי האט ער גענטפערט נעמט מען א קאלטן שויער

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 4:44 pm
דורך צווענגל
שאצעל

יעצט באמערקט אז די האסט געשריבן (יעדע שאויער איז אנדערשט)

איך האב קלאר געפרעגט דעם דיין (יעצט העל איך שוין זאגן ווער) ר' געציל צו ס'דארף גייט שטארק אדער ווי שטארק האט ער געזאגט אז ניין נאר אזוי ווי א פלענע שויער ביי זיך אינדערהיים

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 5:13 pm
דורך צייטליך
יישר כח צווענגל.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 7:15 pm
דורך שמיי_דריי
איך האב אמאל געהערט פון איינעם איך ווייס נישט ווי קראנט עס איז איך וואלט מיך זייער געפרייט אויב איינער קען עס קאנפירמען צו מען קען זיך פארלאזן דערויף בשעת הדחק...

דאס איז אז מען גיסט זיך אפ די הענט 40 מאל..

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 8:30 pm
דורך ביקסאד
איך_הער האט שוין געשריבן דער וועגען אין דעם ארגינעלען געהענגעל.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 10:09 pm
דורך צום זאך
נישט קיין שלעכטע פארשלאג, איך שפיר אבער נישט באקוועם עס צו פרעגן ביי מיין דיין.. נו איינער קען ביטע פרעגן?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 10:25 pm
דורך צווענגל
בערל איך עגרי מיט דיר

ס'איז א גוטע פלאן ווען איך האב ווען אביסילע צייט (אה ווען איך האב צייט ווען איך האב ווען צייט וואלט איך שוין דא געווען א לאנגע צייט צרוק) וואלט איך קעיר גענומען פון דעם אבער צוהעלפן קען איך זיכער

פון ר' געצלען איז נישטא וואס זיך צו שעמען ווער ס'קען אים יעדער קען אים פרעגן סיי וועלעכע פראגע ער האט דאך אזונע משוגענע שאלות יעדן טאג

א צווייטן וואלט איך נישט אזוי גרינג געפרעגט

נאך אזאך ס'איז געווען אויפן טעלעפאן אן קיין נאמען (אבער ער האט זיכער געוואוסט ווער איך בין ביי אים ווער עס רעדט צו אים נאר איינמאל קען ער שוין אלעמאל זיין קול - דאס איז אמת ויציב איך מאך נישט קיין ווערטעל איך קען אן א שיעור מעשיות)


מ'זאל נאר א פיצקעלע פארשטיין וואספארא צידרייטע שאלות מ'פרעגט אים וועל איך ברענגן דא איין מעשה וואס איך האב עס געהערט פון א אינגערמאן וואס איז געווען דארטן ביי אים בשעת מעשה ס'איז געווען עשרת ימי תשובה און א פרוי קאלט אריין אז מ'האט בטעות געשלאגן א זכר כפרה פאר א נקיבה אדער פארקערט צו מ'האט יוצא געווען זאגט ער יא מ'האט יוצא געווען
נאך 5 מינוט קאלט זי נאכאמאל אז זי וויל וויסן צו מ'וועט אויך האבן א גוט געבענטשט יאר אדער מ'האט נאר סתם אזוי יוצא געווען האט ער זיך גענומען צו וואונטשן מיט א ברייט מויל כדרכו אז מ'וועט האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטש יאר

די שאלות איז ביי אים מעשים בכל יום אינדערהיים אין ביהמ''ד און ווי נישט

סא זאל איך מיר שעמען פון פרעגן א שאלה וואס איז מיר נוגע :?:

איך שלאג פאר אז יעדער ווער ס'האט א שאלה זאל אליינס פרעגן אזא מין דיין וואס מ'דארף זיך נישט שעמען און עס דא ארויפלייגן

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 11:09 pm
דורך צווענגל
לתועלת הענין וועל איך אראפברענגן פונקטליך די סדר וויאזוי מ'וואשט זיך די הענט 40 מאל (גענומען פון ספר קדושה וצניעות)

וז''ל

מקור תקון נט''י במקום טבילה הוא בספר שפת אמת שבסוף ספר אמת ליעקב דף קי''ז תקון ו' וז''ל קבלתי ממורי (האר''י) ז''ל מי ששמש מטתו או קרה לו מקרה אשר לא טהור, והוא חולה ולא יעצור כח לטבול,יעשה סדר רחיצת ידיו בסדר הזה וכו' ומעלין לו כאלו טבל,
ירחוץ ידיו ויכוין באותיות שם ע''ב כזה

יוד הי ויו הי

כל אות ואות על ב' ידיו, ותחלה יערה על יד ימין ואח''כ על יד שמאל,ובכל פעם שיערה מים הן על יד ימין והן על יד שמאל יכוין באות אחת משם ע''ב ויערה על כל יד בסירוגין עשרה פעמים כזה:

