תשעה קבין

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שרייב-פעדער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: תשעה קבין

תגובהדורך שרייב-פעדער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:58 pm

אפשר קען מען צושפארן די וואסער וואס גייט אריין אין די הייס וואסער טאנק, אזוי איז נישט קיין פראבלעם ס'זאל אריינקומען פרישע וואסער אום שבת.
אבער מ'דארף אויך לעזן די פראבלעם פון רחיצה בשבת, ממילא דארף מען לכאורה אויך אויסלעשן די בוילער.
בין איך גערעכט?
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: תשעה קבין

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:31 pm

ישראל פון אמאהל האט געשריבן:איז שייך אויסצולעשן דעם הייס וואסער טאנק פאר שבת, און עטליכע שעה שפעטער ווען ס'איז שוין פושרין איז שוין אפשר נישט קיין פראבלעם אז ס'קומט אריין קאלט וואסער אונעם טאנק. האט איינער עפעס ידיעה וועגן דעם?


א גוטע געדאנק, אפשר טאקע?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: תשעה קבין

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:32 pm

איינער קען ארויסגעבן די שיעור פון ט׳ קבין? וואספארא מין שיעורים זענען דאס דריי מינוט פינעף מינוט...?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

Re: תשעה קבין

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:42 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:איינער קען ארויסגעבן די שיעור פון ט׳ קבין? וואספארא מין שיעורים זענען דאס דריי מינוט פינעף מינוט...?

א שיעור קב איז 1.38 ליטער לויט הגר"ח נאה (9 קבים איז ארום 3.3 גאלאן) און לויטן חזון איש איז עס 2.39 ליטער (9 קבים איז ארום 5.7 גאלאן.)

די מינוט שיעורים נעמען אריין סיי די קולות און חומרות לגבי דער שיעור אליינס, ווי אויך לגבי דער מציאות וויפיל קומט ארויס אויפן מענטשן אין א מינוט פונעם שאוער (און עס איז כמובן כללות'דיגע שיעורים געזאגט פאר אן עוורידזש שאוער.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: תשעה קבין

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:48 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:איינער קען ארויסגעבן די שיעור פון ט׳ קבין? וואספארא מין שיעורים זענען דאס דריי מינוט פינעף מינוט...?

א שיעור קב איז 1.38 ליטער לויט הגר"ח נאה (9 קבים איז ארום 3.3 גאלאן) און לויטן חזון איש איז עס 2.39 ליטער (9 קבים איז ארום 5.7 גאלאן.)

די מינוט שיעורים נעמען אריין סיי די קולות און חומרות לגבי דער שיעור אליינס, ווי אויך לגבי דער מציאות וויפיל קומט ארויס אויפן מענטשן אין א מינוט פונעם שאוער (און עס איז כמובן כללות'דיגע שיעורים געזאגט פאר אן עוורידזש שאוער.)


א דאנק!

לפי זה איז עס נישט אזוי שווער, הגר״ח נאה קען מען נעמען צוויי ספרינג וואסער באטלעך פלאס א כלי וואס ענהאלט1.3 גאלאן, חזו״א איז שוין טריקי, ווייל עס דארף זיין א מאקסימום פון דריי כלים..

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

Re: תשעה קבין

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:52 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:סארי פאר די עמעראצעס, אבער וואו שטייט אז די וואסער פון די צווייטע כלי דארף קומען בשעת ווען עס קומט נאך די וואסער פון די ערשטע?

עס קומט במקורו פון דער משנה אין מקואות פ"ג מ"ד, אז ביז (ולא עד בכלל) פיר כלים איז זיך מצטרף אבער דער צווייטער מוז אנהויבן פאר דער ערשטער האט געענדיגט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

Re: תשעה קבין

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:55 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:א דאנק!

לפי זה איז עס נישט אזוי שווער, הגר״ח נאה קען מען נעמען צוויי ספרינג וואסער באטלעך פלאס א כלי וואס ענהאלט1.3 גאלאן, חזו״א איז שוין טריקי, ווייל עס דארף זיין א מאקסימום פון דריי כלים..

אבער דאס אנהויבן איין צוזאמען מיט דער צווייטער איז נישט גרינג פאר איין מענטש אליינס, סאו גייסט האבן איינער גיסן אויף דיר? (און אויב דארף עס גיין איבעראל וואס עס איז זיכער נישט שייך מיט א קליינע עפענונג פון א ספרינג וואסער באטל.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: תשעה קבין

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:07 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:א דאנק!

לפי זה איז עס נישט אזוי שווער, הגר״ח נאה קען מען נעמען צוויי ספרינג וואסער באטלעך פלאס א כלי וואס ענהאלט1.3 גאלאן, חזו״א איז שוין טריקי, ווייל עס דארף זיין א מאקסימום פון דריי כלים..

אבער דאס אנהויבן איין צוזאמען מיט דער צווייטער איז נישט גרינג פאר איין מענטש אליינס, סאו גייסט האבן איינער גיסן אויף דיר? (און אויב דארף עס גיין איבעראל וואס עס איז זיכער נישט שייך מיט א קליינע עפענונג פון א ספרינג וואסער באטל.)

עס דארף נישט אנהייבן צוזאמען, די צווייטע דארף אנהייבן פאר די ערשטע ענדיגט, ברוך השם ביידע הענט ארבייטן..

אוודאי בעסער אויב איינער גיסט, אבער אפי׳ נישט און עס קומט נישט אן איבעראל איז עס אויך עפעס, אזוי זעהט אויס פון די פוסקים לענין חציצה...
אבער לכאורה איז א שיסל טאקע בעסער לגבי אנקומען איבעראל.

איין זאך איז זיכער, עס איז כמעט נישט מעגליך צו שטיין אונטער א קאלטע שאוער פאר פינעף מינוט...

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: תשעה קבין

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג מארטש 29, 2020 3:57 pm

לכאורה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:למעשה האט איינער עפעס א געהעריגע עצה פאר שבת צופרי? דריי מינוט אונטער אן אייז קאלטן שויער איז גאר שווער, כמעט אוממעגליך.

מ'וואלט געקענט אנפילן א גרויסן שיסל וואסער און עס לוילעך מאכן דורך א כלי שלישי, צו דעם דארף מען אבער האבן א גרויסן אמפער (בערך ווי די ריזיגע, בלויע וואסער באטלעך), און א צווייטער דארף אנגיסן. ווייטער נישט פראקטיש.

קענסט אנפילן א וואנע מיט הייס וואסער פארן זמן, און עס נוצן שפעט פרייטיג-צונאכטס ווען עס וועט זיין פושרין.

דו האסט א כלי פון 5.7 גאלאן?
אנדערש דארפסטו האבן נאך מענטשן וואס זאלן גיסן אויף דיר, ווייל מען קען נוצן ביז 3 כלים, אבער מ'מוז אנהייבן גיסן פונעם צווייטן כלי בעפאר די ערשטע ענדיגט זיך, און אזוי ווייטער ביים דריטן.


איינער האט מיר געזאגט אז ער האט גענוצט א גארבידזש קען (וואס ער נוצט נישט געווענליך אזוי סאך, און ער האט עס אויסגעוואשן פאר שבת) און אנגעפילט פארן זמן מיט הייסע קאכעדיגע וואסער און צוגעדעקט מיט א גארבידזש בעג פון אויבן, און שפעט ביינאכט 1-2 איז עס נאך געווען קאכעדיג הייס אז ער האט געדארפט עס עפענען אביסל עס זאל זיך עטוואס אפקילן פאר ער נוצט עס.
יהי רצון ונשלמה פרים שפתינו און דעם קומענדיגן שבת זאל מען שוין האבן געהעריגע מקואות בעז"ה

שרייב-פעדער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: תשעה קבין

תגובהדורך שרייב-פעדער » זונטאג מארטש 29, 2020 5:22 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:למעשה האט איינער עפעס א געהעריגע עצה פאר שבת צופרי? דריי מינוט אונטער אן אייז קאלטן שויער איז גאר שווער, כמעט אוממעגליך.

מ'וואלט געקענט אנפילן א גרויסן שיסל וואסער און עס לוילעך מאכן דורך א כלי שלישי, צו דעם דארף מען אבער האבן א גרויסן אמפער (בערך ווי די ריזיגע, בלויע וואסער באטלעך), און א צווייטער דארף אנגיסן. ווייטער נישט פראקטיש.

