לעקטער אין שבת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג יולי 06, 2008 8:50 pm

עס איז מיר א כבוד צו מכוון זיין צו די ווערטער פון רבי שמחה!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג יולי 06, 2008 11:51 pm

זייער א שיינע עלעקטארישען שמיעס, אבער בפשטות (איך בין נישט קיין דיין פארלאזטס ענק נישט אויף מיר) איז נישט קיין שאלה ווייל שבת איז אסור נאר א מלאכת מחשבת, און לעניננו איז זיכער נישט קיין מלאכת מחשבת נישט לגבי לעקטער און נישט לגבי בונה.

ועיין עוד אין שו"ת רעק"א סימן ח' החילוק בין מתעסק למלאכת מחשבת ודי בזה לקרעטשמע
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6698
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 07, 2008 11:34 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: אבער בפשטות איז נישט קיין שאלה ווייל שבת איז אסור נאר א מלאכת מחשבת, און לעניננו איז זיכער נישט קיין מלאכת מחשבת נישט לגבי לעקטער און נישט לגבי בונה.
וואס איז די כוונה פון איינער ווער עס שטיפט א סוויטש אויף ON וואס מיינט ער צי טוהן?
the SCY is the limit

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 07, 2008 2:40 pm

scy4851 האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: אבער בפשטות איז נישט קיין שאלה ווייל שבת איז אסור נאר א מלאכת מחשבת, און לעניננו איז זיכער נישט קיין מלאכת מחשבת נישט לגבי לעקטער און נישט לגבי בונה.
וואס איז די כוונה פון איינער ווער עס שטיפט א סוויטש אויף ON וואס מיינט ער צי טוהן?


זיין כונה איז אויף צו מאכן די רעפרידזשערעיטער.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6698
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 07, 2008 2:43 pm

גערעכט!
כ'אב שוין פאגרעסען מיט וואס דער אשכול האט זיך אנגעהויבען
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

אשכול פון היכי תמצא....

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 03, 2009 12:10 pm

ס'לאו דוקא א היכי תמצא אבער כ'האב נישט געפונען קיין בעסער ארט.

ווען איינער צינד אן אן ערקאנדישן אין שבת אויף וועלכע מלאכה איז ער עובר, משום מאי מחייב?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 03, 2009 1:06 pm

ס'איז אן אנדערע מלאכה ווי אנצינדן א פלעינע לעקטער?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 03, 2009 1:15 pm

הרב איך הער, אסאך מער קאמפליקירט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 03, 2009 1:17 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס ס'זאל זיין, באט אז דו האלטסט אז יא, פארוואס ברענגסטו נישט געהעריג ארויס דיינע סברות? זיי נישט אזוי פארשלאפן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 03, 2009 1:19 pm

הרב איך הער, הייב אן פון א', לאמיר עס אביסקעלע צוטיילן.

א) סתם א באלב א רעגולער A lamp וואס איז די מלאכה?

ב) אן עלעקטריק מאטאר אנצינדן איז א מלאכה דאורייתא?

ג) איז אן עיר קאנדישן אנדערש ווי א געוועליכע מאטאר? אויב יא מיטוואס?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 03, 2009 1:24 pm

(יוי ער גייט מיך פארהערן, עםםם, כהאב נעכטן נישט גוט געפילט, און כאנישט געהאט קיין צייט צו חזר'ן, עםםםם, מ'קען אפשטיפן די פארהער מיט א טאג? קודם נישט היינט...)

דאכצעמער אז ס'האט צוויי מלאכות, קען זיין? איינס וועגן בונה, ביים ריקן די סוויטש, און מבעיר אין די באלפ, (כאטש ס'דאכצעמער [כ'באווארן מיך] אז ס'איז נישט אזא זיכערע זאך אז ס'איז מבעיר.)

עניוועי, נעם מיך נישט אויף א רייד דא, לערנער'ס דא זענען דא בעסערע פון מיר, און און דו בתוכם, סאו לאמעך הערן פון דיר, כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן נאר צו לערנען, אויבן אויף האב איך נישט געזען אז ס'זאל זיין א חילוק, און אז דו זאגסט אז יא, לאמעך הערן....

יישר כח פון פראנאויס. (לאמער זען צו ס'וועט מיר געלונגען זיך ארויס צו דרייען....)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 03, 2009 2:55 pm

למעשה, לאזטו מיך דא אויפן וואסער, טאנץ אריין אינעם ים התלמוד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 03, 2009 3:14 pm

איך האב נישט דא מיינע Diving gear...

די פראגע איז, וואס איז די מציאות וואס ווערט געטאן אין די עיר קאנדישאן [אדער פריזשידער] מעכאניזם אלס א דירעקטע תוצאה פונעם אנצינדן?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 03, 2009 4:14 pm

סאו דו ווילסט אפטיילן, איין פראבלעם מיט די סוויטש אידאך דא פונקט ווי ביי א לייט.

און נאכדעם ווילסטו רעדן פון די מאטאר, צו למשל אז איינער צינדט אין די מאטאר אזוי ווי ביי א גראז שניידער, אז מ'שלעפט די פען, און דאס מאכט אז ס'זאל כאפן און זיך אנצינדן, יעצט כאפעך יא? אדער נאך אלץ נישט, דו רעדסט זייער מיסטיריעז. און כ'וואונדער מיך, אז קיינער אינאך דערווייל נישט אריין געשפרינגען דא.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 03, 2009 4:18 pm

רבי, וואס פאלט דיך איין אז אן עיר קאנדישן האט נאר א מאטאר מיט א סוויטש?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 03, 2009 4:39 pm

ווייסעך שוין נישט פון וואסארא עירקאנדישן דו רעדסט. (איך רעד פון א פלעינע עירקאנדישן, נישט דיזשיטל.) ס'האט א מאטאר, און נאך א מינוט צוויי צינדצעך אן די קאמפרעסער, (וואס דאס צינדסטו שוין נישט אן. סאו ווען דו וועסט האבן מער צייט און געדולד, ברייטער דיך אביסל אויס דא.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 03, 2009 4:52 pm

ערגעץ האלטסטו שוין, און נאכדעם ווען די קאמפרעסאר צינד זיך אן, פאסירט וואס?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך יוני 03, 2009 5:00 pm

מיינסט דעם פילטער?
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 03, 2009 5:07 pm

ענדליך מישטצעך שוין נאך איינער אריין, איינער האט שוין רחמנות אויף מיר.

באט הרב פארשלאפן, דו רעדסט אין מיסטעריע, כ'קעמעך נישט אויס אין סייענס. ביי מיר ווערט געווענליך קאלט נאכדעם.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 03, 2009 5:09 pm

וועלכע, אן איזי-פילטער אדער דזשעי נעט פילטער?

וואס איז מיט די פילטער? ס'איז דאך סתם א דומם.

הרב איך הער, ווי אזוי ווערט טאקע קאלט? יי"וו האט עפעס א קונץ מיט וואס ער מאכט קאלט?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 03, 2009 5:24 pm

פארשלאפן, איי קענט טעיק איט עני מאר, סארי, כ'ווייס נישט אין וועלכען מוד דו ביסט, באט כאדעך שוין געזען אין בעסערע א-ווי יעצט.

שרייבסט שוין רבינו תם'ס, וואס מיין מח סוף טאג האט שוין נישט קיין געדולד צו טראכטן וועם דו מיינסט, (איך ליינעס יודא יושע וויינשטאק, אים מיינסטו?) ווייסעך דען וויאזוי אן עירקאנדישן מאכט קאלט, ווילסט קענסטעך נעמען רעדן, ווילסט נישט, זאלעס זיין אזוי צום גוטן, אויף ווידער זען אין א בעסערע מוד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 03, 2009 5:29 pm

חטאתי עויתי פשעתי, איך האב נישט געוואלט זיין ח"ו קיין פוגע בכבודך.

איך פרעג איצט איין קוועסציע, וואס איז גורם דעם עיר קאנדישן צו מאכן קאלט?

דאס איז דער שפיץ וואס איז נוגע אויף מיין אריגינעלע פראגע, אויב דו פארשטייסט נאך אלס נישט פיל פריי צו פרעגן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך יוני 03, 2009 6:01 pm

אפשר מבשל? עפעס געדענק איך משנים קדמוניות אז א עירקאנדישן האט געוויסע גאזן וואס עס ווערט זייער הייס ווען מ'צינד אן דעם עירקאנדישאן.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 03, 2009 6:28 pm

ר' שמערל האט רעכט, די געווענליכע פריאן גאז אין אן עיר קאנדישן קאכט ביי קנאפע 40 דעגרי ]טעקניקל קען וואסער אונטער וואקיום פרעשור אויך קאכן ביי א גאר נידריגע טעמפראטור[, עס איז אריכות אבער דאס איז דער סיטעם וואס מאכט ער זאל קילן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6698
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:17 pm

farshlufen האט געשריבן:די פראגע איז, וואס איז די מציאות וואס ווערט געטאן אין די עיר קאנדישאן [אדער פריזשידער] מעכאניזם אלס א דירעקטע תוצאה פונעם אנצינדן?


אן עירקאנדישען איז דאס זעלבע וויא עני עלעקטריק מאטער.
דער פען צינד זיך קודם אהן, דערנאך דער קאמפרעסער א גווויסע זמן שפעטער.

לויט'ן חזון איש אז אנצינדען א לייט הייסט בונה, וואלט לכאורה געדארפט זיין דאס זעלבע דא. מיטען אהנשטעלען דעם סוויטש, פארמאכט ער א סירקיט.
נישט אזוי?
the SCY is the limit


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט