בית המקדש השני

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

בית המקדש השני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בית המקדש השני


לכבוד יום כיפור ברענג איך דאס אראפ איז עס העלפט צו שטארק צו די הבנה אונעם עבודת היום,
די אותיות זענען מיוחס צום בילד פונעם אטעטשמענט


הר הבית ת''ק אמות על ת''ק אמות

א. חומת הר הבית: אלע חומות פון הר הבית זענען געווען גאהר הויך חוץ פון די מזרח חומה. ווייל אויף הר המשחה (הר הזיתים) וואס איז געווען אויף מזרח זייט פון ירושלים, האט די כהן פארברענט די פרה אדומה, און ער דארף קענען זעהן די טיר פון די היכל. דעריבער איז די וואנט געווען נידריגער פון אלע ווענט.
פון די חומה אויף אינערווייניג זענען געווען באלקאנס און א דאך העכער דעם, אונטער די באלקאנס זענען געווען 2 שורות פון בענק (איצטבאות) וואו מ'האט געקענט זיצן און זיך באשיצן פון היץ און רעגן. די משנה אין סוכה זאגט אז אויב די ערשטע טאג סוכות געפאלט אויס אויף שבת [פאר די תקנת בית דין] האט מען געברענגט די לולבים ערב שבת און עס געהאלטן אויף די בענק.
די בית המקדש איז געווען געבויט אויף הר הבית מעהר צו צפון זייט געצויגען די מערער לצד מערב.

ב. שערי חולדה: צוויי טויערן זענען געווען אין דער חומה אויף דרום זייט, מיט'ן נאמען "שערי חולדה", אויפ'ן נאמען פון "חולדה הנביאה". ווייל זי האט מפרסם געווען ביי די טויער'ן איהרע נביאות צום פאלק וואס האבן זיך געפונען ביי די שערים מערסטענס.

ג. שער שושן: דאס איז די נאמען פון די טויער אויף מזרח זייט. העכער דער טויער איז געווען א בילד פון שושן הבירה, לכבוד די מלכות וואס האט געגעבן רשות צו בויען די בית המקדש, וואס די אידן זענען געווען אונטער זייער מלוכה.

ד. לשכה סנהדרי קטנה: ווען מ'קומט אריין פון שער שושן איז באלד געווען אויף די רעכטע זייט, א געבויטע צימער פאר סנהדרי קטנה (וסימנך לב חכם לימין). די 23 סנהדרין זענען געזעצן מיט זייער פנים צו דרום זייט כדי אז די בעלי דינין זאל נישט שטיין מיט'ן רוקן צום היכל. די טיר איז געווען אויף דרום זייט.

ה. שער טדי: דאס איז די נאמען פון די טויער אויף צפון זייט. די טויער איז געווען אנדערש געמאכט ווי אלע טויער'ן. העכער דער טויער האט אויס געזעהן לסימן פאר א מענטש וואס איז טמא אז ער זאל גיין מיט דער ספעציעלע שער. (טדי: 1) דאס איז די נאמען פון דער וואס האט עס געבויט. 2) עס איז א לשון פון צניעות ווייל מ'האט כמעט נישט גענוצט דער שער. 3) א ד' מיט א ר' בייטן זיך. עס איז אזוי ווי עס שטייט "טרי". און בלשון יוני הייסט דער צורה "טְרַי" triangle)

ו. שער קיפונוס: דאס איז די נאמען פון די טויער אויף מערב זייט. ביי די טויער איז געווען א שיינע גארטן, איינגעפלאנצט לכבודו פונ'ם קודש הקדשים וואס איז געווען אויף דער זייט. (קיפונוס בלשון יוני הייסט א גארטן).

ז. סורג: א מחיצה הויך 10 טפחים געמאכט פון דינע העלצלעך. עס איז געווען א עפענונג אקעגן יעדער שער פון די עזרה. דאס איז געווען לסימן אז א גוי און א טמא מת מעגן נישט גיין פון דא און ווייטער.

ח. חיל: פון די חֵיל ביז'ן בית המקדש איז געווען א שטח פון 10 אמות. די ערשטע 4 אמות איז די ערד געגאנגען גלייך, און אויף די איבריגע 6 אמות איז געווען 12 טרעפן, (יעדע איינס א האלבע אמה) ארויף צו גיין צו די בית המקדש.

עזרת נשים קל"ה אמות על קל"ה אמות (וסימנך נשים דעתן קלה)

ט. שער עזרת נשים: פון דער שער און ווייטער טאהר נישט אריין קומען קיין טבול יום (מדרבנן). אבער קדושת העזרה האט די עזרת נשים נישט געהאט, מ'האט געמעגט דא זיצן, און עס איז מותר פאר א מחוסר כיפורים.

י. עזרת נשים: יו''ט סוכות ביי די שמחת בית השואבה האט מען דא געפייערט א גאנצע נאכט, און ת''ח האבן געווארפן פאקלען, די שמחה איז געווען זייער גרויס. מ'האט אנגעצינדן 4 מנורות פון 4 לאמפען אנגעפילט מיט שמן וואס עס האט באלאכטען גאנץ ירושלים. מ'האט דארט אויף געשטעלט א באלקען אז די ווייבער זאלן קענען מיטהאלטן פון אויבן די שמחה, דעריבער האט עס געהייסן עזרת נשים.

