לעקטער אין שבת

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן:יענע הייזקע שטייט שוין זינט יארע 1800 למספרם

מן הסתמא מער פונקטליך צווישן 1865 אין 1880 ווען די געגנט איז ערשטע דעוועלאפט געווארן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

למעשה האב איך אביסל באאבאכט דעם לאמפ, און אנערקענט אז עס איז גארנישט מעכאניש, נאר ווי א צובראכענע רעקארד פלעיער... יעדע פאר סעקונדעס גיבט ער זיך א צינד אן, און נאך אפאר סעקונדעס דערויף פארלעשט זיך עס, אפגעזען צי א מענטש איז אדורך אדער נישט. מעגליך אז יעדע קול עלה נדף אדער ווינטל קען עס אנצינדן, אבער אויך מעגליך אז עס איז פשוט א צובראכענע זאך. וועלן מיר דאס פארשן אי"ה במשך השבוע, און קומען צו א מסקנא בעז"ה.
חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

עפענען א פרידזשידער אום שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצאצקע רבי »

כהאב היינט געזען א קונטרס אז היינטיגע פרידזשידערס טאר מען נישט עפענען אום שבת און דאס האט נאך צוטוען מיט א איסור דאורייתא פון א גחלת של ברזל , כהאב נישט פונקטליך פארשטאנען ווייסט איינער מער פרטים ?
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

אט איז א קונטרס דערוועגן
https://copy.com/AZA4He2zwxKi4bSc
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ארויסגעפרינט דורכגעקוקט

95% הבל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מעג מען אנשטעלן אן עיר קאנדישאן אויף אינטעלידזשענט איי intelligent eye אויף שב"ק?

ואת"ל אז ניין, מעג מען אריינגיין אין א שטוב / ביהמ"ד וואו עס איז אזוי אנגעשטעלט?

Capture.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

farshlufen האט געשריבן:מעג מען אנשטעלן אן עיר קאנדישאן אויף אינטעלידזשענט איי intelligent eye אויף שב"ק?

ואת"ל אז ניין, מעג מען אריינגיין אין א שטוב / ביהמ"ד וואו עס איז אזוי אנגעשטעלט?

Capture.JPG


אויב האב איך גוט פארשטאנען, ארבעט עס נישט באותו רגע ווען מ'קומט אריין אין שטוב, עס נעמט צוואנציג מינוט ביז די מאשין צינד זיך אן, איז עס דאך גרמא נישט גרמי
יבואו החכמים וישכילו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אולי דארף מען רעכענען אז די גאנצע צייט וואס מ'איז אין דעם שטוב טוט מען א פעולה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

farshlufen האט געשריבן:אולי דארף מען רעכענען אז די גאנצע צייט וואס מ'איז אין דעם שטוב טוט מען א פעולה.

דאס געשעהט דאך באמת מיט יעדע טערמאסטאט, אינדערהיים אויכעט
ווי לענגער מען בלייבט אין צימער און מען אטעמט אקסידזשען, איז מען מקרב די פעולת העיר-קאנדישאן
אולי יש לדון וועגן דעם פאריעריגן אורטנער-פרידיזשידער טענה [ס'עקזיסטירט נאך?....], אז דער סענסאר שרייבט אינפא א גאנצע צייט, איז מען מוסיף לעקטער צום סענסער, ויל"ע וקצרתי
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

זייער א הארבע שאלה.

לכאורה צינדט זיך די מאשין צוריק אן ווען דער מענטש שטעלט זיך אין די פאזיצע וואס די סענסער כאפט דאן אויף זיין היץ. יעצט אויב ווען ער שטעלט זיך אהין אין דעם פאזיציע איז זיכער אז ס'גייט זיך אנצונדען, איז עס א "פסיק רישיה דניחא ליה", ווייל לכאורה איז ניחא פארן מענטש אז ס'צינדט זיך אן, ער וויל דאך אז ס'זאל זיין קאלט.

פסיק רישיה דניחא ליה איז אסור אפילו לרבי שמעון אפילו באופן שאינו עושה מעשה בידים.

כ'וואלט עס אפשר מדמה געווען צו ווען איינער מאכט אויף א טיר קעגן א ליכט און ס'דא רוח שאינה מצויה, ווואס דאן איז מען חייב אפילו לויט ר"ש, אפילו דער ווינט לעשט אויס די ליכט (און כיבוי איז נאר א דרבנן) מ"מ אסור לר"ש לפתוח הדלת. די זעלבע זאך ווען דער מענטש קומט אריין אין שטוב ברענגט ער מיט זיין היץ מיט זיך (און דאס איז אזוי ווי די ווינט), און ווען ער שטעלט זיך קעגן דעם סענסער אדער גייט עס אריבער וועט די סענסער גלייך שפירן די היץ און אנצינדען די מאשין. קומט אויס אז ווען ער שטעלט זיך קעגן דעם סענסער איז עס א פסי"ר דניח"ל און ס'אסור.

