למעלה משבעים האט געשריבן:קאווליר האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:פעשען האט געשריבן:
קיינמאל געהערט אזא זאך. אז זיי זאלן אפבייסן דעם פיטם הושענא רבה אויף דעם איז דא מקורות.
טאקע אויף דעם זאגט די מנחת אלעזר אז ס'איז נישט דא קיין מקור
ריכטיג אזוי שטייט אין דרכי חיים ושלום (שכ"ה בשו"ת מנחת אלעזר כת"י, השאלה הוא למה למעשה לא נדפס זה בשו"ת),
עטליכע חלקים (כ'מיין אז דריי) זענען נישט געדריקט געווארן און ס'פארלוירן געווארן ביי די מלחמה. חלק ה' פון שו"ת מנחת אלעזר איז א ליקוט פון תשובות וואס מ'האט צאמגעקליבן,אבער די איבריגע איז נישטא.
למעלה משבעים האט געשריבן: אבער אין פאקט איז יא דא מקורות דערפאר, יתכן ער האט נישט געהאט די ספרים.
אז ס'דא מקורות ברענג.
ווען די מנח"א שרייבט אז ס'האט נישט קיין מקור מיינט עס אז ס'ווערט נישט געברענגט אין בבלי ירושלמי, מדרש, ספרא, ספרי תוספתא, זוהר, רמב"ם, טור ושו"ע כתבי אר"י.