יא. לשכת הנזירים: דא איז געווען א טאפ וואו די נזיר האט געקאכט זיין קרבנות. מ'האט אים דא אפגעשוירן זיין האר, און עס פארברענט אין די פייער וואס איז געווען אונטער די טאפ.

יב. לשכת העצים: דא זענען געלעגן די העלצער פאר די מערכות. כהנים בעלי מומין וואס קענען נישט טאהן די עבודה, האבן בודק געווען די העלצער און אוועק גענומען די העלצער וואס זענען פארווערעמט, ווייל עס איז פסול פאר'ן מזבח. (לויט א דעה אין די גמרא אז יאשיהו המלך האט באהאלטן די ארון האט ער דאס באהאלטן אונטער די לשכה. די גמרא פארציילט אז איינמאל האט א כהן באמערקט אז איינע פון די שטיינער פון די ערד איז אנדערש פון די אנדערע, האט ער פארשטאנען אז דא איז די פלאטץ וואו עס ליגט די ארון, איז ער געגאנגען רופן כהנים, און איז באלד נפטר געווארן).

יג. לשכת המצורעים: דא איז געווען א מקוה וואו א מצורע האט זיך געטובל'ט די אכטע טאג פון זיין טהרה, ווען ער קומט אריין צו שטעקן די בהונות ביי שער נקנור פאר די מתן דם ושמן.

יד. לשכת בית שמניה: דא האט מען געהאלטן די וויין פאר די נסכים. און די שמן למנורה ולמנחות.

טו. לשכת סנהדרי קטנה: ווען מ'קומט אריין אין עזרת נשים איז באלד געווען אויף די רעכטע זייט, א געבויטע צימער פאר סנהדרי קטנה (וסימנך לב חכם לימין). די 23 סנהדרין זענען געזעצן מיט זייער פנים צו דרום זייט כדי די בעלי דינין זאל נישט שטיין מיט'ן רוקן צום היכל. די טיר איז געווען אויף דרום זייט. די משנה אין סנהדרין זאגט אז א זקן ממרא האט מען קודם געברענגט צו משפט'ן ביי די לשכה אויף הר הבית. און אויב זיי האבן נישט געוואוסט, האט מען אים געברענגט צו דער לשכה אין עזרת נשים. און אויב זיי ווייסן אויך נישט, ברענגט מען אים צו די סנהדרין הגדול אין לשכת הגזית.

טז. חמש עשרה מעלות: 15 רונדיגע טרעפ גייען ארויף פון די עזרת נשים צו די עזרה (כנגד די פופצען שיר המעלות וואס שטייען אין תהלים פון ק''כ – קל''ד), אויף די טרעפ האבן די לוים געזאגט שירה ביי די שמחת בית השואבה .

יז. לשכת כלי השיר: דא האבן די לוים געהאלטן אלע מיני כלי שיר, עס איז געווען אונטער די עזרת ישראל אפען צו די עזרת נשים.

עזרת ישראל קל"ה אמה על י"א אמה

יח. שער נקנור: אלע טירן פון די ביהמ''ק זענען געווען פון גאלד חוץ דער טויער וואס זיינע טירן זענען געווען פון קופער. מ'האט געלאזט די קופענער טירן, לזכר הנס וואס איז געשעהן מיט די טירן ווען נקנור האט זיי ארויף געברענגט פון אלכסנדרי' של מצרים, און עס האט מיט געשווימען מיט די שיף קיין א''י. עס איז דא וואס זאגן אז עס האט געשיינט פונקט ווי גאלד. אין ירושלמי שטייט, אז, אין די צייט'ן פון די יונים איז געווען א רשע מיט'ן נאמען נקנור ער האט גערעדט מיט שאנד אויף די אייבערשטער. און ווען די חשמונאים האבן באזיגט, האבן זיי אפגעהאקט זיין קאפ, זיין הענט און פיס, און אים אויפגעהאנגען ביי דער טויער.

יט. שני פשפשים: לעבן די גרויסע נקנור טויער, זענען געווען אויף די צוויי זייטן צוויי קליינע טירן, די קליינע טירן הייסן פשפשים.

כ. לשכת פנחס המלביש: דא האט מען געהאלטן די בגדי כהונה פאר די כהנים. די ערשטע ממונה אויף די מלבושים האט געהייסן פנחס, דעריבער האט מען דער צימער גערופען על שמו פנחס המלביש.

כא. לשכת עושי חביתין: דא האט מען אנגעגרייט די מנחת חביתין פאר'ן כהן גדול יעדן טאג. ביי דער צימער האבן זיך די צוויי שורות כהנים צוזאמען געטראפן יעדן אינדערפרי ווען זיי זענען ארום געגאנגען די עזרה.

כב. עזרת ישראל: אין די עזרה טאהר קיינער נישט זיצן, אפילו א כהן. עס איז נאר ערלויבט פאר א קעניג פון מלכות בית דוד. און אויך טאהר א טבול יום (מן התורה) און אפילו א מחוסר כיפורים דא נישט אריין קומען.

