אדווערטייזמענט:וְנִשְׁמַע פִּתְגָם הַמֶּלֶךְ! דעם רבי'נס הייליגע ירושה מיט'ן פולסטן שיינקייט "בֵּין יִשְׂרָאֵל לָעַמִים"

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט:וְנִשְׁמַע פִּתְגָם הַמֶּלֶךְ! דעם רבי'נס הייליגע ירושה מיט'ן פולסטן שיינקייט "בֵּין יִשְׂרָאֵל לָעַמִים"

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

וְנִשְׁמַע פִּתְגָם הַמֶּלֶךְ! דעם רבי'נס הייליגע ירושה מיט'ן פולסטן שיינקייט "בֵּין יִשְׂרָאֵל לָעַמִים"


נאָכאַנאַנדע היסטאָרישע פרסומים

דערגרייכט מיליאנען מיט א קידוש שם שמים מסוף העולם ועד סופו, דורך אַ פּראָפעסיאָנאַלע 'טיעם' פון מארקעטער און פּובליק רילעישאן מומחים.

'נטרונא וועבזייטל'

וואונדערליכע אַרכיוו מיט הונדערטער ארטיקלען, אינפאָרמאַטיווע היסטאָריע ליטעראטור, ביכער און דאָקומענטן, פראַגעס און ענטפערס, פאר מיליאָנען איבער דער וועלט. וועט אין די נאָנטע תקופה גענצליך איבערגעפרישט ווערן אויף אַ היינטיגע אויסשטעל.

ריזיגע סאָציאַלע מידיא נעטוואָרקס

די "איינציגע" פּלאַטפאָרמע וואָס דערקלערט קבל תבל ומלואה אַז ציונות פאַרטרעט נישט כלל ישראל מיט אריבער אַ פערטל מיליאָן נאָכפאָלגער! מכל קצוי תבל, שיקן אַרויס טאָג טעגליך פרישע מעסעדזשעס, וואָס דערגרייכט אַריבער 30 לענדער און ווערן איבערגעשיקט דורך ריזיגע און פּרעסטיזשפולע 'אַקאַונטס', אַלס אַ קוואַל פאר נייעס אַגענטורן און זשורנאַליסטן.

ווידיאו רעקאָרדירונגען

פּראָפעסיאָנאַלע ווידיאָו מעסעזשעס ווערן אַרויסגעשטעלט מיט פּאַסיגע מעסעזשעס בהשכל ובדעת, ווערט פארשפרייט מיט א בליציגע שנעלקייט, וואס ברענגט א מעגא קייט - רעאקציע פון אומצאָליגע מאַסן וואָס זען דעם מעסעזש פון תורה טרייע אידן.

ראַדיאָ רעקלאַמעס

ביי קריטישע געלעגנהייטן ווערט ארויסגעדינגען קאָסטבאַרע רעקלאַמעס אויף ריזיגע ראַדיאָ נעטוואָרקס און טשענעלס וואָס לויפט מיט אן אומגעהויערן פּרסום קידוש ה'.

בלאגערס צו רעאַגירן אויף אַקטועלע נייעס

אַקטיווע נטרונא בלאגערס זענען אַקטיוו צו רעאַגירן אויף די נייעס וועבזייטלעך, צו קלאָרשטעלן אַז אידן זענען נישט פאַראַנטוואָרטליך פאר די מדינה און אירע שריט און דערמיט פאַרמיידן שנאת ישראל.

קידוש שם שמים מסוף העולם ועד סופו!

דאס מציאות איז אז קיינמאל בעפאר האט מען נאכנישט דערגרייכט אזעלכע היסטאריש הויכע ציפערן פון מיליאנען מענטשן וואס האבן געזען און ווייטער געשיקט די שטעלונגען פון תורה טרייע אידן און קיינמאל בעפאר האט די אידישע התנגדות צו ציונות נישט ארויסגערופן אזא סארט פרסום כביר מסוף העולם ועד סופו.

