וואס טייטש המלבין פני חבירו ברבים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

וואס טייטש המלבין פני חבירו ברבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

די גמרא אין מס' בבא מציעא דף נח:
כל המלבין פני חבירו ברבים כאילו שופך דם, אין די גמרא איז מסביר אז מ'זעהט טאקע אז ס'איז אזיל סומקא ואתי חוורא,
נאך זאגט דארט די גמרא אז יעדער וואס גייט אריין אין גיהנם קומט אמאל ארויס אויסער דריי מענטשען, אין איינע פין די דריי איז ווען איינער פארשעמט איינעם ברבים,
די הארבקייט דערפין איז אזוי שטארק אז מ'זעהט אין סוף מס' חגיגה דף כז.
אז אפילו אויף פושעי ישראל איז די גיהנם נישט שולט,
אבער אז איינער פארשעמט איינם ברבים איז ער נידריגער אין ערגער פין א פושעי ישראל,
פשוט ווען מ'טייטש אפ די ווארט מלבין פני חבירו ברבים איז, איינער שטייט אין קיפקע מיט זיינע חברים אין איינער גיט א זאג עפעס נישט צי די זאך, גיט זיך איינער א ריף אן, ראובן די ווייסט נישט ווא די רעדסט די מעשה איז געוועהן אזוי אין אזוי,אין בכלל איז שוין צייט די זאלסט אנפאנגען צי טראכטען וואס די רעדסט, אין ראובן ווערט רויט, אט אין די מינוט האט דער חבר מקיים געוועהן די המלבין פני חבירו אין ער האט מיטגענימען אלע ברכות וואס קימט מיט,
יעצט די משל וואס מיר האבען יעצט גערעדט איז אלעס ווען ראובן מיט שמעון זענען פשוט'ע חברים נישט אז ראובן איז עפעס שולדיג פאר שמעון,
קימט אבער די גמרא מס' סוטה דף י: אין דערציילט אינז די מעשה פין יהודה מיט תמר וואס דארט זעהן מיר קלאר אז לכאורה איז תמר גערעכט געוועהן אין ווען זי וויל וועהן וואלט זי געקענט געבען א צי ארויס די צוויי סימנים אין זיך ראטעווען פין א זיכערע טויט, דאך האט זי געזאגט פאר יהודה הכר נא, זאגט דארט די גמרא אז פין דעם זעהן מיר אז נוח לא לאדם שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין פני חבירו ברבים,

דאס מיינט אז אפילו למשל די שטייסט אין א קיפקע אין די טענה'סט דיך מיט דיין חבר צי ער איז דיר שולדיג געלט אין ער לייקענט עס, אין די האסט יעצט א געלעגענהייט אים צי שטעלען אויפן פלאץ איינמאל פאר אלעמאל, די גיבסט א שלעפ ארויס א צעטיל ווי ער האט דיר אינטערגעשריבן אז ער איז דיר טאקע יא שילדוג, אין אלע חברים קיקען אזוי צי וואסערע ליגענער דער ראובן איז, אין דער ראובן שטייטזיך ווערט רויט, ער האט נישט געגלייבט אז די שטר עקזעסטירט נאך,
דא האסטו דיך אריין געלייגט אינעם קאטעגאריע פין המלבין וגו'
אלעס ווייל די אקט איז געוועהן ברבים אין די האסט גורם געוועהן אז א איד איז רויט געווארען,
אין תוס' דארט אין סוטה ווארפט צי אז די סיבה פארוואס די עבירה איז נישט אויסגערעכענט אלס איינע פין די דריי עבירות וואס א איד דארף זיך מוסר נפש זיין דערויף אזוי ווי ע"ז ג"ע ש"ד
זאגט תוס' ווייל אזוי ווי די עבירה שטייט נישט קלאר אין די תורה ארויסגעשריבן איז עס נישט אויסגערעכענט, פחדימ'דיגע ווערטער,