כג. ראשי פספסין המבדילין: צווישן די עזרת ישראל און די עזרת כהנים זענען געווען שטיקלעך וואס זענען ארויס געקומען פון די וואנט, צו קענען באמערקן וואו עס איז די עזרת כהנים. וואו א ישראל טאהר נישט אריין גיין שלא לצורך העבודה.

עזרת כהנים קל''ה אמה על י''א אמה

כד. עזרת כהנים: אין דער שטח טאהר א ישראל נישט אריין גיין שלא לצורך העבודה. מ'קען דערקענען וואו עס איז עזרת כהנים, ווייל א טרעפ הויך א אמה איז געווען ארויף צו גיין פון עזרת ישראל צו עזרת כהנים.

כה. דוכן: גלייך אין אנהייב פון די עזרת כהנים איז געווען די מקום הדוכן, דריי טעפ איז געווען (יעדע איינס הויך א האלבע אמה) וואו די לוים זענען אויף דעם געשטאנען און געזאגט שירה יעדן טאג בשעת די עבודה.

כו. אכסדרא: ארום די עזרה זענען געווען באלקאנס און א דאך העכער דעם, וואו די כהנים האבן זיך געקענט באשיצן פון היץ און רעגן. אונטער די אכסדרא פלעגט מען אויך האלטן פארשידענע כלים. יעדן טאג באלד אינדערפרי זענען די שורות הכהנים ארום געגאנגען די אכסדרא צו זעהן צו אלע כלים ליגן אויפ'ן פלאטץ.

כז. לשכת הגזית: האלב פון דער צימער איז געווען געבויט אינדרויסן פון די עזרה און א האלב אין די עזרה. ביי די האלב פון אינדרויסן זענען געזעצן די 71 סנהדרין הגדולה אויף שטילן, רונדיג ארום די צימער. און פאר זיי דריי רונדיגע שורות פון 23 תלמידים. ביי די האלב פון קודש פלעגט מען מאכן די פייס (גורל) יעדן טאג. און אויך האט מען דארט געליינט קריאת שמע און געדאווענט. עס האט געהאט איין טיר צו די עזרה און איין טיר צו די חיל. (גזית: איז מלשון שניידן 1) די סנהדרין צושניידן די דין אויפ'ן ריכטיג'ן וועג. 2) דער צימער האט געהאט ספעציעלע שיין געשניטענע שטיינער).

כח. לשכת פלהדרין - העץ: האלב פון דער צימער איז געווען געבויט אינדרויסן פון די עזרה און א האלב אין די עזרה. דאס איז א צימער פאר די כהן גדול וואו ער האט זיך געקענט אראפ לייגן. זיבן טעג פאר יום כיפור האט מען אים דארט צוגעגרייט פאר די עבודת יום הכיפורים.

כט. לשכת הגולה: דא איז געווען א בור פון וואסער וואס מ'האט געקענט טרינקען און נוצען פאר אלע צרכי המים פאר די ביהמ''ק. (גולה: 1) ווייל די אידן וואס זענען ארויף געקומען פון גלות בבל האבן געגראבן דארט די בור של מים. 2) ווייל גולה איז א לשון גלגול, עס איז געווען א שטריק וואס מ'האט מיט אים ארויף געשלעפט די וואסער פון דער בור.)

ל. לשכת המלח: דא האט מען געהאלטן די זאלץ וואס מ'האט געדארפט האבן פאר די בית המקדש.

לא. לשכת בית הפרוה: דא האט מען באזאלצן די הויט פון די קדשים. און אויפ'ן דאך פון דער לשכה איז געווען א מקוה פאר די כהן גדול ביום הכיפורים (דער מקוה איז געווען בקודש).

לב. לשכת המדיחין: דא האט מען אפגעשווענקט די קרביים פון די קדשים. פון דער לשכה איז געווען רונדיגע טרעפ ארויף צו גיין צו די מקוה העכער די בית הפרוה. (עס איז דא וואס זאגן אז דער לשכה איז געווען אין א מערה).

לג. שער המים: יום טוב סוכות ווען מ'האט געברענגט די וואסער פון מעין השילוח צו גיסן אויף די מזבח פאר די ניסוך המים, האט מען עס אריין געברענגט דורך דער טויער. אין דער טויער איז ארויס געגאנגען די וואסער וואס איז ארויס געקומען פון קודש הקדשים און איז אדורך די היכל, און באדינט אלס די אמת המים אין די עזרה, די וואסער איז געקומען פון די הויכע בארג וואס הייסט עין עיטם.

לד. לשכת בית אבטינס - ומקוה: העכער די שער המים מעהר צו מערב זייט איז געווען א צימער וואס האט געהייסן "בית אבטינס", דא האט מען צומאלן די קטורת און אפ געמאסטן און צוגעגרייט. משפחת אבטינס זענען געווען מומחים אין מאכן די קטורת דעריבער ווערט די צימער אנגערופען על שמם. אבער די משנה זאגט אויף זיי לגנאי אז זיי האבן נישט געוואלט אויס לערנען פאר אנדערע. - לעבן די לשכה אויף מזרח זייט איז געווען א מקוה וואו די כהן גדול האט זיך געטובל'ט זיין ערשטע טבילה ביום הכיפורים. די וואסער צו דער מקוה איז אנגעקומען דורך א קוואל וואס קומט פון עין עיטם. עין עיטם איז געווען 23 אמות העכער די הר הבית, שערי העזרה זענען געווען 20 אמות הויך און נאך 3 אמות פאר די שיעור המקוה, איז דאס פונקט אנגעקומען צו די הויכקייט פון די מקוה. לויט די טבע אז וואסער גייט נישט ארויף העכער פון וואו ער קומט.