---------------------------- ימין ------------- שמאל

פעם א'---------------------- י ------------------ י

פעם ב'---------------------- ו ------------------ ו

פעם ג'---------------------- ד ----------------- ד

פעם ד'--------------------- ה ----------------- ה

פעם ה'--------------------- י ------------------ י

פעם ו'---------------------- ו ------------------ ו

פעם ז'--------------------- י ------------------ י

פעם ח'-------------------- ו------------------- ו

פעם ט'-------------------- ה ----------------- ה

פעם י'---------------------- י ----------------- י


ונמצא מערה על כל יד י' פעמים, ואח''כ יערה על יד ימין י' פעמים רצופים זה אחר זה, ויכוון גם כן הי' אותיות הנזכרים, אות אחד בכל פעם, י' פשוטה בפעם הא', ו' המלוי בפעם ב' כנ''ל, וכן שאר האותיות על זה הסדר,ואחר כך על זה הסדר היינו י' פעמים רצופים זה אחר זה על יד שמאל בכונה הנ''ל על כל פעם.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 8:58 am
דורך לאז געמאכט
ס'איז לכוארה ניט ריכטיג עס צו מאכן אפיציעל!

אסאאאך פראבלעמ'ן זענען שוין ארויסגעקומען פון נעמען יענעמ'ס תשובה.

בדידי הוה עובדא... איינער האט נאכגעזאגט וואס א דיין האט גע'פסק'נט, איך האב איבערגעפרעגט מיין דיין האט ער געזאגט אז איך זאל "נישט" אזוי טון, נאר ער האט מיר געגעבן א אנדערע עצה.

מען דארף געדענקן אז די תשובות זענען קאסטעם מעיד פארן שואל.

ס'דא אסאך מעשיות פון פריערדיגע אין היינטיגע וואס דיינים ענטפערן לויט'ן שואל.

אוואדי זאג איך נישט אז ס'איז קיינמאל נישט ריכטיג צו הערן וואס א דיין האט געזאגט פאר א צווייט'ן, למשל דא איז א גענעראל שאלה, אבער דאס מאכן אפיציעל?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 9:09 am
דורך bailout
און נאך מער איז נישט ריכטיג זיך צו שעמען צו פרעגן פון א דיין, איך מיין אז היינט איז שוין א שטיקל עולם התיקון אין די פרט, מען האט אויפגענומען דיינים גענוג און נאך איך ווייס אפי' פון איין דיין וואס מען קען אים טעקסטן אויב ער איז עוועילעבעל, זיי מאכן גארנישט פון זיך.

און אויב די ווילסט נישט פרעגן דיין עמטליכע דיין פרעג א דיין וואס קען דיך נישט, אדער הייב אויף א טעלעפאן קיין בית הוראה פרעג אים וועגן תשעה קבין.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 12:45 pm
דורך lebediger berel
דעם שבת האב איך געזען אין שו"ת שבט הלוי ח"א ווי ער ברענגט ארויף די פראגע אזוי ווי דו האסט געפרעגט ר' געצל'ען, און ער ענטפערט גראד אזוי ווי עם אז מען נעמט א שויער אפאר מינוט, ער זאגט נאר אז ס'מוז קומען מיט א שטראם אזוי ווי געווענליך נישט טיפין טיפין.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 5:11 pm
דורך צווענגל
וואס איך האב געטוען למעשה איז!!!!

איך האב געקויפט אין פארמעסי אזא פלעסטיק וואס מ'לייגט ארויפ אויף די פיס און ס'לאט נישט אדורך קיין וואסער (ס'איז דא פאר די הענט אויך)

און איך בין געגאנגען און עפעס א קליינע מקוה ווי איך דארף מיר נישט שעמען

והכל על מקומו יבא בשלום

נו וויאזוי פלעגט צי נאר זאגן, אז ממיינט עס אמתדיג העלפט דער אייבירשטער

לכוארה איז דאס אוודאי בעסער ווי תשעה קבין ניין? הגם ס'איז דא חציצה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 5:28 pm
דורך lebediger berel
פארוואס פרעגסטו נישט דעס אויך ר' געצל ?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 9:43 pm
דורך צווענגל
ס'איז שוין געווען צו שפעט איך בין שוין נישט אנגעקומען צו פרעגן

