הלכות מוזיק, נגינה ושירה, בזמה"ז אחר החורבן

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

הלכות מוזיק, נגינה ושירה, בזמה"ז אחר החורבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

שטייענדיג אפגערוקט אינגאנצן צוויי דריי טאג פונעם יום המר והנמהר, יום שריפת בית אלוקינו שיבנה בב"א, איז דאך נישט מער ווי פאסיג אויסצושמועסן די וויכטיגע הלכה פון הלכות כלי זמר ומוזיק בזמן הגלות.

בליקנדיק (!) זונטאג אין שולחן ערוך הלכות תשעה באב, איז מיר אוסגעקומען אביסל ארומצוקוקן דארט אין נושאי כלים איבער דעם ענין פון די תקנת חז"ל אז מיום שחרב בית המקדש האט מען מתקן געווען, אלס זכר לחורבן, א שטיקל איסור וגדר אויף הערן מוזיק אדער סתם זינגען מיטן מויל.

איך בין אביסל פויל מעתיק צו זיין די הלכות דארט. דאס פוילקייט איז מיר אויף אזוי ווייט אז איך גיי ניטאמאל אריין אין אוצר נאכזוכן דעם פונקליכן סימן אין שו"ע, אבער דאכט זיך אז ס'איז אין סי' תקנ"ד אדער ה'.

איך ווי אלע גלות אידן פארמאג אויך אין שטוב די אלע סארט קאסעטן ודעימי'. צי ס'איז אויסגעהאלטן צי נישט ווייס איך נישט, איך האב קיינמאל נישט געטוהן דערין. כ'גלויב אז פון צווישן די חשובע מעמבער דא, הפקיעים שמם בתורה ובהלכה, וועלן זיך זיכער אפגעפונען עטליכע וועלכע וועלן אונז קענען מהנה זיין מאוצרתם הטוב בבירור הילכתא דא.

בפשטות דארט אין שולחן ערוך קוקט דאס אויס זייער הארב. פאקטיש אבער זע איך אז אידן זענען זיך עפעס מקיל דערין, ופוק חזי מה עמא דבר, דעריבער ברענג איך דאס ארויף אלס כתלמיד היושב ולומד. איך וויל הערן וואס די לומדים ווייסן וועגן די הלכות און וואס די התירים זענען.

אויך האב איך פארשטאנען דארט אין שולחן ערוך אז אפילו סתם שירה איז אויך אסור. אינטערסאנט איז, אז זינגען אויף 'פסוקים' קוקט אויס הארבער ווי סתם זינגען א ניגון אן ווערטער. עיי"ש.

איך בין גרייט צו הערן, לערנען און מקבל זיין פון אייך. איך קען נאך פארעכנט ווערן אלס א תלמיד פון די לומדי הקרעטשמע...

(אפשר קומט דער אשכול אין היכל הנגינה?...)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכ,
פון וואס איך געדענק נאך פון מיין יוגענט, ווען דער נושא איז שטארק ארויפגעקומען על הפרק ווען עס האט זיך אנגעפאנגען צי פארמערען דאס הערען מוזיק,
קודם איז עס געווען די 78RPM רעקארדס, דערנאך 33 1/3 און אזוי ווייטער ביז היינט אוף DVD מיט MP3 PLAYERS

פאר סאם ריזען האבען די רבנים עס קיינמאל נישט ג'אסר'ט. איך געדענק נאך אלטס בחור האט מען אסאך געשמועסט דערפון. (היינט איז עס שוין אנגענימען פאר גרענטעד)

דער היתר איז אלטס געווען דער פסוק און ישעיהו בשיר לא ישתו יין.
דער איסור איז נאר ווען ציזאמען מיטעו זינגען און שפילען מוזיק לאט זיך וואויל גיין מיט טרינקען וויין.
אבער פלעין זינגען אדער שפילען מוזיק איז נישט קיין פראבלעם.

פרעג מיך נישט קיין מקור פאר דעם היתר, ווייל איך קען דיר נישט זאגען.
יא..פון שו"ע איז משמע אז עס איז אסור פיריאד..אסור לאדם שימלא פיו שחוק...
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך ווייס נישט צו דער אשכול קומט דא אדער נישט, אבער איך וועל טאן כל טצדקי שבעולם צו האלטן דעם חשובען אשכול פון אזא חשובען מחבר, אין א פארום ווי איך האב די זכי' משמש צו זיין אלס אחראי.

ולעצם הענין, מפי הזכרון געדענק איך אז די מקור איז אין א גמ' (אפשר אין גיטין) צווישן אנדערע זאכן וואס מ'האט מתקן געווען משום אבילות אדער זכר לחורבן, למעשה איז באקאנט אז אין ירושלים עיה"ק איז נאך עד היום דא דארט דער ענין פון נישט שפילן קיינע מוזיק בכלי שיר אפי' אויף חתונות, סיידן א פויק.

מאידך גיסטע, זענען קאסעטן און סידי'ניוס א גיט-גייענדער ארטיקל בחוצות ירושלים און דאכציך אז קאנצערטן און קומזיצער פעלט אויך נישט דארט, ווייס איך נישט צו דאס האט מיט חתונות דייקא משום 'אעלה את ירושלים על ראש שמחתי' אדער אז עס איז נאר געבליבן ביי חתונות.

אלענפאלס, כזרח ועוד לקרעטשמע, וואלט איך געוואלט די הערן די מקורות וטעמים מחברי קהילתנו ובאי בית מדרשינו שיחיו, מינאי ומינכון תסתיים שמעתתא.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:ולעצם הענין, מפי הזכרון געדענק איך אז די מקור איז אין א גמ' (אפשר אין גיטין) צווישן אנדערע זאכן וואס מ'האט מתקן געווען משום אבילות אדער זכר לחורבן, למעשה איז באקאנט אז אין ירושלים עיה"ק איז נאך עד היום דא דארט דער ענין פון נישט שפילן קיינע מוזיק בכלי שיר אפי' אויף חתונות, סיידן א פויק.

דער מנהג ירושלים פון נישט שפילען מוזיק ביי א חתונה האט זיך ערשט אנגעפאנגען דורך א גזירה פון ר' מאיר אורבאך ז"ל
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה,

וואס איז געווען די סיבת הגזירה?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ל"ע א מגיפה און פון א שאלת חלום איז געווען פארשטאנדן די תשובה מן השמים אז ירושלם וואס איז סמוך ונראה ועל מקום המקדש דארף מען מחמיר זיין ווי אין אנדערע פלעצער אוואו מען מאכט נאר א זכר [אפר בראש החתן, ממעט בתבשיל] עפ"י פסוק אעלה את ירושלם על ראש שמחתי.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דעם שבת געהערט פון א ירושלימ'ער אינגערמאן אז די סיבה פארוואס זיי האבן אנגענומען דעם פויק און נישט קיין אנדערן כלי זמר, ווייל אזוי ארום הערט מען נישט די פרויען זינגן, משא"כ ביי א פייפער וכדומה.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד התלמידי חכמים שבבית מדרשינו
ווען איך בין אנגעקומען צי די גמרא אין מסכת גיטין האב איך אביסל געטוהן אין דעם ענין, אויך נישט ארויס געקומען מיט אקלארער פסק נאר פארשטאנען אז עס פשוט שווער אינעם היינטיגן דור דאס צי אסרן, לויט די אנגעשרענגטע אומשטענדען ביי די ארבייט צי פרויען אין שטוב וכד', אבער א קלארע היתר איז לכאורה נישט דא
איך ווייס טאקע אידן וואס האבען פארשידענע גדרים אין סייגים און דעם ענין ווי למשל נישט הערן ביים עסען אלץ בשיר לא ישתו יין, אדער איך ווייס וואס הערן נישט ביים ארבייט אדער אין די קאר (ווען ער פארט אליין) כל אחד ואחד ווי ער פילט ער קען ממעט זיין הרי זה משובח
און מענין לענין באותו ענין וועגען דעם פויק האב איך געהערט אמאל א שיינע מעשה פון הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע ער איז אמאל אנגעקומען אינמיטן א חתונה האט ער געזעהן ווי דער פויקער (וואס האט דאס געטוהן פאר א סייד דזשאב נאך א טאג פון שווער ארבייט) איז איינגעשלאפען אינמיטן פויקען, איז דער אנפירער פון די ארקענסטרע ציגעגאנגען צי עם און אראפגעלאזט א פראסק און פנים, דער פויקער האט זיך געגעבען א כאפ אויף און אנגעפארגען ווייטער פויקען מיט א התלהבות, האט זיך ר' נחמן אנגערופען, יעצט פארשטייט ער שוין וואס מיינט "פעטש געכאפט פרייליך געקלאפט" אז מיט די רויטע באקען האט ער געמאכט לעבעדיג ווייטער די שמחה
ווי איינער זאגט אז מכאפט א קלאפ שטעלט מען זיך נישט אפ סאיז פרייליך ווייטער
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:וואס איז געווען די סיבת הגזירה?

ביקסאד שוין גענטפערט
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ווי מיר האבן מברר געווען אין ישיבה מיט יארן צוריק - געדענק מישט די מקורות איצטער - אז איינשלאפן מיט מוזיק טעיפ טאר מען נישט אבער אויפשטיין מיט דעם מעג מען יא, ווצב"ש אנשטעלען אלס וועקער.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב מביקסאד,
וואס איז דער חילוק צווישען זיי?
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ווי דערמאנט איז דאס שוין געווען מיט בערך 20 יאר צוריק און יאך געדענק נישט די פרטי הדברים.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

כהאב דארעך געטון דעם ענין ביים לערנען די גמרא אין גיטין דעמאלטס בין איך אנגעקןמען צו א תשו' מהרש''ג וואס איז מיקל
כהאב נאך מראי מקומות איך דארף נאר איבערקוקען מיינע כתבים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

איסור פון הערן מוזיק בימי גלותינו (זכר לחורבן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אפגעטיילט פון דא viewtopic.php?f=18&t=8511&p=656230#p656230

סתם_אזוי האט געשריבן:וועלכע דירעקטע איסור קענסטו טרעפן אין די קאנצערט?


דער דירעקטען איסור אין טוש"ע צו הערן מוזיק בזה"ז.
לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום זונטאג פעברואר 03, 2013 1:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

אנעים זמירות האט געשריבן:
סתם_אזוי האט געשריבן:וועלכע דירעקטע איסור קענסטו טרעפן אין די קאנצערט?


דער דירעקטען איסור אין טוש"ע צו הערן מוזיק בזה"ז.



מקור?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מייקראסאפט האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
סתם_אזוי האט געשריבן:וועלכע דירעקטע איסור קענסטו טרעפן אין די קאנצערט?


דער דירעקטען איסור אין טוש"ע צו הערן מוזיק בזה"ז.



מקור?


שו''ע או''ח תק''ס ג'.

באזירט אויפען גמרא סוטה מח. ועיי''ש אז הערן מוזיק.שאדט רח''ל פאר פרנסה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

איך וויל שוין לאנג וויסען וואס איז די היתר אויף וואס מען פארלאזט זיך היינטיגע צייטען צי הערען מיוזיק?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

כמעט נישט דא. בפרט ווען מען גייט ארויס פונעם הויז אויף שוואוילטאג כגון קאנצערט. אני הקטן הער טאקע נישט. איך האב א לענגערע שמועס דערוועגן וואס איך האב געשריבען פאריאר אין ימי בין המצרים, אי''ה טאמער חלילה משיח וועט נישט דא זיין ביז דאן וועל איך עס פאוסטען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דאכט זיך עס איז דא א תשובה אין אגרות משה וועגען זמרא בזמן הזה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

להיתר?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

בזכרוני שהוא נוטה לאיסור
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

msp האט געשריבן:בזכרוני שהוא נוטה לאיסור

אכן נוטה לאיסור, ומחמיר מאוד לענין קאנצערטן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

בקיצור סאיז נישט דא קיין קלארען היתר אויף הערען מיוזיק?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ס׳דא א תשובת מהרש״ג ח״ב סי׳ רכ״ה וואו ער איז מתיר
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

משנה מקום האט געשריבן:איך וויל שוין לאנג וויסען וואס איז די היתר אויף וואס מען פארלאזט זיך היינטיגע צייטען צי הערען מיוזיק?


קוק אין ספר "פסקי תשובות" סימן תק"ס
דארט שטייט עס זייער קלאר אלע פרטים וואס יא און וואס נישט.

איך נשיר
https://www.box.com/s/mfgsj97fuga9lnhpdv4c

פארשידענס מפי הרב אמנון יצחק שליט"א
https://www.box.com/s/b58a05ebf78c5fc15316

סוטה מח
http://www.hebrewbooks.org/shas.aspx?me ... ormat=text
עס איז א [ביטער] געלעכטער אויף די געשעפטן וואס שפילן מוזיק אז כאילו ס'מאכט איינגענעהם פאר די קאסטאמערס דארט איינצוקויפן און ממילא וועט ער מאכן מער געלט - לויט די גמרא דא איז עס פונקט פארקערט.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”