לה. שער הבכורות: דורך דער שער האט מען אריין געברעגט קרבנות וואס זענען קדשים קלים. עס איז על צד הדרום צו ווייזן אז די קרבנות קען מען שחט'ן אפילו אויף דרום. (בכור איז קדשים קלים).

לו. שער הדלק: דורך דער שער האט מען אריין געברענגט די העלצער פאר די מערכות. (דלק מיינט אנצינדן).

לז. שער העליון: עס איז די העכסטע שער. (עליון מיינט הויך). עס ווערט נישט דערמאנט די סיבה פון דער שער.

לח. אחורי התאים לצד מערב: 11 אמה איז פון די כותל התאים בצד מערב ביז די חומה פון די עזרה.

לט. ב' שערים קטנים: אויף מערב זייט פון די בית המקדש זענען געווען נאך 2 קליינע טויערן צו די עזרה. אויך ביי דער שער ווערט נישט דערמאנט אין די משנה די נוצן פון דעם.

מ. שער הניצוץ - יכניה: ביי די שער האט מען געבויט פון אינדרויסן אן אכסדרא. אין די אכסדרא האבן געברענט קוילן, פאר די נוצן פון מזבח. העכער די אכסדרא איז געווען אן עלייה וואס שומרים היטן דארט א גאנצע נאכט. פון די שער איז יכניה מלך יהודה ארויס געגאנגען צו גלות. (ניצוץ: 1. ווייל א פינק פון פייער האט דארט שטענדיג געברענט. 2. ווייל די עליה פון אויבן איז געווען אפען און די זוהן האט שטארק געשטראלט אויף דעם).

מא. שער הקרבן: דורך דער שער האט מען אריין געברענגט קרבנות וואס זענען קדשי קדשים (שחיטתן בצפון). אין רא''ש שטייט אז דער שער איז געווען געבויט אויפ'ן פלאטץ וואו אברהם אבינו איז אריין געקומען צו הר המוריה מקריב צו זיין יצחק.

מב. שער הנשים: ביי דער שער זענען די נשים געשטאנען ווען זיי האבן געברענגט זייערע קרבנות.

מג. בית המוקד: מוקד מיינט א פייער, אין דער צימער איז געווען א גרויסע מדורה (פייער) וואו די כהנים האבן זיך אנגעווארעמט פון שטיין אזוי לאנג מיט זייער פיס אהן שיך אויף די קאלטע שטיינער אין די עזרה.
די בית המוקד האט געהאט העכער דעם א כיפה. האלב פון דער בית המוקד איז געווען געבויט אינדרויסן פון די עזרה און האלב אין די עזרה.
שטיקלעך האלץ האבן זיך ארויס געשטעקט פון די וואנט צו קענען באמערקן וואו איז קודש און וואו איז חול. ארום די צימער זענען געווען ארויס געבויט פון דער וואנט טרעפ (בעטן) וואו די זקני כהונה זענען געשלאפן. און אויף די ערד זענען געשלאפן די יונגע כהנים. אונטער איינער פון זיי אויף די ערד איז געווען א טבלא של שיש וואס מ'האט געקענט אויף הייבן (דורך א רינגל וואס איז דארט געווען), וואס אונטער דעם איז געווען א לאך וואס דארט איז געהאנגען די שליסלעך פון די עזרה, אויף א קייטל וואס איז געווען באהאפטן צום טבלא פון אונטן. דאס אלעס איז געווען בחציה של חול. דער צימער האט געהאט א טיר ארויס צו גיין צו די חֵיל און א טיר אריין צו גיין אין די עזרה. אין די טיר פון די עזרה איז געווען א קליינע טיר וואס הייסט "פשפש". דאס האט מען גענוצט גלייך אינדערפרי ווען מ'איז ארויס געגאנגען צו טאהן די תרומת הדשן. ווייל עס איז דעמאלטס נאך געווען פארטאג'ס, און די שערי העזרה האט מען ערשט אויף געמאכט אינדערפרי.
אין דעם גרויסע צימער זענען געווען 4 קליינע צימערן, די מערבית דרומית צימער האט געהייסן "לשכת הטלאים" דא איז געווען צוגעגרייט צום ווייניגסטען 6 טלאים פאר די קרבן התמיד. די דרומית מזרחית צימער האט געהייסן "לשכת עושי לחם הפנים" דא האט מען געבאקן די לחם הפנים. די מזרחית צפונית צימער האט געהייסן "לשכת החותמות" דער וואס האט געוואלט קויפן שמן וסולת וכדו' פאר א מנחה האט ביי דעם צימער באצאלט, און ער האט באקומען א געזיגלטע צעטיל אז ער האט באצאלט, און איז געגאנגען אפנעמן פון בית שמניה. (אין דער צימער האבן די בית חשמונאים באהאלטן די שטיינער פון די מזבח וואס די יונים האבן מטמא געווען פאר זייער ע''ז.) די צפונית מערבית צימער האט געהייסן "לשכת בית המוקד" דער צימער האט געהאט רונדיגע טרעפ אראפ צו גיין צו א אונטערשטע שטאק, לעכט האבן געברענט פון ביידע זייטן צו באלייכטן די וועג אראפ, אונטן איז געווען א מקוה וואו די כהנים פלעגן זיך טובלען יעדן אינדערפרי, אויך איז דארט געווען א פייער זיך אן צו ווארעמן ווען מ'קומט ארויס פון די מקוה. אויך איז דארט געווען א בית הכסא של כבוד.