יעצט לאמיר לערנען נאך א גמרא אין דאסמאל איז עס אין מס' סמהדרין דף צג. די גמרא פארציילט די מעשה פין חנני' מישאל ועזרי' אז די יודן זענען דעמאלטס דורך געפאלען אין זיך געביקט צום צלם, אין די גמרא דערציילט אז די אייבערשטער האט געוואלט חרוב מאכן די וועלט, איבער דרייען די וועלט צי בליט אבער ווען ער האט געזעהן חמ'וע האט ער זיך בארואוגט,
פרעגט נאכדעם די גמרא, ורבנן להיכן אזלו? ווי זענען זיי (חמ"וע) נאכדעם געגאנגען, אין ווי רשי איז מסביר אז אין די פסוקים ווערען זיי נישט דערמאנט מער, ברענגט די גמרא דארט דריי שיטות, איינס אז זענען געשטארבען פין עין הרע, די צווייטע אין דאס איז וואס מיר ווילען ציקעמען איז ברוק טבעו, טייטש רש"י אז פין די שפייען פין די גוים וואס זיי האבען באשפידען די אידן אז זיי האבען זיך געביקט צום צלם אפילו זיי האבען אזא גרויסע באשעפער פין דעם זענען זיי געשטארבען, איז די מהרש"א אויפן פלאץ מסביר מורא'דיגע ווערטער,
אז זיי זענען געשטארבען ווייל אידן האבען זיך פארשעמט יעדעס מאל זיי האבען געזעהן חנני' מישאל ועזרי האט זיי דער אייבערשטער אוועק גענימען פין די וועלט...

די ווערטער רייסן שטיקער...
חמ"וע האבען געראטעוועט די וועלט אזוי ווי פריער דערמאנט, זיי האבען זיך מוסר נפש געוועהן פארן אייבערשטען אין מקדיש שם שמים געוועהן מיט אלע מפרשים, אבער אז זיי האבען נאכדעם גורם געוועהן בישות פאר די אידן האט זיי דער אייבערשטער געמיזט אוועק נעמען.... מיר האט די מהרש"א צישאקעלט...
פין דא זעהט מען וואס מיינט מצער זיין א איד אפילו שלא במכוון, אין אפילו מ'טוהט א גיטע זאך אבער מצער זיין א איד איז די עונש מיתה....

עכ"פ מ'האלט יעצט אין די דריי וואכען אין מ'טרויערט אויפן חורבן בית המקדש אין מ'איז מתפלל אז מ'זאל שוין זעהן די בנין בית שלישי בתפארתו, דארף מען זיך פארנעמען אז מ'גייט קיין איד מער נישט מצער זיין,
ווי מ' זעהט אין מס' גיטין דף נה:
אקמצא ובר קמצא חרוב ירושלים, אין די גמרא דערציילט די מעשה, אין די מעשה ענדיגט זיך אז הואיל ויתבי רבנן ולא מחו ש"מ דניחא לי' אין ער איז געגאנגען מסר'ן אין די מהרש"א איז מסביר אויפן פלאץ אז אים האט געבאדערט די ביישו בדברים....
מ'האט אים פשוט פארשעמט....
אין דאס האט גורם געוועהן די חורבן.


ביז אהער איז וואס כ'האב געטראכט ביי מיר אזוי....

פלגי מים ירדו עינו....
אור זרע לצדיק, ולישרי........

קם רבי שמעון...... אוי ס'קיצעלט
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

וואס? געלעגער?.. פוילעצען?.. עצל?...

דרייט זיך דא צווישן אונז א גבור חי, א איד וואס איז דורכגעווייקט מיט רעיונות נשגבות און טיפזיניגע געדאנקען און ער שפריצט אין אונז אריין פונקען פייער..!!

פוילער געלעגער רופט ער זיך?..

ער רייסט פון אונז שטיקער! אוי.. ער איז דאך הייליג גערעכט!

ש'כח געלעגער.. קומט אפטער ארויס פון בעט מיט דיינע ערליכע רעיונות!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א דאנק פאר דיינע אויפריכטיגע דיבורים געלעגער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פייער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער »

יא מען דארף רעדן מער און די חדרים און ישיבות און יעדער טאטע ביי זיך אינדערהיים - אז יענער האט אויך בלוט...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח פאר די התעוררות.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

געלעגער, מורא'דיגע געדאנקען, יישר כחכם, עמער טאקע זיך נעמען טראכטן טיפער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער שיין הרב געלעגער, הנה ערשו ערש ברזל!

ולהראות חיבתי וויל איך מעורר זיין איין נוקדה כהערה בדבריך:
געלעגער האט געשריבן:אין תוס' דארט אין סוטה ווארפט צי אז די סיבה פארוואס די עבירה איז נישט אויסגערעכענט אלס איינע פין די דריי עבירות וואס א איד דארף זיך מוסר נפש זיין דערויף אזוי ווי ע"ז ג"ע ש"ד זאגט תוס' ווייל אזוי ווי די עבירה שטייט נישט קלאר אין די תורה ארויסגעשריבן איז עס נישט אויסגערעכענט.

איך האב דעם תוס' נישט געלערנט, אבער בפשטות פארשטיי איך נישט תוס' קשיא, ווייל 'מלבין זיין פני חבירו' זאגט דאך די גמ' אין ב"מ איז 'כאילו שופך דמים' אלס אזיל סומקא, איז דאך עס מאביזרייהו שפ"ד ממילא איז מען מחויב זיך מוסר נפש צו זיין?
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

הרב מילער שליט"א
ציטס נישט איבער דעם שטריקעל.. זייטס נישט קיין מגלה פנים בתורה שלא כהלכה..
עס איז שיין טאקע אז איר נעמטס זיך אזוי אן פאר יענעמס כבוד.. אבער עס איז נישט יהרג ואל יעבור..
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דוד משמש האט געשריבן:הרב מילער שליט"א
ציטס נישט איבער דעם שטריקעל.. זייטס נישט קיין מגלה פנים בתורה שלא כהלכה..
עס איז שיין טאקע אז איר נעמטס זיך אזוי אן פאר יענעמס כבוד.. אבער עס איז נישט יהרג ואל יעבור..


איך וועל אייך בל"נ נישט רופען צו די"ת פארן מיך אנרופען א 'מגלה פנים בתורה שלא כהלכה' אבער תשובה שאדט קיינמאל נישט, קוקט
דא באריכות א סיכום איבער ספרים הדנים בדברי התוס', בראש ווי דער רבינו יונה בספרו שערי תשובה זאגט קלאר אז די סיבה פארוואס חז"ל האבן געזאגט מוטב שיפיל עצמו וכו' איז מכח אבק רציחה.
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

געלעגער, דיינע ארטיקלן זענען איינס בעסער ווי די אנדערע, וזו עולה על כלנה.

דוד משמש האט געשריבן:הרב מילער שליט"א
ציטס נישט איבער דעם שטריקעל.. זייטס נישט קיין מגלה פנים בתורה שלא כהלכה..
עס איז שיין טאקע אז איר נעמטס זיך אזוי אן פאר יענעמס כבוד.. אבער עס איז נישט יהרג ואל יעבור..

משמש, דאכצעך אז מיללער האט דא אינערהאלב די קרעטשמע א בעסערע רעפוטאציע ווי די שענדליכע טיטל וואס דו האסט אים אנגעשמירט.
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

טיטאניק האט געשריבן:משמש, דאכצעך אז מיללער האט דא אינערהאלב די קרעטשמע א בעסערע רעפוטאציע ווי די שענדליכע טיטל וואס דו האסט אים אנגעשמירט.


ריכטיג- איך האב אים נאר מעורר געווען...
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

איבערגעפירט צו http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

איבערגעפירט צו viewtopic.php?f=5&t=15632
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”