איישישאק האט געשריבן:ר' שלמה'קע זוויהלער זי"ע האט טאקע געברענגט א ראיה פון דער רמב"ם, אבער דער חזון איש דערמאנט שוין די ראיה אין זיין ספר, און ער זאגט אויב איך געדענק ריכטיג "אין מקום לראיות ממין אלו בביהמ"ד".
הגם אז געזעסן דארט זענען געווען גדולי תורה ממש, מ"מ ביי די אסיפה אין ירושלים זענען נישט געווען די מענטשן וואס קענען די סוגיא באזונדער, און דאס האט שטארק געשטערט דער חזון איש. הגם אז עס איז דארט געווען גדולי תורה, אבער פארט האבן זיי נישט געהאט קיין מיינונג אין די סוגיא, ווייל זיי האבן עס נישט געלערנט. הרב טיקוצ'ינסקי האט נישט געשמ'ט אלס פוסק, נאר א בקי אין געוויסע סוגיות, ובתוכם זמני היום והמסתעף. דער חזון איז האט דאך נישט געהאלטן פון די סארט מהלך פון מומחים אין איין סוגיא "אין תורה איז נישט דא קיין ספעציאליסטן" האט ער געזאגט בנוגע אן אנדערן ענין. דע רחזון איש האט געוואלט הן גדולי תורה, הן מענטשן וואס קענען די סוגיא. די טענה פון דער חזון איש איז געווען אז מאכן אסיפות ווי רוב מענטשן האבן עכט נישט קיין מיינונג, מיינט א פאליטישע מעשה, און מהאט פאליטיזירט א ריין הלכהדיגע זאך (אסאך האבן געזען אין דעם א השקפה, אז טאמער די הלכה טוישט וועלכע טאג איז שבת, וועט מען גלויבן אז שבת איז אין די הענט פון די רבנים רח"ל. דער חזון איש האט דייקא נישט געוואלט האנדלן אזעלכע נישט הלכהדיגע חשבונות)
דער ראב"ד דינגט זיך נישט אויף דער בעל המאור, נאר אויף די פשט אין די סוגיא, ווען מ'לערנט עס מיט אן אפענעם קאפ, זעעט מען דאס גלייך. הרב איסר זלמן האט בריוון מיט דער חזון איש אויף דעם, אבער ער האט נישט געפסקנ'ט די שאלה, נישט ווי די וואס ווילן טענה'ן אז ער איז אן אנדערן מיינונג אין דעם.
איך וועל דא נישט אריינגיין אין א אריכות אין דער אויסגעדראשענע נושא וואס האט שוין צענדליגע מאמרים אין כמה וכמה קובצים, יעדער איינער מיט זיין אגענדע (עטליכע תגובות צוריק האב איך צוגעלינקט צו א געוויסע קובץ, וואס איז מלקט די נושא זייער שיין, מיט אן אגענדע צו פארענטפערען שיטת ר' שלמה'קע זוויהל'ער), איך וועל נאר שרייבען בקיצור עטליכע הערות אויף וואס דו שרייבסט.
ערשטענס שרייבסטו, במח"כ, נישט אזוי בכבודיג אויף הרה"ק ר' שלמה'קע זוויהל'ער זצ"ל "האט טאקע וכו' אבער וכו'", ר' שלמה'קע האט די רעכט זיך צו דינגען מיט די חזו"א און האלטען אז מען קען יא ברענגען א ראיה פון די רמב"ם (און אזוי אויך האט ער געהאט א ראיה אז רש"י דינגט זיך מיט די רז"ה).
צווייטנס, הגרא"ז מעלצער זצ"ל האט יא גע'פסקנ'ט נישט ווי די חזו"א, אזויווי ער שרייבט אין זיין הסכמה צו די ספר קו התאריך הישראלי "גם אני מסכים לפס"ד של הבי"ד וכו' שאין לשנות ח"ו את השבת וכו'", אזויווי איך האב שוין געשריבען עטליכע תגובות צוריק (און אזוי האט אויך פארשטאנען מיט א פשטות הגר"מ שטערענבוך שליט"א בתשוה"נ ח"א סי' שי"ד).
און צו די אלע אידען וואס קענען נעבעך נישט דערהערען אז איינער מעג זיך דינגען אויף די חזו"א, און די אלע וואס דינגען זיך יא, מאכט מען זיי אוועק אז זיי זענען געווען סתם רבי'ס וואס קענען נישט לערנען אדער אז זיי זענען געווען סתם ציונים פון די רבנות, און אז מען טרעפט ליידער יא אזעלכע וואס זענען געווען באקאנט אלס גדולים בתורה און זענען נישט געווען קיין ציונים און דינגען זיך נאכאלץ מיט די חזו"א, דארף מען טרעפען נארישע תירוצים אז זיי האבען נישט געקענט דער סוגיא (איי, אויב אזוי קומט דאך אויס אז דו ביזסט מוציא לעז ומוציא שם רע אויף דער גדול, אז ער האט גע'פסקנ'ט אויך אן קענען די סוגיא? נו, א קשיא אויף א מעשה), אדער אז זייערע בריוון זענען געפעלשט אא"וו, איז לכבוד די אידען וועל איך ברענגען קלארע עדות'ן פון צוויי גדולים וואס האבען געשמ'ט מיט זייערע גדלות, אויך ביי די ליטווישע קרייזען, אז אויך זיי זענען נישט געווען "נכנע" צו די פסק פון די חזו"א אין דער סוגיא.
די ערשטער איז די טשעבינער רב זצ"ל, וואס הגר"מ שטערענבוך שליט"א ברענגט אין זיין ספר
תשוה"נ ח"א סי' שי"ד אז ער האט עם אליין געזאגט אז "יש יסוד לנוהגין שמה שבת כמו אצלינו", נאר אויף למעשה האט ער נישט מכריע געווען.
און די צווייטער איז הגרי"ש אלישיב זצ"ל, וואס זיין תלמיד הגרמ"מ קארפ שליט"א האט געזאגט אז ער האט עם אליין געזאגט אז מעיקר הדין איז די הלכה ווי הגר"מ טוקצ'ינסקי, און מען טוט אויך ווי די חזו"א לחומרא (עיין
כאן).