כידוע ביי די לעקטערס וואס זענען דא אויף די גאס און צינדען זיך אן דורך א סענסער איז דא א גרויסע מחלוקה צווישן די רבנים הפוסקים, יש אוסרין (רב פאלק ודעימיה) ויש מתירין (ר' עמרם מייזעלס ודעימיה), די סיבת ההיתר איז ווייל ס'איז א דבר שאינו מתכוין וגם לא ניחא ליה (או עכ"פ לא איכפת ליה) אז ס'זאל זיך אנצונדען. משא"כ ביי די ערקאנדישען איז ער טאקע נישט מכוין לכך אדער ס'איז דאך א פסיק רישה און ס'ניחא ליה ממילא איז עס לכאורה אסור אפילו לדעת המתירים לילך ברחוב שיש שם הסענסערס.

אבער די סוגיות פון דבר שאינו מתכוין, פסיק רישיה, איז איינע פון די מערסט מסובכ'דיגע סוגיות און מ'קען דן זיין דערויף להתיר.
לעצט פארראכטן דורך נא_שכל אום דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

די פוסקים שהזכרת זענען דן בענין גרמא וגרמי, וואס ווי געזאגט איז דא לייכטער ווייל עס געשעהט נישט אויף די מינוט, עס וועט געשען אין צוואנציג מינוט ארום [עי' שו"ת ויען אברהם להרב א"ע מייזעלס שליט"א הנ"ל, אריכות גדול בזה]
אויב געדענק איך גוט, איז דאס געווען עפעס די פאטענט פון כשר-לייט, וואס ס'האט זיך פאריאר געקערט דערויף א וועלט [אפשר בינעך מיך טועה]
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ראספשע האט געשריבן:די פוסקים שהזכרת זענען דן בענין גרמא וגרמי, וואס ווי געזאגט איז דא לייכטער ווייל עס געשעהט נישט אויף די מינוט, עס וועט געשען אין צוואנציג מינוט ארום [עי' שו"ת ויען אברהם להרב א"ע מייזעלס שליט"א הנ"ל, אריכות גדול בזה]
אויב געדענק איך גוט, איז דאס געווען עפעס די פאטענט פון כשר-לייט, וואס ס'האט זיך פאריאר געקערט דערויף א וועלט [אפשר בינעך מיך טועה]

ס'פאסירט אין די מינוט וואס ער שטעלט זיך אויף אזא מקום ווי דער סענסער כאפט דארט אויף. און דאס דארף לכאורה גלייך אנצינדען די מאשין, ווייל אויב נישט וואלט קיינער עס נישט אנגעשטעלט אויף די מאוד, ווער וויל דען ווארטן 20 מינוט אז די ערקאנדישען זאל זיך אנצינדען?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מיין תגובה באציהט זיך אויף Intelligent eye וואס הרב הישן האט געשטעלט א צילום אויף ענגליש ווי אזוי דאס ארבעט
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ראספשע האט געשריבן:מיין תגובה באציהט זיך אויף Intelligent eye וואס הרב הישן האט געשטעלט א צילום אויף ענגליש ווי אזוי דאס ארבעט

מיינע ווערטער אויכעט. ליינט איבער דעם צעטל... ס'שטייט אזוי, אז ביים ארויסגיין פון שטוב, געדויערט עס 20 מינוט ס'זאל זוך אויסלעשן. אבער ביים אריינקומען שטייט דארט אז גלייך ווען ס'שפירט אז ס'דא מאוומענט פון מענטשען, צינדט זיך עס אן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

גערעכט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ראספשע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אולי דארף מען רעכענען אז די גאנצע צייט וואס מ'איז אין דעם שטוב טוט מען א פעולה.

דאס געשעהט דאך באמת מיט יעדע טערמאסטאט, אינדערהיים אויכעט
ווי לענגער מען בלייבט אין צימער און מען אטעמט אקסידזשען, איז מען מקרב די פעולת העיר-קאנדישאן

דאס איז דאך א ווייטע גורם, צוזאמען מיט די דרויסענדע טעמפרעטשור + די היץ פון אפלייענסעס + נאך, ווענדט זיך גענוי אינעם ספעציפישן סיסטעם, משא"כ דא לענינינו ווען דער עין רואה ארבייט אן אויפהער וכל מעשיך וכו'
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

חאצאצקע רבי האט געשריבן:כהאב היינט געזען א קונטרס אז היינטיגע פרידזשידערס טאר מען נישט עפענען אום שבת און דאס האט נאך צוטוען מיט א איסור דאורייתא פון א גחלת של ברזל , כהאב נישט פונקטליך פארשטאנען ווייסט איינער מער פרטים ?

אין "ספרים חדשים שי"ל" אשכול איז אראפגעברענגט געווארן איבער א נייע קונטרס אין דעם נושא.
viewtopic.php?f=54&t=6778&e=1&view=unread#p1524527
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

השתמשות בפרידזשידער בשבת בהלכה ובמציאות, א הערליכע בירור דורך מבצר הכוללים פין הג''ר שבתי קאהן http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/398 ... Sikes-5778
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

איך האב שוין לאנג א שאלה, מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע מיט פיל ווידאוי קרעמערס אין אלע גאסן, איז נישט קיין פראבלעם צו גיין שבת אין גאס ? איך מיין, בשעת מ'גייט ווערט דאך די סקרין אקטיוו מיט דיר, איבערהויפט ווען אסאך קעמרעס ווערן נאר אקטיוויזירט בשעת איינער גייט אריבער ?! איך מיין די גאנצע סיטי איז היינט פיל מיט דעם,
ואת"ל אז סאיז א דבר שאין מתכוין און זאגן אז ס' איז נישט קיין פסיק רישא, וואס טוט זיך ווען איינער האט ביי זיך אינדערהיים קעמרעס וואס שוין זיכער אז ס' כאפט אפ, איז מען דען נישט מחויב עס אויסצולעשן בעפאר שבת?

בקיצור א) וויאזוי מעג מען גיין אין גאס שבת ווען מען אקטיוויזירט קעמרעס
ב) צו איז מען מחויב אויסצולעשן די היים קעמרעס פאר שבת
יש"כ
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

מאתים האט געשריבן:איך האב שוין לאנג א שאלה, מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע מיט פיל ווידאוי קרעמערס אין אלע גאסן, איז נישט קיין פראבלעם צו גיין שבת אין גאס ? איך מיין, בשעת מ'גייט ווערט דאך די סקרין אקטיוו מיט דיר, איבערהויפט ווען אסאך קעמרעס ווערן נאר אקטיוויזירט בשעת איינער גייט אריבער ?! איך מיין די גאנצע סיטי איז היינט פיל מיט דעם,
ואת"ל אז סאיז א דבר שאין מתכוין און זאגן אז ס' איז נישט קיין פסיק רישא, וואס טוט זיך ווען איינער האט ביי זיך אינדערהיים קעמרעס וואס שוין זיכער אז ס' כאפט אפ, איז מען דען נישט מחויב עס אויסצולעשן בעפאר שבת?

בקיצור א) וויאזוי מעג מען גיין אין גאס שבת ווען מען אקטיוויזירט קעמרעס
ב) צו איז מען מחויב אויסצולעשן די היים קעמרעס פאר שבת
יש"כ


איך האב טאקע קעמראס אינדרויסען פון מיין הויז און מענטשן האבן מיר שוין אפאר מאל געפרעגט צו מען דארף עס נישט אויסלעשן שבת אבער איך האב זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט דערין, יעצט אז דו פרעגסט קען איך אויך באשטיין צו באקומען א ענטפער.
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

0
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
מאתים האט געשריבן:איך האב שוין לאנג א שאלה, מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע מיט פיל ווידאוי קרעמערס אין אלע גאסן, איז נישט קיין פראבלעם צו גיין שבת אין גאס ? איך מיין, בשעת מ'גייט ווערט דאך די סקרין אקטיוו מיט דיר, איבערהויפט ווען אסאך קעמרעס ווערן נאר אקטיוויזירט בשעת איינער גייט אריבער ?! איך מיין די גאנצע סיטי איז היינט פיל מיט דעם,
ואת"ל אז סאיז א דבר שאין מתכוין און זאגן אז ס' איז נישט קיין פסיק רישא, וואס טוט זיך ווען איינער האט ביי זיך אינדערהיים קעמרעס וואס שוין זיכער אז ס' כאפט אפ, איז מען דען נישט מחויב עס אויסצולעשן בעפאר שבת?