קענסט אנפילן א וואנע מיט הייס וואסער פארן זמן, און עס נוצן שפעט פרייטיג-צונאכטס ווען עס וועט זיין פושרין.

דו האסט א כלי פון 5.7 גאלאן?
אנדערש דארפסטו האבן נאך מענטשן וואס זאלן גיסן אויף דיר, ווייל מען קען נוצן ביז 3 כלים, אבער מ'מוז אנהייבן גיסן פונעם צווייטן כלי בעפאר די ערשטע ענדיגט זיך, און אזוי ווייטער ביים דריטן.


איינער האט מיר געזאגט אז ער האט גענוצט א גארבידזש קען (וואס ער נוצט נישט געווענליך אזוי סאך, און ער האט עס אויסגעוואשן פאר שבת) און אנגעפילט פארן זמן מיט הייסע קאכעדיגע וואסער און צוגעדעקט מיט א גארבידזש בעג פון אויבן, און שפעט ביינאכט 1-2 איז עס נאך געווען קאכעדיג הייס אז ער האט געדארפט עס עפענען אביסל עס זאל זיך עטוואס אפקילן פאר ער נוצט עס.
יהי רצון ונשלמה פרים שפתינו און דעם קומענדיגן שבת זאל מען שוין האבן געהעריגע מקואות בעז"ה

און ווער איז געווען דער גבור וואס האט אויפגעהויבן דעם גארביזש קען און אים באגאסן?
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: תשעה קבין

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג מארטש 29, 2020 5:33 pm

שרייב-פעדער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:למעשה האט איינער עפעס א געהעריגע עצה פאר שבת צופרי? דריי מינוט אונטער אן אייז קאלטן שויער איז גאר שווער, כמעט אוממעגליך.

מ'וואלט געקענט אנפילן א גרויסן שיסל וואסער און עס לוילעך מאכן דורך א כלי שלישי, צו דעם דארף מען אבער האבן א גרויסן אמפער (בערך ווי די ריזיגע, בלויע וואסער באטלעך), און א צווייטער דארף אנגיסן. ווייטער נישט פראקטיש.

קענסט אנפילן א וואנע מיט הייס וואסער פארן זמן, און עס נוצן שפעט פרייטיג-צונאכטס ווען עס וועט זיין פושרין.

דו האסט א כלי פון 5.7 גאלאן?
אנדערש דארפסטו האבן נאך מענטשן וואס זאלן גיסן אויף דיר, ווייל מען קען נוצן ביז 3 כלים, אבער מ'מוז אנהייבן גיסן פונעם צווייטן כלי בעפאר די ערשטע ענדיגט זיך, און אזוי ווייטער ביים דריטן.


איינער האט מיר געזאגט אז ער האט גענוצט א גארבידזש קען (וואס ער נוצט נישט געווענליך אזוי סאך, און ער האט עס אויסגעוואשן פאר שבת) און אנגעפילט פארן זמן מיט הייסע קאכעדיגע וואסער און צוגעדעקט מיט א גארבידזש בעג פון אויבן, און שפעט ביינאכט 1-2 איז עס נאך געווען קאכעדיג הייס אז ער האט געדארפט עס עפענען אביסל עס זאל זיך עטוואס אפקילן פאר ער נוצט עס.
יהי רצון ונשלמה פרים שפתינו און דעם קומענדיגן שבת זאל מען שוין האבן געהעריגע מקואות בעז"ה

און ווער איז געווען דער גבור וואס האט אויפגעהויבן דעם גארביזש קען און אים באגאסן?


6 GAL איז נישט אזוי שווער, מען קען זיך אליין באגיסן, און מען קען אפילו בעטן איינעם עס צו העלפן אויפהייבן, יענער קען שטיין אינדרויסן פון די שאוער קוירטין און העלפן עס אונטערהייבן.