איך האף טאקע אי''ה אים בקרוב צו פרעגן און עס מעלדן פארן ציבור


ביי דע וועה
וויל איך נאר זאגן פארן עולם אז באמת בין איך גוטער שרייבער און גוטער בעל הסבר כאטשיג איך האב נישט אזאלעכע געפעפערטע און געקינצעלטע אויסדריקן מיט רמזים כדרכו פון קרעטשמע שרייבערס אבער מיינע תגובות (מ'קען מיינען וויפיל איך האב שוין) זענען קראנט און אמתדיג און עס איז עד הסוף (לויט וויפיל מיין צייט ערלויבט) און ווי יונג איך בין נאך טאקע האב איך אבער שוין ב''ה אסאך עקספיריענס און אסאך זאכן ס'דא וואס איך האב מיר געלערנט אויפן גוטן וועג און ס'דא וואס איך האב געלערנט אויף די "הארד וועה" און ס'דא וואס איך האב געהערט פון אנדערע וואס האבן געהאט די "הארד וועה" (בקיצור איך הער מיר אן זייער אסאך - איינע פון די פלעצער איז טאקע אונזער קרעטשמע)

איך בין טאקע א נייער (שרייבער) דא אבער איך זעה אז ס'איז דא געציילטע וואס כאפן יא די תוכן וואס ליגט אין מיר ווי למשל צייטליך האט פארשטאנען אז מיט א שכח קען מען מיר אפקויפן (עטץ קענטס זיין זיכער אז ווען נישט דעם איין ערנסטן סימפל שכח (ווילאנג דויערט עס שוין) וואלט איך נישט געשריבן אפילו נאך איין תגובה)

יא יא איך שעם מיך נישט פון קיינעם
ס'איז אזוי ביי יעדעם איינעם
יעדער וואס האט א מח
דארף אמאל א שכח
כאטשיג ס'איז אומאנגענעם
ס'איז זייער אומבאקוועם
לוינט זיך עס דאך
ווי איידער צו האלטן און זיך די שטאך
און דערנאך עס אויסגעבן נאך א יאר מיט א מיטוואך
און דעמאלטס וועט שוין זיין דערפון א גערוך

אבער טייערע ברודער
זיצט אייך אנידער
איך וועל אייך פארציילן
איך וועל אייך מיטיילן
אסאך וואס מ'ווייסט
און רמב''ם ס'שטייט
איך ווייס נישט פונקטליך וואו
אבער ס'איז נישט קיין נפק''מ סייווי
אז איינער האט ביי זיך גרייט
א גוט ווארט פארן חבר צו זאגן א געלגענהייט
נישט קיין נפק''מ די איינצעלהייט
נישט קיין נפק''מ פון וואס די זאך באשטייט
אלטערהייט און אינגערהייט
ווער נאר ס'פארשטייט
אויב ס'איז א זאך וואס דערפרייט
אפילו ס'איז נישט פון פריער צוגעגרייט
אויב האלט ער עס ביי זיך
און ער זאגט עס נישט פאר יענעם גיך
שארפע ווערטער טוט ער זאגן
נאכזאגן עס וועל איך מיר נישט יאגן
טייערע חברים דאס איז אלעמאל געזאגט געווארן
אפילו מ'גייט נאך געלט שנארן
צו ס'יאז ווען איינער טוט א שידוך טוען
אים געבן אביסל גאזאלין
איך וועל מיט משלים קיינמאל נישט ענדיגן
יעדער פארשטייט וואס איך מיין
כאטשיג ס'קומט אפשר נישט און דעם אשכול אריין
האף איך אז דער עולם וועט מיר מוחל זיין
ווייל יעצט האט מיר די גיסטע אנגעכאפט
און איך האב נישט געוואלט ס'זאל ווערן אוועקגעקלאפט

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 10:06 pm
דורך געלעגער
צווענגעל די ווייסט אז תשעה קבין האט צוויי באדייטן.....
דאס איז נאר געוועהן א הלצה,
באמת ביסטו גוט,
וואס די מיינסט מיטן אויסדריק אז דיינע תגובות זענען עד הסוף פארשטייען מיר נישט,
אבער די שרייבסט פיין און זאפטיג,

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 8:19 am
דורך שוועמל
צווענגל, יישר כח!

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 9:11 pm
דורך קרעמער
אין ספר ליקוטי כלים פון הרה"ח ר' שלמה גבריאל פליישמאן (בילדער אויף מס' כלים) שרייבט ער אויף א פלאץ בשם הרה"ג מ'דעברעצין זצ"ל אז אויב מען לאזט די שאוער רינען "10 מינוט" הייסט דאס תשעה קבין.

אפשר האבן די אמאליגע שאוערס ארויסגעגעבן ווייניגער וואסער ווי אונזערע?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 11:37 pm
דורך לחיים ולברכה
איך האב געפרעגט מיין רב, און ער האט מיר געזאגט 'אביסל ווייניגער ווי 3 מינוט', און ס'זאל רינען ווי א נארמאלע שאוער.

כ'האב אים געפרעגט מער פונקטליך איבער די הלכות, און ס'איז ארויסקומען כדלהלן:
א) ווען מ'פארט אין א האטעל למשל, איז א סווימינג פול אויסגעהאלטן לכתחילה, ס'איז דא אפילו א דעה אז ס'איז כשר פאר נשים. הגם מ'האט דאס נישט אנגענומען, ווייזט דאס אבער די מעלה דערפון.
ב) דאס אז א סווימינג פול איז גוט רעדט מען נאר פון די גרויסע פול וואס איז געבויעט, די טשעקוזי איז נישט גוט ווייל ס'איז א געהעריגע כלי.
ג) אויב נישט א סווימינג פול, איז א שאוער גוט כדלעיל.
ד) אויב ס'איז נישט שייך, צו ווייל מ'קען דאס נישט מאכן קאלט (אום שבת), אדער ווייל ער קען נישט סובל זיין קאלט, האב איך אים געפרעגט צו מ'דארף זיך מונע זיין פון די מצוה. האט ער געזאגט אז אויב מ'האט א חשש אז מ'וועט נכשל ווערן, איז זיכער נישט קיין שאלה אז מ'זאל זיך נישט מונע זיין, סוף כל סוף איז דאס בטלה טבילת עזרא. אויב מ'האט נישט מורא דערפון, איז אשרי חלקו ווער ס'קען זיך מונע זיין. און אפילו ווען ס'איז יא דא א ט' קבין, אויב ער וויל זיך מונע זיין און משלים זיין אן אנדערס מאל, אשרי חלקו.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 7:16 am
דורך lebediger berel
לחיים ולברכה האט געשריבן:אויב מ'האט נישט מורא דערפון, איז אשרי חלקו ווער ס'קען זיך מונע זיין. און אפילו ווען ס'איז יא דא א ט' קבין, אויב ער וויל זיך מונע זיין און משלים זיין אן אנדערס מאל, אשרי חלקו.

און יעדער זאל אליין פרעגן א שאלה אויב ער זאל אזוי טון, ווייל אין מנחת יצחק שטייט קלאר נישט אזוי, על כן דארף מען מסתמא פרעגען א רב

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 05, 2009 5:06 pm
דורך DotCom
קרעמער האט געשריבן:אין ספר ליקוטי כלים פון הרה"ח ר' שלמה גבריאל פליישמאן (בילדער אויף מס' כלים) שרייבט ער אויף א פלאץ בשם הרה"ג מ'דעברעצין זצ"ל אז אויב מען לאזט די שאוער רינען "10 מינוט" הייסט דאס תשעה קבין.

אפשר האבן די אמאליגע שאוערס ארויסגעגעבן ווייניגער וואסער ווי אונזערע?



אין מטה אפרים סימן תר"ו ביי הלכות עיו"כ קען מען בקיצור זעהן די הלכות פון הטלת ט' קבין.

און אויך שרייבט ער דארט אז די שיעור איז 24 דעמאלטסטיגע קוואר"ט וואס לויט זיין חשבון איז דאס 144 רביעית'ן פון קידוש, און אונז נעמיר דאך אן אז א רביעית איז 4 אונסעס קומט עס אויס 576 אונסעס, וואס דאס איז פונקט 4.5 גאללאן (4 א האלב גראבע באטלעך וואסער), און מיט א דורכשניטליכע שאוער ברויך עס נישט צו נעמען מער ווי 2-3 מינוט.

פאררעכטס מיר פליז אויב בין איך ראנג.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 30, 2009 11:27 am
דורך קרעמער
פרייטאג פרשת לך לערנען מיר אין משניות מקואות פ"ג אז לגבי תשעה קבין זענען זיך מצטרף וואסער פון 2 אדער 3 כלים אבער נישט 4, קען מען קלערן אויב א שאוער רעכנט זיך ווי מערערע כלים צוליב דעם וואס דאס וואסער קומט ארויס פון מערערע לעכער (ווי די משנה זאגט פריער לגבי א צרצור/שפריצער אז דאס רופט זיך מערערע כלים).

איך קלער אויב פון 2-3 לעכער דערפון קומען שוין ארויס תשעה קבין, דארף מיר נישט אנגיין אז עס האט נאך לעכער.

אבער אויב אזוי דארף מען שטיין אונטערן טוש א לענגערע וויילע, ווילאנג עס קומט ארויס תשעה קבין פון 3 לעכלעך.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 01, 2009 2:08 pm
דורך קוימען קערער
קרעמער, לענ"ד (דאס איז מיין סברה) מיין איך אז די כלי איז די פייפס און טענקס פון וואו די וואסער קומט, דער שאוערהעד איז נאר וויאזוי די וואסער קומט ארויס, ווייל אונז זעה מיר נישט אין ערגעץ נישט אז מען זאל מאכן א חילוק צווישן א וואסער טעפל, און א כלי מיט וואס מען באוואסערט די פירות, וואס האט אויך די זעלבע לעכער ווי א שאוערהעד.