בקיצור א) וויאזוי מעג מען גיין אין גאס שבת ווען מען אקטיוויזירט קעמרעס
ב) צו איז מען מחויב אויסצולעשן די היים קעמרעס פאר שבת
יש"כ


איך האב טאקע קעמראס אינדרויסען פון מיין הויז און מענטשן האבן מיר שוין אפאר מאל געפרעגט צו מען דארף עס נישט אויסלעשן שבת אבער איך האב זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט דערין, יעצט אז דו פרעגסט קען איך אויך באשטיין צו באקומען א ענטפער.

קיינער האט נישט קיין ידיעה ?
רוב בתי מדרשים האבן היינט צו טאגס קעמרע'ס אין אלע שטיבלך און מלעשט עס נישט אויס פאר שבת, גדולים וטובים קומען און גייען און קיינער האט נישט קיין פראבלעים דערמיט, איז עס טאקע נישט קיין שאלה.?
'ומאתים לנוטרים את פריו'
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מאתים האט געשריבן:
0
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
מאתים האט געשריבן:איך האב שוין לאנג א שאלה, מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע מיט פיל ווידאוי קרעמערס אין אלע גאסן, איז נישט קיין פראבלעם צו גיין שבת אין גאס ? איך מיין, בשעת מ'גייט ווערט דאך די סקרין אקטיוו מיט דיר, איבערהויפט ווען אסאך קעמרעס ווערן נאר אקטיוויזירט בשעת איינער גייט אריבער ?! איך מיין די גאנצע סיטי איז היינט פיל מיט דעם,
ואת"ל אז סאיז א דבר שאין מתכוין און זאגן אז ס' איז נישט קיין פסיק רישא, וואס טוט זיך ווען איינער האט ביי זיך אינדערהיים קעמרעס וואס שוין זיכער אז ס' כאפט אפ, איז מען דען נישט מחויב עס אויסצולעשן בעפאר שבת?

בקיצור א) וויאזוי מעג מען גיין אין גאס שבת ווען מען אקטיוויזירט קעמרעס
ב) צו איז מען מחויב אויסצולעשן די היים קעמרעס פאר שבת
יש"כ


איך האב טאקע קעמראס אינדרויסען פון מיין הויז און מענטשן האבן מיר שוין אפאר מאל געפרעגט צו מען דארף עס נישט אויסלעשן שבת אבער איך האב זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט דערין, יעצט אז דו פרעגסט קען איך אויך באשטיין צו באקומען א ענטפער.

קיינער האט נישט קיין ידיעה ?
רוב בתי מדרשים האבן היינט צו טאגס קעמרע'ס אין אלע שטיבלך און מלעשט עס נישט אויס פאר שבת, גדולים וטובים קומען און גייען און קיינער האט נישט קיין פראבלעים דערמיט, איז עס טאקע נישט קיין שאלה.?

יש תשובה ארוכה ע"ז בספר 'ויען אברהם' חלק א' [מהה"ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א הרב דמיהאלדי], נוטה להקל בצירוף כמה טעמים
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ראספשע האט געשריבן:יש תשובה ארוכה ע"ז בספר 'ויען אברהם' חלק א' [מהה"ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א הרב דמיהאלדי], נוטה להקל בצירוף כמה טעמים


דארט איז די נידון פון קעמערס אויף די גאס וואס עכו"ם לייגן אויף זייערע הייזער. און דער עיקר היתר איז אלס פס"ר ד"לא ניחא ליה".

דא פרעגט מען איבער קעמרעס אין דו שולן, וואס ס'איז יא ניחא דער עצם קעמרע.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

בשו"ת שבט הלוי זאגט ער איבער כמה פעמים זיין יסוד, איין מראה מקום ליגט מיר אין קאפ כמדו' ח"י סי נ"ט, אז מלאכת שבת איז נאר ווען א מענטש 'טוט' עפעס אבער אויב טוט ער גארנישט, ער גייט זיך געמיטלעך, און עס געשעהן מלאכות, איז דאס נישט קיין מלאכת מחשבת און עס איז מותר און דאס איז זיין היתר אויף אויגעלעך.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אוי וויי טאטע האט געשריבן:בשו"ת שבט הלוי זאגט ער איבער כמה פעמים זיין יסוד, איין מראה מקום ליגט מיר אין קאפ כמדו' ח"י סי נ"ט, אז מלאכת שבת איז נאר ווען א מענטש 'טוט' עפעס אבער אויב טוט ער גארנישט, ער גייט זיך געמיטלעך, און עס געשעהן מלאכות, איז דאס נישט קיין מלאכת מחשבת און עס איז מותר און דאס איז זיין היתר אויף אויגעלעך.


כפי זכרוני רעדט ער פון דורכגיין א קעמרע. נישט פון לאזן אנגעצינדן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”