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: תשעה קבין

תגובהדורך !want to be good » פרייטאג מאי 01, 2020 11:25 am

מים חיים האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

שבת מוז זיין פריזינג וואסער ווייל אפילו א האר צו די זייט פון די ווארימע איז שוין א חשש בישול, ריכטיג? און אויב איינער קען מסביר זיין פארוואס מ'דארף האלטן די הענט צוזאמגעלייגט פארענט, פארוואס נישט נאטורליך אויף די זייטן?

אינער מיט א עצה?
איך ציטער שוין פאר קעלט
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: תשעה קבין

תגובהדורך !want to be good » פרייטאג מאי 01, 2020 11:25 am

גרשון האט געשריבן:למעשה האט איינער עפעס א געהעריגע עצה פאר שבת צופרי? דריי מינוט אונטער אן אייז קאלטן שויער איז גאר שווער, כמעט אוממעגליך.
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:13 am

Re: תשעה קבין

תגובהדורך באלזאם » פרייטאג מאי 01, 2020 11:55 am

!want to be good האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:למעשה האט איינער עפעס א געהעריגע עצה פאר שבת צופרי? דריי מינוט אונטער אן אייז קאלטן שויער איז גאר שווער, כמעט אוממעגליך.

כ'האב געטראכט א סאלאשען, ס'דא צו באקומען אזעלכע camping showers, מ'קען עס טרעפן אויף אמעזאן פאר נישט זייער טייער און ס'איז פאראן געוויסע וואס ארבעטן אן עלעקטריק נאר מיט א פוס פאמפ. איז אזא זאך כשר? מעג מען עס נוצן שבת? אויב איינער קען עס דורך טוהן וואלט געווען א מוראדיגע הילף. פריזינג וואסער איז אוממעגליך און א גרויסע כלי איז ווייטער זייער שווער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10374
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: תשעה קבין

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג מאי 01, 2020 2:08 pm

אויב כ'האב ריכטיג פארשטאנען האט מיין דיין האט געגעבן אן עצה, מען זאל פאר שבת אויסלעשן די בוילער און לאזן רינען די וואסער ביז עס ווערט גענוג אפגעקילט אז שבת בייטאג זאל עס שוין נישט זיין יד סולדות בו [104 דעגרי], און שוין.

דורכן וואך זאל מען עס אויספראבירן וויפיל וואסער עס דארף אריינקומען צו ווערן אויס יד סולדות אויפן נעקסטן טאג.

עמער שפעטער איבערהערן צו זיין זיכער אז דאס האט ער געזאגט.

פרא-חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

Re: תשעה קבין

תגובהדורך פרא-חסיד » פרייטאג מאי 01, 2020 2:20 pm

שמעתי שיש מקום לומר שהיום שכל קראן מחובר להמקור (אקוואדאקט), הרי שהמים אינם שאובין, וא"כ כשר וואנע לכתחילה. @דייקן

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

קורונה - תשעה קבין

תגובהדורך להודות ולהלל » מוצ"ש מאי 02, 2020 5:08 pm

לשעת חרום - בנושא טבילת בוקר או ערב שבת
היות ותקופה זו נחשבת כשעת חרום
ניתן להסתמך לכתחילה על תקנת חז"ל של תשעה קבין במקום טבילה.
איך לעשות תשעה קבין:
1. ט' קבין צריך להיות ברצף: ולכן יש לווסת את טמפרטורת המים לפני שמתחילים כי הזזת היד באמצע הקילוח בכדי לווסת את הטמפרטורה מאבד את הרצף.
2. יש להרטיב את כל הגוף לפני השפיכה וגם מתחת לכפות הרגלים.
3. יש לעמוד תחת שפופרת תלוי', ולעמוד תחת זרם מקסימלי כחמש דקות, עמידה זקופה כשהידים ישרות בצדדים או מונחות על ליבו לא באופן הדוק.
במידה ויש זרם חזק ניתן להסתפק ב 3-4 דקות.
יש לציין שבעת השפיכה אפי' כשהמים לא מגיעים לכל מקום הט' קבין עולה לכתחילה.

במידה שאין שום אפשרות להתקין אמצעי תלי' לשפופרת של המקלחת בכדי לעמוד תחתי' ניתן להחזיק את השפופרת ביד אחת שתים וחצי דקות ולאחר שתים וחצי דקות להחליף ליד השני'.