מער פון אלעם איז ישמח לב מבקשי ה' ווען מען כאפט א בליק אויף די טויזנטער קאמענטארן וואס מענטשן האבן איבערגעלאזט נאכ'ן זען און זיך באקענען מיט'ן פאקט אז נישט אלע אידן ווערן פארטרעטן דורך די ציוני'סטישע מדינה. הונדערטער קאמענטארן דרוקן אויס באגייסטערונג און שעצונג פאר די תורה טרייע אידן. אלע סארט מענטשן באדאנקן זיך אז די נטרונא מעסעזשעס האט זיי ממש געעפענט די אויגן און אומצאליגע גוים שרייבן אז זיי האבן געטוישט זייער מיינונג אויף דאס אידישע פאלק צום גוטן.



"בֵּינִי וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל"


שיעורים אין ספה"ק ויואל משה:

פארגעלערנט אויף דער ענגלישער שפראך - דערגרייכט אן אוידענץ פון הונדערטער ענגליש רעדנדע אידן איבער די פאראייניגטע שטאטן.

ספר הנפלא "אפס בלתך גואלינו":

נאָכן 2 מאל איבערגעדרוקט ווערן איז דאס גענצליך ספו תמו מן השוק מיט א געוואלדיגן פארלאנג פון אידן אומעטום אז מען זאל דאס שוין נאכאמאל איבערדרוקן מיט די הילף פון נדיבים בעם.

ספר הנפלא "על גאולתינו" חלק א':

וואס איז שוין אצינד איבערגעדרוקט געווארן צום דריטן מאל מיט אַריבער 5 טויזנט ספרים, פארקויפט בארץ ובחו"ל.

ספר "על גאולתינו" חלק ב':

איז שוין ב"ה ביים גמר פון די קאסטבארע ארבעט מיט די הילף פון נדיבים בעם.

ספרים "אחכה לו", און "פוטסעפס אוו די פלאקס":

ענגלישע ספרים מיט אַ השפּעה נמרצה האט געעפענט די אויגן פון טויזנטער אידן אויף דער אמעריקאנער גאס.

וועכנטליכע "נטרונא נייעס":

דערגרייכט 20 טויזנט אימעיל אַדרעסן און נאָנט צו 15 טויזנט אַריינרופער יעדע וואָך, אַן אויסטערלישן אפקלאנג צו שטעלן דעם ריכטיגן טאג נישט צו ווערן פארבלענדעט ביי די אקטועלע געשעענישן.

סדר הלימודים פון אמונה הטהורה:

אין בתי חינוך לבנות על טהרת הקודש בארה"ק: וואס ווערט יעצט אויסגעשטעלט אויפ'ן פארלאנג פון די ארטיגע מסירת נפש'דיגע מנהלים.

שיעורי השקפה משנתו של רבינו

פאָרגעלערנט יעדע וואָך לאור באור החיים רביה"ק זי"ע

וועכנטליכע "פרשה פּערלס":

תורה בלעטלעך אויף די ענגלישע שפראך מיט יסודות האמונה פאַרשפּרייט אויף דער אַנגלאָ – אידישע גאַס.

רייכע "לא בחיל" אויסגאבעס:

מאמרי דעת ערשיינען צייטנווייז מיט פרקי מחשבה בעניני אמונה ודעות.


כ"ק אדמו"ר הזקן מווארקא זצללה"ה זי"ע אמר

מה שקורין ליום פטירתו של הצדיק יומא דהילולא

כי כמו שבחתונה קורין את הכתובה לפני החתן להודיעו ולהזכירו את התחייבויותיו כלפי הכלה,

כמו כן ביום ההילולא של הצדיק מזכירים את התחייבותו כלפי האנשים שחסו בצילו.

(ישמח ישראל, מאורן של ישראל, י"ד שבט)

קליקט דא

https://secure.cardknox.com/truetorahjews


אונזער שייכות מיט'ן רבי'נס הייליגע ענין; אונזער הבטחה צו פועל'ן אלע בקשות ביומא דהילולא!


דריקט דא

צו זעהן אדער דאונלאודן דעם תמוז נטרונא בראשר:




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
פארשפארט

צוריק צו “אידישע וועלט”