מד. שמונה עמודין ננסין: ביי די בית המטבחיים צו צפון זייט זענען געווען אכט זוילן (שמונה עמודין ננסין). יעדע זויל האט געהאט א פיהר עקידיגע האלץ (רביעית של ארז). אויף די האלץ זענען געווען דריי העקעלעך איינס העכער דעם אנדערן (לויט די הויכקייט פון יעדע בהמה), אויף זיי האט מען געמאכט די הפשט וניתוח. (די העקעלעך זענען געווען אויף אלע דריי זייטן חוץ אויף מערב זייט כדי די כהן זאל נישט שטיין מיט זיין ריקן צו די היכל).

מה. שולחנות: פיהר אמות אוועק פון די עמודין צו דרום זייט זענען געווען אכט טישן געמאכט פון מארבל, (2 שורות פון 4 שולחנות) אויף זיי האט מען אפגעשווענקט די בני מעיים פון די בהמה. אויך האט מען גענוצט די שולחנות פאר די הפשט וניתוח, מ'האט עס גערוקט צו די ננסין. די טעם פון ניצן די שלחנות, איז, כדי די בהמה זאל נישט ליגן אויף די ערד.

מו. טבעות: פיהר אמות אוועק פון די שולחנות צו דרום זייט זענען געווען 24 טבעות (4 שורות פון 6 טבעות מצפון לדרום). דאס איז געווען געמאכט אריין צו לייגן די קאפ פון די בהמה בשעת'ן שחט'ען אז עס זאל זיך נישט אוועק ריקן. יעדע משמר (24 משמרות) האט געהאט זיין אייגענע רינגל.

מז. מזבח: אויפ'ן מזבח איז געווען דריי מערכות. ביי קרן דרומית מזרחית איז געווען די מערכה גדולה וואס מ'האט דארט מקטיר געווען די קרבנות און אויך די מנחות און די קמיצות וכדו'. ביי קרן דרומית מערבית איז געווען די מערכה שניה של קטורת וואס מ'האט פון דא גענומען גחלים פאר די קטורת. און נאכדעם איז געווען נאך איין מערכה לקיום האש אויפ'ן מזבח. אינמיט'ן איז געווען די תפוח וואס מ'האט געלייגט יעדן טאג די אַש פון די מערכה גדולה, און ווען עס האט זיך אנגעפילט אויף די תפוח האט מען עס ארויס געטראגן חוץ לירושלים. אויך איז געווען אויף די קרן מערבית דרומית צוויי בעקענ'ס וואס מ'האט גענוצט איינער פון זיי יעדן טאג צו מאכ'ן ניסוך היין בשעת די תמידין, און יו''ט סוכות האט מען אויך גענוצט די צווייטע פאר ניסוך
המים, אונטער די בעקענס זענען געווען לעכער וואס דורך זיי איז די וויין און וואסער אראפ גערינען אונטער די מזבח.

מח. כבש: ארויף אויפ'ן מזבח טאהר מען נישט גיין מיט קיין טרעפ ווייל עס איז נישט קיין צניעות אז די פיס זאלן זיך אויפדעקן, דעריבער האט מען געמאכט א כבש. אויף די כבש לצד מערב איז געווען א הויפן מיט זאלץ כדי צו באזאלצן אויפ'ן כבש די קרבנות פאר מ'גייט דאס מקריב זיין.

מט. טבלא של שיש: בקרן מערבית דרומית אויף די ערד לעבן די מזבח איז געווען א טבלא (אמה על אמה) וואס מ'האט געקענט אויף הייבן. פון דארט האט מען געקענט אראפ גיין צו רייניגן אונטער די מזבח די בלוט וואס האט אראפ גענידערט פון די לעכער אויף די יסוד, און אויך אויס צו רייניגן פון די נסכים.

נ. מחתה: אויף די ערד ביי די עק צווישן די כבש און די מזבח אויף מערב זייט, איז געלעגן די מחתה של כסף וואס מ'האט מיט דעם געמאכט די תרומת הדשן יעדן אינדערפרי.

נא. ב' שולחנות: לעבן די מזבח זענען געווען צוויי שולחנות. איינס איז געווען פון מארבל, אויף דער טיש האט מען ארויף געלייגט די חלבים וואס זענען געווען גרייט מקריב צו זיין אויפ'ן מזבח, (וואס האבן נישט געהאט קיין פלאטץ אויפ'ן מזבח). די צווייטע טיש איז געווען פון זילבער, אויף דער טיש האט מען געלייגט די 93 כלים, וואס מ'האט ארויס געברענגט יעדן טאג פון די לשכת הכלים. אויף די טישן זענען געשטאנען צוויי כהנים מיט די חצוצרות אין זייער הענט בשעת ניסוך היין צו מאכן גרייט די לוים לשירה.

נב. כיור: עס איז געווען בין האולם ולמזבח מעהר צו דרום זייט. דא האבן זיך די כהנים געוואשן זייערע הענט און פיס פאר'ן טאהן די עבודה. אין די צייטן פון בית שני איז געווען א כהן גדול מיט'ן נאמען בן קטין, ער האט געמאכט 12 קראנען (פריער איז געווען 2). אויך האט ער געמאכט א מוכני (א רעדל) וואס מ'האט מיט דעם ארויס געשלעפט יעדן אינדערפרי די כיור פון א בור מיט וואסער, און צוריק אריין געלייגט יעדן פארנאכט. כדי די וואסער זאל נישט פסול ווערן בלינה.

נג. י''ב מעלות של האולם: אויף די טרעפ זענען די כהנים געשטאנען יעדן טאג צו בענטשען די אידן (נשיאות כפים).
די טיפקייט פון יעדע טרעפ איז געווען אן אמה חוץ פון יעדן דריטע טרעפ וואס איז געווען 3 אמה, און די העכסטע טרעפ איז געווען 4 אמה. קומט אויס אז די טיפקייט פון די טרעפן זענען געווען אויף א שטח פון 22 אמה.

נד. כותל האולם: פון דער מזבח ביז דער וואנט פון דער אולם איז געווען א שיעור פון 22 אמה.

נה. פתח האולם: אלע טויערן זענען געווען ברייט 10 און הויך 20 אמה, חוץ פון די פתח האולם וואס איז געווען דאפעלט ברייט 20 און הויך 40 אמה. (פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם).
פינף שיינע באצירטע באלקאנס זענען געווען העכער דער טויער (חמש מלתראות).

נו. האולם: די בית המקדש הייסט אריאל. ער זעהט אויס אזוי ווי א לייב, וואס ווען ער ליגט איז ער ברייטער פון פארענט ווי פון אונטן. אזוי אויך איז די כותל האולם געווען ברייטער פון די היכל. די לענג פון די אולם מצפון לדרום איז געווען 70 אמה און די ברייט ממזרח למערב איז געווען 11 אמה.

נז. שולחן של שיש: אויף די רעכטע זייט ווען מ'איז אריין געקומען צו דער אולם איז געווען א טיש פון מארבל וואס מ'האט ארויף געלייגט די לחם הפנים איידער מ'טראגט עס אריין אין היכל.

נח. שולחן של זהב: אויף די לינקע זייט פון דער אולם איז געווען א טיש פון גאלד. ווען מ'נעמט ארויס די לחם הפנים פון היכל האלט מען עס דא ביז נאכ'ן מקטיר זיין די בזיכי לבונה. (ווען מ'קומט ארויס פון היכל איז די שלחן של זהב אויפ'ן רעכטע זייט פון די כהן). דער טעם פארוואס דער טיש איז פון גאלד ווייל מעלין בקודש ואין מורידין.

נט. בית החליפות: פון די אולם זענען געווען צוויי טירן ביי די צוויי זייטן (צפון ודרום) אריין צו גיין צו 2 צימערן. אין די צימערן האט מען געהאלטן די מעסערס. יעדע צימער האט געהאט 12 שאפעס אלעס צוזאמען 24 שאפעס, יעדע משמר האט געהאט זיין שאפע. יעדע לשכה איז געווען מצפון לדרום 15 אמה, און ממזרח למערב 11 אמה אזוי ווי דער אולם. (מעסער בלשון ערבי הייסט חליף).

ס. פתח לשכת בית החליפות: די לשכת הצפון פון בית החליפות האט געהאט א עפענונג צו די עזרה בקרן צפונית מערבית. און אזוי אויך די לשכת הדרום פון בית החליפות האט געהאט א עפענונג בקרן מערבית דרומית. דער טעם פון די פתחים איז כדי מ'זאל קענען שחט'ען קדשים קלים ביי די זייטן פון דער היכל און עס זאל נאך אלטס הייסן פתח אוהל מועד, ווייל די אולם הייסט שוין פתח אהל מועד.

סא. פתחו של היכל: עס איז געווען 2 פאהר טיר'ן. די ערשטע פאהר טיר'ן זענען געווען אין אנהייב פון די דיקקייט פון כותל ההיכל. און די צווייטע פאהר טיר'ן זענען געווען ביים סוף פון די דיקקייט פון כותל ההיכל. (ביידע פאהר טיר'ן האבן זיך געעפענט אויף אריין). העכער די טיר'ן האבן אראפ געהאנגען גאלדענע טרויבן פאר שיינקייט. אויך א מנורה פון גאלד האט געהאנגען העכער די טיר וואס הילני המלכה האט געמאכט, ווען די זוהן האט געשיינט אויף דעם האט עס באלאכטן, אזוי האט מען געוואוסט ווען עס איז די נץ החמה די צייט צו ליינען קריאת שמע. (די פתח איז געווען די שיעור ווי אלע טירן הויך 20 און ברייט 10).

סב. שני פשפשין: אויף די צוויי זייטן פון דער פתח של היכל זענען געווען 2 קליינע טירן, דורך די פשפש פון צפון זייט איז מען אריין געגאנגען יעדן אינדערפרי דורך די תא אריין צו די היכל, און פון אינעווייניג האט מען אויף געמאכט די טיר'ן פון היכל. צוויי שליסלעך האט מען גענוצט אויף צו מאכן דעם פשפש איינס וואס מ'האט דורכ'ן וואנט זיך אראפ געבויגן און אריין געשטעקט די הענט אויף צו מאכן פון אינערווייניג די שלאס (אמת השחי). און דער אנדערע וואס מ'מאכט אויף גלייך ווי א נארמאלע שלאס (פותח כיון). - די פשפש אויף דרום זייט האט מען קיינמאהל נישט גענוצט אויף דער שער זאגט דער נביא אז עס ווערט קיינמאהל נישט אויף געמאכט דורך א מענטש, ווייל די אייבערשטער כביכול קומט אריין פון דער שער.

סג. תאים: ארום די היכל און קודש הקדשים זענען געווען דריי שטאקן מיט תאים. אויף צפון זייט האט יעדע שטאק געהאט 5 צימערן, די זעלבע איז געווען אויף דרום זייט. אויף מערב זייט האבן די ערשטע צוויי שטאק געהאט 3 און די דריטע 2 אלעס צוזאמען זענען געווען 38 צימערן. פון יעדע תא האט מען געקענט גיין צו די תא וואס איז לעבן אים און וואס איז העכער אים, קומט אויס אז יעדע תא האט געהאט דריי טירן, חוץ די ערשטע תא אויף צפונית מזרחית וואס האט געהאט 5 טירן ווייל מ'האט געקענט פון דארט אריין גיין צו די היכל און אויך צו די מסיבה. עס זענען דא וואס זאגן אז די לשכת הכלים און די לשכת הפרוכת זענען געווען פון דער תאים.

סד. לול: א לאך איז געווען אין איינע פון די תאים אויף מערב זייט. די טעם פון דער לאך, איז, כדי מ'זאל קענען אויף מערב זיין שחט'ען קדשים קלים בשעת הדחק, אז עס זאל הייסן פתח אהל מועד.

סה. מסיבה: צפון זייט פון די תאים איז געווען די מסיבה, א שיפע וועג פון מזרח צו מערב, ברייט 3 אמות ארויף צו גיין צום דאך פון די תאים. וואס פון דארט האט מען ווייטער געקענט אנקומען צו די עליה פון בית המקדש. צו די מסיבה האט מען געקענט אנקומען נאר דורך די תא פון צפון מזרח.

סו. בית הורדת המים: נאך די דרום וואנט פון די תאים, איז געווען א ריווח פון 3 אמות מצפון לדרום דורך די גאנצע לענג פון מערב למזרח. עס איז געווען א פלאטץ וואו עס איז אראפ גערינען די וואסער פון די דאך פון די היכל און די תאים. די דעכער זענען געגאנגען אביסל שיף צו דער פלאטץ, אז די וואסער זאל אראפ רינען.

סז. היכל: אין די היכל איז געווען די שלחן, מנורה, און מזבח הזהב. שיעור ההיכל פון אינעווייניג איז געווען: די לענג ממזרח למערב 40 אמה, און די ברייט מצפון לדרום 20 אמה. און די הויך 40 אמה. (פון דרויסן איז די בנין געווען הויך 100 אמה.)

סח. טבלא של שיש: אויף די רעכטע זייט ווען מ'קומט אריין אין די היכל, איז געווען אויף די ערד א טבלא וואס מ'האט געקענט אויף הייבן, פון דארט האט מען גענומען זאמד פאר די מי המרים פון א סוטה.

סט. שלחן: די שלחן איז געשטאנען אויף צפון זייט אין היכל (אזוי ווי עס שטייט אין די תורה ביי די אהל מועד). אויף די שלחן האט מען אנגעגרייט יעדע שבת די לחם הפנים. ארום די שלחן של משה איז געווען נאך 10 שלחנות, 5 אויף צפון זייט און 5 אויף דרום זייט. אבער די לחם הפנים האט מען נאר געלייגט על שלחן של משה.

ע. מנורה הטהורה: די מנורה איז געשטאנען אויף דרום זייט אין די היכל (אזוי ווי עס שטייט אין די תורה ביי די אהל מועד). פאר די מנורה זענען געווען דריי טרעפן וואס אויף זיי איז די כהן געשטאנען צו צינדן און רייניגן די מנורה. יעדן פארנאכט האט די כהן אנגעצינדן די מנורה. יעדן אינדערפרי האט מען גערייניגט די נרות און אנגעצינדן די נר מערבי. און פון די נר מערבי האט מען פארנאכט אנגעצינדן אלע נרות. אין די צייטן פון שמעון הצדיק האט מען נישט געדארפט אנצינדן די נר מערבי אינדערפרי, ווייל בדרך נס איז דאס געבליבן ברענען ביז פארנאכט. ארום די מנורה של משה איז געווען נאך 10 מנורות, 5 אויף צפון זייט און 5 אויף דרום זייט. אבער מ'האט נאר אנגעצינדן אויף די מנורה של משה.

עא. מזבח הזהב: די מזבח איז געשטאנען פונקט אינמיטן צווישן די שלחן און די מנורה ארויס געשלעפט צו מזרח זייט. אויף די מזבח האט מען מקטיר געווען די קטורת 2 מאהל יעדן טאג, 1 מאהל אינדערפרי און 1 מאהל פארנאכט. די שלחן, מנורה, און מזבח, זענען געשטאנען אין די צווייטע האלב פון די היכל (מחצי ההיכל ולפנים).

עב. ב' כני הזהב: אויף די צוויי גאלדענע האלטערס האט די כהן גדול געלייגט יום כיפור די שיסלעך פון די דם הפר און די דם השעיר ווען ער איז ארויס געקומען פון קודש הקדשים.

עג. אמה טרקסין: אין בית המקדש השני האט מען נישט געקענט מאכן אזא הויכע וואנט וואס זאל זיין א אמה האט מען דעריבער געמאכט 2 פרוכת'ן, די פרוכת פון אינדרויסן איז געווען אפען לצד הדרום. און די פרוכת פון אינערווייניג איז געווען אפען לצד ההצפון. און צווישן זיי איז די כהן גדול אריין געגאנגען יום כיפור. (אין ביהמ''ק הראשון איז געווען א וואנט און פאר דעם א פרוכת.)

עד. קודש הקדשים: די לענג און די ברייט זענען געווען די זעלבע, ביידע 20 אמה, און הויך 40 אמה.

עה. ארון – אבן השתיה: אין בית ראשון איז געווען די ארון שעשה משה. אבער ביי די בית שני וואס די ארון איז שוין נישט געווען, איז נאר געווען אין דער פלאטץ א שטיין, וואס האט געהייסן די אבן השתיה. (לויט איין דעה האט יאשיהו המלך באהאלטן די ארון אין א אונטער ערדישע פלאטץ וואו שלמה המלך האט שוין צוגעגרייט ביים בויען די ביהמ''ק. ווייל ער האט געזעהן אז די בית המקדש וועט חרוב ווערן און ער האט נישט געוואלט אז עס זאל גיין אין די גויעשע הענט. אבער לויט אן אנדערע דעה איז די ארון יא גענומען געווארן צו בבל).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
בילד
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שכויח גדול ,

איך לייג איבער די בילדער אלס א זשעיפיג
ווייל מען זעהט זיי נישט געהעריג
אטעטשמענטס
2222.jpg
3333.jpg
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף לכבוד יום כיפור
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

זייער א גוטע ארבעט:
כ'האב שוין זייער לאנג געזוכט אזא זאך.

ווי איך פארשטיי האט איר דאס גענומען פון "עוז והדר" גמרא, און דארט איז דא א גרייז וואס ברענגט מיר ארויף די בלוט אין קאפ יעדעס מאל וואס כ'זעה עס.

אות ע"ג שרייבט ער אז אין בית שני איז געווען אן "אמה טרקסין", און ער מאכט אן ערוי צווישן די צוויי פרוכת'ער.

דאס איז א טעות מוחלט!
אין בית ראשון איז געווען א וואנט דיק אן אמה, וואס דאס האט געהייסן "אמה טרקסין" (טרק מיינט א וואנט, אזוי ווי די לשון טריקי גלי).
און בית שני האט נישט געקענט זיין קיין "אמה טרקסין" ווייל די וואנט איז געווען זייער הויך, האט מען געמאכט צוויי פרוכת'ן.

דאס איז א בפירוש'ע גמרא יומא נב:
במאי עסקינן, אילימא "במקדש ראשון", מי הוו פרוכת? פרש"י: מי הוו פרוכת. אמה טרקסין הוה:
ס'דא נאך ערגעץ אין מסכת יומא וואס די גמרא אליינס זאגט די גאנצע לשון אז אן אמה טרקסין איז געווען נאר אין בית ראשון וואס כ'קען נישט טרעפן יעצט אויפן מינוט.

כ'קען באשטיין אז עוז והדר זאל דאס מתקן זיין.
חזקי ג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:40 pm

Re: בית המקדש השני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי ג »

זיידעניו האט געשריבן:ג. שער שושן: דאס איז די נאמען פון די טויער אויף מזרח זייט. העכער דער טויער איז געווען א בילד פון שושן הבירה, לכבוד די מלכות וואס האט געגעבן רשות צו בויען די בית המקדש, וואס די אידן זענען געווען אונטער זייער מלוכה.
זייער שיין
זעט אויס א געוואלדיגע השקעה

אין דער ספר שטייט בשם חז"ל אז עס איז אויך געווען א לשכה וואס האט געהייסן "שושן הבירה"
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”