בשבת:
אי אפשר לפתוח ברז מים חמים מחשש איסור דאורייתא ולכן אין לעשות תשעה קבין. בשעת הדחק - בדיעבד -, בימי החורף אם המים חמים ע"י הבוילר, במידה שהמים הי' יד סולדת אחר כיבוי הבוילר ורוקן מהמים כחמש דקות (לפני שבת, אחר הכיבוי). בשבת בבוקר ניתן לפתוח ברז המים על הכי קר ואח"כ להזיז את הידית ע"י שינוי לאמצע למצב פושר. ובברזים נפרדים קודם הקר ואח"כ החם ובשינוי, וכן לסגור קודם את החם ואח"כ את הקר ושניהם בשינוי.
בימים שהמים חמים ע"י השמש ולא ע"י הבוילר, אז בשעת הדחק -בדיעבד- ניתן להשתמש כנ"ל בלי שרוקן מהמים לפני כניסת שבת חמש דקות.

(ניתן לבדוק שיעור מדויק של שיעור זמן ט' קבין ע"י לקיחת דלי המכיל בין 16 ל-17 ליטר דהיינו דלי המכיל כאחד עשר בקבוקי שתי' של ליטר וחצי. להעמיד את הדלי מתחת לזרם המקלחת ולבדוק בכמה זמן מתמלא הדלי. שיעור זה הינו השיעור המדויק, רצוי להוסיף עוד קצת זמן בכדי לוודא שאכן הי' כל השיעור).
צוגעלייגטע
קורונה - ט קבין במקום טבילה.pdf
(64.79 KiB) דאונלאודעד 34 מאל
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 2:01 pm

Re: תשעה קבין

תגובהדורך רבי מנשה » דינסטאג מאי 05, 2020 1:32 pm

מיין שויער קאפ (shower head) גיבט מיר די 9 קבין מיט זייער א שוואכע פאוער. עס האט מיר קיינמאהל נישט געבאדערט אבער יעצט קערוינע טיימ'ס וואלט איך געוואלט פרעגען די חברים דא אויב איינער האט אנ עצה דערצו.
אויב עס איז נוגע, איך וואוין אין אן אפפארטמענט בילדינג אין ברוקלין.
אגב אמאל אמאל ווען איך נוץ די שויער גאר גאר פריע פארטאג'ס האט די זעלבע שויער א שטארקע קראפט.

אמר רבי עקיבא. אשריכם ישראל. לפני מי אתם מטהרים.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: קורונה - תשעה קבין

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג מאי 05, 2020 5:35 pm

להודות ולהלל האט געשריבן:3. יש לעמוד תחת שפופרת תלוי', ולעמוד תחת זרם מקסימלי כחמש דקות, עמידה זקופה כשהידים ישרות בצדדים או מונחות על ליבו לא באופן הדוק.
במידה ויש זרם חזק ניתן להסתפק ב 3-4 דקות.
יש לציין שבעת השפיכה אפי' כשהמים לא מגיעים לכל מקום הט' קבין עולה לכתחילה.


ווי אויפן קאפ דארף די וואסער רינען? מער אויפן פראנט זייט ס'זאל אראפרינען אויפן פנים (און כמעט נישט אויפן גענאק) אדער קען מען שטיין אזוי אז רוב וואסער רינט אויפן גענאק?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
סטיטשינער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5355
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: תשעה קבין

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג יוני 14, 2020 10:00 pm

געפרעגט האב איך עס ערגעץ אנדערש אבער למעשה געהערט עס דא.
סטיטשינער האט געשריבן:געווען בין איך אויף שבת אין א פלאץ נאר מיט א פו''ל. שטייטצעך אז אויף טב''ע איז דאס כשר. אבער לכאורה אויף סתם תוספות טהרה איז דאס גארנישט ווערד. איז דא היתר פאר איינער וואס איז נישט מחיוב בטב''ע זיך צו טויבלען אין דעם?
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

Zeltzer
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: תשעה קבין

תגובהדורך Zeltzer » זונטאג יוני 14, 2020 11:00 pm

11111-page-001.jpg
11111-page-001.jpg (391.18 KiB) געזעהן 190 מאל


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט