נוצן א Warming Drawer שבת

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

וואס איז די הלכה פון די היינטיגע Warming Drawers צו נוצן אום שבת ויו"ט?
מעג מען ארויסנעמען אום שבת? מעג מען אריין לייגן? מאכט א חילוק אויב מען קען זעהן פונדרויסן אויב ס'ארבעט יעצט?

ייש"כ!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

לכאו׳ וואלט געווען מותר - אזוי ווי עטליכע דיינים האלטן.

למעשה אבער זאגן די מומחים, אז ס׳האט פארשידענע סענסארס וועלכע ווערן אקטיוויזירט, און מ׳קען דאס נישט אויסשאלטערן.

ווייסעך נישט צי אלע מאדעלן האבן סענסארס.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ארויסנעמען מעג מען - נאר אויב מ'ווייסט אז דורכן עס עפענען טוישט זיך גארנישט.

אריינלייגן אום שבת איז א פראבלעם פונקט ווי לייגן אויף א בלעך/האט פלעיט, וואס מ'נעמט אן לחומרא. חוץ באופן פון חזרה עודו בידו און ס'איז נאך ווארים, מעג מען אויב גארנישט טוישט זיך נישט ביים עפענען, כנ"ל.

אריינלייגן אום יו"ט ווענד זיך אויך כנ"ל אויב גארנישט טוישט זיך נישט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

יצחק אייזיק האט געשריבן:ארויסנעמען מעג מען - נאר אויב מ'ווייסט אז דורכן עס עפענען טוישט זיך גארנישט.

אריינלייגן אום שבת איז א פראבלעם פונקט ווי לייגן אויף א בלעך/האט פלעיט, וואס מ'נעמט אן לחומרא. חוץ באופן פון חזרה עודו בידו און ס'איז נאך ווארים, מעג מען אויב גארנישט טוישט זיך נישט ביים עפענען, כנ"ל.

אריינלייגן אום יו"ט ווענד זיך אויך כנ"ל אויב גארנישט טוישט זיך נישט.

It’s not so simple to put back
שמעלץ טאפ
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלץ טאפ »

https://www.star-k.org/articles/article ... abbos-use/

וויכטיג צו דורך ליינען די לינק פון סטאר קעי, ס'איז נישט נאר א שאלה פון חזרה, ס'איז מער אן הבערה שאלה.
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

איך האב געהערט א שיעור פון איינער פון די גרויסע דיינים אין בארא פארק. ער האט געזאגט אז ער האט דורעכגעטון אסאך warming drawers. און מען טארט נישט נוצן קיין איינס.
אלע האבן גאר הייקעלע סענסארס, וואס איז גורם די היץ זיך צו אנצינדען גלייך.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

קען איינער ארויסשרייבן די פשוט'ע מציאות וואס דאס איז און וויאזוי ס'ארבעט?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די ווארמערס וואס מען ברענגט ביי קידושים זענען אויך פראבלעמאטיש, אויב מען עפענט עס אויף אבער מען וויל עס נאך ווארעם אויף שפעטער.

מען וואלט געדארפט אויסארבעטן א אויסגעהאלטענע שבת מאוד, און פארהאנדלען מיט די גרויסע קאמפעניס דאס צו מאכן כהלכה, אין די היינטיגע סאפיסטיקירטע קאמפיוטער וועלט קען מען עס מאכן.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כדי להסיר מכשול!
די אירופעער ווארמינד שיפלעדלעך, טאר מען נישט עפענען שבת, ווייל מען טוט עס פיזיש אויסשאלטערן מיטן עפענען, און צוריק אריינשטעקן ווען מען מאכט עס צו.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

יצחק טובי' האט געשריבן:קען איינער ארויסשרייבן די פשוט'ע מציאות וואס דאס איז און וויאזוי ס'ארבעט?

ביטע.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

איך רעד פון די ספעציפישע מאדעל
RVEWD330SS.png
RVEWD330SS.png (8.97 KiB) געזען 1182 מאל

וואס די סטאר וואס פארקויפט עס זאגט אז ער פסק'נט נישט הלכה אבער די איז דא וואס האלטן אז ס'איז גרינגער ווייל מען קען זעהן פונדרויסן ווען ס'ארבעט און דעמאלטס אויב עפנט מען עס אויף טוישט זיך גארנישט

למעשה מיין שאלה איז אויב איינער ווייסט פון א ערנסטע רב וואס איז מתיר אויף סיי וועלכע אופן (אפי' למשל נאר חלות וכדו')
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

איך האב גערעדט צו א טעקנישן האט ער מיר געזאגט אז אקארדינג ווי אזוי עס ארבעט איז ניצן א Warming Drawer אום שבת חילול שבת וודאי
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

בעל דמיון האט געשריבן:איך רעד פון די ספעציפישע מאדעל
RVEWD330SS.png

וואס די סטאר וואס פארקויפט עס זאגט אז ער פסק'נט נישט הלכה אבער די איז דא וואס האלטן אז ס'איז גרינגער ווייל מען קען זעהן פונדרויסן ווען ס'ארבעט און דעמאלטס אויב עפנט מען עס אויף טוישט זיך גארנישט

למעשה מיין שאלה איז אויב איינער ווייסט פון א ערנסטע רב וואס איז מתיר אויף סיי וועלכע אופן (אפי' למשל נאר חלות וכדו')

מיין דיין האט מיר געהאט געזאגט אז איך זאל ענדערש נעמען איינס וואס מען זעהט נישט ווען עס ארבעט.

איך ניץ עס נישט אויף צירוק צילייגן (נישט מפי הדיין, נאר א מציאות) און דעק צי דער קנעפלעך און דער פלאר פון די לעדעל. איך האב נאר א עלעמענט פון אונטען.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

יצחק טובי' האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:קען איינער ארויסשרייבן די פשוט'ע מציאות וואס דאס איז און וויאזוי ס'ארבעט?

ביטע.

דאס איז אן עפללייענס וואס קוקט אויס ווי א שופלאד (לעידל ב'אונגאריש) און ס'האלט עסן ווארעם, ס'קען נישט קאכן און עפ"ר אויך נישט אנווארעמען קאלטע עסן וויל ס'איז נישט גענוג הייס און די עסן קען זויער ווערן פאר ס'ווערט ווארעם משא"כ אויב מ'לייגט אריין ווארעמע עסן האלט עס פיין ווארעם און פריש
אויך למשל חלות ווארעמט עס יא אן א מחי' מ'קען עס אריין לייגן פארן זמן און ווען מ'קומט אהיים פון שול איז עס פיין ווארעם און קריספי
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

בעל דמיון האט געשריבן:

און וואס זענען די צדדים?
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

shimon7323 האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:איך רעד פון די ספעציפישע מאדעל
RVEWD330SS.png

וואס די סטאר וואס פארקויפט עס זאגט אז ער פסק'נט נישט הלכה אבער די איז דא וואס האלטן אז ס'איז גרינגער ווייל מען קען זעהן פונדרויסן ווען ס'ארבעט און דעמאלטס אויב עפנט מען עס אויף טוישט זיך גארנישט

למעשה מיין שאלה איז אויב איינער ווייסט פון א ערנסטע רב וואס איז מתיר אויף סיי וועלכע אופן (אפי' למשל נאר חלות וכדו')

מיין דיין האט מיר געהאט געזאגט אז איך זאל ענדערש נעמען איינס וואס מען זעהט נישט ווען עס ארבעט.

איך ניץ עס נישט אויף צירוק צילייגן (נישט מפי הדיין, נאר א מציאות) און דעק צי דער קנעפלעך און דער פלאר פון די לעדעל. איך האב נאר א עלעמענט פון אונטען.

מ'מעג פרעגן וועלכע דיין?
אי משום הא, קען מען פשוט פארדעקן די לייט נישט צו זעהן ווען עס ארבעט
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

בעל דמיון האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:איך רעד פון די ספעציפישע מאדעל
RVEWD330SS.png

וואס די סטאר וואס פארקויפט עס זאגט אז ער פסק'נט נישט הלכה אבער די איז דא וואס האלטן אז ס'איז גרינגער ווייל מען קען זעהן פונדרויסן ווען ס'ארבעט און דעמאלטס אויב עפנט מען עס אויף טוישט זיך גארנישט

למעשה מיין שאלה איז אויב איינער ווייסט פון א ערנסטע רב וואס איז מתיר אויף סיי וועלכע אופן (אפי' למשל נאר חלות וכדו')

מיין דיין האט מיר געהאט געזאגט אז איך זאל ענדערש נעמען איינס וואס מען זעהט נישט ווען עס ארבעט.

איך ניץ עס נישט אויף צירוק צילייגן (נישט מפי הדיין, נאר א מציאות) און דעק צי דער קנעפלעך און דער פלאר פון די לעדעל. איך האב נאר א עלעמענט פון אונטען.

מ'מעג פרעגן וועלכע דיין?
אי משום הא, קען מען פשוט פארדעקן די לייט נישט צו זעהן ווען עס ארבעט

ר' משה קעסלער שליט"א פון מאנסי.
ער פארשטייט זייער גוט צי עלעקטראנישע זאכן אויך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווי ווייט איך פארשטיי די מציאות, האט דאס א ווארעמינג עלעמענט וואס ווערט רויט כגחלת און גייט אן ענד אפף מיט א טערמאסטאט, געווענליך ביי די כלים ווען מ'עפנט עס אויף האקט זיך די לעקטער גלייך אפ און ווען מ'מאכט ווידער צו צינד זיך עס צוריק אן.

פארוואס זאל זיין א הוי אמינא אז מ'זאל מעגן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

farshlufen האט געשריבן:ווי ווייט איך פארשטיי די מציאות, האט דאס א ווארעמינג עלעמענט וואס ווערט רויט כגחלת און גייט אן ענד אפף מיט א טערמאסטאט, געווענליך ביי די כלים ווען מ'עפנט עס אויף האקט זיך די לעקטער גלייך אפ און ווען מ'מאכט ווידער צו צינד זיך עס צוריק אן.

פארוואס זאל זיין א הוי אמינא אז מ'זאל מעגן?

ענדליך ברענגט איינער די מציאות. שכח.

נו, איינער מיט די דעת המתירים?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דאס קען דאך יעדער פרובירן ביי זיין מאדעל זעהן אויב ווען מען צינדט עס אן און מען לאזט עס אפען אויב עס ווערט הייס. עס איז נישט קיין אויווען וואס איז א אפענע עלעמענט אז ס'זאל זיך דארפן אויסלעשן.

ס'איז א ציגעמאכטע פארדעקטע עלעמענט און נישט זייער זייער הייס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

האב מיר נאך געקוקט די ספעציפישע לעדל, עס האט א לעקטער וואס צינדט זיך אן יעדעס מאל וואס די עלעמענט איז אן, ובכן לאזן זיי עס עפענען ווען די אינדיקעיטאר צייגט אפף.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יאפ דאס זאגן זיי אויף דער Viking מאדעל.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

האמיר עס געזעהן אין איינע פון די דאווענען ליין מאטריאל אויסגאבעס פון ק"ק סקווירא. זיי רעדן די וואך דערפונען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

יצחק טובי' האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווי ווייט איך פארשטיי די מציאות, האט דאס א ווארעמינג עלעמענט וואס ווערט רויט כגחלת און גייט אן ענד אפף מיט א טערמאסטאט, געווענליך ביי די כלים ווען מ'עפנט עס אויף האקט זיך די לעקטער גלייך אפ און ווען מ'מאכט ווידער צו צינד זיך עס צוריק אן.

פארוואס זאל זיין א הוי אמינא אז מ'זאל מעגן?

ענדליך ברענגט איינער די מציאות. שכח.

נו, איינער מיט די דעת המתירים?

אויב דאס איז די פראבלעם איז עס לכאורה ממש פסיק רישא און אפילו נישט קיין שאלה.
אבער דוכט זיך אז די פראבלעם איז בהלכות שהי' והטמנה. עי' באתר של סטאר קעי.

אפילו אז הרב היינמאן איז די פיאנער פון די שבת מאודס און קען זיך גאר גוט אויס במציאות הדברים, קאן אבער געמאלט זיין אז אפילו איך בין מקבל די מציאות, מעג מען זיך אבער דינגען בפסק ההלכה לחומרא און פונקט אזוי לקולא

האט מיר איינער געזאגט וואס האט גערעדט צו א היימישען דיין וואס הלכות שבת איז פון זיין ספעשעלטיס, אז די ווארמערס איז נישט קיין פראבלעם. כ'וויל נישט זאגען קיין נאמען ווייל איך האב נישט גערעדט צום דיין דירעקט.
שמעלץ טאפ
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

Re: נוצן א Warming Drawer שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלץ טאפ »

לעכטיגער האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווי ווייט איך פארשטיי די מציאות, האט דאס א ווארעמינג עלעמענט וואס ווערט רויט כגחלת און גייט אן ענד אפף מיט א טערמאסטאט, געווענליך ביי די כלים ווען מ'עפנט עס אויף האקט זיך די לעקטער גלייך אפ און ווען מ'מאכט ווידער צו צינד זיך עס צוריק אן.

פארוואס זאל זיין א הוי אמינא אז מ'זאל מעגן?

ענדליך ברענגט איינער די מציאות. שכח.

נו, איינער מיט די דעת המתירים?

אויב דאס איז די פראבלעם איז עס לכאורה ממש פסיק רישא און אפילו נישט קיין שאלה.
אבער דוכט זיך אז די פראבלעם איז בהלכות שהי' והטמנה. עי' באתר של סטאר קעי.

אפילו אז הרב היינמאן איז די פיאנער פון די שבת מאודס און קען זיך גאר גוט אויס במציאות הדברים, קאן אבער געמאלט זיין אז אפילו איך בין מקבל די מציאות, מעג מען זיך אבער דינגען בפסק ההלכה לחומרא און פונקט אזוי לקולא

האט מיר איינער געזאגט וואס האט גערעדט צו א היימישען דיין וואס הלכות שבת איז פון זיין ספעשעלטיס, אז די ווארמערס איז נישט קיין פראבלעם. כ'וויל נישט זאגען קיין נאמען ווייל איך האב נישט גערעדט צום דיין דירעקט.

אז די קענסט נישט שרייבן א נאמען, ברענג נישט נאך...
די מציאות איז אז ווען מען עפענט עס אויף גייט ארויס היץ און די temperature dropped און תיקף ווען מען מאכט צוריק צו צינד זיך די פייער, גארנישט קיין שייכות מיט שהי' והטמנה, פלעין אנצינדן א פייער.

הוי זהיר בגחלתן
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”